פאעזיע (שירי חול) פון רבותינו הראשונים
געווען פון די ראשונים וואס האבן אין די צייט וואס זיי האבן נישט עוסק געווען בתורה, עוסק געווען אין אנדערע חכמות. איינס פון די מערסט-פאפולערע חכמות איז געווען די חכמת-הפיוט, אדער ווי מ'רופט עס דא אין קאווע שטיבל, די קונסט פון פאעזיע. און איך רעד נישט שירים און פיוטים וועלכע באנעמען זיך מיט קודש'דיגע מאטיפן, פון וועלכע מ'האט שפעטער געמאכט יוצרות צו זמירות לשבת קודש נאר פשוט'ע שירי חול, וואכעדיגע פאעזיע וועלכע באנעמען זיך מיטן טאג-טעגליכן לעבן. (עס זענען אויך געווען די וואס פלעגן שרייבן זאגאר שירי אהבה, איבער זיי זעט דעם אשכול דא).
איך טו ווידמען דעם אשכול פאר די סארט פאעזיע.
איך וועל אנהייבן מיט א שיינעם פיוט פון אחד מגדולי רבותינו נ"ע, רבי אברהם בן מאיר אבן עזרא, באקאנט ביים המון-עם אלס דער אבן עזרא. עס איז ברייט באוואוסט אז דער אבן עזרא איז געווען א היבשער שלימזל, געליטן פון ארעמקייט, און נישט געלעקט צופיל האניג אויף דעם וועלט. אסאך פון זיינע פאעמעס זענען ארום דעם מאטיף פון שלימזלות און בטלנ'ישקייט. א גוטער ביישפיל צו אזא פאעמע איז די פאלגענדע פאעמע אין וועלכע דער אבן עזרא רעדט זיך אפ איבער די פליגן (אדער מאסקיטאען) וואס מאכן אים נערוועז, און ער דאנקט גאט אז אין די ווינטער שטארבן זיי אויס:
מחבר: רבי אברהם אבן עזרא
משקל השיר: משקל המרובה.
טעקסט: וויקיטעקסט
נקודות: אני הדל
טייטש: כנ"ל
1. לְמִי אָנוּס לְעֶזְרָה מֵחַמָסִי? / אֲשַוַּע מִפְּנֵי שׁוֹד הַזְבוּבִים!
2. אַשֶׁר לֹא יִתְּנוּ הָשֵׁב לְרוּחִי, / בְּכָל כּוֹחָם יְעִיקוּנִי כְאוֹיְבִים,
3. וְעַל עֵינַי וְעַפְעַפַּי יְרוּצוּן, / בְּאָזְנַי יֹאמְרוּ שִׁירֵי עַגָבִים.
4. אֲדַמֶּה לֶאֱכֹל פִּתִּי לְבַדִי - / וְהֵם בּוֹ יֹאכְלוּ כִּדְמוּת זְאֵבִים,
5. וְעוֹד יִשְׁתּוּ בְכּוֹס יֵינִי, כְּאִילוּ / קְרָאתִים כְּאַהוּבִים אוֹ קְרוֹבִים.
6. וְלֹא יִרְצוּ לְבַד חֶלְקָם; פְּקַדְתִּים / בְּיֵין עַתִּיק וּמִשְמַן שֵֹה כְשָֹבִים,
7. וְיִמְעַט! רַק אֲכֹל מֵאֲשֶׁר לְפָנַי, / לְיֵין מִשְׁתִּי וּפַּת אָכְלִי תְאֵבִים!
8. וְכִי אֶקְרָא מְיוּדָעַי לְאָכְלָה - / וְהִנָם יוֹשְׁבִים רֹאשׁ הַמְסוּבִּים!
9. יְקַו לִבִּי סְתָו, כִּי הוּא יְכַלֵם / בְּקוֹר רוּח שְׁלָגִים אוֹ רְבִיבִים,
10. וְלוּלֵי זֹאת אֲנִי קָץ מִפְּנֵיהֶם / בְּכֵן אוֹדֶה לְיוֹשֵׁב הַכְּרוּבִים!
-----
פרייער איבערזעצונג:
1. צו וועמען זאל איך לויפן פאר הילף איבער די רויב וואס מען טוט מיר אפ? / איך טו שרייען איבער די רויב פון די פליגן!
2. וועלכע טוען מיר נישט ערלויבן זיך צו בארואיגן / מיט זייער גאנצע כח טוען זיי מיר דערקוטשענען ווי פיינט,
3. און אויף מיינע אויגן און אויגנברעמען טאנצן זיי / אין מיינע אויערן זינגן זיי אריין מיאוס'ע געזאנגען,
4. איך רעד מיך אין אז איך וועל עסן מיין ברויט אליינס / און זיי עסן דערפון ווי זיי וואלטן געווען וועלף,
5. און זיי טוען גאר טרונקען פון מיין וויין, כאילו / איך וואלט זיי גערופן ווי פריינט אדער נאענטע!
6. און זיי זענען נישט צופרידן מיט וואס זיי באקומען; איך בין צו זיי געקומען / מיט אלטע וויין און די פעטנס פון שעפסעלעך,
7. און ס'זיי נישט גענוג! נאר עסן פון מיין עסן / צו מיין וויין וואס איך טרונק און צו מיין ברויט וואס איך עס זענען זיי זעט!
8. און אז כ'וועל רופן מיינע באקאנטע צו עסן / וועלן די פליגן זיך זעצן אויבן-אן!
9. מיין הארץ ווארט אויף ווינטער, ווייל ער (דער ווינטער) וועט זיי פארלענדן / מיט א קאלטע ווינט פון שניי אדער רעגן
10. און ווען נישט דאס (ד.מ. ווינטער) וואלט איך זיך שוין פאר'מיאוסט [פון מיין לעבן] צוליב זיי / אויף דעם טו איך לויבן דער וואס זיצט אויבן.
-----
פאר די וועלכע האבן נישט נקודות אויף זייער סמארטפאון:
1. למי אנוס לעזרה מחמסי? / אשוע מפני שוד הזבובים!
2. אשר לא יתנו השב לרוחי, / בכל כוחם יעיקוני כאויבים,
3. ועל עיני ועפעפי ירוצון, / באזני יאמרו שירי עגבים.
4. אדמה לאכול פיתי לבדי - / והם בו יאכלו כדמות זאבים,
5. ועוד ישתו בכוס ייני, כאילו / קראתים כאהובים או קרובים.
6. ולא ירצו לבד חלקם, פקדתים / ביין עתיק ומשמן שה כבשים,
7. וימעט - רק אכול מאשר לפני, / ליין משתי ופת אכלי תאבים!
8. וכי אקרא מיודעי לאוכלה - / והינם יושבים ראש המסובים!
9. יקוו לבי סתו, כי הוא יכלם / בקור רוח שלגים או רביבים,
10. ולולי זאת אני קץ מפניהם / בכן אודה ליושב הכרובים!

למי אנוס לעזרה