אלטע נייעס...
136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2343
זר זהבמיר ווילן בעטן דעם עולם, אויב ווייסט איר פון עפעס אלטע נייעס, ביטע באריכט עס דא פאר'ן ציבור. א דאנק.
ביי קווין עליזאבעט פון ענגלאנד אויף די חתונה האט מען סערווירט שאמפיין אין גאלדענע בעכערס. אויך ביי , להבדיל, דעם אלטן נאנאשער רב'ס חתונה.
היסטאריקערזר זהבאה ענדליך, מיין ווייב האט מיר פארציילט אז די יולדת האט געהאט א שווערן פרעגנענסי, יעדעס מאל זי איז דערעך א שול אדער א קלויסטער האט זי געהאט יסורים. שוין ב"ה איטס אווער.
פון ווי ווייסט דיין וויב, זי האט גערעדט צו שם אדער עבר?
ניין. זי האט געדארפט רעדן צו די מאמע פון די בעיביס, יעקב און עשיו,
זייטס מתפלל פאר רבנו יואל בן חנה
זר זהבשמעקעדיגלאדיך אפא מיידעל, כ'מיין זי הייסט פעלדמאן, איז פארלוירן געווארן אין די מאונטענס. איינער ווייסט מער אינפא?
אפשר מיינסטו א פרוי פעלדמאן פארלוירן פון אידישן וועג? (דעבאורע פעלדמאן)?
נייון. דבורה איז נאך א וואוילע מיידעלע
און דאמאלס האט זיך נאכנישט געהייסן דבורה. און אויך נישט פעלדמאן. דעם נאמען האט זי ערשט שפעטער אויסגעטראכט.
עס קומט פאר עפעס א עלילת 75 מסיבה. דער וואס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אפדעיטן.. .
sunbarעס קומט פאר עפעס א עלילת 75 מסיבה. דער וואס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אפדעיטן.. .
דערווייל ווייסט נאך קיינער נישט מער פרטים..
א טעלעגראם יעצט אנגעקומען מיט די בשורה טובה אז דער סאקמאר רב הרב יואל ט"ב נ"י איז ארויס מאפילה לאורה, אנגעקומען יעצט אין די שווייץ.
sunbarעס קומט פאר עפעס א עלילת 75 מסיבה. דער וואס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אפדעיטן.. .
ס'האלט שוין ליידער א סאך ווייטער. פארקאש באטשי האט נישט געטון אזא גוטן דזשאב. אז דער חי' און עקלדיגע בריאה נחום איז געווארן אנגעגאסן מיט בליעטש איז אויך שוין נישט קיין נייעס.
berlbalagulehזר זהבמיר ווילן בעטן דעם עולם, אויב ווייסט איר פון עפעס אלטע נייעס, ביטע באריכט עס דא פאר'ן ציבור. א דאנק.
ביי קווין עליזאבעט פון ענגלאנד אויף די חתונה האט מען סערווירט שאמפיין אין גאלדענע בעכערס. אויך ביי , להבדיל, דעם אלטן נאנאשער רב'ס חתונה.
כ'האב מורא אז ביי דעם אלטן נאנאשער רב'ס חתונה איז ניטאמאל פלעסטיק קאפס געווען און שאמפיין האט מען אוודאי נישט געסערווט אין לאגער פערנוואלד נאך די מלחמה. אפילו קול-עיד צו פארבן דאס וואסער איז אויך נישט געווען.
[ציטאט אראפגענומען]
געהערטער אנאנים וועקט אייך אויף מען איז שוין אויף דערפריי! מסיבות וועלן שוין נישט פארקומען ווארשיינדליך אונטער מיליטערישע גראטעס!
אויב ס'איז אלט...עס איז נישט נייעס
געוואלד געשריגןאויב ס'איז אלט...עס איז נישט נייעס
חברה שטעלטס ענק אויס אין צוויי שורות! נאך פינעף בלעטער האט מען יעצט אנדעקט אז דער גאנצער בנין איז פעלערהאפטיג!
דארף מען דאס מודיע זיין פאר פותח האשכול ז"ל
קאווע טרינקערדארף מען דאס מודיע זיין פאר פותח האשכול ז"ל
I didn't have patience but now I understand
לאל
געוואלד געשריגןקאווע טרינקערדארף מען דאס מודיע זיין פאר פותח האשכול ז"ל
I didn't have patience but now I understand
לאל
?ז"ל
עוד מישהונאך א גאר לאנגע און שווערע רייזע איבערן ים, איז קריסטאפער קאלאמבוס ענדליך צוריק קיין אייראפע, מיט א דערקלערונג וואס האט איבערגעדרייט א וועלט. ער האט אנדעקט א נייע קאנטינענט.
אידן שפעקולירן, אז דאס וועט זיי ראטעווען פון די פילע שווערע און ביטערע גזירות, וואס קומען פאר אין שפאניע.
ברעיקינג: לויט ווי ר' אברהם גאנזאלעס, דער ראש הקהל פון קהל נדחי ישראל אין בארבאדאס געט איבער האבן פרייטאג נאכמיטאג געלאנדעט זעקס גלחים פון די פארשאלטענע אינקוויזיציע ביי די ים ברעגעס אין פארטא אלעגרע, בראזיל און זיי האבן מיט געברענגט מיט זיך אלע כלים וואס זענען געאייגנט אדורכצופיהרן פייניגונגען. מ'האט מורא אז זיי זאלן עס נישט ח"ו נוצן אקעגן יודן.
[ציטאט אראפגענומען]
און דעם גראם פון "אליך זעקו, גאווערנאר פאטאקי" וואס די לצים אין קרית יואל האבן אויפגעמאכט האט מען שוין דאמאלס אין כ"א כסלו תש"ה אויך געזונגען???
תגובה צו בערל בעל עגלה
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו. זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה. כ'קען נאך אראפברענגען דעם גאנצן סידור. ב"ה מיר האבן דערגרייכט דעם וואונדערליכן נאמבער פון טויזנט. כה יתן ה' וכה יוסיף.
איך הער א נייע משוגעת אז מען גייט אנהויבן אריינשטעלן ביי די אריינגאנג פון די מקואות טורנסטייל טירן, וועלכע וועט נישט אריבערלאזן נאר די באצאלטע!
שומו שמים! וואס איז נעקסט? א קאווע שטיבל מיט א טורנסטייל טיר און נאר ווער עס ווארפט אריין 50 צענט איז ערלויבט צו מאכן א קאווע?
ברעיקינג (תרתי משמע) נייעס.
יעצט, שמחת תורה ביינאכט, קומט אריין א מעלדוג, אז הרב אייזיק הארוויץ, זון פון ר' הערשלע, וואס איז ביז איצט געווען נכנע אונטער כ"ק אדמו"ר ומ"מ שליט"א, טיילט זיך אפ, און איז מייסד א נייע קהילה.
שמעקעדיגאיך הער א נייע משוגעת אז מען גייט אנהויבן אריינשטעלן ביי די אריינגאנג פון די מקואות טורנסטייל טירן, וועלכע וועט נישט אריבערלאזן נאר די באצאלטע!
שומו שמים! וואס איז נעקסט? א קאווע שטיבל מיט א טורנסטייל טיר און נאר ווער עס ווארפט אריין 50 צענט איז ערלויבט צו מאכן א קאווע?
אדער 50 זאכליכע תגובות
ברעקינג, סיני פאוסט ווייסט צו פארציילן אז נאך א לאנגן אומסוקסעספול רייזע, האבן די מלאכים דערגרייכט אן אפמאך מיט א קלוג אינטערסאנט פאלק. וועלעכע האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אונעם וויסטען מדבר סיני, (קוועלער געבן איבער אז דאס איז די זעלביגע וועלעכע האבן אריבער געשפרייזט דעם ים סוף), באריכטן קורסירן אז דער צוגאנג איז געווען עפעס מאדנע, מיט א פארשפרעכונג פון טוהן פארן הערן, אויב איינער וויסט מער דעטאלן ביטע מעלדן
א פריש פארפלאנטעטע סאמאטאכע
אינטערסאנט קיינער דא רעדט נאך נישט דערפון,, א פרישן שוידערליכע סקאנדאל האט עקספלאדירט ביי כלל ישראל, "זמרי בן סלוא" דער נשיא לשבט שמעון וועלעכער פארפיגט אויף אומגעפעהר 59 טויזענט נפשות, ווערט באשולדיגט און א גאר שאנדפולן פארצווייגטע ניבול אקט, נעמען זענען שוין פארעפענטליך, ---"כזבי בת צור", אנגעבליך פון א גאר אריסטראקראטישן קעניגליכע משפחה, ווערט געגלייבט צו זיין דער וויקטים, (געוויסע געבן אן אז עס געווען א פריי וויליגען מעשה, אלענפאלס, ס'איז נישט נוגע,) דער פרעסע האט זיך צו געכאפט ווי געבראטנס, (ראשאקאל, עפעס לינקס) א גוישען ריפארטער פון מואב זאגט ער האט נאך און זיין לעבן נישט געהערט איינער זאל בועל זיין אויף אזא ברייטן פארנעם, בקיצור. דער חילול השם איז הימל שרייענדיג, אין יעדען פאל, עס הערשט א גרויס צעמישעניש און אומקלארקייט, עטליכע חסידישע אינגעלייט געבען איבער פאר "מדין טרוביון" אז זיי קענען זמרי פערזענדליך, ער איז א גוטער מענטש, און עס איז "אומעגליך" ער איז באגאנגען אזא שאנדפולער אקט, בכלל באטוינען זיי. זענען אזאלעכע מעשים נישט שכיח צווישן אידן, און עס איז א פאלנער פרעכן בילבול, אויב איינער ווייסט מער דעטאלן, וואס נחום זאגט, אא"וו זאל מעלדן
JUST IN, קלאנגען ווערט פארשפרייט. אז דער זעלאשין דרייסטישער אייניקל פון אהרן הכהן וועלעכער איז אגב (נאך) א ישראל, באוואפענט מיט א שפיז. האט באשלאסן אן קיין ארדער פון קארט, צו ברענגן א סוף צו בן סלוא'ס לעבן. פארשאפענדיג דערביי א געוואלדיגן קידוש שם שמים
יא די וועלט רידערט... דא איז עס באריכטעט אינעם מואב גאזעטטע, א בייעסט גאסיפירישע צייטונג אנגעפריט דורך בלק'ס קינדער. (מערקט אן ווי זיי שרייבן נישט קיין שום טיטל אויף כזבי, ניטאמאל א "רעב".

שוין ווייטער מיט די חעוורע ערב רב וואס זוכן צו האקן אויף רבנים און נשיאים, גלייך גלייבט מען שמועות אויף א איד וואס האט א חזקת כשרות, ווייסט וויפיל אידישע קינדער ער האט שוין ארויסגעהאלפן? אז עפעס א זונה טראכט אויס א בילבול אלס נקמה גייסטו ענדערש גלייבן די "פריטי בלאנד"? אבירם מאכט שוין גאנצע צימעס אויף זיין האטליין, ער זאגט אז ער האט עדות, נא, אז ס'דא עדות ווי זענען זיי? דארף איך גלייבן אבירם קעגן א נשיא בישראל?
שבט שמעון איז מארגן א עלילת ארבעים שנה קאמפיין אינעם עצי שטים זאל.
ווער וויל זיך מצטרף זיין צו ענדיגן תהילים, זמרי בן סלוא לצאת זכאי בדין.
איך וועל זאגן א'-י"ט.
איך וועל זאגן "פרשת פנחס".
פנחס, אויך מיר א פארטרעטער פאר כלל ישראל, ווער געדענקט נאך ווער זיין זיידע איז געווען... דער בן פוטי גייט אונז איינרעדן אז ער זארגט זיך פאר כלל ישראל מער ווי משה רבינו, (איך האב אינסייד אינפארמעישען אז משה האט נישט געהייסן טוהן גארנישט פאר הקדוש זמרי), נאר וואס דען, פנחס האט אן אגענדע דא, און די גאנצע עולם נאראנים טאנצט מיט מיט זיינע פלענער, רבם דקרו!
שוין, נעבעך, יא! ער האט געלערנט אין לאנג ביטש. וואס? זיינע חברים זענען נישט געווען אין זיין צימער ווייל ס'איז געווען מוצאי, און רוב בחורים זענען אהיים.
כ'מיין ער הייסט ווייס, אינגאנצן צעשניטן, דער מגיד שיעור האט אראפגעצויגן זיין דאכענע און אים געטראפן צושטיקלט, מ'זאגט דער מגי"ש איז אינגאנצן אראפ פון זינען.
ווער, מן הסתם די מאפיא.
געפילטע! ביסט ממש א קליינע המן! ווי קענסטו דאס זאגן?
עס איז געווען ביי זמרי "הארד עווידענס", נישט בלויז א "הי-סעיד-שי-סעיד"!
הארד עווידענס שמארד עווידענס, קוק אויף מי ומי ההולכים, פון איין זייט האסטו א נשיא בישראל, וואס ווער ס'קען די משפחה ווייסט אז ער האט נאך קיין פליג נישט געטשעפעט, און גאנץ שבט שמעון שטייט מיט עם, זיי וויינען אלע, זענען אין קאשמאר, און קיינער גלייבט נישט אזא זאך אויף ר' זמרי, און פון די אנדערע זייט האסטו א אויסגעשפראכענע זונה, (קוק וויאזוי זי גייט אנגעטוהן, נעבעך) א מדינית, די טאכטער פון צור, און ווער ס'קען צור ווייסט וואס איך מיין, און יעדער ווייסט פארוואס זי האט זיך אריבערגעצויגן פון מדין קיין מחנה ישראל, זי האט געהאט איין מטרה, צו באשמיצן כלל ישראל, און יעצט זעט אויס ווי זי איז שיין מצליח, מיט די הילף פון אזעלכע סעלף העיטינג דזשאס ווי דו מיט דיינע חברים, און זי האט געטראפן עפעס א רעביש קינד, פנחס, (נעבעך ארויסגעפאלן פון די משפחה, האסט זיך קיינמאל נישט געווינדערט פארוואס ער טוהט נישט די עבודה אין משכן?) און ער איז ארויס אין א מלחמת חרמה קעגן "די עסטעבלישמענט" וואס פראטעקט אנגעבליך רעיפיסט... שיין זעמער אויס, די היצקאפ פנחס פון אלע מענטשען.
[ציטאט אראפגענומען]
נחום און זיין פרענד מ. ----פער האבן געמאכט זיכער (זיי זענען יעדן טאג ערשינען אין קאורט, אין דאונטאון מדין) אז זמרי בן סלוא איז ארויסגעקומען גילטי . שיעור פארגעסן. די פרעסס האט באריכטעט אז די "וויקטימס רייטס עדוואקעיט" פ. רייך איז אויכעט ערשינען אין קאורט צו געבן חיזוק פאר איהר פרענד די אנדערע צדיקת ר. דייטש (קרויס(.
ברעקיננ נויז!!!
הבחור החשוב כמר יוסל סאקס נ"י ( ז"ל) איז א חתן בשטו"מ מיט די כלה מרס ........ סאקס מעיר פישפיקלאדיין יצ"ו זי האט עם געגעבן נדן א רויטע ווען סימן טוב ומזל טוב יהיה לנו פרטים וועגען די זמן א חתנוה וועט נאכפאלגן
עס סאנט נישט אמת ווייל מיר אלע אברהם ווערצבערגער מיט לייבלע מיט עזריאל"נענען זענען דאמלס געפארן קיין נירדהאז מיט יוסל סאקס"ס תאנים(לפי התקנות) מיט זיין רויטע ווען די מגילה פין די גורל איז געווען אויפן דעשבארד סא נעקסט טיים דאבעל טשעק פאר די עפנסט אויף דיין פיסקל
הויז אין ווילי פאר סעיל
א גרויסע 8 פעמילי הויז צו פארקויפן אויף בעדפארד קאר ראטלידש .פרייז 4 הונדערט טויזנט
פייער-לעשער סעם טראט אויפן קאראן
אין אן עפיזאד פונעם בארימטע קינדער סעריע "פייער-לעשער סעם", דער בלאט אויף וועלכער עלוויס קרידלינגטאָן האט געטראָטן איז געווען א טייל פונעם קאראן. וואס האט געשען דערנאך איז געווען א פייער וואס איז זייער שווער געווען צו לעשן.
www.mako.co.il/hix-bizarre/Article-e996c0b4c4b2651006.htm (אין העברעאיש).