☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #2293

אשכול אן א טיטל #2293

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2293

— » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 8:39 pm

· #58860

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 9:00 pm

· #58865
פאר די וואס האבן ליב ספרי חב"ד איז דא אסאך שיינע ספרים דארט וואס גייען מיט א ריכטיגע סדר, וביותר די המשכים פון רבין רש"ב, נאר צו דעם דארף מען ממש צולייגן קאפ מיט געדולד. סזענען אבער דא גרינגערע ספרים פון חב"ד און רובם גייען נישט אויפן סדר הפרשיות.
אויב ממעג עס דא דערמאנען איז אורות הקודש פון הרב קוק א הערליכע מחשבה ספר וואס גייט מיט א געוואלדיגער סדר. [ווער סגלייבט נישט אין זיין ציונות קען פשוט איבערהיפען די שטיקלעך ווי ער רעדט פון ארץ ישראל וכו', רוב ספר איז סתם הערליכע מחשבה שטארק אויסגעבויט]
אין לומדות איז דא היינט אסאך שיינע ספרים וואס מקען ליינען און הנאה האבן, למשל די סעט מועדים וזמנים פון ר משה שטערנבוך וואס ברענגט אריין א מענטש אין די אלע לומדות פון די מועדים אויף א מייסטערהאפטיגע אופן. הרב זווין'ס ספר לאור ההלכה איז אויך זייער שיין.

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 9:27 pm

· #58871
אויב זוכסטו ריעל סטאף דאן נעם א חידושי ר' חיים על הרמב"ם און לערן עס דורך כסדר מיט אלע הגהות פון חזון איש.
אויב וויל מען לערנען פון די ראשונים ספרים אין לומדות באופן מסודר איז די שטערקסטער ספר ספר המצוות להרמב"ם די שרשים, דאס איז פון די איינציגסטע הלכה ספרים פון ראשונים וואס גייט אויף א סדר פון ענינים און נעמט דורך גאר יסודותדיגער ענינים אין לומדות, בפרט אז מלערנט דאס מיט די השגות פונם רמב"ן און די מפרשים וואס פארענטפערן די רמב"ם וכו'.
פארשטייט זיך מנחת חינוך ווייסט יעדער דאס איז א פלאץ זיך צו באקענען מיט ריעל סטאף פון לומדות גרינגערהייט.

אגב, איז טאקע זייער אינטרעסאנט פארוואס רוב אידישע ספרים און סדרי לימוד זענען אזוי נישט מסודר אז ס'איז א פחד, ווען נישט וואס מ'געוויינט אונז פון קינדווייז אן אז אזוי לערנט מען וואלט מען אין לעבן נישט געקענט לערנען אויף אזא צומישטע אופן.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:00 pm

· #58898
פשיהא, איך ווער פארלוירן נאר פון הערן אויסרעכענען די אלע נעמען פון ספרים און זייערע מחברים.
אזעלכע לומדים האמיר דא אין שטיבל, ואנכי לא ידעתי.

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:08 pm

· #58900
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס נישט א שטיקל בזיון התורה, לא תהא כהנת כפונדקית? קענען מיר נישט טאקע אויסשטעלן עפעס א נארמאלער מסודרדיגער סיסטעם וויאזוי צו לערנן? [ביי די מיידלעך איז דאכצימיר פיל מער מסודר, לפחות ביי די ווי מלערנט מער] נישט איין סיסטעם וואס יעדער זאל זיין מחוייב דערצו נאר לפחות עפעס א כללותדיגע קוריקעלם, דער מצב ווי סאיז היינט איז אז על פי רוב נישט דער רבי און נישט דער תלמיד ווייסט וואס ער וויל און וואס איז די מטרה ביים לערנען.
ר' מאטיל זילבער שרייט שוין לאנג אז מוואלט געדארפט אויסשטעלן די ישיבות אזויווי אקעדמיעא אז סדא קורסעס איבער כל מיני נושאים און יעדער לערנט וואס סלבו חפץ, דער לומדות דער חסידות דער קבלה דער מוסר דער הלכה דער חומש רש"י וכו', פארשטייט זיך אז געוויסע בעיסיקס דארף יעדער, אבער באופן כללי פארוואס דארף יעדער לערנען איין וועג?

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:20 pm

· #58906
צווישן די פיהלע זאכן מיט וואס דער ספר התניא שטייט ארויס מער ווי אנדערע איז טאקע דער סדר, עס איז לכאורה נישט דא נאך אזא מסודר'דיג ספר אין עבודה, ער הייבט אהן מיט וואס א נשמה איז, וואס איז דער כח השכל און די כוחות הנפש שבלב, וואס דארף מען טוהן און ווי אזוי מען קומט אהן דערצו.

און די וואס האבן ליב פסיכאלאגיע איז כדאי צו לערנען די מאמרים פונעם ריי"ץ, ער גייט אסאך אריין בעמקי כוחות הנפש בפרטי פרטיות.
[ציטאט אראפגענומען]

מסתמא מיינסטו דרך מצותיך פונעם צמח צדק.

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:36 pm

· #58914
[ציטאט אראפגענומען]

אמת אז די מזרחיסטישע ישיבות האבן עטוואס מער סדר, אבער אויך נישט אזויווי אין קאלעדזש. די סדר הלימודים וואס ער האט גערעדט מיטן נזיר מיין איך אז למעשה איז עס נישט צושטאנד געקומען [און סדא דארט גאר אינטרעסאנטע חידושים, ודי בזה כאן]. בפועל אין מרכז וכו' איז דא א סדר אויף השקפה אבער מען לערנט דארט נאר כוזרי מהר"ל און ספרי הרב קוק. [אויך בעסער ווי גארנישט אדער נאר ויוא"מ ועל הגאולה]

משה געציל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 12:34 am

· #58919
[ציטאט אראפגענומען]

פאר איינער וואס איז פרעמד אין שב שמעתתא, איז דא צו באקומען א ספר שמעתתא המבוארת וואס איז הפלאדיג׳ע ארבעט.
אז דו רעדסט פון די פריעדיגע אחרונים דארף מען אויך צוצייכענען צום שאגת ארי׳ וואס איז אויך צוטיילט לויט ענינים, הגם עס האט אפשר נישט די טיפקייט ווי דעם שב שמעתתא, דאך איז עס מלא מיט געשמאקע און אינטערעסאנטע חידושים.
[ציטאט אראפגענומען]

מען קען אויך צולייגן שיעורי רבי שמואל פון רבי שמואל רוזובסקי (נישט אויסמישן מיט חידושי רבי שמואל), הגם עס גייט יא אויפן סדר הש״ס, דאך איז עס נישט איינגעטיילט לויטן דף, נאר עס איז צוטיילט לויט די סוגיא ממילא קען מען דורך טון א געוויסע סוגיא נישט על סדר המסכת דוקא. די מעלה פון שיעורי רבי שמואל איז סיי די עצם דרך הלימוד פון רבי שמואל (וואס קומט בעיקר פון זיין רבי׳ רבי שמעון שקאפ, ווי אויך פון בריסקער רב) אזוי אויך איז די שפראך דארטן נאך לייכטער ווי אין שערי יושר.
[ציטאט אראפגענומען]

די מעלה פונעם נודע ביהודה און פון אבני נזר אין פארגלייך צו אנדערע באקאנטע תשובה ספרים -א שטייגער ווי די תשובות חתם סופר- איז די גרינגע שפראך וואס מען טרעפט זעלטן אין די פריערדיגע תשובה ספרים. נאך צוויי תשובה ספרים וואס קען זיין אינטערעסאנט איז שו״ת ארץ צבי פונעם קאזוגלאבער רב, און שו״ת אמרי יושר פון ר׳ מאיר אריק, די צוויי זענען פיל מיט באמבאסטישע חידושים און טיפע סברות.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 12:59 pm

· #59006
איך וויל זיך אויך באדאנקען פאר קופערניקס און די אנדערע. זייער אינטערעסאנטע איפארמאציע. יעדער טרעפט עפעס וואס איז פאר זיין שורש נשמה. איך גלייב אז איך בין פון אן אנדערן שורש געקנאטן. איך לערן יעדן טאג פאר'ן דאווענען ברך משה על הסדר (נישט פרשיות) און ב"ה ספעלט מיר גארנישט.

משה געציל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 2:31 pm

· #59027
[ציטאט אראפגענומען]

פון די אלע דריי וואלט איך געזאגט אז די גרינגסטע וואלט געווען נחלת משה, הגם זיינע ספרים זענען נישט אפשר אזוי טיף ווי די אנדערע ישיביש׳ע דאך איז עס זייער געשמאק און זייער קלאר געשריבן. אויך וואלט איך מציע געווען חידושי רבי נחום פון רבי נחום פורצביץ, אנדערשט ווי רוב ספרי הישיבות קריכט ער נישט ארויף קיין בערג און טאלן צו טרעפן עפעס א דקותדיגן יסודותדיגן קוועטש, נאר ער איז בעיקר זיך מעמיק אין עומק הפשט מיט א מוראדיגע קלארקייט.
בנוגע ברכת אברהם ווייס איך נישט פארוואס דו האסט עס אריינגעשטעלט אין די קאטעגאריע פאר מתחילים, לדעתי איז עס היבש שווערער ווי די אנדערע צוויי וואס דו האסט אויסגערעכנט, הן בנוגע זיין שפראך וואס איז געשריבן מער בדרך קצרה, ווי אויך זיינע סברות און חילוקים וואס זענען מער דקות׳דיק ווי די אנדערע.

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 3:49 pm

· #59046
זר זהב
איך לערן יעדן טאג פאר'ן דאווענען ברך משה על הסדר (נישט פרשיות) און ב"ה ספעלט מיר גארנישט.

נאכן וויסן אז די ים האט געהאלטן שכר מצוה בהאי עלמא ליכא און עצמות יוסף האבן זיך געדינגן, האסטו נאכאלץ נישט גענוג סיפוק ארויסצוקריכן פון סארווייוועל מאוד?

אדער אפשר דאווענסטו נישט...?

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 8:01 pm

· #59135
זר זהב
איך וויל זיך אויך באדאנקען פאר קופערניקס און די אנדערע. זייער אינטערעסאנטע איפארמאציע. יעדער טרעפט עפעס וואס איז פאר זיין שורש נשמה. איך גלייב אז איך בין פון אן אנדערן שורש געקנאטן. איך לערן יעדן טאג פאר'ן דאווענען ברך משה על הסדר (נישט פרשיות) און ב"ה ספעלט מיר גארנישט.


איך האב דוקא אויך ליב ברך משה, עס איז א שיין ספר, איך קוק אמאל אריין דארט.

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 8:06 pm

· #59136
לגבי חסידות האב איך געזעהן זייער א שיין ספר, שפתי חן, א הקדמה צו לערנען און פארשטיין ספרי חסידות, וואו ער איז זייער שיין מסביר די קאנצעפטן וועלכע מען טרעפט אין די ספרי חסידות. עס איז א געוואלדיגע ארבעט, דער יסוד דערפון איז געשריבן געווארן דורך ר' שמואל קרויס ז"ל, אבער דער עיקר ארבעט איז געמאכט געווארן און ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין תלמיד ר' חיים הערש מענדלאוויטש.

עס איז געמאכט ממש פאר מתחילים, און ער צולייגט עס זייער שיין.

אוהב דעת » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 9:01 pm

· #59146
לעיקוואד
פאר די וואס האבן ליב ספרי חב"ד איז דא אסאך שיינע ספרים דארט וואס גייען מיט א ריכטיגע סדר, וביותר די המשכים פון רבין רש"ב, נאר צו דעם דארף מען ממש צולייגן קאפ מיט געדולד. סזענען אבער דא גרינגערע ספרים פון חב"ד און רובם גייען נישט אויפן סדר הפרשיות.
אויב ממעג עס דא דערמאנען איז אורות הקודש פון הרב קוק א הערליכע מחשבה ספר וואס גייט מיט א געוואלדיגער סדר. [ווער סגלייבט נישט אין זיין ציונות קען פשוט איבערהיפען די שטיקלעך ווי ער רעדט פון ארץ ישראל וכו', רוב ספר איז סתם הערליכע מחשבה שטארק אויסגעבויט]
אין לומדות איז דא היינט אסאך שיינע ספרים וואס מקען ליינען און הנאה האבן, למשל די סעט מועדים וזמנים פון ר משה שטערנבוך וואס ברענגט אריין א מענטש אין די אלע לומדות פון די מועדים אויף א מייסטערהאפטיגע אופן. הרב זווין'ס ספר לאור ההלכה איז אויך זייער שיין.

איך גלייך שטארק רב קוק אבער זיין שפראך איז שווער ,איז דא ערגעטץ איבערגעשריבען זיינע חידושים אויף א גרינגע שפראך ?איך וואלט מסתמה גרינגער פארשטאנען אויף ענגליש.....

אוהב דעת » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 9:03 pm

· #59147
געטראפען <a class="postlink" href="http://www.ravkook.net/">http://www.ravkook.net/</a>

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 11:36 pm

· #59182
[ציטאט אראפגענומען]


ניין, דאס איז זייער ווייט פון קבלה, דאס איז יסודות פון ספרי חסידות. מען טרעפט די זאכן זייער אסאך אין ספרי חסידות, און אויב האט מען נישט די יסודות, איז זייער שווער זיך צו טרעפן די הענט און די פוס ביים זיי לערנען.

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 11:08 am

· #59286
ייש"כ
תפסת מרובה לא תפסת.
כ'ווייס שוין נישט וואו אנצוהייבן

וואס איז מיט ?
דברי אברהם
דברי יצחק
דברי יעקב
דברי משה
ויחי יעקב
ויחי יוסף
תורת משה
תורת אליעזר
תורת אברהם
תורת יעקב
שפתי דוד
שפתי שלמה
שפתי תהילה
שפתי תפילה
שערי תורה
שערי עבודה
שערי שמים

הדד בן בדד » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 7:57 pm

· #59524
אקעי, אפשר קען מען טאקע מאכן דא א שטיקל סדר.

לאמיר דא מאכן א שטיקל רשימה, מסודר איינס נאך איינס. וועלכע ספרים זענען גוט אויף אריינצופירן דעם מענטש אין א געוויסן נושא, וועלכע איז פאר א בעגינער, און וועלכע קומט נאכדעם.

למשל, אויף חסידות האב איך דא געברענגט דעם ספר שפתי חן, וועלכע איז טאקע נישט פון א קדמון, אבער עס איז א געוואלדיגע ארבעט. יעצט, אויב איינער האט שוין דורכגעלערענט שפתי חן, וואס קומט נאכדעם, תניא? אנדערע ליובאוויטשער ספרים? ברסלב? ר' צדוק? לאמיר כאטש ארויסקומען מיט עפעס קראנט.

דאס זעלבע אויף לומדות, וועלכע איז פאר א בעגינער? שב שמעתתא? שערי יושר? און וועלכע קומט נאכדעם.

דאס זעלבע מיט מחשבה, לאמיר גיין איינס אויף איינס. פליז, ווער עס קען, קופערניקוס און אלע אנדערע, פליז טוט קאנטריביוטירען צו דעם רשימה.

א גרויסער יישר כח

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 8:42 pm

· #59529
ווענט זיך וועם, סדא אזעלכע וואס סאיז זיי בעסער אנצופאנגען מיט היינטיגע מער מוסברדיגע ספרים, למשל חסידות מבוראת אין חסידות, אדער ר' חיים פרידלענדער'ס ספרים אין מוסר, [שפתי חיים?], אדער שב שמעתתא המבואר וכדו', רב זעווין, אין לומדות. און סדא אזעלכע וואס פאר זיי איז די בעסטע גיין גלייך צו די ריעל סטאף ווי תניא, ר' צדוק, וכו'. די וועלן זיך מער וייניגער אליינס טרעפן וואס זיי זיכען עכ"פ נאך איין אדער צויי ביגינער ספרים.

סווענדט זיך אויך וואס דו ווילסט אנקומען, צו וואסארא שניט אין חסידות? אין לומדות? יעדער איינער פון די דערמאנטע האט דאך א צוייטער גאנג,

אויב חב"ד איז כדאי פאר א ביגינער חסידות מבוארת, דערנאך אפשר מאמרים פון ריי"ץ, די קונטרסים פון רש"ב, מאמרים ושיחות פון לעצטער רבי [די ערשטער פאר בענדער ליקוטי שיחות האט ער עקסטער געשטעלט די מאמרים מער געאייגנט פאר מתחילים]. אויך איז מומלץ אנפאנגען מיט דרך מצוותיך בפרט שרש מצוות התפלה.

אויב אנדערע סארט חסידות איז כדאי אנפאנגען מיט צדקת הצדיק פון ר' צדוק, וואס גייט אויך מער וייניגער לויט ענינים און איז גרינג צו לערנען. ספרים עה"ת איז גוט שם משמואל, ישמח ישראל.

אויף ברסלב איז נישטא בעצם אזעלכע מסודר דיגע ספרים, אפשר משיבת נפש והשתפכות הנפש וואס זענען אויף קלארע נושאים און גרינג [משיבת נפש אויף חיזוק, השתפכות הנפש אויף התבודדות], פון ר' נחמן'ס ספרים קען מען אנהייבען מיט שיחות הר"ן וואס איז זיין גרינגסטע ספר און ענהאלט מעשיות מוסר רמזים חסידות. היינט איז אויך דא ליקוטי מוהר"ן מיט פארשידענע ביאורים וואס מקען גרינג לערנען און פארשטיין מער וייניגער. מקען זיך אויסוועלן די קלארערע שטיקלעך ליקוטי מוהר"ן. אין ליקוטי הלכות איז אויך דא אסאך גאר געשמאקע גרינגע און ברייט אויסגעשמועסטע שטיקלעך מדארף עס נאר טרעפן.

אויב וויל מען ארייגיין מער ערנסט אין קבלה ומחשבה איז כדאי אנפאנגען מיט רמח"ל, דרך ה', דערנאך דעת תבונות, דערנאך קל"ח פתחי חכמה. מער ערנסט קען מען לערנען פרדס רמונים פון רמ"ק וואס איז שטארק מסודר, אדער אור נערב פון עם.

הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:18 am

· #59585
[ציטאט אראפגענומען]


איך פרעג יא ווייל איך בין אן עם הארץ. איך וויל אבער אנהייבן לערנען, און פון דאס ביסל וואס איך האב געלערנט שפתי חן, כאטש דער מחבר איז געווען אן איש פשוט (לפי דבריך. איך האב אים נישט געקאנט) קוקט עס מיר אויס צו זיין שוה לכל נפש, פאר א בעגינער, וואס וויל לערנען חסידות. אדרבה, רעד: עלי שור פון ר' שלמה וואלבע איז אויף חסידות, אויב יא וועל איך עס קויפן.

נאטירליך » זונטאג מאי 10, 2015 11:07 pm

· #273923
אוהב דעת
[
איך גלייך שטארק רב קוק אבער זיין שפראך איז שווער ,איז דא ערגעטץ איבערגעשריבען זיינע חידושים אויף א גרינגע שפראך ?איך וואלט מסתמה גרינגער פארשטאנען אויף ענגליש.....

עס איז דא שווערערע און לייכטערע ספרים פון אים פון זיינע תלמידים זאגט מען אריינצוקומען אין זיין תורה דארף מען אנהייבן פון זיינע בריוון.
אויך איז דא אסאך הערליכע ספרים פון אים וואס עס איז נישט אזוי באקאנט, ווי עין אי"ה אויף אגדות הש"ס ע"ד פון מהר"ל אויף מסכת ברכות און שבת ועוד
אויך איז דא שמונה קבצים און פניני מהראי"ה וואס איז גענומען פון זיינע כתבים געשריבן אויף א וועג אביסל ווי ר' צדוק'ס ספרים אן א ספעציעלע סדר, הערליכע (און אסאך לייכטע) נפלא'דיגע שטיקלעך אין עבודה און השקפה אז מען קען זאגן מי שלא ראה אור זה לא ראה אור מימיו

הקטן » מאנטאג מאי 11, 2015 2:18 pm

· #274049
הכשרת האברכים קען זיין א גיט ספר פאר חסידות פאר דאמיס

איש חזון » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:11 pm

· #346502
[ציטאט אראפגענומען]

צ"ל "משמרת חיים" (שאגב, כבר יצא לאור חלק ד').

איש חזון » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:28 pm

· #346505
[ציטאט אראפגענומען]

אפהאנדלונג איבער דעם (מרב יהושע ענבל) אין פורום אוצר החכמה.

מודיעין » זונטאג אוגוסט 21, 2016 12:03 am

· #346555
פאר מתחילים אין חסידות ווי האט מען געקענט פארגעסן פון נתיבות שלום, (לרש"נ מסלאנים), בעיקר ח"א וואס רעדט פון כלליות'דיגע נושאים, תורה עבודה, תפלה, און חסידות אליין שמועסט ער זייער שיין אויס, באזירט אויף די יסודות און לשונות פון ראשונים, און פריערדיגע ספרי חסידות, מיט א גאלדענע שפראך שוה לכל נפש.

אויך די הקדמה אויף תורת אבות, איז זייער שיין אראפגעלייגט דרך החסידות בכלל, און בעיקר חסידות לעכעוויטש קאברין סלאנים, אויף א מייסטערהאפטן אופן, און אויך די הקדמות, אויף די אנדערע ספרי סלאנים, איז הערליך שיין, מעשה אומן.

חוקר ודורש » מאנטאג מאי 13, 2019 12:25 am

· #430295
זייער א שיינע אשכול, איך וואלט געוואלט צולייגען דעם ספר כסף נבחר, וואס איז כולל אין זיך 160 כללים, דהיינו ער גייט לויטן אלף בית און ער טוט דורך סוגיות פון ש״ס, למשל ביי אלף הייבט ער אן די ערשטע פון ״אגלאי מילתא למפרע״ וכו׳, ער ברענגט איבעראל אין ש״ס ווי מען רעדט פון דעם און אויך ברענגט ער די גדולי הראשונים ער איז מברר ומלבן נאכדעם גייט ער צום פסק, הערליך שיין אזוי טוט ער דורך 160 סוגיות, דער מחבר האט געהייסן רבי ברוך בענדיט גיאייטין זצ״ל, אב״ד העדיעס אין אונגארין, עס האט אן הסכמה פונעם חתם ספר און פון זיין רבי רבי משה מינץ ועוד גדולי ישראל, דער חתם סופר שרייבט און זיין הסכמה ״הספר הזה יהיה מורה דרך ללומדי תורה״!, די ספר איז געווען נפוץ און אונגארישע ישיבות אבער אזוי ווי אסאך זאכן ליידער איז דאס אויך פארגעסן געווארן
בנוגע הלכה, ווער עס זיכט א ספר וואס טוט דורך ״כל התורה כולה״, אלע הלכות אין די תורה, אנגעהויבן פונעם מקור ביזן פסק אין שלחן ערוך און ווייטער, וועט דאס טרעפן אין דעם ספר ״ערוך השלחן״, און ווער עס זיכט צו לערנען חומש צוזאמען מיט די דרשות חז״ל לקיים מה שנאמר והיו לאחדים בידך, קען דאס טרעפן אין זיין זון׳ס ספר ״תורה תמימה״

וואלווי » מאנטאג מאי 13, 2019 11:17 am

· #430328
איש חזון
[ציטאט אראפגענומען]

צ"ל "משמרת חיים" (שאגב, כבר יצא לאור חלק ד').


ס'איז אינטערסאנט צו באמערקען ווי אזוי דער ספר איז געווארן. הרב שיינבערג האט געהאט א מנהג ליל שישי פארצולייגען פאר די תלמידים א לומדישע קשיא פון צוויי אנדערע מקומות אין ש"ס אדער הלכה וואס אויווען אויף האט אויסגעזען ווי א שטיקל סתירה איינער מיט'ן צווייטען, ער האט נאך דעם, ביזדערווייל, גארנישט ג'ענפערט אויף דעם. ביני לביני איז געווארן א ריתחא דאורייתא צווישען די תלמידים, זה אומר כה וזה אומר כה, נאך וואס מ'האט זיך אויס גע'טענה'ט האט ער ווידער גענומען דאס ווארט, און אוועקגעשטעלט די יסודות צווישען די שני דברים המכחישים קלארערהייט. פון דעם איז נתחבר געווארן די חיבור.

נישט נאר די ספר אליינס איז א גוטע התחלה אין כללי לומדות, נאר אויך דער אופן ווי אזוי ער האט דאס דעליווערד איז אויך געוווען א גוטע התחלה פון טראכטן אליינס אויף אן עיונ'דיגע ווען. אינ'ם ספר ווערט געברענגט נישט נאר ישיבה'שע נושאים נאר אויך אורח חיים און יורה דעה'דיגע נושאים

חוקר ודורש » מאנטאג מאי 13, 2019 5:26 pm

· #430354
יא רבי חיים פנחס זצ״ל איז געווען פון די יחודים צווישען די ראשי ישיבות וואס זענען אויך געווען מורי הוראה, ער איז געווען ראש ישיבת תורה אור, און רב פון קרית מטרסדורף, ער איז געווען אן איידעם ביים באקאנטען All for the boss, ער איז געווען א תלמיד פון רבי משה סולובייציק און פון זיין זוהן רבי יוסף דוב נאך אין באסטון, ער איז שטארק געווען באקאנט מיט זיין צענדליגע טלית קטן׳ס וואס ער האט געטראגען וואס האבן אים געמאכט אויסקוקן ווי א גרויסע מענטש, דער ספר ווערט אנגערופן משמרת חיים ווייל די שיעור וואס איז געווען ליל שישי האבן זיי דארט אנגערופן ״משמר״


Sent from my iPhone using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 13, 2019 5:30 pm

· #430355
מיין טאטע האט מיר געקויפט דער ספר ווען איך בין געווען א אינגעל, ווילענדיג אז איך זאל זיך נעמען טראכטען. איך האב אבער ווייניג געקוקט דערין, ווייל איך בין געווען פויל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

א אידיש קינד » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:10 pm

· #542932
איש חזון #
[ציטאט אראפגענומען]
אפהאנדלונג איבער דעם (מרב יהושע ענבל) אין פורום אוצר החכמה.
אגב ער איז דא נאך א גאר לומדיש ספר פון איהם, ’דרכי משה’, צוויי חלקים

א אידיש קינד » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:12 am

· #542984
[ציטאט אראפגענומען]
ווער רעדט יעצט פון רבי חיים?

moody » מיטוואך יאנואר 3, 2024 11:28 pm

· #543570
לעיקוואד #
[ציטאט אראפגענומען]
איז דאס נישט א שטיקל בזיון התורה, לא תהא כהנת כפונדקית? קענען מיר נישט טאקע אויסשטעלן עפעס א נארמאלער מסודרדיגער סיסטעם וויאזוי צו לערנן? [ביי די מיידלעך איז דאכצימיר פיל מער מסודר, לפחות ביי די ווי מלערנט מער] נישט איין סיסטעם וואס יעדער זאל זיין מחוייב דערצו נאר לפחות עפעס א כללותדיגע קוריקעלם, דער מצב ווי סאיז היינט איז אז על פי רוב נישט דער רבי און נישט דער תלמיד ווייסט וואס ער וויל און וואס איז די מטרה ביים לערנען.
ר' מאטיל זילבער שרייט שוין לאנג אז מוואלט געדארפט אויסשטעלן די ישיבות אזויווי אקעדמיעא אז סדא קורסעס איבער כל מיני נושאים און יעדער לערנט וואס סלבו חפץ, דער לומדות דער חסידות דער קבלה דער מוסר דער הלכה דער חומש רש"י וכו', פארשטייט זיך אז געוויסע בעיסיקס דארף יעדער, אבער באופן כללי פארוואס דארף יעדער לערנען איין וועג?
ר' חיים הירשונזון, א פיגור וואס איך וואלט געגלייבט אז ער האט אן אשכול דא, רעדט זיך שטארק אפ אויף דעם פראבלעים, און ער האט אויך פראבירט עס צו לעיזן מיט דעים ספר: 📎 Web capture_3-1-2024_232135_beta.hebrewbooks.org.jpeg https://beta.hebrewbooks.org/33004
וכו דבריו בהקדמתו: 📎 snapshot.png איך מיין אז אין זיין ירחון וואס ער אנגעהויבן ארויסצוגעבן (קתדרא?) איז ער אויך שטארק פארנימען דערמיט

מדי עייני בו המו מעי פון די געשמאקע לשון קודש וואס מ'טרעפט זעלטן אידערויסן משכילי עם בעידן צמיחת חכמת ישראל און קומט צו אן אפשטעל מיטן שואה, רח"ל