☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טשולענט!!Chulent

טשולענט!!Chulent

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2205

פיקציע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:42 pm

· #55552
טשולענט!!Chulent
איך האב שוין אסאך געהערט דערפון, עס איז שוין אסאך געשריבן געווארן אויף דעם אבער איך ווייס נאך אלס נישט וואס איז דאס די טשונעלט?
פאר ווער עס ווייסט נישט איז די טשולענט א צוזאמקום פון אידישע קינדערלעך פרומערע און ווייניגער פרום מענער און פרויען, עס קומען פאר שיעורים, מוזיק, און פארברענגען.
די אנפירער פון די צוזאמקום איז אייזיק שאנפעלד פון פלעטבוש.

יעצט צו מיין שאלה וואס האט באוואויגען הרב שעהנפעלד צי אנהייבן די טשולענט צוזאמקום, איז נארמאל צו זען דארט חסידי'שע אידן אדער איז עס בלויז פאר אנדערע קרייזן, ווי לאנג איז עס שוין אין OPJC און פלעטבוש?

אויב ווייסט איר צו ענטפערן, אדער סיי וואס איבער די טשולענט פארברענגט לאזט אייך ביטע הערן.

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:49 pm

· #55555
בנוגע טשולנט קוק דא

פיקציע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:51 pm

· #55558
לעמיל
בנוגע טשולנט קוק דא

איך פארשטיי נישט פארוואס איר לינק מיר אהין, אז דו ווייסט נישט פון וואס איך רעד קוק דא אין נ.י. טיימס.

קפנדריא » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 2:16 pm

· #57252
פארוואס רופסטו אן דעם שאנפעלד 'הרב', בשעת זיי זאגן קלאר אז זייער ציל איז צו פארפרעמדן אידישע קינדער פון דעם ערליכן וועג?

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:12 pm

· #57420
ס'געוועהן א סטאטיסטיק אין למספרם 2008, אז די וואס עסן טשולענט ליל ששי מיט א הקפדה, אין זענען נישט מוותר אויף דעם הייליגען מנהג וואס איז יסודתו בהררי קודש, ליל ששי טשולענט עפעס א קלייניגקייט? עכ"פ האט די פאולס געוויזען אז זיי זענען מער מקעין געשטימט, לאפוקי די וואס עסן נישט טשולענט ליל ששי וועלן ענדערש וואוטן פאר אבאמא.
לויט יענעם פאול איז די מקפידין באכילת טשולענט בליל ששי בעד ראמני.
אפשר קען מען ארויס נעמען דערפון, אז רוב ליל ששי טשולענט עסערס זענער ריפאבליק'אנער אדער מער ריפאבליקען געשטימט.

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:52 pm

· #57441
תכלית קען איינער איבערגעבן א באריכט אביסעל וואס דאס איז און וואס טוט זיך דארט? נישט נוסח ניו יארק טיימס נאר נוסח קאווע שטיבל.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:45 pm

· #57453
איז ביאינג "נאן -דזשאדזשמענטעל" דער דרך התורה?

כ'פרעג באמת.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:11 pm

· #57465
ס'איז א נאטור.
ריתחא דאורייתא איז יא דרך התורה?

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:13 pm

· #57466
ריתחא דאורייתא איז זיכער נישט נגד התורה

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:40 pm

· #57478
זר זהב
איז ביאינג "נאן -דזשאדזשמענטעל" דער דרך התורה?

כ'פרעג באמת.

ס'קען אמאל זיין א ירידה לצורך עלי'. דורכ'ן מקרב זיין און ארויסווייזן א שמייכל פאר א צובראכענע נשמה קען אמאל נתעורר ווערן דער אידישער פינק. און דער יעניגער קען אמאל צו קומען צו אהבת ויראת ה'.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:44 pm

· #57480
שמעקעדיג
ס'איז א נאטור.
ריתחא דאורייתא איז יא דרך התורה?

ווען די ריתחא דאורייתא איז באגלייט מיט אהבת ישראל און מען קען זען אז ס'קומט נישט מכח שלעכטקייט האט עס א תועלת. אנדערש נישט.

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:53 am

· #57532
א דאנק יאנקל און קופערניקוס פאר אייער אינפארמאציע, ענדליך רעדט שוין איינער צום ענין.

קפנדריא » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:58 pm

· #57609
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2007/03/18/nyregion/thecity/18hasi.html?pagewanted=all&_r=0">http://www.nytimes.com/2007/03/18/nyreg ... d=all&_r=0</a>

מעגליך איך פארשטיי נישט צו גוט וואס דארט שטייט, אבער ס'קוקט נישט אויס אזוי פויגלדיג, אויב האב איך מיך טועה געווען, און דער שאנפעלד לאזט זיך אראפ אין שאול תחתית צו מיטהאלטן די מושב כדי ארויסצושלעפן פון דארט פארזינקענע נשמות, כה לחי, און איך בעט אים איבער.

קפנדריא » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:15 pm

· #57622
די וואס גייען דארט אן קיין ציל, גייען פאר דעם איינעם ציל וואס אלע גייען אהין, דארט גייט מען נישט צו לערנען קבלה, און ס'איז נישט קיין פלאץ וואו מ'פרעדיגט יראת שמים, שטענדיגע תערובות, פרויען זינגען דארט, וכו', און איך מיין איך דארף נישט אריינגיין אין פרטים, איך האב געפרעגט פארוואס ער איז א הרב מיט זיין אקטיוו דארטן, האט קופערניקס געענטפערט אז ער איז מקרב אידן, אויף דעם באציט זיך מיין קאמענט.

פיקציע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:09 pm

· #58321
האמיר געשאפען א קליפ פון א טשולענט פארברענג מיט איבער 5 יאר צוריק, דער גיטואריסט זעט אויס ווי א פולזיניגער צפת - ברעסלוב'ער.

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:06 pm

· #58401
היינט קומט פאר סאפער ווער וויסט ??

דולה ומשקה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 8:54 pm

· #77574
ב"ה מקיים געוועהן מצות הלילה דליל ששי באכילת המאכל טשולענט, יסודו בהררי קודש.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 9:16 pm

· #77587
באותו מקום?

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:32 pm

· #77616
איך אויך.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:58 pm

· #77622
[ציטאט אראפגענומען]

הערה צדדית.
לעניות דעתי כצ"ל: "עס אינטערעסירט אים נישט וואס דער מענטש גלייבט אדער ווי ער/זי שטעלט זיך פאר - צי ער באלאנגט צו נטורי-קרתא אדער איז אן אפיקורס גמור צי ער איז אן עקסטרעמער ערליכער איד. יעדן האט ער ליב אהבת נפש..."
וד"ל.

קרעקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:17 am

· #77697
דער גיטאריסט איז היי
ער האט אריינגעריקט אפאר ברויני בארס