☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הוי כל צמא לכו ל... גאזאלין!

הוי כל צמא לכו ל... גאזאלין!

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2260
בלאט: 1 2 3 4

דבילה » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:09 am

· #57489
הוי כל צמא לכו ל... גאזאלין!
רבותי, וואו נעמט מען אביסעלע גאזאלין ?

נאט אייך א ליסטע וואס כ'אבמיר איינגעשאפט פון א חבר, ווער ס'האט נאך אדער קארעקשענס זאל במחילה צולייגן.

FLATBUSH: Nostrand & ave I. Ave P & Coney (one side). Ave N-O Coney Island. Belt pkwy by Flatbush ave. BP gas station on Coney Island and V.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:11 am

· #57490
איך הער אז אין ווילי רייסט מען זיך פאר אביסעלע גאז

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:17 am

· #57524
אין ווילי איז נישטא מער קיין געז,

קפנדריא » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:03 pm

· #57561
פארקט אייערע קארס, נישטא קיין געז!
נישטא צו באקומען קיין גאז פאר קיין פרייז, די גאז סטאנציעס ווייזן מיט די הענט, גרויסע שילדן און פלאקאטן, קיין גאז!

וואס איז טאקע דער פשט? אין די פארגעשריטענע אמעריקא קען נישט קומען צו פארן אפאר טקאס פון אנדערע שטאטן וואס זענען נישט באזוכט געווארן דורך די חצופה סענדי? ס'בענקט אונז צו די מיטלאלטער, ווי פערד און וואגן האבן דאמינירט די שטראסן און וועגן.

קליגער איד » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:09 pm

· #57565
געהערט אז די קריזיס איז שוין פארריבער

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:48 pm

· #57594
די געז כאפצעם אין ווילי
📎 A6n-BjjCIAA_Imr.jpg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:18 pm

· #57625
זר זהב
איך הער אז אין ווילי רייסט מען זיך פאר אביסעלע גאז

לאו דוקא פאר גאז.

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:49 pm

· #57636
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2260">viewtopic.php?f=3&t=2260</a><!-- l -->

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:48 pm

· #57708
מ'ווארט אין ליין אויף געז
📎 dphkvu.jpg

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:55 pm

· #57715
זענען זיי די איינציגסטע געז סטעישאן אין וויליאמסבורג מיט געז?

קליינע רעבעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:44 pm

· #57809
למעשה ווייסט איינער צי אויפן וועג ארויס צי מאנרא וועל איך טרעפן א געז סטעשען
איך האב א שמחה היינט באנאכט?

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:44 pm

· #57810
פון ווי זאל איך וויסן צי דו האסט א שמחה היינט ביינאכט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 8:43 pm

· #57837
פריער געווען אויפן גארדען סטעיט. ס׳איז געווען א רייע כמעט א דריי פערטל מייל..

petergrifin » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 9:11 pm

· #57846
סנישט צי גלײבן װי דער גאװארמענט איז אינקאמפּעטענט װי איז האליבערטן װען מען דארף זײ האבן

petergrifin » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 9:29 pm

· #57853
לאמיר פארן לאמיר פארן צי פארן דארף מען האבן גאזאלין גא!!זאלי
לאמיר פארן לאמיר פארן צי פארן דארף מען האבן גאזאלין גאזאלין!!
📎 1.jpg 📎 2.jpg 📎 3.jpg 📎 4.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 9:55 pm

· #57864
קען איינער עקספלעינען וואס איז דער קריזיס? וואס איז דער מאנגל?

petergrifin » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:07 pm

· #57866
איך הער אז סאיז װעגן דער פארטס קענען נאך נישט אױפנעמען אױל טאנקירס

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:01 pm

· #57876

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:01 pm

· #57877
היימישע אידן ווארטען אויך אין די רייע
📎 jo0rtm.jpg

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:06 pm

· #57878
.

משה געציל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:02 am

· #57897
sunbar
petergrifin
לאמיר פארן לאמיר פארן צי פארן דארף מען האבן גאזאלין גאזאלין!!


וואס הייסט 'גא זאלי '?? 😂

פששש.... ממש מוראדי׳ג וואו עס איז דא תורה איז דא חכמה! אין א יעדע נושא וואס עס זאל נישט זיין האט מען אויפן מינוט א שילוב עס משלב צו זיין מיט נארישע חאזעריי! ח״ו נישט מסיח דעת זיין א מינוט פון די ערנסטע נושא!

דבילה » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:06 am

· #57898
איז דאס מעגליך א קאנספירעסי פון מייקעל בלומבערג צו רעדוצירן די טרעפיק אין מאנהעטן? טראכטס אריין א מינוט. נעכטן איז די טרעפיק געווען אומדערטרעגליך. היינט, מיט די נייע ה.או.ווי. רעסטריקשענס איז געווען עטוואס בעסער, אבער נאך אלץ געפערליך. מארגן 'עט שוין זיין א מחיה! ווער 'עט פארן מיט די קארס? וויפול קארס 'עלען ניטאמאל האבן גענוק גאזאלין צו קענען ווארטן אויף די רייע ביים געז סטעשען?

sunbar » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:12 am

· #57901
משה געציל
sunbar
petergrifin
לאמיר פארן לאמיר פארן צי פארן דארף מען האבן גאזאלין גאזאלין!!


וואס הייסט 'גא זאלי '?? 😂

פששש.... ממש מוראדי׳ג וואו עס איז דא תורה איז דא חכמה! אין א יעדע נושא וואס עס זאל נישט זיין האט מען אויפן מינוט א שילוב עס משלב צו זיין מיט נארישע חאזעריי! ח״ו נישט מסיח דעת זיין א מינוט פון די ערנסטע נושא!


איך האב עס נישט געמיינט אין אזא וועג. איך האב עס אויסגעמעקט.

gehlungen » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 8:43 am

· #57923
sunbar
משה געציל
sunbar
petergrifin
לאמיר פארן לאמיר פארן צי פארן דארף מען האבן גאזאלין גאזאלין!!


וואס הייסט 'גא זאלי '?? 😂

פששש.... ממש מוראדי׳ג וואו עס איז דא תורה איז דא חכמה! אין א יעדע נושא וואס עס זאל נישט זיין האט מען אויפן מינוט א שילוב עס משלב צו זיין מיט נארישע חאזעריי! ח״ו נישט מסיח דעת זיין א מינוט פון די ערנסטע נושא!


איך האב עס נישט געמיינט אין אזא וועג. איך האב עס אויסגעמעקט.

The bottom line let's help each other ant whoever knows of any gas in BROOKLYN please post 911 ASAP its not funny anymore !!!!!

כ׳בין פריי » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 9:54 am

· #57932
יעצט גיהערט אז און מאונראו האט שוין קיינער נישט קיין גאז
ווי אויך האב איך גיהערט אז די לעקטער דארט העט נישט זיין צוריק פאר מאנטאג נאכט און לכ׳ דעים האט די הנהלת הקהילה געמאלדן אז אזוי ווי רוב איינוואינער האבן נישט קיין עלעקטעריק וועלן זיי צושטעלן אומזיסטע סעודות און איינע פון די זאלן #מרת סענדי

ידען » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 10:08 am

· #57935
לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לגאלאן געזעלין...

דבילה » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 11:05 am

· #57951
חברה, שטויבטס אפ די ביציקלעך! נישט קיין חכמות מער.

אוי טאטי » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:29 pm

· #57980
דבילה
חברה, שטויבטס אפ די ביציקלעך! נישט קיין חכמות מער.

האפענטליך וועט טאקע ארויסקומען א גוטע זאך פון דעם, אז עס וועלן אנהייבן קורסירן מער בייציקלעך אין די וויליאמסבורגע גאסן..

אוי טאטי » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:48 pm

· #57996
Sign on a car here in NYC: 4 sale Chevy 1985, car in bad condition but the gas tank is full

דבילה » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 5:48 pm

· #58089
באקומען אין אישי:
געזען נעכטן נאכמיטאג א מורא'דיגע מחזה. הצלה מעמבערס מיט די לעלא'ס האבן אריין געשניטן אין די דריי שעה'דיגע ליין ביים געטטי געז סטעישען אויף פארט האמילטאן און 44 און פשוט איבערגענומען די סטעישען. הצלה וואלונטירן האבן אנגעהויבן אריין פליען מיט זייערע קארס און ארויסגעשלאסן אלע אנדערע און קיינעם מער נישט צוגעלאזט. איך רעד פון די פריוואטע מעמבער קארס, נישט קיין באסעס. ס'האט גענומען 15 מינוט ביז די פאליציי זענען אנגעקומען און ארויסגעשטויסן די הצלה וואלונטירן און די ליין האט זיך ווייטער אנגעהויבען ריקן.

די מחזה האט מיר מורא'דיג צושטערט די מנוחה. ווען די שומרים טוהן דאס וואלט איך פארשטאנען. זיי זענען באקאנט אלץ קאפא'ס. אבער די הצלה וואלונטירן? פון זיי האב איך ערווארטעט עטוואס מער מאראליטעט. איך קען פשוט נישט קומען צו מיר ווי די סאמע שפיץ פון אונזער געזעלשאפט, דער וואס זענען גרייט יומם ולילה זיך אוועקצוגעבן לייב און זעל פאר אנדערע אידן, דוקא זיי זאלן זיין דער וואס זאלן אזוי שנעל צוקומען אויסנוצן דעם טראסט פונ'ם עולם און טרעטן אויף די קעפ מיט נארישע אויסרייד. אוי מה היה לנו!

ע"כ קיבלתי

גוטדזשאבעס

שמעקעדיג » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 8:00 pm

· #58095
פארוואס נארישע אויסרייד? זיי דארפן דאך ראטעווען לעבנס, נישט אזוי?

זר זהב » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 8:06 pm

· #58096
הצלה וואלטן טאקע געמעגט. כ'האב אבער געהערט אז שומרים חברה האבן ארייינגעלאזט זייערע 'פרענדס' אינעם ליין, דאס איז אן עוולה.

דבילה » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 9:40 pm

· #58116
שמעקעדיג
פארוואס נארישע אויסרייד? זיי דארפן דאך ראטעווען לעבנס, נישט אזוי?


קודם כל, נישט יעדער וואלונטיר ראטעוועט לעבענ'ס. אויף דעם איז דא די הצלה טראקס, און דערויף קענען זיי מאכן א געוויסע צאל וואלונטירן זאלן האבן גענוק גאזאלין צו קענען צוקומען צום טראק. מער ווי דעם איז פוסטע אויסנוצעריי. דער וואלונטיר דארף דאך צוקומען צום ארבעט פרייטאג, איא? און וואס איז מיט מיר, 'ך בין עפעס א ראזשינקע? מיין ווייב און קינדער לעבן עפעס אויף לופט? אפשר דארף 'ך אויך ראטעווען לעבענס? און "מי שמך לאיש" איז נישט א קשיא וואסי ווערט פאר זיך אליין? די פאליציי דארפן נאך אלע מעשיות איין טאג שטיין פאר'ן ציבור און פארענטפערן זייערע מעשים טובים אדער נישט פאר די פאבליק. פאר וועמען פארענטפערן זיך די הצלה לייט? מ'רעדט דא פון ריינע פוסעים על ראשי הציבור. געלויבט די אויבערשטע מיר האבן נאך פאליציי דא, ווען נישט שטיי מיר אלע אויס פאר די רחמנות פון די הצלה און שומרים לייט.

דבילה » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 9:46 pm

· #58118
גענומען פון דא:

Where can I find gas?

According to AAA, as of 11:45 a.m. Thursday, these stations reported having gas available in New Jersey and Long Island. You should check with them before making the trip.

The New Jersey Office of Emergency Management published this list on Thursday afternoon at 4:45 p.m. of pharmacies, hotels, restaurants and gas stations that are open in New Jersey. And New Jerseyans are using the hashtags #njopen and #njgas to share what they're seeing.

Governor Cuomo announced Saturday that the Department of Defense will set up mobile fuel stations at five locations in the New York-Metro area. It will be free and there will be a 10 gallon limit.

The five locations are:

Queens Armory
93-05 160th St.
Jamaica, NY 11433

Bronx Armory
10 West 195th St.
Bronx, NY 10468

Brooklyn Armory
1579 Bedford Ave.
Brooklyn, NY 11225

Staten Island/Elizabeth Armory
321 Manor Road
Staten Island, NY 10314

Freeport Armory
63 Babylon Turnpike
Freeport, NY 11520

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 9:52 pm

· #58121
דבילה
באקומען אין אישי:
געזען נעכטן נאכמיטאג א מורא'דיגע מחזה. הצלה מעמבערס מיט די לעלא'ס האבן אריין געשניטן אין די דריי שעה'דיגע ליין ביים געטטי געז סטעישען אויף פארט האמילטאן און 44 און פשוט איבערגענומען די סטעישען. הצלה וואלונטירן האבן אנגעהויבן אריין פליען מיט זייערע קארס און ארויסגעשלאסן אלע אנדערע און קיינעם מער נישט צוגעלאזט. איך רעד פון די פריוואטע מעמבער קארס, נישט קיין באסעס. ס'האט גענומען 15 מינוט ביז די פאליציי זענען אנגעקומען און ארויסגעשטויסן די הצלה וואלונטירן און די ליין האט זיך ווייטער אנגעהויבען ריקן.

די מחזה האט מיר מורא'דיג צושטערט די מנוחה. ווען די שומרים טוהן דאס וואלט איך פארשטאנען. זיי זענען באקאנט אלץ קאפא'ס. אבער די הצלה וואלונטירן? פון זיי האב איך ערווארטעט עטוואס מער מאראליטעט. איך קען פשוט נישט קומען צו מיר ווי די סאמע שפיץ פון אונזער געזעלשאפט, דער וואס זענען גרייט יומם ולילה זיך אוועקצוגעבן לייב און זעל פאר אנדערע אידן, דוקא זיי זאלן זיין דער וואס זאלן אזוי שנעל צוקומען אויסנוצן דעם טראסט פונ'ם עולם און טרעטן אויף די קעפ מיט נארישע אויסרייד. אוי מה היה לנו!

ע"כ קיבלתי

גוטדזשאבעס



אמת, בעיני ראיתי ליל שישי, ווי די הצלה מיט שומרים אדער אנדערע בלעק העטער קאקערס האבען איבערגענומען די גאנצע סטאנציע בשעת עס האט זיך אנגעווארט א ליין פין קארס אויף פארט העמילטאן ווער ווייסט ווי לאנג.
ווען זיי נעמען ווען איין פיל אפ און לאזען די אנדערע זעקס פאר די "פשוטע עולם" מיילא. אבער די זשידעס פארשטייען נאר דורך כולה שלי, און איבערגענומען די גאנצע מעשה. שעים אן דעם.

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:15 am

· #58178
איך קען הערן אז עמערגענסי וויהיקעלס האבן א זכות קדימה, און ווער זאגט אז נאר די באסעס ראטווען לעבענס? איך וואלט נישט געוואלט אז ווען מיין קינד דערשטיקט זיך זאל דער מעמבער טראכטן צוויי מאל פאר ער נעמט די קאלל ווייל ער דארף זיין געז פאר מארגן צו פארן אויף א חתונה אין מאנרא.

גוטזאגער » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:05 am

· #58231
געפילטע פיש
איך קען הערן אז עמערגענסי וויהיקעלס האבן א זכות קדימה, און ווער זאגט אז נאר די באסעס ראטווען לעבענס? איך וואלט נישט געוואלט אז ווען מיין קינד דערשטיקט זיך זאל דער מעמבער טראכטן צוויי מאל פאר ער נעמט די קאלל ווייל ער דארף זיין געז פאר מארגן צו פארן אויף א חתונה אין מאנרא.

סאיז נאך אלטס דא א אפשען צו האבען געז אן מאכען א טומעל אין איינעמען די סטאנציע

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 9:53 am

· #58264
לויט די אפשאצונגען פון גאווערנער קאומא און מעיאר בלומבערג, וועט דער מאנגל זיך אפשטילן בעז"ה, אנגעהויבן פון מארגן, מאנטאג.

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:23 pm

· #58304
דבילה
באקומען אין אישי:
געזען נעכטן נאכמיטאג א מורא'דיגע מחזה. הצלה מעמבערס מיט די לעלא'ס האבן אריין געשניטן אין די דריי שעה'דיגע ליין ביים געטטי געז סטעישען אויף פארט האמילטאן און 44 און פשוט איבערגענומען די סטעישען. הצלה וואלונטירן האבן אנגעהויבן אריין פליען מיט זייערע קארס און ארויסגעשלאסן אלע אנדערע און קיינעם מער נישט צוגעלאזט. איך רעד פון די פריוואטע מעמבער קארס, נישט קיין באסעס. ס'האט גענומען 15 מינוט ביז די פאליציי זענען אנגעקומען און ארויסגעשטויסן די הצלה וואלונטירן און די ליין האט זיך ווייטער אנגעהויבען ריקן.

די מחזה האט מיר מורא'דיג צושטערט די מנוחה. ווען די שומרים טוהן דאס וואלט איך פארשטאנען. זיי זענען באקאנט אלץ קאפא'ס. אבער די הצלה וואלונטירן? פון זיי האב איך ערווארטעט עטוואס מער מאראליטעט. איך קען פשוט נישט קומען צו מיר ווי די סאמע שפיץ פון אונזער געזעלשאפט, דער וואס זענען גרייט יומם ולילה זיך אוועקצוגעבן לייב און זעל פאר אנדערע אידן, דוקא זיי זאלן זיין דער וואס זאלן אזוי שנעל צוקומען אויסנוצן דעם טראסט פונ'ם עולם און טרעטן אויף די קעפ מיט נארישע אויסרייד. אוי מה היה לנו!

ע"כ קיבלתי

גוטדזשאבעס

וואס וואלטסו געטוהן ווען דו דארפסט ח"ו אנקומען צו הצלה און זיי זאגן דיר איים סארי מיר קענען נישט קומען מיר האבן נישא גענוג געז וואס וואלסט דעלמאטס אויך געזאגט אז שומרים איז פאר הצלה ??

פאנדיט » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:36 pm

· #58308
פעטיציע צום ווייסן הויז
איך האלט אז FEMA איז א דיזעסטער פאר נישט קענען זיך אן עצה געבן מיט'ן מצב. זיי געבן אויס ביליאנען צו חלומ'ען וועגן יעדע סארט עמוירדזשענסי, אבער דא האלט מען שוין 6 טעג נאך'ן שטורעם און זיי שטייען אומבאהאלפן. אויב האלט איר אויך אזוי, שרייבט אונטער א ווייסע הויז פעטיציעזיי צו געבן א שאקל

<a class="postlink" href="http://wh.gov/8NWJ">http://wh.gov/8NWJ</a>

נס קאווע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:15 pm

· #58362
פאנדיט
איך האלט אז FEMA איז א דיזעסטער פאר נישט קענען זיך אן עצה געבן מיט'ן מצב. זיי געבן אויס ביליאנען צו חלומ'ען וועגן יעדע סארט עמוירדזשענסי, אבער דא האלט מען שוין 6 טעג נאך'ן שטורעם און זיי שטייען אומבאהאלפן. אויב האלט איר אויך אזוי, שרייבט אונטער א ווייסע הויז פעטיציעזיי צו געבן א שאקל

<a class="postlink" href="http://wh.gov/8NWJ">http://wh.gov/8NWJ</a>

פון וואו האבן די גוים פון ווערדזשעניע און סיריקיוז ני... באקומען דעם לינק?

כ׳בין פריי » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:50 pm

· #58428
FWD: HELP!!!!!! I told someone in shul that I feel gassy, now I have a line of cars & 16 people with red cans following me

פאנדיט » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:10 pm

· #58484
נס קאווע
פאנדיט
איך האלט אז FEMA איז א דיזעסטער פאר נישט קענען זיך אן עצה געבן מיט'ן מצב. זיי געבן אויס ביליאנען צו חלומ'ען וועגן יעדע סארט עמוירדזשענסי, אבער דא האלט מען שוין 6 טעג נאך'ן שטורעם און זיי שטייען אומבאהאלפן. אויב האלט איר אויך אזוי, שרייבט אונטער א ווייסע הויז פעטיציעזיי צו געבן א שאקל

<a class="postlink" href="http://wh.gov/8NWJ">http://wh.gov/8NWJ</a>

פון וואו האבן די גוים פון ווערדזשעניע און סיריקיוז ני... באקומען דעם לינק?


כ'האב ערגעץ געלייגט א קאמענט מיט די לינק. קען זיין פון דארט

פאנדיט » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:12 pm

· #58485
שמעקעדיג
לויט די אפשאצונגען פון גאווערנער קאומא און מעיאר בלומבערג, וועט דער מאנגל זיך אפשטילן בעז"ה, אנגעהויבן פון מארגן, מאנטאג.


כ'האב אויסגעהערט זייער געמיינזאמע פרעס קאנפערענץ, און כ'האב נישט געפונען אזא אנדייטונג. ס'האט אויסגעקוקט אז זיי האלטן אז ס'וועט נאך נעמען

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:26 pm

· #58495
יעצט זאגט דער גאווערנער אז עס קען נאך נעמען עטליכע טעג ביז דער מאנגל וועט זיך פארגרינגערן.

דבילה » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 9:18 pm

· #58562
קליגער איד
וואס וואלטסו געטוהן ווען דו דארפסט ח"ו אנקומען צו הצלה און זיי זאגן דיר איים סארי מיר קענען נישט קומען מיר האבן נישא גענוג געז וואס וואלסט דעלמאטס אויך געזאגט אז שומרים איז פאר הצלה ??


נישטא קיין איין פונקט אין ב"פ אדער וויליאמסבורג וואס דער מסירת נפש'דיגע הצלה מאן קען נישט אנקומען צו פון זיין היים אויף ווייניגער ווי א האלבע גאללאן געז. און טאקע דאס איז די פאוינט. קודם איז ער א גאנצע צדיק, ער גיט אוועק פון זיך, ער לויפט אינמיטן די נאכט, און אויף דעם חשבון טאר עם שוין קיינער נישט קריטיקירן, אפגעזען צו ער איז אפשר גאר א רוצח מיט זיין נישט פראפעסיאנאלן צוגאנג צו ערשטע הילף, און דערנאך ווען ער האט נישט גענוג געזאלין צו פארן צו זיין דזשאב אין די בראנקס, סטראשעט ער אויב גיבסטו מיר נישט דיין לעצטע טראפן געזאלין 'עלעך דיר לאזן אויסגיין ווען דו דארפסט צו מיר צוקומען.

קליינע רעבעלע » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:10 am

· #58629
אפשר ווייסט איינער ווי אין וויליאמסבורג איז דא געז?

בכלל אפשר וואלט דא געווען דע פלאץ צי מעלדן ווי מען קען באקימען געז אין דע היימישע געגענטער

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:53 am

· #58636
Bloomberg: "gas siphoning" (suctioning gas from a vehicle to use in another car) is OK now as long as:
1) its under 16 oz.
2) its not "b'peh".

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:56 am

· #58637
ס'ממש א היסטארישע געשעעניש. כ'פאר דורך איין סטאנציע וואו די גאז פרייזן זענען אינגאנצן אראפגענומען, ספשוט נישטא. איין בלאק ווייטער איז א גאז סטאנציע ארומגענומען מיט יעללא שטריק ווי ס'וואלט געווען א קריים סיען, דער געשעפט איז אבער אפען. 2 בלאקס ווייטער א סטאנציע חושך ואפילה ווי טישע באוו, דער סטאנציע איז ארומגענומען מיט אזעלעכע רויטע ווייעכע קוינס (וויזוי הייסט עס נאר?) דער גאנצער סטאנציע געשעפט איז געגאנגען וואקאציע.

איך פיל ווי איך מוז רעקארדערן דעם מאמענט. ווען אין היסטאריע איז אזאנס פארגעקומען?!

קפנדריא » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:36 am

· #58649
זר זהב
ס'ממש א היסטארישע געשעעניש. כ'פאר דורך איין סטאנציע וואו די גאז פרייזן זענען אינגאנצן אראפגענומען, ספשוט נישטא. איין בלאק ווייטער איז א גאז סטאנציע ארומגענומען מיט יעללא שטריק ווי ס'וואלט געווען א קריים סיען, דער געשעפט איז אבער אפען. 2 בלאקס ווייטער א סטאנציע חושך ואפילה ווי טישע באוו, דער סטאנציע איז ארומגענומען מיט אזעלעכע רויטע ווייעכע קוינס (וויזוי הייסט עס נאר?) דער גאנצער סטאנציע געשעפט איז געגאנגען וואקאציע.

איך פיל ווי איך מוז רעקארדערן דעם מאמענט. ווען אין היסטאריע איז אזאנס פארגעקומען?!

עק וועלט, אין ציריך איז אויך נישטא קיין געז? דארט איז אויך געווען א שטורעם?
בלאט: 1 2 3 4