☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » הפגנות אין ירושלים

הפגנות אין ירושלים

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2339

פיקציע » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:47 pm

· #60320
הפגנות אין ירושלים
צימעס דארף צו זיין א גוטע פלאץ פאר א כל הנערים אשכול איבער אלע קליינליכע מערכות און כמעט טעגליכע הפגנות אין ירושלים דארץ ישראל.

היינט האב איך געזען אויף כיכר השבת (די סייט) א באריכט איבער א פרויען הפגנה קעגן די פאליציי און יס"מ קרעפטן, וועלכע האבן זיך אראפגעלאזט אויף די ווארשע הייזער אין מאה שערים צו פארטרייבן א משפחה פון זייער דירה, נאך א פסק פון בית משפט אז די דירה באלאנגט פאר הקדש בידרמאן.

איך האב נישט קיין שום מער אינפא איבער די משפחה, אדער די בידערמאן הקדש.

א קליפ פון די הפגנה'לע

פיקציע » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:11 pm

· #60337
נעכטן מוצאי שבת איז אויך פארגעקומען א פרישע הפגנה קעגן די 'תועבה דירה' אויף שמואל הנביא גאס אין ירושלים.

דאס איז נישט די ערשטע פראטעסט קעגן די דירה, נאר דאס מאל איז עס געווען היבש ווילד און אומבאקאנטע פארשוינען האבן באווארפן די פראטעסטירער מיט שטיינער, אייער און וואסער באלונ'ס. ביז די פאליציי איז אנגעקומען מאכן סדר.
די פראטעסט איז באריכטעט געווארן אויף בחדרי חרדים און די דזואיש פרעסס.

אויף בחדרי איז אויך דא בילדער.

קפנדריא » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:54 pm

· #60412
וואס איז דאס די תועבה דירה אויף שמואל הנביא? איז דאס א באזע פאר מעשים תעתועים, אדער איז דאס גאר א קאמפיין אפיס פאר די תועבה קאנדידאטן פון ניו יארק?

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:51 pm

· #60463
וואי אינטרעסאנט אז פאר א דירה פאלט אוועק די מינימאלע גדרי הצניעות.

פיקציע » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:52 pm

· #60518
קפנדריא
וואס איז דאס די תועבה דירה אויף שמואל הנביא?

דער אנגעבליכער ענטפער איז ווי איר שרייבט
דאס איז א באזע פאר מעשים תעתועים

אבער מ׳קען קיינמאל נישט וויסן בעפארן הערן די צווייטע צד. (אויב עס איז דא)