☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הוי כל צמא לכו ל... גאזאלין!

הוי כל צמא לכו ל... גאזאלין!

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2260
בלאט: 1 2 3 4

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:24 am

· #59621
איינער ווייסט צי סדא געז אין ניו דזשערסי נאכ'ן האלאנד טאננעל?

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:27 am

· #59622
זר זהב
איינער ווייסט צי סדא געז אין ניו דזשערסי נאכ'ן האלאנד טאננעל?


נאך אלץ צו גאסט דאהי?

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:29 am

· #59624
לאנגע וואקאציע

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:54 am

· #59630
ציריך, ציריך, און נאכאמאל ציריך.... שוין גענוג!
אונז קוקן מיר שוין אויס באלד ווי די בדחנים וואס זאגן יעדע נאכט איבער די זעלבע דזשאוקס און יעדער קיצלט זיך צו לאכן און ציפט זיך נישט איינצושלאפן.....

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:56 am

· #59631
יא, זיי ווילן נישט אויפהערן! שכח שמעקי.

חכם מחוכם » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:29 pm

· #59650
געזעהן דא אז ס'קען נאך נעמען וואכן ביז די געז קריזיס וועט דורך גיין, לאמיר גיין קויפן ביציקלעך און פערטיג

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:31 pm

· #59653
יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס איך וואוט קיינמאל נישט אין קיין שום עלעקשאן! איז דא איין פאליטישאן וואס געט א SH1T אז אין גאנץ ברוקלין שטייט מען שעות פאר גאז ווען אין דזשערסי איז אלעס ווי נארמאל? הא??

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:41 pm

· #59659
איך האב לעצטע פרייטאג געהערט (אביסל) די דרשות פון קאומא און בלומבערג. עס האט אויסגעקוקט ווי זיי דרייען איבער מערכת שמים אלעס צו ברענגען אביסעלע גאז פאר די אויסגעדורשטע אויטאס.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:43 pm

· #59661
און אז זיי קענען נישט איז נאך א ריזען נישט צו וואוטען! איך קען אויך נישט... אפשר וואוטסטע פאר מיר?

ווייס ווי שניי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:44 pm

· #59663
חכם מחוכם
געזעהן דא אז ס'קען נאך נעמען וואכן ביז די געז קריזיס וועט דורך גיין, לאמיר גיין קויפן ביציקלעך און פערטיג

אדער קעינסטו מופן און אפסטעיט דארט איז דא גענוג געז ביליגע דירות

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:46 pm

· #59665
ווייס ווי שניי
חכם מחוכם
געזעהן דא אז ס'קען נאך נעמען וואכן ביז די געז קריזיס וועט דורך גיין, לאמיר גיין קויפן ביציקלעך און פערטיג

אדער קעינסטו מופן און אפסטעיט דארט איז דא גענוג געז ביליגע דירות

נאר נישט לעקטער, נישט געפערלעך

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:53 pm

· #59672
איחוד פעלד
טייערע אידען ווארט נישט אין ליין קיין איין מינוט, פארט קיין לינדען ביינאכט איז נישטא קיין טרעפיק, קוקט אין גוגל מאפס פריער און זעהן ווי לאנג די וועג ברויך צו נעמען, עס לוינט נישט צו ווארטען ווען מען ווייסט נישט וויפיל גאז איז נאכדא, און די נאכוויי פין ווארטען בחינם איז נישט באטעמ'ט.

שיק נישט אהין דעם עולם ווייל דארט וועט ווערן לאנגע רייעס מיט קאווע שטיבל באנוצער (אויסער די סכנה פון גילוי).

איחוד פעלד
נאך קוקען אויף גאז באדי און הערען קול מבשר'ס גאז האטליין בין איך געגאנגען צו 13 און 65, קול מבשר האט מיר צוגעזאגט קורצע ליינס דארט.

נו אוודאי אז קול מבשר האט אהינגעשיקט דעם עולם איז געווארן לאנגע ליינס.

ווייס ווי שניי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:56 pm

· #59674
זר זהב
ווייס ווי שניי
חכם מחוכם
געזעהן דא אז ס'קען נאך נעמען וואכן ביז די געז קריזיס וועט דורך גיין, לאמיר גיין קויפן ביציקלעך און פערטיג

אדער קעינסטו מופן און אפסטעיט דארט איז דא גענוג געז ביליגע דירות

נאר נישט לעקטער, נישט געפערלעך

היינט צוטאגס איז שוין דא לעקטער און כימעט און גאנץ אפסטעיט

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:57 pm

· #59675
איך רעד נישט פון "היינט צו טאג"...

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 3:32 pm

· #59721
יעצט הער איך א באריכט, אז ניו יארק גייט אויך אריינלייגן אין קראפט די ׳איוון-אאד׳ געזעץ.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:45 pm

· #59755
אוי טאטי
יעצט הער איך א באריכט, אז ניו יארק גייט אויך אריינלייגן אין קראפט די ׳איוון-אאד׳ געזעץ.

דו ליינסט VIN די זעלבע רגע ווי מיר.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:46 pm

· #59757
ער האט נישט געליינט. ער שרייבט אז ער 'הערט'

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:55 pm

· #59765
יאפ, גראדע האבעך עס ׳געהערט׳(נישט אויף קאלמע), און נאכדעם געזעהן אויף VIN.

Fwd: Is Even/Odd system discriminatory? December & Jan end with odd days,and evens will have to wait 2 days to fill up.. Hope it's abolished by then!

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:12 pm

· #59775
מזללללל טאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאףףףףףףףףףףף!!!! דער בלומבערג האצעך אויפגעוועקט פון זיין טיפע בערערישע שלאף, קריסטי האט דאס שוין געמאכט פאריגע וואך אבער דער אורח האט זיך יעצט דערמאנט! פוי אויף אים!

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:29 pm

· #59777
וועט דאס שייך זיין נאר אין די סיטי? אדער אפילו אין אפסטעיט אויכעט?

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:32 pm

· #59778
איך הער (הממממ כ'מיין, 'כ'האב געליינט'...) אז ס'איז שוין דא א גמ"ח פאר לייסענס פלעיטס...

מים חיים » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:38 pm

· #59783
א חידוש אז דומבערג וויל נישט אינפארסירן א זעכצן אונסיגע מאקסימום אויף געז.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:51 pm

· #59792
ווייל געז איז נישט זיס......

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 7:09 pm

· #59820
סתם א שאלה.
דו ווייסט צו דיין פלעיט איז ODD אדער EVEN?
איך ווייס נישט

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 7:50 pm

· #59850
צידרייטער בלומבערג משיגענער איז נישט דאס ווארט דו האסט נישט וואס צו טוהן נאר איינצופיהרן יעדע 5 מינוט נייע געזעצן זאלסט האבן א מפלה בקרוב ממש

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 7:55 pm

· #59857
מיקוה נייעס
צידרייטער בלומבערג משיגענער איז נישט דאס ווארט דו האסט נישט וואס צו טוהן נאר איינצופיהרן יעדע 5 מינוט נייע געזעצן זאלסט האבן א מפלה בקרוב ממש

"מיקוה", טעיק איט איזי.
ס'איז א גוטע עצה די געז סיסטעם. די פראבלעם איז נאר "וואו ביסטו געווען ביז יעצט".
דזאן הענעדי, האט נאר יעצט אים צולייגט בנוגע זיין התנגדות ארייצולאזן חיילים צוצולייגען א יד

בד"וו, מיקוה, מיט א איבריגע "י", מאכט מיר פראבלעמען. ווייל אזוי טרינק איך קאווע, וואס איז אותית "קוה" צוזאמען מיט "חלב" מילעך, בגימטריא 40, איז א הייסע מקוה.
אבער יעצט אז ס'קומט צו א "י", וואס דארף איך טוהן? אפשר ספלענדא איז בגימ' 10?
אדער טרינקען מיט נאך א "איד", דוגמתו במקוה, מ'ווייקט זיך מיט אנדערע אידן?

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 9:28 pm

· #59882
איז דא א וועג וואס איך קען דיר צוליב טוהן און טוישן מיין נאמען (אראפנעמען די "י" ??????????)

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 12:16 pm

· #60047
כך מקובלני
מ'קען דעם פינטעלע י קיינמאל נישט מעקן

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:01 pm

· #60304
פאלגענד איז א פאעזיע וועלכע איז ארומגעגאנגען, פון הבדחן המפורסם ר' מאטי איליאוויטש הי"ו,
די בדחנות האט ער געשריבן לעצטע וואך ווארטענדיג אין די לאנגע רייעס אנצופילן געז פאר זייין קארעלע (א פאנטיאק, קיינמאל נישט געוואוסט...)

די קעלט שמייסט
די נערווען רייסט
די מחשבה כעס'ט
צום גאז סטאנציע טראג איך זיך אן אלס גאסט.

די מאקסימום סכום וויפיל מ'מעג שפענדן איז בלויז 30 גראשן
אבער וואס זאל איך טון אז פון געז בין איך שוין כמעט כולו אויסגעדראשן
מיין פלעיטס איז 'אדד' במילא מוז איך ראשן
זיץ איך דא אין די רייע מיטן מאטאר פארלאשן.

יעדע צוויי מינוט נאך אפאר טריט איך פאר
א רייע פון דא ביז נעקסטעס יאר,
דערגרייכן צום פאמפ און שעפן די טראפן אפאר
וועט נאך געדויערן א צוויי שעה פאר שאאר.

איך ווארט שוין איבער א שטונדע, קוים ווי מארישקעס מ'שפאצירט
איך שפיר ווי איך ווער אויף די נערווען גערירט,
ניו יארק זאל זיין אזוי אומקאנטראלירט?
מיר האבן דאך שוין א פריש טערמינט'ן פרעזידענט, און דאך אזוי פרעך פאראלאזירט?!

און דאס איז נאך די ערגסטע קאשמאר
ווען א אינגערמאן פון די אנדערע זייט קומט צופליען מיט זיין קאר
בליקט אויף מיר מיט אזא 'סמוירק' פון מיטלייד און צער
און איך וויל מיך פארשטעקן, קוק איך טאקע אויס ווי אזא נאר??

דעם געלן גאז לעמפל בליטשקעט פאר נויט
צאנקעט ווי אן אויסגעברענטן קנויט,
סטראשעט זיך צו בייטן אט אט צו רויט
בעט זיך פאר א טרינק איידער'ן פאלן צום טויט.

נו... גיב זיך שוין א ריר
אבער העי, איין מינוט, ווער שטייט אונטער מיר?
די ברילן איך נעם זיך אפיר
אינעם שפיגל איך קוק זיך איין אין איר
ר'.........? דער שטאט'ס גביר
"איך" בין פארענט פון "דיר" ??

א שמייכל איבער מיינע ליפן אויסשפרייט זיך
און א שטראם פון חיזוק באנייט זיך,
איך מיין נישט ח"ו קיינעם אראפצוקוקן פארשטייט זיך
אבער קוק ווי אזוי א וועלט דרייט זיך.

נישט קיין חילוק צו דו ביסט גרויס אדער קליין
צו דו האסט קוים צום לעבן אדער דו פארדינסט שיין,
פונדרויסן קען אלעס זיין וואויל און פיין
דאך דארפן מיר אלע שטיין אין די זעלבע ליין.

האסט טאקע א נייע קעדילאק טא טאוזענט און דרייצן
און איך אן אלטן פאנטיאק וואס טוט קראצן,
אבער דאך טוה מיך נישט אונטערשאצן
פונקט ווי מיר, קענסטו זיך אויך נישט באקראצן.

דו וואוינסט טאקע אין א פאלאץ אין א זאל
די חיצוניות און מזל שיינט אבנארמאל,
דאך איז קיינער גרעסער פונעם צווייטן בכלל
מיר אלע טרינקען אייניג פונעם זעלבן קוואל.

יעדער די זעלבע השפעות וויל
אונז דארפן זיך אייניג בעטן און איינזיצן שטיל,
טאשן ליידיג און טאשן פיל
אונז זעמיר אלע אינעם זעלבן שפיל.

מעגסט הייסן באפעט, מעגסט הייסן טראמפ
מיר דארפן אלע צוקומען צום זעלבן פאמפ!

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:08 pm

· #60309
Michoel Schnitzler


געז געז געז.....
יונגעלייט פאר די קארס,
עלטערע פאר זייערע טראקס,
שווארצע צי פארקויפן,
בחורים פאר זייערע צינדערס,

מאנכע האבן געפארקט די קארס נאך פאר שבת ביים געז סטעשן, און געוואר געווארן אז מען טיילט גאר אינדרויסן ביים טראק....
א חבר דערציילט מיר אז ער איז געשטאנען אין ליין פאר דריי שעה, און דערנאך געוואר געווארן אז חוץ "ווייפער פלועד" קען ער דא גארנישט באקומען...
די "לעלאס" האבן פארשטייט זיך פערטעקציע, ווייל זיי דארפן דאך געז צו זיכער מאכן אז מען שטיפט זיך נישט ביי די געז סטעשן'ס..
נאך פינעף שעה ווארטן אויפן ליין, זיך גע'הרג'עט מיט יעדע שווארצער פון ברוקלין, האב איך דעסיידעט צו גיין קויפן א באטל פון האום דיפאט,
גוט געווארן מיט יעדע נער פון שטאט אויפן ליין, ענדלעך באקומען געז,
איך שטיי שוין ביי מיין "אפלענדער", און אין קאפ זעה איך שוין ווי מיין טאנק איז פול...!!!
באמערק איך..... אז כ'האב אנגעפילט מיין שכן'ס קאר....
יא! אלעס איז אבאמא שולדיג

נס קאווע » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:25 pm

· #60317
אנגעפילט אין ניו דזשערסי, אז דו גייסט קיין ניו דזשערסי גיי צו די צווייטע געז סטעישאן ווייל די ערשטע איז פילער

ניו יארק » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:08 pm

· #60380
יעצט באקומען א מעסעדש אז און ווילי איז נישט דא קיין ליינס ביי Kent & Penn און Kent & Hewes.

קפנדריא » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:03 pm

· #60447
איז דא א סיבה אין דער וועלט פארוואס ניו זשורזי האט געהעריג גאז און ניו יארק סיטי אונטער דעם געערטן מעיאר בלומבערג האט נאך נישט? ער קען נישט שליכטן אזא קלייניקייט ווי געז, ער קען נישט פירן אזא שטאט ווי ניו יארק, און זיין פארדראבענע קאפ ליגט אים אין מציצה בפה און וויאזוי צו אונטערהאקן אונזערע מצוות.

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:15 am

· #60637
גארנישט געוויסט אז פאנטיאק עקזיסטירט נאך, בשעתו פלעגט מען זאגן אז פאנטיאק איז ר"ת Poor Old Nigger Thinks It's A Cadillac.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:48 am

· #60649
עס עקזיסטירט שוין טאקע נישט, נאר די אלטע קראצעדיגע איז נאך געבליבן זכר לחורבן...

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:56 am

· #60656
ס'איז (כמעט) אין ערגעץ נישטא מער קיין ליניעס. דער אייזל בן אייזל בלומבערג האט זיך פשוט דערמאנט צו שפעט

ווייס ווי שניי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:57 am

· #60660
שעפטל
ס'איז (כמעט) אין ערגעץ נישטא מער קיין ליניעס. דער אייזל בן אייזל בלומבערג האט זיך פשוט דערמאנט צו שפעט

זיין טאטע איז אויך געווען א אייזל ?

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:58 am

· #60661
פון קיין מענטש קען אזאנס נישט ארויסקומען

ווייס ווי שניי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:37 pm

· #60680
און ניו גער'זי גייט מען שוין מארגען 6:00 אזייגער פארטאגס אראפנעמען די געזעץ

נס קאווע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:25 pm

· #60712
אין ניו דזשערסי כמעט וואס מען האט עס שוין נישט אינפארסירט, א ליידיגע געז סטעשאן שטייט נישט קיין פאליס קוקן אויב דו ביז אדד אדער איווען אפילו אין אין נ.י.

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:35 pm

· #61796

שמואל הלוי » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:17 pm

· #62392
Mayor Bloomberg of NYC has announced that odd/even Gas Rationing will continue to remain in effect through the holiday weekend. Plan accordingly if you are traveling!

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:18 pm

· #62394
איך ווייס נישט וואס ער רעדט, ס'נישטא די אדד איווען געזעץ אין קיין איין סטאנציע אין די היימישע געגענטער

יחצל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:21 pm

· #62396
און ניו יארק סיטי איז די געזעץ און פולן קראפט

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:22 pm

· #62398
איך האב גענומען עטליכע מאל געז אין באזונדערע סטאנציאנען, זאג מיר נישט.

שמואל הלוי » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:24 pm

· #62400
דיר לאזט מען, ווייל דו האסט א גאלדענע קרוין.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:25 pm

· #62401
איך גיי נישט ארום מיט מיין קרוין, איך לאז עס אינדערהיים. מ'האט עס שוין אפאר מאל שיעור געגאנבעט

הדד בן בדד » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:19 am

· #62518
זר זהב
איך גיי נישט ארום מיט מיין קרוין, איך לאז עס אינדערהיים. מ'האט עס שוין אפאר מאל שיעור געגאנבעט


פארוואס נאר שיעור, איך מיין אז דו האסט אמאל געהאט אן אנדערן קרוין דא און האסט עס געטוישט. נישט ווייל מען האט געגאנבעט די אלטע?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:55 am

· #62561
😃 ווייל יענע איז געווען צו גאווה'דיג

מיקוה נייעס » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:40 pm

· #62613
חרדישע עסקנים דריקן אויס דאנקבארקייט פאר מייק בלומבערג פאר נישט מאכן איין טאג נאר פאר האנדא אדעסיס, ווייל עס וואלט פאראורזאכט א כאאס
בלאט: 1 2 3 4