☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » שבת אין האטעל

שבת אין האטעל

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2250
בלאט: 1 2

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:49 pm

· #171174
א פאני שאלה @גנדי. ווי אזוי פילסטו זיך באקוועם איבערן שבת אין האטעל צווישן גוים, מ'קוקט? קענסט גיין שווימן? לויפן אויפן טרעדמיעל מיט די ווייב? איך בין קיינמאל נישט געווען אין א געהעריגע האטעל נאר פאר ביזנעס, פאר פלעזשור בין איך נישט געווען, וויל איך וויסן, א דאנק!

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:02 pm

· #171175
וואנצעס, אין די זומער שבתים זענען דא האטעלן וואו די גוים זענען די מינאריטעט... ווען איך בין דאס ערשטע מאל געגאנגען אפאר יאר צוריק מיט נאך 3 משפחות און געמיינט אז איך גיי האבן פרייוועסי אנקומענדינג האב איך געזען נאך 20 אידן, מנין איז געווען אין לאבי טשולענט האבן מיר געגעסן אין סווימינג פול, יעדער האט געטעיסט דעם אנדערענ'ס טשולענט. סוף זומער האב איך געהאט א מנין נייע באקאנטע וואס אלע זענען אנגעקומען צו יענע ארומיגע האטעלן דורך פרייסליין.

נישטא וואס זיך צו שעמען קיינמאל, יעדער איז פריינטליך געווענליך. די גוים זענען אויך דארט נאר צו גאסט. דעם שטריימעל האב איך אבער געלאזט אינדערהיים

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:26 pm

· #171180
איך בין געווען אמאל אין א גאר היימישע האטעל, קיינער איז נישט געגאנגן שווימען פרייטאג, האב איך פארשפארט די טיר און געשווימן מיט מיין ווייב. ס'איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק! (מאחורי? 😃 ) די פחד אז מ'גייט מיר פאקען (פ דגוש אוודאי) האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.

days » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:50 pm

· #171187
ישמעאל הכהן
וואנצעס, אין די זומער שבתים זענען דא האטעלן וואו די גוים זענען די מינאריטעט... ווען איך בין דאס ערשטע מאל געגאנגען אפאר יאר צוריק מיט נאך 3 משפחות און געמיינט אז איך גיי האבן פרייוועסי אנקומענדינג האב איך געזען נאך 20 אידן, מנין איז געווען אין לאבי טשולענט האבן מיר געגעסן אין סווימינג פול, יעדער האט געטעיסט דעם אנדערענ'ס טשולענט. סוף זומער האב איך געהאט א מנין נייע באקאנטע וואס אלע זענען אנגעקומען צו יענע ארומיגע האטעלן דורך פרייסליין.

זומער שבתים אפגערעדט כמעט איבעראל איז דא מנין, כ'וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי אונז זעמער געפארן א גרופ איין שבת אין א הערליכע האטעל, און אריינקומענדיג האט זיך אנטפלעקט עטליעסט 150 אידישע משפחות...
דער עולם קאלן אן די האטעל פרעגן צו ס'איז דא א אידישע גרופ ס'הייסט מנין, און טאמער יא שטראמט מען אין די מאסן אויפן חשבון פון די ספר תורה וואס מיר האבן זיך אומשולדיג מיטגעברענגט...

זייט דעמאלט זאג איך פאר מיין ווייב אז זומער דארף מען גיין אין א אידישע האטעל ווייל דארט איז דא די ווייניגסטע אידן...

ציגעלע » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:10 pm

· #171244
איין זייער וויכטיגע זאך: זאג אן פאר דע אלע קאפאל'ס צי האלטען דע גאנצע נסועה בסוד משום מעשה שהיה

איך קען איינעם וואס ער מיט זיין ווייב מיט נאך 2 קאפעל'ס זענען אוועק געפארן אויפ א שבת, זיין ווייב האט איין אינדערפרי ביי דע באס מיט איר לויזע צינג דערציילט פינען שבת, אין ווייניגער ווי שעה האט ער באקימען א טעלפאן פין דע מוסד ווי ער שיקט זיינע קינדער "אז ער זאל נישט שיקן זיינע קינדער מארגען ביז ער קימט זיך נישט דורך מיט הנהלה", באנאכט ווען ער האט זיך געטאראפן מיט זיי זענען דארט געווען 3 אינגעלייט, איך וויל נישט דערצלייען וואס מען האט אים אלטס אויסגעפרעגט, ווי אזוי מען האט געגסען, ווען מען האט זיך געלייגט, צי עס איז געווען א טיר פין איין צימער צים צווייטן, אין נאך טיפער וד"ל

למעשה נישט האבן'דיג קיין פיל ברירות (אין נישט האבען'דיג קיין געלט....)האט ער צי אלעם מסכים געווען וואס זיי האבן פארלאנגט

פארוואס זאג איך עס אייך ווייל איך וויל איר זאלט וויסען

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:11 pm

· #171245
וואס האבען זיי פארלאנגט?

ציגעלע » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:13 pm

· #171246
רויטע וואנצעס
איך בין געווען אמאל אין א גאר היימישע האטעל, קיינער איז נישט געגאנגן שווימען פרייטאג, האב איך פארשפארט די טיר און געשווימן מיט מיין ווייב. ס'איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק! (מאחורי? 😃 ) די פחד אז מ'גייט מיר פאקען (פ דגוש אוודאי) האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.


איך ווייס זייער גיט פין דע געשמאק, אבער נישט און קיין היימישע האטעל

ציגעלע » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:16 pm

· #171249
איך אויך
וואס האבען זיי פארלאנגט?


משיגענע זאכן ווי ער מיז דאווענען ער מיז האבן א שיעור יעדע טאג אין א באשטימטע שיהל, נאך דעים ווי אזוי זיין ווייב מעיג זיך אנטיען וכו' וכו'

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:23 pm

· #171251
זיי האבן בעיקר געוואלט זעכער מאכן, אז ער גייט נישט אויף די זעלבע פלאץ ווי זיי גייען.

הבא ללמד » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:34 am

· #171348
ציגעלע
איך קען איינעם וואס ער מיט זיין ווייב מיט נאך 2 קאפעל'ס זענען אוועק געפארן אויפ א שבת, זיין ווייב האט איין אינדערפרי ביי דע באס מיט איר לויזע צינג דערציילט פינען שבת, אין ווייניגער ווי שעה האט ער באקימען א טעלפאן פין דע מוסד ווי ער שיקט זיינע קינדער "אז ער זאל נישט שיקן זיינע קינדער מארגען ביז ער קימט זיך נישט דורך מיט הנהלה", באנאכט ווען ער האט זיך געטאראפן מיט זיי זענען דארט געווען 3 אינגעלייט, איך וויל נישט דערצלייען וואס מען האט אים אלטס אויסגעפרעגט, ווי אזוי מען האט געגסען, ווען מען האט זיך געלייגט, צי עס איז געווען א טיר פין איין צימער צים צווייטן, אין נאך טיפער וד"ל


איך בין משיגע אז איך האלט אז הנהלת המוסד האט אחריות נישט צי צלאזן קיין הפקירות?

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:37 am

· #171349
יא

הבא ללמד » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:41 am

· #171352
געפילטע פיש
יא

אפשר ביסטי עס מסביר? ווען איך שיק און א מוסד קיק איך וואספארע אטמאספער מיייינע קינדער וועלן זיין, איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער מיט אזעלכע משפחות

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:48 pm

· #171592
און וואו שטעלט זיך עס אפ? דיינע עלטערן האבן קיינמאל אזעלכע דאגות נישט געהאט, מ'פלעגט ארייננעמען אין חדר ווער ס'האט נאר געוואלט אז זיינע קינדער זאלן האבן א אידישע חינוך, אפגעזעהן וויאזוי יענער האט אויסגעזעהן. בסוגיין כבר דנו באריכות ב'מאסן פרודוקציע ערציאונגס פארבריק' אשכול, עי"ש ותמצא נחת.

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:59 am

· #171640
הבא ללמד
ציגעלע
איך קען איינעם וואס ער מיט זיין ווייב מיט נאך 2 קאפעל'ס זענען אוועק געפארן אויפ א שבת, זיין ווייב האט איין אינדערפרי ביי דע באס מיט איר לויזע צינג דערציילט פינען שבת, אין ווייניגער ווי שעה האט ער באקימען א טעלפאן פין דע מוסד ווי ער שיקט זיינע קינדער "אז ער זאל נישט שיקן זיינע קינדער מארגען ביז ער קימט זיך נישט דורך מיט הנהלה", באנאכט ווען ער האט זיך געטאראפן מיט זיי זענען דארט געווען 3 אינגעלייט, איך וויל נישט דערצלייען וואס מען האט אים אלטס אויסגעפרעגט, ווי אזוי מען האט געגסען, ווען מען האט זיך געלייגט, צי עס איז געווען א טיר פין איין צימער צים צווייטן, אין נאך טיפער וד"ל


איך בין משיגע אז איך האלט אז הנהלת המוסד האט אחריות נישט צי צלאזן קיין הפקירות?


און ווי לאנג עס איז מיין ווייבס רבינו תם גאטשעס איז אויך די אחריות פון די הנהלת המוסדות?

און אויב עס איז דא א בייבעל אין די נאכט קעסטל אין די צימער פון האטעל איז אויך די אחריות פון די הנהלת המוסדות?

זייט ווען האבען מיר געוועלט חברי הנהלה צו ווערן אונזער נאכקוקערס?

זייט ווען איז הנהלת המוסדות אריין אין די השגחה ביזנעס?

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:04 am

· #171643
הבא ללמד
געפילטע פיש
יא

אפשר ביסטי עס מסביר? ווען איך שיק און א מוסד קיק איך וואספארע אטמאספער מיייינע קינדער וועלן זיין, איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער מיט אזעלכע משפחות


אין איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן לערנען מיט אזעלעכע משפחות וואס רעספעקטירען נישט די פרייוועסי אין צניעות פון אן אנדערע משפחה. סאיז אן עקל אין א גרויל...

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:15 am

· #171646
איך פיר מיך טאקע ארויסצושליידערן די בייבעל אינעם נאכטקעסטל פון די צימער.

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:12 am

· #171658
איך אויך
איך פיר מיך טאקע ארויסצושליידערן די בייבעל אינעם נאכטקעסטל פון די צימער.


און ווי לייגסטו די בייבעל?

יין שרף » פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:36 pm

· #179035
רויטע וואנצעס
איך בין קיינמאל נישט געווען אין א געהעריגע האטעל נאר פאר ביזנעס, פאר פלעזשור בין איך נישט געווען

רויטע וואנצעס
איך בין געווען אמאל אין א גאר היימישע האטעל, קיינער איז נישט געגאנגן שווימען פרייטאג, האב איך פארשפארט די טיר און געשווימן מיט מיין ווייב. ס'איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק! (מאחורי? 😃 ) די פחד אז מ'גייט מיר פאקען (פ דגוש אוודאי) האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.

האיך יתקיימו שניהם? (ואת"ל שאיינו נעים לילך לחופש אם אשתו (כרוב אנשים...) הא כבר כתב געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק!)
וה' יאיר עיני.

טריפל אי » פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:03 pm

· #179038
איך אויך
איך פיר מיך טאקע ארויסצושליידערן די בייבעל אינעם נאכטקעסטל פון די צימער.


דערמאנסט מיר וואס איז פארגעגאנגן ביי מיין בעשוי. אונז זענען אנגעקומען קיין ............. שפעט נאכמיטאג, און מ'האט אריינגעטשעקט אין די האטעל וואס דער פיוטשער מחותן האט צוגעגרייט פאר אונז. פאר מ'איז ארויף צו די שטוב האט מיר מיין טאטע געהייסן בלייבן אין די לאבי פאר א פאר מינוט ביז ווילאנג ער קומט מיר נישט רופן.
פיינעלי האט ער מיר ארויפגעלאזט און ווען איך קום אריין און שטוב האב איך שוין אלעס פארשטאנען. ער האט מיט די בעט קאווערס צוגעדעקט די טעלעוויזיע, און ארויסגעווארפן אדער באהאלטן די בייבל. א רחמנות געוועהן צו קוקן אויף זיין פנים ווען איך האב עם געפרעג וואס עס זענען די צוויי זילבערנע הערנער וואס שטעקן זיך ארויס פון די בעט קאווערס...

אמאל געווען » זונטאג יאנואר 26, 2014 3:26 pm

· #179297
שבת און האטעל איז גאנץ א פיינע זאך א חוץ דעם וואס פון צייט צו צייט ווערט מען אויסגעשפארט פון די צימער און עס איז א פראבלעם פון חילול שבת

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 26, 2014 3:34 pm

· #179302
יין שרף
רויטע וואנצעס
איך בין קיינמאל נישט געווען אין א געהעריגע האטעל נאר פאר ביזנעס, פאר פלעזשור בין איך נישט געווען

רויטע וואנצעס
איך בין געווען אמאל אין א גאר היימישע האטעל, קיינער איז נישט געגאנגן שווימען פרייטאג, האב איך פארשפארט די טיר און געשווימן מיט מיין ווייב. ס'איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק! (מאחורי? 😃 ) די פחד אז מ'גייט מיר פאקען (פ דגוש אוודאי) האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.

האיך יתקיימו שניהם? (ואת"ל שאיינו נעים לילך לחופש אם אשתו (כרוב אנשים...) הא כבר כתב געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק!)
וה' יאיר עיני.


@יין שרף צ"ל איך בין קיינמאל נישט געווען אין א געהעריגע גויעשע האטעל נאר פאר ביזנעס

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 26, 2014 3:41 pm

· #179305
נאכן אויספרעגן דעם עולם דא, בין איך ענדליך לעצטענס געפארן צו א גויעשע האטעל אויף שבת מיט מיין ווייב. וואס זאל איך ענק זאגן.. ס'איז געווען אויסערגעווענדליך געוואלדיג, און האלב די פרייז. ניין איך בין נישט געווען יענער מיט די ווייסע זאקן סא הייב נישט אן דמיון'ן אז ס'איז געווען מיך.

מ גפני » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:43 pm

· #179389
אמאל געווען
שבת און האטעל איז גאנץ א פיינע זאך א חוץ דעם וואס פון צייט צו צייט ווערט מען אויסגעשפארט פון די צימער און עס איז א פראבלעם פון חילול שבת

קענסט לייגן TAPE אויפ'ן צינגעל, וועסט נאך אלס קענען פארמאכן די BOLT LOCK ווען די ווילסט

חכם עתיק » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 11:31 am

· #194515
רויטע וואנצעס
נאכן אויספרעגן דעם עולם דא, בין איך ענדליך לעצטענס געפארן צו א גויעשע האטעל אויף שבת מיט מיין ווייב. וואס זאל איך ענק זאגן.. ס'איז געווען אויסערגעווענדליך געוואלדיג, און האלב די פרייז. ניין איך בין נישט געווען יענער מיט די ווייסע זאקן סא הייב נישט אן דמיון'ן אז ס'איז געווען מיך.


אפשר ביסטו משתף אז אנדערע זאלן אויך נהנה זיין..

BTW די היימישע האטעל פארוואלטער האט נישט געהאט קיין פראבלעם ווען א קאפל האט געבעטן זיי ווילן גיין אין שווים באסיין און צושפארטן די טיהר.

אדרבה אפשר ברענגט איר א מקור לאיסור אפילו אין די אחרונים..

פאטעטא טשיפס » זונטאג אוגוסט 2, 2015 2:17 am

· #293231
כשר'ע האטעל מיט עסן
איך זוך אוועקצופארן קומענדיגע שבת אין א האטעל (וואלט געוואלט מיט מנין און געקעיטערט כשר'ע עסן)

וואס זענען מיינע אפשענס?
[list][/list:u]אין די טריי סטעיט עריע
בלאט: 1 2