☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שירי אהבה פון רבותינו הראשונים ז"ל

שירי אהבה פון רבותינו הראשונים ז"ל

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1772

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:21 am

· #43042
שירי אהבה פון רבותינו הראשונים ז"ל
אין אייוועלט האב איך אנומעלט געזען אראפגעבראכט דעם פאלגענדן שיר פון ר' שלמה אבן גבירול:

שָׁלוֹם לְךָ, דּוֹדִי הַצַּח וְהָאַדְמוֹן,
שָׁלוֹם לְךָ מֵאֵת רַקָּה כְמוֹ רִמּוֹן,
לִקְרַאת אֲחוֹתְךָ רוּץ, צֵא נָא לְהוֹשִׁיעָהּ
וּצְלַח כְּבֶן יִשָׁי רַבַּת בְּנֵי עַמּוֹן"
"מַה לָּךְ יָפֵה פִיָּה , כִּי תְעוֹרְרִי אַהֲבָה
וּתְצַלְצְלִי קוֹלֵךְ כַּמְעִיל בְּקוֹל פַּעֲמוֹן?
הָעֵת אֲשֶׁר תַּחְפּוֹץ אַהֲבָה - אֲחִישֶׁנָּה
עִתָּהּ, וְעָלַיִךְ אֵרֵד כְּטַל חֶרְמוֹן

אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?
דאס ברענגט מיר צו וואונדערן איבער די אלע שירי אהבה פון אונזערע ראשונים וואס די היינטיקע באהאלטן פון אונז. לויט ווי איך הער איז דא א גאנצער חיבור פון ר' יהודא הלוי פון אזאנע שירים גיי זוך זיי אין ביהמ"ד. קען איינער מעתיק זיין דא אדער ווי איך דען זיי זעהן אנליין? איך וואלט געווען דאנקבאר.

נפתלי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:34 am

· #43055
בן תמליון

אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?

אפשר אין מוזעאם קענסטו זעהן דעם ארגינעל, פרעג יידל

על המחיה » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:12 pm

· #43074

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:23 pm

· #43079
על המחיה


א דאנק. ווי שיין און הייליק.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:23 pm

· #43080
שלום (לבן) [לך] דודי איז אן אלטע באקאנטע פיוט.
דא קענסטו עס הערן וויאזוי מ'זינגט עס (דער מחבר פונעם לחן ווערט אנגעגעבן אלס מוחמד וואהבי פון אלג'יר, איך בין נייגעריג צו ער איז געווען א גוי). שטייט דארט אויך איבער דעם ניגון ווי פאלגנד "השיר מצוי כמעט בכל עדות ישראל השונות - אצל יהודי מרוקו הוא מופיע בשירת הבקשות של שבת וירא, ואצל יהודי בבל בסדר השירים לליל הושענא רבה".

אט איז א מער מאדערנע ווערסיע פון מאיר בנאי:

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 1:04 pm

· #43096
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94_%D7%94%D7%9C%D7%95%D7%99">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%95%D7%99</a>

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:15 pm

· #43115
כא'געליינט אפאר ריוויואס אויף עמעזאן און נישט געקענט ארויסנאשן וואס זיין קאנקלוזשען איז. זאגט ער אז האמאסעקסואליטי איז OK ע"פ תורה?

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:39 pm

· #43133
פון ר' ידעה הפניני (וואס לויט מאנכע איז ער דער מחבר פון מבחר הפנינים) איז דא א ספר "אוהב הנשים", וואס ער האט ארויס געגעבן קעגן דעם ספר "מנחת יהודה שונא הנשים" וואס אין ליכט פון דעם ספר איז אויך ארויס געקומען דער ספר עמנואל (שירי אהבה) וואס ווערט דערמאנט אין ש"ע הלכות שבת אז מ'זאל עס נישט ליינען

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:16 pm

· #43153
חאצקל
פון ר' ידעה הפניני (וואס לויט מאנכע איז ער דער מחבר פון מבחר הפנינים) איז דא א ספר "אוהב הנשים", וואס ער האט ארויס געגעבן קעגן דעם ספר "מנחת יהודה שונא הנשים" וואס אין ליכט פון דעם ספר איז אויך ארויס געקומען דער ספר עמנואל (שירי אהבה) וואס ווערט דערמאנט אין ש"ע הלכות שבת אז מ'זאל עס נישט ליינען


קענט איר עלאבארירן ביטע? זעט אויס אינטערסאנט. וואס איז דאס ספר שונא הנשים?

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:49 pm

· #43342
פארגעסט נישט פון שיר השירים

אוהב דעת » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:33 pm

· #44107
דא <a class="postlink" href="http://www.michtavim.com/Seforim/MBShapiroFrankfurt.pdf">http://www.michtavim.com/Seforim/MBShapiroFrankfurt.pdf</a> ברענגט דר מארק שעפירא די סיבה מהאט נישט געוואלט אויפנעמען רב אין פראנקפארט הרב רפאל ברויער א אייניקעל לפין ש ר הירש, ווייל ער האט איבערגעטיישט שיר השירים על פי פשטת קען מיר איינער טרעפן די פירש ? 

אוהב דעת » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:37 pm

· #44110
אוהב דעת
דא <a class="postlink" href="http://www.michtavim.com/Seforim/MBShapiroFrankfurt.pdf">http://www.michtavim.com/Seforim/MBShapiroFrankfurt.pdf</a> ברענגט דר מארק שעפירא אויף דף ל footnote 13 ,די סיבה מהאט נישט געוואלט אויפנעמען רב אין פראנקפארט הרב רפאל ברויער א אייניקעל פין ש ר הירש, ווייל ער האט איבערגעטיישט שיר השירים על פי פשטת קען מיר איינער טרעפן די פירש ? 
און בכלל איז דא היינט איינער וואס שרייבט love songs אין אידיש ?

אוהב דעת » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 6:15 pm

· #44165
ווי קען מען דאס זען ?

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 8:45 pm

· #57839
אוהב דעת
ווי קען מען דאס זען ?

ווי קען מען זען וואס?

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:18 pm

· #57869
מען טאר נישט אויסלאזן די וואונדערבארע שירים פון דעם מייסטערהאפטיגן משורר, למדן, און מיניסטער רבי שמואל הנגיד. א גרויס חלק פון זיינע פאעטן קאנצענטרירן זיך אויף טרינקען וויין, וואס ווערן גערופן שירי יין. פאלגענד איז א ביישפיל:

קח מצביה דמי ענב באקדחה
ברה, כמו אש בתוך ברד מלקחה.
בעלת שפתות כחוט שני, וחך לה כיין
הטוב, ופיה כגופתה מרקחה.
מדם חללים קצה ידה מאדם,
לכן חציה כאודם ומחציתה בדולחה

אין דעם פירוש איז ערקלערט אז צביה מיינט די מיידל וואס סערווירט די וויין. זי האלט די וויין אין א גלאזערנע בעכער וואס זעט אויס ווי פייער אין וואסער אזוי ווי ברד, און ווי אירע רויט באשמירטע נעגל אויף איר ווייסע הויט פון די פינגערס.

נאך א גאו'נישן פיוט, וואו ער לייגט אראפ דעם מצב ביים זיך אנווארעמען מיט א גלעזל וויין אינמיטן די ווינטערדיגע פרעסטן:
מת אב ומת אלול ומת חומם / גם נאסף תשרי ומת עמם,
באו ימי הקור, והתירוש / אדם וקולו בכלי דמם
לכן, ידידי, סוב אלי רעים/ כל איש ואיש יעש אשר זמם!
אמרו: חזה עבים בהגשימם / ושמע שמי מרום בהרעימם
וראה כפור ולשון מדורה – זה / ירד וזה יעל ויתרומם.
קומה, שתה בכוס ושוב ושתה / בכד ובליל וגם יומם!

פאר א גרונטליכער פירוש אויף דעם פיוט זעט דא.

נאך איין איבערגעזעצטע פיוט אויף ענגליש פון א טרונק וויין אין בית היין אין די שפעטע נאכט שעות, איך האב נישט געקענט טרעפן די אריגינעלע ווערסיע אויף לשון הקודש:


Come out and see the morning light

Like a scarlet thread in the East.

Make haste, give me a cup,

Before the dawn starts to rise,

Of spiced pomegranate juice

From the perfumed hand of a girl,

Who will sing songs. My soul

Revives and then dies.

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:51 pm

· #61721
בן תמליון
אין אייוועלט האב איך אנומעלט געזען אראפגעבראכט דעם פאלגענדן שיר פון ר' שלמה אבן גבירול:

שָׁלוֹם לְךָ, דּוֹדִי הַצַּח וְהָאַדְמוֹן,
שָׁלוֹם לְךָ מֵאֵת רַקָּה כְמוֹ רִמּוֹן,
לִקְרַאת אֲחוֹתְךָ רוּץ, צֵא נָא לְהוֹשִׁיעָהּ
וּצְלַח כְּבֶן יִשָׁי רַבַּת בְּנֵי עַמּוֹן"
"מַה לָּךְ יָפֵה פִיָּה , כִּי תְעוֹרְרִי אַהֲבָה
וּתְצַלְצְלִי קוֹלֵךְ כַּמְעִיל בְּקוֹל פַּעֲמוֹן?
הָעֵת אֲשֶׁר תַּחְפּוֹץ אַהֲבָה - אֲחִישֶׁנָּה
עִתָּהּ, וְעָלַיִךְ אֵרֵד כְּטַל חֶרְמוֹן

אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?
דאס ברענגט מיר צו וואונדערן איבער די אלע שירי אהבה פון אונזערע ראשונים וואס די היינטיקע באהאלטן פון אונז. לויט ווי איך הער איז דא א גאנצער חיבור פון ר' יהודא הלוי פון אזאנע שירים גיי זוך זיי אין ביהמ"ד. קען איינער מעתיק זיין דא אדער ווי איך דען זיי זעהן אנליין? איך וואלט געווען דאנקבאר.

דא קענסטו עס הערן אין א לעבעדיגע כורדישע מקאם געזינגען דורך גו' אמאר ז"ל.
עס איז דא דארט נאך 12 נוסחאות אויף די ניגון.

מורינו הרב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:03 pm

· #61734
[ציטאט אראפגענומען]


איז פאראן ערגעץ א היינטיגע דרוק, וואו מען קען זען קלארער?

מורינו הרב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:55 pm

· #61807
ס'געפעלט מיר דער אויסדריק פון עמנואל

'ושני דדיה כדתן ואבירם נצבים'

לאל.

מי אני » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:13 pm

· #545955
פּראפעסאר פּיִטער קויל פארציילט:
I was invited to a Syrian synagogue in Brooklyn and I was a little nervous, I was thinking, “What do I, an Ashkenazi Jew from New Jersey, have to tell these Syrian Jews about piyut?” My host told me, “Don't worry. They don't know anything about this poetry. They know a lot of other things, but this they don't know. It will be new to them. You just do whatever you want to do.” So I read the poems I wanted to read. Some of them were from the whole range of human experience that these poets wrote about, including really sensual erotic poems, and even some homoerotic poems - which always gets people's attention, especially in a Jewish context. All in all it went pretty well. Afterwards a group of young women came up to me, they were sort of modest and were keeping their distance from me. They said, “Mr. Cole, we would like to ask you a question. Do you mind?” To which I answered, “No. Ask me anything you want.” They responded, “Well, we were talking amongst ourselves”, and they looked kind of uncomfortable asking this question, “Well, we were just having a hard time understanding what did the rabbis say about this poetry?” I answered, “This is going to be a little hard for you to absorb I suspect, but the rabbis are the ones who wrote it.” They leapt back in fear. One of them said, “Not our rabbis!” And they're probably correct - their rabbis could not have written something like this
ער זאגט שפעטער אז ער מיינט דערמיט די עליטע בעלי עלייה ומחשבה בהעם.

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:57 pm

· #545971
Re: שירי אהבה פון רבותינו הראשונים ז"ל
בן תמליון #
אין אייוועלט האב איך אנומעלט געזען אראפגעבראכט דעם פאלגענדן שיר פון ר' שלמה אבן גבירול:

שָׁלוֹם לְךָ, דּוֹדִי הַצַּח וְהָאַדְמוֹן,
שָׁלוֹם לְךָ מֵאֵת רַקָּה כְמוֹ רִמּוֹן,
לִקְרַאת אֲחוֹתְךָ רוּץ, צֵא נָא לְהוֹשִׁיעָהּ
וּצְלַח כְּבֶן יִשָׁי רַבַּת בְּנֵי עַמּוֹן"
"מַה לָּךְ יָפֵה פִיָּה , כִּי תְעוֹרְרִי אַהֲבָה
וּתְצַלְצְלִי קוֹלֵךְ כַּמְעִיל בְּקוֹל פַּעֲמוֹן?
הָעֵת אֲשֶׁר תַּחְפּוֹץ אַהֲבָה - אֲחִישֶׁנָּה
עִתָּהּ, וְעָלַיִךְ אֵרֵד כְּטַל חֶרְמוֹן

אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?
דאס ברענגט מיר צו וואונדערן איבער די אלע שירי אהבה פון אונזערע ראשונים וואס די היינטיקע באהאלטן פון אונז. לויט ווי איך הער איז דא א גאנצער חיבור פון ר' יהודא הלוי פון אזאנע שירים גיי זוך זיי אין ביהמ"ד. קען איינער מעתיק זיין דא אדער ווי איך דען זיי זעהן אנליין? איך וואלט געווען דאנקבאר.
געזינגען אין א חסידישע הברה