☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער פעטרעיוס סקאנדאל א מוסר השכל?

דער פעטרעיוס סקאנדאל א מוסר השכל?

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2349
בלאט: 1 2

בן תמליון » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:58 am

· #60975
דער פעטרעיוס סקאנדאל א מוסר השכל?
מיר אלע האלטן מיט די שטוינענדע אנטוויקלונגען איבערן געוועזענעם הויפט גענעראל און סי איי עי דירעקטאר דעיוויד פעטרעיוס וואס האט רעזיגנירט מיט שאנדע איבער א פארוויקעלטע מעשה זנות און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער איצטיקער הויפט גענעראל זשאן עלען אויך טיף אין בלאטע ווי אויך אן עף בי איי אגענט און עס גייט נאר טיפער. קוקנדיק צוריק איז גענוג צו דערמאנען אונזער אנטאני ווינער מיט זשאן עדווארדס ארנאלד שווארצענעגער מיט טייגער וואודס דער ליסטע איז פיל לענגער און פארשטייט זיך די וואס מען חאפט זענען בלויז א קליינער טייל די וואס ווערן נישט געחאפט זענען פיל מער. וואס מאכט מיר וואונדערן אויב איז דער סעקולארער געזעלשאפט ביז די העכסטע רייען אזוי מאראליש שוואך אז די גרעסטע לייט פאלן ווי פליגן פאר אן אשת יפת תואר, נו אפשר זענען אונזערע וואס שרייען קורצע קליידער און ווילן נישט קיין מיקסט רעסטוראנטן פארט גערעכט? דער מענטשהייט איז א בלויזער חיה בצורת אדם און ער מוז ווערן קאנטראלירט?

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:03 am

· #60979
כמיין אז די חלומסט ער האט זיך אנטזאגט צוליב זיכערהייט סיבות, גארנישט קיין זנות, לא דובים ולא יער.
והא ראי',
קוק דא.

בן תמליון » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:17 am

· #60985
איחוד פעלד
כמיין אז די חלומסט ער האט זיך אנטזאגט צוליב זיכערהייט סיבות, גארנישט קיין זנות, לא דובים ולא יער.
והא ראי',
קוק דא.



<a class="postlink" href="http://www.drudgereport.com">http://www.drudgereport.com</a>

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:28 am

· #60988
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.

קליינער » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:52 am

· #60998
זר זהב
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.

און פארוואס זאל א איד נישט האבן אביסעלע פאן?

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:53 am

· #60999
ווייל די תורה לאזט נישט

😢

לאדיך אפ » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:00 pm

· #61001
זר זהב
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.

עטישקייט? מארעליטי?

בן תמליון » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:03 pm

· #61002
זר זהב
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.


פארוואס ער זאל נישט האבן פאן? פרעג פעטרעיוס, עדווארדס אדער ווינער, די נאכפאלגן זענען כמעט אייביק טראגיש. אז די ביסט חתונה געהאט און די האלטסט דיר פאר א בעסער קלאס מענטש גייסטו קעגן די יסודות פון מארלישקייט ווען די טשיטס אזוי אפן און גראב. קענסט שוין פרעגן פארוואס זאל ער נישט רעיפן און הרגענען, גנב'נען און רויבן אויב עס פילט גוט. היינו דאמרינן דאס איז מיין פאונט אויב זיי אלע זענען אזוי קאראפטעט פיק איך ענדערש ר' טודרוס'נס שובבים תורה'ס. .

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:07 pm

· #61003
דאס איז פאלש. מיליאנער "מאראלישע עטישע" גויים האקן א טאג, מ'ווערט נאר נישט געוואר דערפון. איז וואס איז פעטרעאס שולדיג אז מ'איז געוואר געווארן דורך א צופאל?

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:11 pm

· #61006
בן תמליון
זר זהב
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.


פארוואס ער זאל נישט האבן פאן? פרעג פעטרעיוס, עדווארדס אדער ווינער, די נאכפאלגן זענען כמעט אייביק טראגיש. אז די ביסט חתונה געהאט און די האלטסט דיר פאר א בעסער קלאס מענטש גייסטו קעגן די יסודות פון מארלישקייט ווען די טשיטס אזוי אפן און גראב. קענסט שוין פרעגן פארוואס זאל ער נישט רעיפן און הרגענען, גנב'נען און רויבן אויב עס פילט גוט. היינו דאמרינן דאס איז מיין פאונט אויב זיי אלע זענען אזוי קאראפטעט פיק איך ענדערש ר' טודרוס'נס שובבים תורה'ס. .

איך ווייס נישט וויאזוי דו פארגלייכט די ביידע. סיי עדווארס און סיי ווינער האבן ליגענט געזאגט, די ליגענט איז ערגער ווי דער אזוי גערופענער קריים. און פעטרעאס האט גערנישט געטון 'אפען און גראב', ווען נישט וואס מ'פארש/ט אויס עפעס אן אנדערן אינצידענט וואלט מען דערפון קיינמאל נישט געוואר געווארן. און כ'ווייס נישט וויזוי דו פארגלייכסט עס צו הארגענען גאנבענען און רויבן, פעטרעאוס האט דא גארנישט געזונדיגט בכוונה בין אדם לחבירו.

ניו יארק » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:12 pm

· #61007
זר זהב
דאס איז פאלש. מיליאנער "מאראלישע עטישע" גויים האקן א טאג, מ'ווערט נאר נישט געוואר דערפון. איז וואס איז פעטרעאס שולדיג אז מ'איז געוואר געווארן דורך א צופאל?

און אויב וועלן מיליאנער "מאראלישע עטישע" גויים הרגענען, גנב'נען און רויבן וועסטו אויך פרעגן
לאדיך אפ
איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:13 pm

· #61009
ניו יארק, קוק מיין פריעדיגע תגובה פאר אן ענטפער אויף דיין פראגע

גאלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:34 pm

· #61014
זר זהב
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.

צו נאשן איז איין זאך, ווי למשל קלינטאן האט גענאשט מיט לעווינסקי, אבער צו האבן א טאפעלטער פארבארגענע לעבן מיט נאך א פרוי, איז שוין אין גאנצן אן אנדערע עסק,

בן תמליון » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:48 pm

· #61019
פרעגסט וואס איז ראנג בין אדם לחבירו ווען מ'טשיט? פרעג די מיסיס פעטרעיוס אדער מיסיס עדווארדס קראנק אויף קענסער וואס האט אוועקגעגעבן איר לעבן פאר דעם חזיר ווען ער איז געגאנגען האבן א קינד מיט א צודרייטע פרוי.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:51 pm

· #61021
בן תמליון
פרעגסט וואס איז ראנג בין אדם לחבירו ווען מ'טשיט? פרעג די מיסיס פעטרעיוס אדער מיסיס עדווארדס קראנק אויף קענסער וואס האט אוועקגעגעבן איר לעבן פאר דעם חזיר ווען ער איז געגאנגען האבן א קינד מיט א צודרייטע פרוי.

האטס נישט גוט אפגעליינט מיין תגובה, בדרך הטבע וואלט מען נישט געדארפט געוואר ווערן דערפון. -- עדווארדס איז א 2'טע מעשה אינגאנצן.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:58 pm

· #61108
אפילו פעט ראבערטסאן אגריעט מיט מיר!!

פארוואס דארפסטו זיין שמייליגער פון אים?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:11 pm

· #61130
מיין קשיא איז, פארוואס אז מען כאפט איינעם מיט אזא מעשה, דארף עס ווערן א שטינק אין גאנץ אמעריקע?
איך ווייס אז אמעריקאנער חברה און מידיא אינאיינעם האבן די גרעסטע הנאה צו פאטשקען אין יענעמ'ס שמוץ, ס'איז אסאך פאן, אפילו יענער ווערט באגראבן און חרוב ונחרב,
אבער וואס איז דאס נוגע די אלע מענטשן?
קען מען נישט מאכן א שטילע אויספארשונג, אויב דאס בכלל?
אז דעיוויד האט געהאט א שייכות צו א פרעמדע פרוי איז עס בלויז איינעמ'ס פראבלעם: זיין ווייב'ס! נישט מיינס, נישט דיינס, נישט די עף.בי.איי. און נישט די מידיא!
פארוואס קומט זיך איהם אנצושטינקען און אים צוגרינד לייגן?

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:13 pm

· #61133
פארוואס ווען נחום מיינט אז ער האט געהערט א מעשה איז קודם באשמיצט ער יענעם פאר ער ווערט געוואר זיכער וואס טוט זיך? עס איז איין תירוץ מענטשען פאר סאם ריזען האבען זייער ליב צו באשמוצען אנדרע מענטשען, דעיס איז א תאווה ווי אלע תאוות.....

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:25 pm

· #61137
ווייל די 'מידיע' דארף מאכן געלט.

עפל פאי » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:57 pm

· #61161
זר זהב
בן תמליון
פרעגסט וואס איז ראנג בין אדם לחבירו ווען מ'טשיט? פרעג די מיסיס פעטרעיוס אדער מיסיס עדווארדס קראנק אויף קענסער וואס האט אוועקגעגעבן איר לעבן פאר דעם חזיר ווען ער איז געגאנגען האבן א קינד מיט א צודרייטע פרוי.

האטס נישט גוט אפגעליינט מיין תגובה, בדרך הטבע וואלט מען נישט געדארפט געוואר ווערן דערפון. -- עדווארדס איז א 2'טע מעשה אינגאנצן.


און אז מ'ווערט נישט געוואר איז עס נישט ראנג בין אדם לחבירו? איז עס מענטשליך? נארמאל?

כ'האב נישט קיין אהנונג וויאזוי דו קוקסט עס אן אז ער האט גארנישט געטון בכוונה אנטקעגן בין אדם לחבירו?

ער האט געפעלשעוועט אין זיין אשת חיל! שוין איינמאל בכוונה תחילה. ווי אזוי האט ער געקענט אהיים קומען און איר קוקן אין פנים כאילו לא היה? איז ער נישט א פאלשער מענטש?

ער האט געדארפט נעמען אין באטראכט אז מ'קען געוואר ווערן אזוי ווי יעדע עבירה וואס א מענטש טוט.

צעווילדעוועטע אינסטינקטן איז עס יא,

אז מ'קען אים פארשטיין זיין נסיון? אקעי. אבער ריכטיג איז עס נישט.

אבער דאס איז א גוי, דער גאנצער פראבלעם איז דא נאר, אז מען האט אים געכאפט, ווען נישט איז עס אקעי.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:03 pm

· #61166
א גוי האט נישט באקומען די עשרת הדברות, דארף ער עס נישט היטן. אויב האט פעטראוס זיך אונטערגענומען צו היטן די שבע מצות בני נח איז אן אנדערע מעשה. -- איך האב שוין גענוג געהאט מיט די שמייליגע משוגעתן! איך בין מיד דערפון! יעדער גוי דארף טון וואס ער וויל! און ס'דא גענוג פרויען וואס האבן אפפערס אויך, ס'וואלט ווען געדארפט זיין אן אפיציעלע אגרימענט דערויף איינמאל פאר אלעמאל! א מענטש איז א מענטש, איין ווייב איז נישט גענוג עספעשילי ווען מ'איז ווייט אוועק פונעם ווייב.

גענוג מיט די נאנסענס!

גענוג מיט די סטרעסס!

גאלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:17 pm

· #61180
דאס וואלט פעטרעיעס גאדארפט זאגן פאר זיין ווייב, ווי לאנג די ווייב פארשטייט עס נישט, ביסטו געבינדען צו זיין געטריי צו איר, אז נישט גט איר אפ,

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:18 pm

· #61181
וואס די פראנצוזישע זאגען אויף אזא קעיס. [ענליך צו אונזער זר'ל]
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2012/11/13/opinion/fraser-petraeus-affair/index.html">http://www.cnn.com/2012/11/13/opinion/f ... index.html</a>

ציטוטים נבחרים
"It's impossible to imagine a French political leader resigning because of an extramarital indiscretion. If this rule were observed, the French parliament would be nearly vacant."

"The French usually attribute this American ritual of guilt and contrition to "puritanism." This is meant as a put-down and a mark of French cultural superiority. The French, by contrast, are mature and sophisticated, never shocked and titillated by the rich complexity of life's temptations."

"Moreover, French journalists are not driven by the same "fourth estate" ethos that animates American media culture. French society in general has an ambiguous relationship with the truth, and French journalists are frequently indifferent to the exposure of hard facts"

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:18 pm

· #61182
וויאזוי קען ער איר גט'ן ווען ער האט איר קיינמאל נישט מקדש געווען

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:23 pm

· #61185
די פראנצויזן זענען נארמאלע גויים

גאלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:26 pm

· #61186
וויזוי גייט עס ביי די פראנצויזן, איז עס א פארשטענדעניש צווישן די מאן און פרוי, אז מיטאמאל די פרוי ווערט ציבראכן אז די מאן טשיט?

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:38 pm

· #61187
למעשה רעדט זיך דא פון אסאך מער א יסודישע נושא וואס דער אמעריקאנער מהלך איז גוט צומישט און האט דא א פראבלעם.
אין איין ווארט, די אמעריקאנער ווילן א אמאליגע עטיק אין א היינטיגע מציאות, דאס איז נישט מעגליך, אזויווי בן תמליון טענה'ט. און עס איז גאר א ספק אויב ווען אלע וייבער גיין צוגעדעקט פון קאפ ביז פיס וואלט געווען וייניגער עפעירס. נאר נניח עס איז דא אמת אין דעם, איז אויב וויל מען א היינטיגע צומישטע אפענע קולטור, דארף דאך די דעות אויך זיין מאדערן און מדארף בעצם האלטן פון ליבערטי און פרידאם אויך אין די ענינים. צו תובע זיין פון א מאן גדרים וואז זענען שייך אין פיוריטיסט ענגלאנד אין א מציאות פון פאריז איז פשוט אוממעגליך און אומשכלדיג, ווארום אויב האלטסו אז מדארף זיין אפגעהיטען, איז האלט זיך אזוי אויך במציאות, זאלען די ווייבער זיך נישט אנטון פראוועקטיוו וכו'.
נאך א נקודה דא איז די אפענקייט ווערסוז די פריוואטקייט. אמעריקאנע בירגער ווילען די פרייע רעכט פון וויסען וואס עס טוט זיך אין זייערע פירערס בעדרום. אבער מצד שני ווילען זיי האלטן א עטיקעט וואס איז שייך נאר אויב אזעלכע זאכען זענען במהות פארמאכט און פריוואט. דער שילוב פון גריבלען אין יענם'ס שמוץ כמנהג הבזויים ביותר מיט דער פאדערונג אז יענער זאל זיין א קדוש וטהור איז א סתירה.

ויש עוד להאריך בזה אלא שאין כאן המקום [אפשר מאחורי הפרגוד]

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:40 pm

· #61188
גאלד
וויזוי גייט עס ביי די פראנצויזן, איז עס א פארשטענדעניש צווישן די מאן און פרוי, אז מיטאמאל די פרוי ווערט ציבראכן אז די מאן טשיט?


די נקודה דא איז אז ווער האט מחליט געווען אז דאס איז א תנאי אין מערידזש. ביידע צדדים מעגן פארשטיין [לויט די טענה] אז עס מעג אמאל אויך זיין מבחוץ און סגעשעהט גארנישט. אדער אפילו אז סגעשעהט, מאכט מען נישט קיין רעש דערפון, מפארשטייט אז יעדער האט א יצה"ר און געגאנגען וייטער.

חכם מחוכם » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:01 pm

· #61194
לעיקוואד דו זאגסט דאך אזוי גוט!, די צומישעניש וואס הערשט דא איז נישט נארמאל, - כ'האב געהערט פון אן עהרליכ'ן איד אז דאס איז "גלות אמעריקע", די צומישעניש -, מצד אחד וועט מען ארעסטירן איינעם וואס גייט אריין אין א פרויען ביהכ"ס, מצד אחר וועט מאנהעטען אויסזעהן ווי איין גרויסע פרויען ביהכ"ס,

דעינעש » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:43 pm

· #61204
זר זהב
די פראנצויזן זענען נארמאלע גויים
???..
די פראנצויז'ישע גויים זענען גויים. אבער נארמאלע..?! לא תחנם..!

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 8:20 pm

· #61211
דער עולם כאפט נישט די נקודה דא.
פאטרעיעס מעשה האט נישט מיט קיין עטיק גארנישט.
איינער וואס איז אין די ארמיי טאר נישט מזנה זיין פאר די פשוטע סיבה, אז מען האט מורא אז זי אדער אנדערע וואס דערוויסען זיך דערפין וועלען עס ניצען אלץ בלאקמעיל קעגען דער סאלדאט און ער וועט מוזען אויסזאגען סודות פאר דער שונא.
איעדער סאלדאט איז מצווה אויף דעם, נאר ווי פארשטייט זיך מאכט מען נישט קיין עסק גדול ווען איינער האט אביסעל פאן. אבער ווען איינער פין א מער אנגעזעהנער קאליבער ווי דער הויפט גענעראל פאטריעס, אדער דער אנדערע וואס האט מזנה געוועהן מיט די אנדערע, איז עס אן עבירה פלילי, ווייל מיט טוהן דער זאך האט ער געשטעלט דער גאנצער מדינה אין א סכנה, טאמער וועט אים איינער האלטען אין בלעקמעיל און ער וועט מוזען טוהן וואס ער קען לכסות פשעיו.
למעשה אינוועסטיגירען זיי צו די גאנצע מעשה אין בענגאזי ווען מען האט נישט געטוהן וואס מען האט געדארפט צו דער פאטריעס איז אפשר נישט שולדיג אין דעם נישט האבענדיג דער קאפ אויפען פלאץ מורא האבענדיג אז די מעשה פליסט ארויס.
ועוד יש להאריך בזה.

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 8:23 pm

· #61212
און די מוסר השכל איז, מאך נישט קיין לענגס און קיין ברייטס, זונדיג אפ און געגאנגען ווייטער, ווער נישט אנגעבינדען...............

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 8:24 pm

· #61213
נאך אלץ נישט קיין אויסרייד אז די מידיא זאל זיך פאסמאקעווען דערמיט און מאכן צימעס פון אים בריש גלי.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 8:37 pm

· #61218
שמעקעדיג
נאך אלץ נישט קיין אויסרייד אז די מידיא זאל זיך פאסמאקעווען דערמיט און מאכן צימעס פון אים בריש גלי.

איך בין דער לעצטער זיך צו אננעמען פאר די מידיא, אבער איינער וואס איז אין פאבליק אפיס דארף וויסן אז ביים מאכן אזא באשלוס שפילט ער זיך מיט פייער, און ער דארף זיין גרייט אויף די קאנסעקווענצן. מען קען נישט האבן דעם קוכן און אויך עס עסן.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:03 pm

· #61230
איחוד פעלד
דער עולם כאפט נישט די נקודה דא.
פאטרעיעס מעשה האט נישט מיט קיין עטיק גארנישט.
איינער וואס איז אין די ארמיי טאר נישט מזנה זיין פאר די פשוטע סיבה, אז מען האט מורא אז זי אדער אנדערע וואס דערוויסען זיך דערפין וועלען עס ניצען אלץ בלאקמעיל קעגען דער סאלדאט און ער וועט מוזען אויסזאגען סודות פאר דער שונא.
איעדער סאלדאט איז מצווה אויף דעם, נאר ווי פארשטייט זיך מאכט מען נישט קיין עסק גדול ווען איינער האט אביסעל פאן. אבער ווען איינער פין א מער אנגעזעהנער קאליבער ווי דער הויפט גענעראל פאטריעס, אדער דער אנדערע וואס האט מזנה געוועהן מיט די אנדערע, איז עס אן עבירה פלילי, ווייל מיט טוהן דער זאך האט ער געשטעלט דער גאנצער מדינה אין א סכנה, טאמער וועט אים איינער האלטען אין בלעקמעיל און ער וועט מוזען טוהן וואס ער קען לכסות פשעיו.
למעשה אינוועסטיגירען זיי צו די גאנצע מעשה אין בענגאזי ווען מען האט נישט געטוהן וואס מען האט געדארפט צו דער פאטריעס איז אפשר נישט שולדיג אין דעם נישט האבענדיג דער קאפ אויפען פלאץ מורא האבענדיג אז די מעשה פליסט ארויס.
ועוד יש להאריך בזה.

ביסט גערעכט, דאך אבער איז די מאס פון די סקאנדאל ווס ממאכט איבער דעם מער וועגן דער פרעזענליכע עבירה וואס דער האט געטוהן ווי איבער שפינאזישע סכנות וואס קענען ווערן פון דעם.

[הגע בעצמך.. ווען אמעריקע איז דען צרפת, איז דאך גארנישט דא אזא בלעקמעיל ארום אזא זאך בכלל וייל עס גייט קיינער נישט אן, ממילא איז די גאנצע זיכערהייט טענה געבויט אויף די מאראלישע טענה. ודו"ק.]

אוהב דעת » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:17 pm

· #61264
זר זהב
א גוי האט נישט באקומען די עשרת הדברות, דארף ער עס נישט היטן. אויב האט פעטראוס זיך אונטערגענומען צו היטן די שבע מצות בני נח איז אן אנדערע מעשה. -- איך האב שוין גענוג געהאט מיט די שמייליגע משוגעתן! איך בין מיד דערפון! יעדער גוי דארף טון וואס ער וויל! און ס'דא גענוג פרויען וואס האבן אפפערס אויך, ס'וואלט ווען געדארפט זיין אן אפיציעלע אגרימענט דערויף איינמאל פאר אלעמאל! א מענטש איז א מענטש, איין ווייב איז נישט גענוג עספעשילי ווען מ'איז ווייט אוועק פונעם ווייב.

גענוג מיט די נאנסענס!

גענוג מיט די סטרעסס!

פאר א איד איז אויך נישט געניג איין ווייב! נ.ו.ד (נאר וואס דען)מהאט אויף אונז געמאכט א תקנה אז ממעג נישט מער פין איינס ,אזוי אויך מוז א גוי פאלגען די דינים פין זיין מדינה , אין אמעריקע איז פארבאטען מער פין איינס

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:45 am

· #61293
דא שרייבט איינער דאס זעלבע

What business is it of any of us or his supervisors in Congress that David Petraeus had an affair?

There have been too many cases where we have lost competent professionals, not because of a failure in their duties, but because of puritanical judgment over their irrelevant personal lives

Sadly, Americans are even more righteous than Britons when it comes to preserving the image of public figures

<a class="postlink" href="http://www.guardian.co.uk/commentisfree/2012/nov/13/petraeus-infidelity-affair">http://www.guardian.co.uk/commentisfree ... ity-affair</a>

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:09 am

· #61301
בן תמליון
זר זהב
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.


פארוואס ער זאל נישט האבן פאן? פרעג פעטרעיוס, עדווארדס אדער ווינער, די נאכפאלגן זענען כמעט אייביק טראגיש. אז די ביסט חתונה געהאט און די האלטסט דיר פאר א בעסער קלאס מענטש גייסטו קעגן די יסודות פון מארלישקייט ווען די טשיטס אזוי אפן און גראב. קענסט שוין פרעגן פארוואס זאל ער נישט רעיפן און הרגענען, גנב'נען און רויבן אויב עס פילט גוט. היינו דאמרינן דאס איז מיין פאונט אויב זיי אלע זענען אזוי קאראפטעט פיק איך ענדערש ר' טודרוס'נס שובבים תורה'ס. .

אבער ס'דא אידן וואס הערן ר' טודרוס'ס שובבי"ם תורה און לאזן אפילו א טרער און מוצאי שבת נאך הבדלה גייען זיי אין מאוווי טעאטערס און זעען די אלע זאכן. אדער זענען אליין מקיים.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:19 am

· #61302
שמעקעדיג
מיין קשיא איז, פארוואס אז מען כאפט איינעם מיט אזא מעשה, דארף עס ווערן א שטינק אין גאנץ אמעריקע?
איך ווייס אז אמעריקאנער חברה און מידיא אינאיינעם האבן די גרעסטע הנאה צו פאטשקען אין יענעמ'ס שמוץ, ס'איז אסאך פאן, אפילו יענער ווערט באגראבן און חרוב ונחרב,
אבער וואס איז דאס נוגע די אלע מענטשן?
קען מען נישט מאכן א שטילע אויספארשונג, אויב דאס בכלל?
אז דעיוויד האט געהאט א שייכות צו א פרעמדע פרוי איז עס בלויז איינעמ'ס פראבלעם: זיין ווייב! נישט מיינס, נישט דיינס, נישט די עף.בי.איי. און נישט די מידיא!
פארוואס קומט זיך איהם אנצושטינקען און אים צוגרינד לייגן?

ווייל די פרוי מיט וועם ער טשיט קען זיין א שפיאן אונטערגעשטעלט פון רוסלאנד אדער טשיינע אדער איראן און א הויפט גענעראל אדער סי. איי. עי. טשיף האט א סאך סודות וואס קענען .ארויסגעגעבן ווערן

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:27 am

· #61305
זר זהב
וויאזוי קען ער איר גט'ן ווען ער האט איר קיינמאל נישט מקדש געווען

או קעי. דיווארסן

קפנדריא » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:46 am

· #61388
berlbalaguleh
בן תמליון
זר זהב
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.


פארוואס ער זאל נישט האבן פאן? פרעג פעטרעיוס, עדווארדס אדער ווינער, די נאכפאלגן זענען כמעט אייביק טראגיש. אז די ביסט חתונה געהאט און די האלטסט דיר פאר א בעסער קלאס מענטש גייסטו קעגן די יסודות פון מארלישקייט ווען די טשיטס אזוי אפן און גראב. קענסט שוין פרעגן פארוואס זאל ער נישט רעיפן און הרגענען, גנב'נען און רויבן אויב עס פילט גוט. היינו דאמרינן דאס איז מיין פאונט אויב זיי אלע זענען אזוי קאראפטעט פיק איך ענדערש ר' טודרוס'נס שובבים תורה'ס. .

אבער ס'דא אידן וואס הערן ר' טודרוס'ס שובבי"ם תורה און לאזן אפילו א טרער און מוצאי שבת נאך הבדלה גייען זיי אין מאוווי טעאטערס און זעען די אלע זאכן. אדער זענען אליין מקיים.

לכאורה א גוטער גוזמא.

קפנדריא » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:48 am

· #61391
די שפיץ מוסר השכל איז אז סוף גנב לתליה! מ'קען מיינען מ'איז פארזיכטיג, אבער דורך אומפאראויסגעזענע אופנים קען דאס ארויס רינען אויף די גאס און אנמאכן אזא רויך אז מ'קען עס נישט דערשטיקן.

diff » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:22 pm

· #61408
According to you why is it a crime to rob the rich. They wont miss anything

quote="זר זהב"]ווייל די תורה לאזט נישט 😢[/quote]

R U Sure

בונם » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:44 pm

· #61473
אן ארטיקל אין טיים ווי אזוי צו רעדן צו קינדער איבער דעם פעטרעאוס סקאנדאל.

מיר האבן נישט דעם פראבלעם ווייל אונזערע צייטונגען וועלן בלויז אריינלייגן די ווערטער "פערזענליכע סקאנדאל" און די קינדער וועלן שוין פארשטיין אז מען דארף נישט קיין ביאור אויף די רש"י...

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:39 pm

· #61901
ובאמת לפום ריהטא זה נראה כפלא גדול, הלא הגוים הללו אינם נוהגים בעניני שידוכים כפי שנהוג אצלנו בשידוכים - שיותר ממה שמשדכים בן לבת משדכים מחותנים זה לזה, הלא אנשים האלו נוטלים נשים מכל אשר בחרו, וכמו שנהגו אבותינו מימי קדם, שבחמשה עשר באב יצאו הבחורים והבתולות בשדות ובכרמים, והבחור מדבר אל הבחורה בלי מחיצה של ברזל, והבחורה מתקשטת ואומרת - שא עיניך וראה מה יש לפניך, ואין אשה אלא ליופי, ועוד דברי אהבה כאלו,

ולא עוד, אלא שהגויים האלו מחמירים אף יותר מאבותינו, [ואפשר כמו שנהגו אבות אבותינו] ובדדך כלל אין שידוכים נגמרים אצלם אל אם כן "נופלים באהבה" ממש, ולפעמים אין השידוך נגמר רק לאחרי שעברו יחד כל השיר השירים, וא"כ הקושיא מרפסן איגרא, מה ראו על זאת ומה ראו על ככה לשום עיניהם בנשים זרות [אף שהם יפיפיות]?

וחשבתי שאולי יש לדונם לכף זכות שבאמת בשעת נישואים היה אהבתם זה לזה אהבה עזה כאהבת אמנון ותמר, רק אחרי שעובר הרבה שנים, האהבה מתרופף קצת, וגם האשה מזדקנת מעט, וקמטיה מתרבות, והיופי מתמעט, וכל זה לא נטלו בחשבון בשעת "התנאים", וא"כ לא פלא שעיניהם פוזלות לחוץ כשיפת תואר עוברת ברדיוס של תחום שבת.

ואם תשאל א"כ מדוע הם לא מתגרשים עכשיו, התשובה היא שלא פשוט להתגרש בגיל זה, יש ילדים בשותפות, יש בית בשותפות, ולפעמים גם עסק בשותפות, וא"כ אין עצה אחרת, אלא להשאר ביחד כל ימי חיים עד ביאת ינון, אלא הבע' היא שאם בא לידם נסיון של יוסף הצדיק, והבבואה של יעקב רחימאי לא מתגלה אליה, הם נופלים ברשת.

איך אמרתי פעם: כאשר יש נישואים בלי אהבה, יש אהבה בלי נישואים, ודו"ק היטב בזה.

נ.ב. שלום לכל חברי בית קפה, כל אחד בשמו יבורך, מאד נעים להכיר מקום זה - אשר חסידות והשכלה תמימות וחכמה חמימות וקרירות משתמשים בערבוביה אחת, שלום לכם ולהתראות,

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:54 pm

· #61913
וואס פעלט אויס א זכות פארן גוי? און פלאנסט שטענדיג צו שרייבן אין לש"ק?

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:00 pm

· #61958
על זכיות כאלו , זר זהב, אינך צריך למחות,
וכן, אני מתכוון לכתוב בלשון קודש, האם יש בעי' עם זה ?

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:31 pm

· #61965
Can We Please Kill the Headline “He Cheated”?
<a class="postlink" href="http://goodmenproject.com/featured-content/can-we-please-kill-the-headline-he-cheated/#33zgr0YrosU6kQbP.99">http://goodmenproject.com/featured-cont ... sU6kQbP.99</a>

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:58 am

· #61982
בנימין פרנקל
על זכיות כאלו , זר זהב, אינך צריך למחות,
וכן, אני מתכוון לכתוב בלשון קודש, האם יש בעי' עם זה ?

אין לי בעי' עם לשון קודש, אבל יש לי בעי' עם בעי'... וק"ל

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:54 am

· #62005
ס'איז נישט קיין לכתחילה, ס'פלאץ איז בעיקר פאר אידיש רעדנדע, נישט לשון הקודש אדער עברית.
בלאט: 1 2