☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » שבת אין האטעל

שבת אין האטעל

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2250
בלאט: 1 2

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 4:14 pm

· #57278
שבת אין האטעל
איך זיך אוועקצופארן אויף א שבת מיט'ן ווייב אין א האטעל (נישט די ראהלי)
ס'זאל נישט זיין מער ווי 2 שעה פון ברוקלין
ס'זאל כשר
און לכתחילה אזא שבת-גרופ, ווי דער עולם איז געסט אויף שבת.
פראגראמען וכדומה איז נישט וויכטיג.

אן עצה?

bush » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:13 pm

· #57297
lakewood if its open

קליינע רעבעלע » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:50 pm

· #57385
איך בין געווען פאריאר אין דעים סוויט אין ליעקוואד אין זייער האנה געהאט
דע עיקר דע עסן האט געהאט אלע טעמים
סאיז מער א היימישע זאך אפילו דע בעטן איז היימיש נישט ווי א האטעל
דע עיקר דע ווייב האט עס זייער ליב געהאט

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 8:24 pm

· #57827
סאיז מער א היימישע זאך אפילו דע בעטן איז היימיש נישט ווי א האטעל

not good news

btw, whats the name of the hotel

i want somthing away from crowd

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:04 pm

· #58504
קאווע טרינקער
סאיז מער א היימישע זאך אפילו דע בעטן איז היימיש נישט ווי א האטעל

not good news

btw, whats the name of the hotel

i want somthing away from crowd

Solomon Suites Hotel

קענסט ציימריקען דע בעטען

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:07 pm

· #58506
וואס מיינט היימישע בעטן?

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:12 pm

· #58508
נישט ווי אלע האטעלן נאר ווי אין א אידישע שטיב

כ׳בין פריי » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:20 pm

· #58512
וואס הייסט און א יודישע שטוב??

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:22 pm

· #58514
מיינסט צו זאגן אז די בעטן האבן א קריב אינצווישן? בילט אין נעגל וואסער?

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:24 pm

· #58516
לאמיר רעדן קלאר
אין נארמאלע האטעל'ס איז דא ברייטע בעטן וואס צוויי מענטשן קענען זיין אין איין בעט,
דארטן איז דא שמאלע בעטן וואס איז נאר פאר איין מענטש.
פארשטייסט שוין?

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:35 pm

· #58519
הייסט אז שמאלע בעטן איז א אידישע מנהג?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:36 pm

· #58521
ער מיינט עקסטערע. באזונדערע. אפגעטיילטע.
פארשטייט איר טאקע נישט, אדער שפילט איר?

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:38 pm

· #58524
געפילטע פיש
הייסט אז שמאלע בעטן איז א אידישע מנהג?

אין א קאפעל שלאף צימער? יא

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:40 pm

· #58526
נישט געוויסט, אפשר דארף איך אריינגעבן מיין מאטראצן צום שעטנז לעברעטארי, וויפול איז די גרעסטע שיעור אויף די ברייט\לענג? לשיטת חזו"א, הגר"ח נאה?

כ׳בין פריי » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:47 pm

· #58528
כהאב נישט געוויסט אז מיין שטוב איז גויאיש

נס קאווע » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 12:33 pm

· #58988
האטעל איבענאכט
ווייסט איינער וועגן א גוטע האטעל פאר ביליג אין די געגענט, גרויסע וואנעס אדער דזשאקאזי אין די רום זיך צו באדן לכבוד שבת וועט אויך נישט שאטן
כ' מיין ס' שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אבער איך קען עס נישט טרעפן

כ׳בין פריי » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 12:39 pm

· #58989
כהאב לעצטנס געזוכט צו גיין צו אזא האטעל די ביליגסטי וואס איך האב באקומען איז געווען $150 א נאכט. אבער כהאב מיאוס חרטה גיהאט סאיז געווען שיין און גוט אבער נישט פאר אזא פרייז

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 4:25 pm

· #59063
כ'בין אמאל געווען אין א האטעל אין קווינס נישט ווייט פון J.F.K. ,עס האט צוויי חלקים איינס א נארמאלע האטעל און די צווייטע אזעלכע דירות וואס זענען געמאכט צו בלייבען לענגער אבער זיי פארדינגען עס פאר איין נאכט אויך.

די דירה איז באלד אזוי גרויס ווי א דירה אין ווילי האט אלעס א קאך טישען מיט בענקלעך סאפע א פיינע דזשאקאזי און דערצו א פארטש זיך אויסצוליפטערן אינדערפרי ,בקיצור אלעס וואס מען דארף, לויט ווי איך געדענק איז עס נישט געווען צו טייער. אויף צו להכעיס קען איך מיר דערמאנען די נאמען אבער עס איז פערפעקט פאר א שארט ברעיק.

טעפל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 4:39 pm

· #59071
כ׳בין פריי
כהאב נישט געוויסט אז מיין שטוב איז גויאיש

ס'איז נישט גויאיש ס'איז פשוט פריי...

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:04 pm

· #59370
כ'בין נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן
וואו קען מען אוועקפארן אויף שבת, 5 שטערן'ס, אין כשר'עס סערווירט?

נס קאווע » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:24 pm

· #59423
איך אויך
כ'בין אמאל געווען אין א האטעל אין קווינס נישט ווייט פון J.F.K. ,עס האט צוויי חלקים איינס א נארמאלע האטעל און די צווייטע אזעלכע דירות וואס זענען געמאכט צו בלייבען לענגער אבער זיי פארדינגען עס פאר איין נאכט אויך.

די דירה איז באלד אזוי גרויס ווי א דירה אין ווילי האט אלעס א קאך טישען מיט בענקלעך סאפע א פיינע דזשאקאזי און דערצו א פארטש זיך אויסצוליפטערן אינדערפרי ,בקיצור אלעס וואס מען דארף, לויט ווי איך געדענק איז עס נישט געווען צו טייער. אויף צו להכעיס קען איך מיר דערמאנען די נאמען אבער עס איז פערפעקט פאר א שארט ברעיק.

ס' איז דא וואו זיך צו באדן לכבוד שבת דארט צו נישט?

איך דארף נישט קיין דירה

דאנקע שיינע

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:59 pm

· #59447
כאב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן א האטעל צימער אן א באד צו לפחות א שויער, אפילו די פאסט-סטעמפ סייז האטעל צימערן אין מאנהעטן האבען א פיצינקע באד. די דירה פון וואס איך רעד האט א באד די והותר...

נס קאווע » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 5:39 pm

· #59477
א באד האב איך אינדערהיים אויך איך דארף א באד.
אמאל בין איך געווען ערגעץ ($300 רעינדזש) ס' איז געשטאנען אז ס' האט א אין רום דזשוקוזי, מיין שויער אינדערהיים איז מיר נאך דעם געווען אסאך באקוועמער

אדרבה אז דו דערמאנסט זיך זיי מהנה

bush » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 1:03 am

· #59963
קאווע טרינקער
כ'בין נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן
וואו קען מען אוועקפארן אויף שבת, 5 שטערן'ס, אין כשר'עס סערווירט?

boro park has some nice hotels. and willi has two hotels. (dont remember the names) where ever you live go to the other city.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 10:17 am

· #59996
bush
קאווע טרינקער
כ'בין נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן
וואו קען מען אוועקפארן אויף שבת, 5 שטערן'ס, אין כשר'עס סערווירט?

boro park has some nice hotels. and willi has two hotels. (dont remember the names) where ever you live go to the other city.

בוש, שלום עליכם
דו קענסט מיך נאך נישט אזוי גוט ( איך אליינס קען מיך אויך נישט)
איך וויל אוועקפארן אויף א שבת צווישען אידן אן קיין שטריימלעך, און ווערן סערווירט כשר'ע עסן (גענוג כשר פארן בני בית אויך) - און האבן א מנין.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:39 am

· #60025
לעיקוואד האט שטריימלעך?
כ'מאך נאר א ווערטל... אבער די שטריימלעך ווערן בטל בשישים.

איך מיין אז אזוינס וועסטו נאר טרעפן אין ארץ ישראל.
נעם דיר אליינס מיט עסן, און פאטער אנייסעק.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:44 am

· #60027
זיך פארערען אליינס מיט די טשולענט, נע.

park ave » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:00 am

· #60928
Crystal Springs Golf Club 1 (973) 827-5996 1 Wild Turkey Way, Hamburg, NJ 07419 http://m.google.com/u/m/dEJkBK

park ave » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:03 am

· #60930
נישט פאר שבת אבער גיט

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:07 am

· #60981
נע, איך זיך נישט סתם האטעלס
לעצטע וואך איז אין די לינק געווען אן עד איבער א שבת אין א האטעל
זעה דא עמוד 88
אבער איך זיך א שטילע שבת, אן קיין מזמרים, אן קיין רעדנערס, אן קיין "עולם".

נס קאווע » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:07 pm

· #61004
park ave
Crystal Springs Golf Club 1 (973) 827-5996 1 Wild Turkey Way, Hamburg, NJ 07419 http://m.google.com/u/m/dEJkBK

דאנקע שיינע אבער עס איז ווייט פון בפ בערך א שעה אהאלב

קפנדריא » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:34 am

· #61702
דורך אויס ניו זשערזי זענען דא פיל אידישע ישובים און גרויסע האטעלן, ספעציעל אין מאריסטאון וואו חב"ד האט א גרויסן צענטער מיט א מקוה, דורך אויס קאנעקטיקוט ספעציעל סטעמפארד וואו ס'איז דא א ישיבה און א שיינע אידישע קהילה, אזוי אויך אין פעירפיעלד קאנעקטיקוט איז דא א באשיידענע אידישע קהילה, אפשר אפילו אין דענבורי, די אלע האבן גרויסע גוי'שע האטעלן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:56 pm

· #61727
אבער איך וויל ווערן "סערווירט" כשר'ס

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 30, 2013 10:47 am

· #137263
any information about Kutchers resort
Thanks

ריינער » דינסטאג יולי 30, 2013 2:20 pm

· #137285
רויטע וואנצעס
any information about Kutchers resort
Thanks

איך בין דארט געווען אפאר וואכן צוריק. אויב זוכסטו א שיינע פלאץ דאן גיי נישט אהין, זוכסטו רואיגקייט, שטילקייט דעמאלטס איז עס פאר דיר.

MickyMouse » דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

· #137292
קאווע טרינקער
אבער איך וויל ווערן "סערווירט" כשר'ס

למעשה האסטו געטראפען וואס די האסט געזיכט? טייל מיט א גוט פלאץ.

לבי במזרח » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 8:58 pm

· #167241
בקיצור נאך 2 פעיזשעס איז געבליבן אז סי נישט דא קיין קאפל פלאץ ווי צו גיין פאר א שבת? אדער איז דאס עפעס וואס ווערט נאר דיסקאסט אין מאחורי? אויב יא קען מיר איינער שיקן אין אישי?
It would be greatly appreciated.

גנדי » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:54 am

· #167279
איך בין אפאר מאל געווען אין נוי בראנסוויק נוי דזערסי.

Hyatt. New Brunswick NJ

הערליכע. גרויסע מאדערענע האטעל.

א שול א שפאן אוועק.

סאיז נעבן א גרויסע קאלעדזש. ממילא איז שבתים ביליגער. עסן מיז מען אליינס ברענגען. די קענסט אבער עסן אין שול. רוף אן און גיב א נדבה פארן שול.

shem-tov » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:22 am

· #167280
דאס וואס קאווע זוכט קען מען טאקע שווער טרעפן. די בעסטע עצה איז צו גיין צו א יודישע קומיוניטי וואס האט א גרויסע חב"ד האוז, און נעמט אן באטייליגער פאר די סעודת שבת פאר באצאלט, און מען שטייט איין אין א שיינער האטעל דערנעבן. ל

אויב האט איר עקספיריענסד אזעלעכע חב"ד הייזער ביטע טיילט מיט.

עס איז אויך דא אן אפשען סערווירט צו ווערן סעודת שבת אין א רעסטוראנט מיטן מאכן רעזערוועישאנס ערב שבת. סדא עטליכע אזעלעכע דא אין מאנהעטן

days » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:43 pm

· #170967
שבת אין א האטעל מיט א גראפ
איך וויל פלאנירן א שבת אר בערך 12 קאפלס, מיטן חשבון צו עסן די סעודות ברוב עם, עני איידיע פון א שיינע האטעל נישט צו טייער?
(עס איז דא אסאך שיינע ביליגע האטעלס, אבער מען בעט זייער אסאך געלט פאר די זאל..)

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 6:49 pm

· #170979
איך בין 2 יאר צוריק געפארן צו א חב"ד האויז אין קאלעראדא מיט א גרופע פון 8 חבירים (3 האבןו מיטגעשלעפט די ווייבער, זייענדיג אין שנה ראשונה). דער חב"ד שליח האט אלעס צוגעשטעלט, בחינם. אונז האבן איבערגעלאזט א מתנה פאר זיין משפחה און א נדבה פאר זיין שליחות פון טויזענט דאללער. אזא שיינע שבת גייט נישט ארויס פון זיכרון. ספעציעל אין די שניי'איגע ווינטער שבתים אין קאלעראדע.

days » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:50 pm

· #171022
#1 ווי ווייט איז קאלאראדא פון ניו יארק?
#2עס איז געווען שיין ווייל די האסט געהאט דארט געשמאקע חברים, אדער ווייל ס'יז א שיינע פלאץ?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:59 pm

· #171024
צוויי גוטע אפטשינס אויב איר זענט נישט אלערזשיק צו שטריימלעך:

מי מנוחות לעבן מאנרוי, זייער רואיג און שטיל, אינדאר סווימינג. (475-550$)
845-662-5730

רעלי איז איז היינט צוטאגס אויפן א גאנץ יאר. אינדאר סווימינג (400$ and up)
845-434-7000

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:22 pm

· #171030
days
#1 ווי ווייט איז קאלאראדא פון ניו יארק?
#2עס איז געווען שיין ווייל די האסט געהאט דארט געשמאקע חברים, אדער ווייל ס'יז א שיינע פלאץ?

1 - מיט די הנחה אז אונז זענען פון נוא יארק... פון נוא יארק סיטי ביז דענווער קאלעראדע איז בערך 1700 מייל. דריי מיט א האלב שעה מיט א עראפלאן. א טייל זענען טאקע געפלויגן, און א טייל (מיך אריינגערעכענט) האבן געדרייווט. פון דינסטאג פארטאגס, מיטוואך נאכט האבן אונז זיך אפגערועט אין שיקאגא, ביז דארנעשטאג נאכמיטאג.

2 - די פלאץ פאר זיך איז א לענגליכע בנין אויף א גרויסע לאט, גאנץ פשוט. דער עולם איז א רוסישע על פי רוב. ס'איז שיין געוועהן ווייל מען האט זיך געפילט ווי פרייע פויגל ערגעץ אויפן וועלט במקום שאין מכירין, און דער חב"ד שליח איז א מומחה אין אויפהייטערן די געמיטער.

גנדי » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:45 am

· #171078
days
איך וויל פלאנירן א שבת אר בערך 12 קאפלס, מיטן חשבון צו עסן די סעודות ברוב עם, עני איידיע פון א שיינע האטעל נישט צו טייער?
(עס איז דא אסאך שיינע ביליגע האטעלס, אבער מען בעט זייער אסאך געלט פאר די זאל..)

Hyatt hotel in New Brunswick NJ

הערליכע נייע מאדערענע איבערגעבויטע האטעל.

סאיז נעבן א גרויסע קאלעדזש. אינמיטען וואך איז עס טייער. שבת איז עס ביליגער.

סאיז דא א שול דערנעבן.

קאנג. פועלי צדק.
מקען עסן די סעודות אין שול. די שול האט א גרויסע פרידזש.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:59 am

· #171083
הייסט מ'ברענגט אליין עסן, און מ'מאכטס זיך היימיש אין שול?

גנדי » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 8:57 am

· #171115
רויטע וואנצעס
הייסט מ'ברענגט אליין עסן, און מ'מאכטס זיך היימיש אין שול?

יא.

די שול איז בערך 100 יאר אלט. אויסגעשטעלט אזוי ווי רוב אלטע שולן.

אינטער די שול איז דא א גרויסע שטוב מיט א קאך. מען ברענגט די אייגענע עסן. און מען קען עסן באקוועם. רוף אן די רב און גיב אים א נדבה.

גנדי » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:04 am

· #171116
http://m.hyatt.com/mt/newbrunswick.hyat ... /home.html

http://m.hyatt.com/mt/newbrunswick.hyat ... oGallery=0

די שול
http://poilezedek.org/cms/

days » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:57 am

· #171147
שכוח גנדי פאר די אינפא סאיז מיר זייער אינטערסאנט ווייל איך האב שוין אפאר מאל געקוקט אויף דעם געגענט בערך 3 מייל אוועק איז דא א שיינע אגודה שיל מיט א מקוה און א היימישע גראסערי און דעלי לעבן דעם נאר סאיז צו ווייט צו וואקן שבת, כהאב נישט געוויסט פון דעם שיל..

גנדי » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:33 pm

· #171158
days
שכוח גנדי פאר די אינפא סאיז מיר זייער אינטערסאנט ווייל איך האב שוין אפאר מאל געקוקט אויף דעם געגענט בערך 3 מייל אוועק איז דא א שיינע אגודה שיל מיט א מקוה און א היימישע גראסערי און דעלי לעבן דעם נאר סאיז צו ווייט צו וואקן שבת, כהאב נישט געוויסט פון דעם שיל..

רוף אן פון פאראויס זיכער מאכען עס איז דא מנין, געווענליך איז דא, ס'איז דאך אן אלט שול דארף מען זיכער מאכן פאראויס.

ס'איז אויך דא א גרויסע חב"ד הויז פאר RUTGERS UNIVERSTY
https://www.rutgers.edu/

http://www.chabadnj.org/

די חבד הויז איז א 20-30 מינוט שפאציר פון די HYATT HOTEL
בלאט: 1 2