☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אלטע נייעס...

אלטע נייעס...

136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2343
בלאט: 1 2 3

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:47 pm

· #60461
אלטע נייעס...
ניין ס'נישט קיין אקסי-מאראן, וויפיל מאל הערט מען מענטשן פרעגן: נו האסט עפעס פרישע נייעס? וויאזוי קען עפעס וואס איז "ניי" נישט זיין פריש? נאר וואס דען, פשט איז אז נייעס בלייבט אייביג נייעס אפילו ס'שוין אלט, ווייל למעשה איז עס אמאל געווען אין די נייעס. איז 'נייעס' געווארן א ווארט בפני עצמו, ס'האט גארנישט מיט די ווארט "ניי" צוטין. אזוי אזוי אימיר מיט'ן אייבירשטענ'ס הילף, אזוי אימיר בייגעפאלן.
-------
ברעיקינג אלטע נייעס!! א קליינער פליגער האט אריינגעקראכט אין א הויכן רעזידעטיעל בילדינג אין מאנהעטטען, באריכטן געבן איבער אז דער באוויסטער ספארטס שפילער קארי ליידעל מיט זיין פילאט זענען אומגעקומען.

אין אנדערע אלטע נייעס זאגן באריכטן אז מ'האט אנדעקט סאדאם כוסעין אין איראק באהאלטן אין א לעכל.
-----------------

סטעי טונד פאר מער באריכטן.
פאר ברעכענדע אלטע נייעס קומט מען צו די אשכול!
מיר זענען די ערשטע (און די לעצטע...) צו באריכטן איבער די אלע אלטע נייעסער!

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:53 pm

· #60464
ברעיקינג! עליאט ספיצער גייט רעזיגנירן פונעם גאווערנער אמט. דעטאלן זענען דערווייל סקעטשי.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:59 pm

· #60466
א רוסישער סובמארין האט עקספלאדירט און געזינקען מיט 118 מענטשן דערינען אין די וואסערן צווישן רוסלאנד און נארוועגיע. רוסלאנד האט געוואלט באהאלטן די ''נייעס'', און נישט צוגעלאזט הילף פון אנדערע לענדער. אלע 118 זענען געשטארבן.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:02 pm

· #60467
מיר ווילן בעטן דעם עולם, אויב ווייסט איר פון עפעס אלטע נייעס, ביטע באריכט עס דא פאר'ן ציבור. א דאנק.

יידל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:05 pm

· #60469
זר, דו האסט געניאלע איינפאלן. אגב, א לינק צו די נייעס אין די אלגעמיינע מידיא איז אייביג עפרישיעיטעד...

---
ברעיקינג, נאצי דויטשלאנד אינוואדירט פוילן!

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:06 pm

· #60470
אקעי, ווילסט איך זאל לינקען צו א ניוזפעיפער באריכט אדער צו וויקיפידיע?

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:12 pm

· #60471
[ציטאט אראפגענומען]

LOL ITS GOOD

יידל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:22 pm

· #60475
זר זהב
אקעי, ווילסט איך זאל לינקען צו א ניוזפעיפער באריכט אדער צו וויקיפידיע?

א ניוזפעיפער...

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:30 pm

· #60476
אקעי, דא האט איר די טיימס באריכט איבער קארי ליידל פלעין קראך.

און דא איבער סאדאם כוסעין.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:52 pm

· #60479
דער "אור כשדים גאזעט" איז געווען אזוי איינזייטיג?... א פאלשער באריכט!

יידל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:09 pm

· #60482
זר זהב
דער "אור כשדים גאזעט" איז געווען אזוי איינזייטיג?... א פאלשער באריכט!

מידיא בייעס איז אלטע נייעס!

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:11 pm

· #60483
גוט!!

משה געציל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:48 pm

· #60516
[ציטאט אראפגענומען]

כא כא דו לץ איינער... די על-פלשתאי באריכטעט אז נאך א גרינטליכע אויספארשונג פון א גרופע גנעטיגער שטעלט זיך ארויס אז די גינעטישע שטריכן אויף יצחק׳ס געזיכט טוט קלאר אנדייטן אז ער האט די זעלבע שטריכן ווי אברהם און נישט פון אבימלכ׳ן. די וואס ווילן אראפ דערזען אבמילכ׳ן פון בענקל האבן פאברעצירט א פרישע טעאריע אז נעמליך ווען שרה איז געווען מיט אבימלכ׳ן האט זי געטראכט פון אברהם ממילא איז נישט קיין באווייז אז דאס איז זיין קינד. למעשה זענען די ווינסשאפטלער יא ביים מיינונג אז דאס קינד איז אברהמ׳ס זאגענדיג אז עס איז נישט נאר סתם גענעטישע שטריכן וואס טון אנטיידן אויף אברהם, נאר דאס גאנצע אויסשטעל פונם געזיכט (קלסתר- ווי עס ווערט אנגערופן אינעם סייענטיפישן שפראך) איז פון אברהם וואס דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז עס זאל קומן דורך א צווייטן.

sunbar » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:59 pm

· #60545
קען זיין דאס באלאנגט אין מאחורי... אבער, איך הער אז עס טוט זיך יעצט מיט פרעזידענט קלינטאן עפעס א מעשה מיט איינער פון זיין ווייסע הויז שטאב? ??

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:11 am

· #60551
sunbar
קען זיין דאס באלאנגט אין מאחורי... אבער, איך הער אז עס טוט זיך יעצט מיט פרעזידענט קלינטאן עפעס א מעשה מיט איינער פון זיין ווייסע הויז שטאב? ??

אלטע נייעס! ביזט אינעם גוטן אשכול.
---------
איין רגע, ברעיקינג אלטע נייעס! א מעכטיגער ערדציטערניש אין באם איראן, 30,000 טויט. אמעריקע שיקט הילף.

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:15 am

· #60553
איך ווייס נישט פאר וועמען צו וואוטן. ווער וועט בעסער קעיר נעמען פון א קאטאסטראפע? בוש אדער גאור? נאך אלע מעשיות, איז גאור לכאורה בעסער ווייל ער איז די וויצע. קוקטס ווי גוט די עקאנאמי איז יעצט אונטער קלינטאן. איך בין זיכער עז גאור האט א חלק אין דעם, ממילא איז ער בעסער פאר אונזער מדינה...

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:18 am

· #60557
אבער פון די אנדערע זייט האט גאור פיאנירט דעם טמא'נם אינטערנעט וואס איז א שטער פאר אונז אידן, איז לכאורה מוז מען וואוטען פאר בוש.

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:20 am

· #60558
עפעס שמועסט מען אז א קינד איז בטעות ארויפגעפלויגן אין א העליונים באלון העכער דענווער קאלאראדא, מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:26 am

· #60561
זר זהב
אבער פון די אנדערע זייט האט גאור פיאנירט דעם טמא'נם אינטערנעט וואס איז א שטער פאר אונז אידן, איז לכאורה מוז מען וואוטען פאר בוש.


אהא. הייסט אינטערנעט איז שוין אויך א שלעכטע זאך??

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:28 am

· #60563
יא, גאר שלעכט. איבערהויפט די וואס האבן א פילטער

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:31 am

· #60564
זר זהב
יא, גאר שלעכט. איבערהויפט די וואס האבן א פילטער


שלעכט אפילו פאר עלטערע מענטשן?

משה געציל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:32 am

· #60565
וואס איז דאס אינטערנעט? לויט ווי איך האב געהערט איז דאס א טעכנעלאגיע וואס ווערט גענוצט נאר פאר מיליטערישע געברויכן, עם איי מיסינג סאמטינג?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:33 am

· #60567
זקנים עם נערים

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:42 am

· #60572
זר"ל, ווען איז דיין בר מצוה?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:49 am

· #60575
אי"ה תשנ"ד אין קליימער טעררעס (כמעט זיכער)

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:50 am

· #60576
זר זהב
אי"ה תשנ"ד אין קליימער טעררעס (כמעט זיכער)


וועלכע רבנים קומען?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:55 am

· #60580
דעעשער רב, רז"ל ט"ב מגי"ש ישיבת צעירים, ר' אברהם מיללער דיין סערעט יארמע.
----------------
ברעיקינג אלטע נייעס! בערנארד קעריק וועלכער איז געשטעלט געווארן דורך בוש פאר סעקרעטערי אוו האמלענד סעקיוריטי, האט אומערווארטערט זיך ארויסגעצויגן און רעזיגנירט.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:07 am

· #60612
מען שמועסט אז דער קאמוניסטישער וואנט / אייזערנער פארהאנג אין בערלין פאלט בקרוב.
האפענטליך וועט גארבאטשאוו קאאפערירן.
זאל ה' העלפן די אידן דארטן זאלן שוין זוכה זיין ארויסצוגיין מעבדות לחרות.

מען האפט אז מען וועט גרינגער קענען צוקומען צו קברי צדיקים אין יענעם האריזאנט.

לאדיך אפ » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:33 am

· #60620
פרעזידענט קענעדי שווער פארוואונדעט נאכן געשאסן ווערן. ווער ווייסט צו ער וועט דורכלעבן?

שמואל הלוי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:49 am

· #60623
אין בארא פארק איז פארשוואונדן געווארן א קינד מיטן נאמען לייבי קלעצקי. דאס קינד האט געדארפט טרעפן זיין מאמע ביים ווינקל פון 13 און 49, אהיימקומענדיג צום ערשטן מאל אליין פון ביאנע דעי קעמפ, אבער דאס קינד איז נישט אנגעקומען. שומרים נעמט אונטער א מעכטיגע זוך אקציע.

אידן זאגטס תהלים פאר יהודה בן אסתר אז ער זאל ווי שנעלער אפגעפינען ווערן.

קליגער איד » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:11 am

· #60635
געכאפט סאדאם כאסען מער פרטים וועט נאכפאלגען

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:14 am

· #60636
קליגער איד
געכאפט סאדאם כאסען מער פרטים וועט נאכפאלגען

דאס האב איך שוין פריער געמאלדן! פארוואס קייסטע איבער אלטע נייעס?...

ווייס ווי שניי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:56 am

· #60657
איך האב געהערט היינט צופרי און מקוה אז עס גייט זיך עפענען א נייע אויסגאבע מיטן נאמען די צייטשריפט

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:03 pm

· #60665
ס'דרייט זיך ארום א שמועה אז מאבימלך נתעברה שרה

עפעס האב איך געטראפן דעקונג דא

היסטאריקער » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:12 pm

· #60670
א נייע פורם האט זיך געפענט פאר היימישע שמועסן און אנאליזן אונטערן נאמען ״קאווע שטיבל״

פאר א לינק ווענדט זיך אין אישי

מיקוה נייעס » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:40 pm

· #60681
עס האט זיך געפענט א נייע ת"ת און ק"י מיטן נאמען ויאל משה

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:41 pm

· #60682
ילד שעשועים ברענט, וואס גייט דארט פאר?

מיקוה נייעס » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:44 pm

· #60686
מען שמועסט אז יענע חברה האבן דאס אינטערגעצינדן

היסטאריקער » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:37 pm

· #60716
די אפיס פון ר׳ אהרן ט״ב ר״י פין סאטמארע ישיבה אין קר״י ברענט

איינער ווייסט ווער, פארוואס?

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:39 pm

· #60717
קוקט אויס מ'דארף שוין עפענען אזא אשכול אין צימעס...

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:39 pm

· #60718
מ'דארף באלד מאכן אן אלטע נייעס אשכול אין צימעס

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:39 pm

· #60720
בינגא

מ גפני » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:34 pm

· #60787
רוסלאנד גרייט זיך ארויף צו שיקן דעם ערשטן ראקעט צו די הויכע ספערן, איינער האט א לינק?....

יידל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:10 pm

· #60795
מ'שמועסט אז הבל בן אדם איז נעכטן ערמארדערט געווארן. עס איז דערווייל אומבאקאנט אונטער וועלכע אומשטענדן די מארד איז פארגעקומען, אבער טייל גאסיפ סייטס טענה'ן אז זיין ברודער קין איז פון די פארדעכטיגטע.

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:12 pm

· #60796
יידל
מ'שמועסט אז הבל בן אדם איז נעכטן ערמארדערט געווארן. עס איז דערווייל אומבאקאנט אונטער וועלכע אומשטענדן די מארד איז פארגעקומען, אבער טייל גאסיפ סייטס טענה'ן אז זיין ברודער קין איז פון די פארדעכטיגטע.


מען קען מיינען אז עס לעבן הונדערטע מענטשן....

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:15 pm

· #60797
אדם האט גערופן 911 קיינער האט נישט אויפגעהויבן

יידל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:36 pm

· #60805
באריכטען הייבן אן אריינצוקומען אז עס איז באשטעטיגט געווארן אז קין איז טאקע דער מערדער. לויט ווי די באריכטען געבן איבער ווערט קין אויסגעפארשט אין די מינוטן.

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:38 pm

· #60806
אויסגעפארשט ביי וועם? נישטא קיינער חוץ אדם. ס'מוז זיין אז דיינע נייעס קוועלער זענען הבל הבלים..

נס קאווע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:39 pm

· #60807
דורך וועם? דער איינציגסטער אויפן פלאץ (חוץ אדם וואס האט געקאלט 911 און קיינער האט נישט אויפגעהויבן) דארף נישט פארשן ער ווייס אלעס

נס קאווע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:41 pm

· #60808
קוקט מיר אויס ווי די טיים מאשין וואס מענטשן ווערן דארט פארלוירן אינם זייגער און טרעפן זיך מיט מענטשן פון הונדערטער יאהר צוריק...
בלאט: 1 2 3