א קלוגער איד האט מיר עפעס מסביר געווען, און איך מיין דאס קען אביסל מסביר זיין דעם מוסר השכל,
מען האט שוין גערעדט דא אינעם עבר איבער "מאראל". יעדער מענטש האט (אדער דארף האבן) א געוויסע מאס מאראל אין זיך, אן דעם קען מען אים נישט טראסטן מיט גארנישט. ווייל ער ווייזט אז זיינע פריוואטע זאכן אדער תאוות קומט בעפאר מאראל.
ווען למשל איינער טרעפט א פרוי וועלכע איז גרייט צו טשידן אויף איר מאן און מאכן מיט אייך א לעבן, קוקט עס אויס גוט אויף די מינוט. אבער די פרוי ווייזט דערמיט, אז עס פעלט איר מאראל. און דאס מיינט אז אויב מארגן גייט זי טרעפן איינעם בעסער פון אייך, אדער אויב איינער גייט איר פרעגן אדער בלעקמעילן מיט סיי וואס, וועט זי אייך אויך פארראטן, דער עיקר איז עס זאל זיך לוינען פאר איר.
צו טראסטן א מענטש אן מאראל מיט סודות איז פשוט נגד השכל. און דאס איז דער ענין דא מיט דעוויד פעטריוס.
דער מוסר השכל פאר אונז איז, טראסט נישט קיינמאל די סארט זאכן, ווייל ליום מן הימים קען עס גאר מעגליך אייך צוריקקומען און בייסן.. מאראל איז וויכטיג אין לעבן אפילו עס קוקט אויס אנדערש אויפן מינוט!