☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול פאר חניוקישע יונגעלייט

אשכול פאר חניוקישע יונגעלייט

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2173
בלאט: 1 2

מורינו הרב » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:38 am

· #54520
אשכול פאר חניוקישע יונגעלייט
איך וויל דא עפענען אן אשכול, פשוט - פאר חסידי'שע יונגעלייט, זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט, חיזוק אין עבודת השם. מען גייט ארום אין קאווע שטיבל, מען באגעגנט זיך כסדר מיט כל מיני דיעות, אויפגעקלערטע און אמעראצישע, כפירה'ישע און רמבמ'דיגע. דא וועט זיין א ריין ווינקל, מיט די פארצייטישע תמימות, וואו חניוקישע יונגעלייט וועלן זיך מחזק זיין מיט א דבר תורה, א געדאנק, ריין פון די אלע מיני זאכן וואס דרייען זיך דא אין שטיבל.

סא, ווער וויל אנהויבן מיט א געדאנק?

DotCom » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:59 am

· #54526
שלח לך אנשים, טייטשט דער קאצקער 'שיקט אוועק דאס מענטשליכקייט'!...

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:08 am

· #54543
זר זהב
סאטמארע רב האט געזאגט אז פאר איין מגילה הערן לוינט זיך אראפצוקומען!

יואליש » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:37 am

· #54560
איך בין א שטאלצע חניאקישע אינגערמאן. איטליכער יאר פרשת לך לך גלייך איך אנצוצייגן אז אברהם אבינו האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב (אדער ווי מיר ריפן איר "הער נאר") קיינמאל. הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את. איי, וואס טיט זיך מיטן מהרש"א'ס קשיא פון אסור לאדם לקדש אישה עד שיראנה? ענטפערט שוין דער נודע ביהודה אז דער פראבלעם איז אלס שמה יתגנה, אבער א חניאקישער אינגערמאן וואס איז נגמר בדעתו אז ס'גייט אים נישט אן איז פטור פון עד שיראנה. וכן נוהגין במקומינו. בכלל זאגט די גמרא אין כתובות אז א ת"ח איז נישט בקי בצורות נשים ממילא ניצט נישט דעם עד שיראנה ממילא.

יואליש » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:44 am

· #54561
פון די אנדערע זייט, זאגט דאך די גמרא אז א בנש"ק איז איינער וואס קוקט נישט בצורת מטבע, און ווי מיר ווייסן איז נשתנו הטבע און היינט איז פונקט פארקערט, מ'קען נישט זיין א בנש"ק נאר אויב מ'איז בקי בצורות מטבע. ברויך מען מעיין זיין אויב די ת"ח בקי בצורות נשים איז נישט נשתנו הטבעים. וצ"ע.

בן תמליון » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:42 am

· #54577
רחמיך רבים השם, אויף דיר רבונו של עולם איז א גרויס רחמנות, האט דער הייליקער רוזשינער זי"ע געטייטשט.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:45 am

· #54579
בן תמליון
רחמיך רבים השם, אויף דיר רבונו של עולם איז א גרויס רחמנות, האט דער הייליקער רוזשינער זי"ע געטייטשט.

די ווארט שטייט אין חיי הר"ן פון ר' נחמן ברסלבער אז ער איז געווען אמאל ביים בעל התניא און דער בעל התניא האט עם געזאגט אפאר שעה תורה כדרכו. ר' נחמן האט זיך אנגערופען אז מיט איין ווארט האט דער בעל התניא צוגעטראפן, און דאס איז געווען דער ווארט.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:26 pm

· #54765
פון "מנחם", דא:

דער אור החיים הק' אויפן פסוק כי יצר לב האדם רע מנעוריו, זאגט אז דאס איז מחסדי השם אז מ'זאל האבן א תירוץ, ווען נישט וואלט מען נישט געהאט קיין תקומה.

בן תמליון » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:34 pm

· #54768
"גם חשך לא יחשיך ממך" טייטשט דער רבי פון קאצק, פינסטערניש איז גארנישט טינקל, ממך, אז מען ווייסט עס איז פון דיר ליבער זיסער טאטע גאטעניו.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:44 pm

· #54773
שמעקעדיג
פון "מנחם", דא:

דער אור החיים הק' אויפן פסוק כי יצר לב האדם רע מנעוריו, זאגט אז דאס איז מחסדי השם אז מ'זאל האבן א תירוץ, ווען נישט וואלט מען נישט געהאט קיין תקומה.

תלמוד בבלי מסכת ברכות דף לב/א :
אמר רבי חמא ברבי חנינא אלמלא שלש מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאי ישראל חד דכתיב ואשר הרעותי וחד דכתיב הנה כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל וחד דכתיב והסירותי את לב האבן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר.
דהיינו אין די פסוקים איז מבואר אז דער אייבישטער איז אחראי אויך אויפ'ן יצר הרע.

שלזינגרוביץ » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:13 pm

· #54791
מורינו הרב
איך וויל דא עפענען אן אשכול, פשוט - פאר חסידי'שע יונגעלייט, זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט, חיזוק אין עבודת השם. מען גייט ארום אין קאווע שטיבל, מען באגעגנט זיך כסדר מיט כל מיני דיעות, אויפגעקלערטע און אמעראצישע, כפירה'ישע און רמבמ'דיגע. דא וועט זיין א ריין ווינקל, מיט די פארצייטישע תמימות, וואו חניוקישע יונגעלייט וועלן זיך מחזק זיין מיט א דבר תורה, א געדאנק, ריין פון די אלע מיני זאכן וואס דרייען זיך דא אין שטיבל.

סא, ווער וויל אנהויבן מיט א געדאנק?

איך בין נישט א חניוקישער יונגער מאן נאר סתם א פשוט'ער בעל הבית. פרעג איך אייך מורינו הרב: גיט איר מיר די רשות צו רעאגירן דא?

שלזינגרוביץ » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:37 pm

· #54801
שתיקה כהודאה דמיא. אויב אזוי וויל איך אנהייבן מיט א קלאץ קשיא. לויט ווי איך ווייס איז נישט פאראן אין יידיש דאס אות ח' סיידן אין ווערטער וועלעכע שטאמן פון לשון קודש. אויב איך בין גערעכט דארפ מען אפשר שרייבן 'כעניוק' מיטן כ' און נישט מיטן ח'. וואס זאגט איר?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:56 pm

· #54807
ע"פ דקדוק ביסטו גערעכט. עס קומט טאקע מיט א כ'.

שלזינגרוביץ » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:26 pm

· #54822
שמעקעדיק, יישר כוח אייך. איך לערן כסדר יידיש פון די שרייבערס און פון די רעאגירערס דא.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:01 pm

· #54832
איך האב געהערט אין א טעיפ פון סיני מאלעוויצקי אז דער נאמען חוניאק שטאמט פון חוני בן שמעון הצדיק. דער חוניה האט אנגעטון פאר זיין עמאראצישער ברודער דער נייער כהן גדול א שפיצל און איינגערעדט אז ווייבערישע קליידער זענען די בגדי כהן גדול. אלס דעם אויס ריפט מען יעדער שלאך וואס גייט אימבאלימפערט אנגעטון א חוניאק על שם חוניה.

מילא פאסט זיך זייער דער ח' אין חאניאק.

אבער דער נושא פאסט זיך באמת נישט אריין דא אין דעם חסידישן אשכול.

יאיר » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:14 pm

· #54835
שלזינגרוביץ
שתיקה כהודאה דמיא. אויב אזוי וויל איך אנהייבן מיט א קלאץ קשיא. לויט ווי איך ווייס איז נישט פאראן אין יידיש דאס אות ח' סיידן אין ווערטער וועלעכע שטאמן פון לשון קודש. אויב איך בין גערעכט דארפ מען אפשר שרייבן 'כעניוק' מיטן כ' און נישט מיטן ח'. וואס זאגט איר?

מאנכע שרייבן "חריין". מסתם ווייל עס ווערט דערמאנט אין הלכה און דארט רופט מען עס לשון קודש'דיג.
בדרך אפשר קען מען זאגן אז די חאניאקישע יונגעלייט זענען שטענדיג אדער מעביר סדרה זיין, אדער זענען זיי אין מקוה, אדער האלטן זיי צווישן נטילת ידים און המוציא און זיי ווילן נישט אויסרעדן אין אידיש, דעריבער זענען זייערע נעמען אויך לשון קודש'דיג.

יאיר » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:18 pm

· #54837
יואליש
פון די אנדערע זייט, זאגט דאך די גמרא אז א בנש"ק איז איינער וואס קוקט נישט בצורת מטבע, און ווי מיר ווייסן איז נשתנו הטבע און היינט איז פונקט פארקערט, מ'קען נישט זיין א בנש"ק נאר אויב מ'איז בקי בצורות מטבע. ברויך מען מעיין זיין אויב די ת"ח בקי בצורות נשים איז נישט נשתנו הטבעים. וצ"ע.

מען קען דאס מיישב זיין לויט די גמרא אין בבא בתרא אז ווען א תלמיד חכם גייט נעמען א פרוי צו חתונה האבן זאל ער מיטנעמען אן עם הארץ וואס איז יא בקי בצורות נשים און ער זאל זיכער מאכן אז דאס איז די זעלבע פרוי וואס ער גייט מקדש זיין. לענינו קען מען זאגן אז די בנש"ק האבן אזעלכע עמי הארצים, געוויסע רופן זיי גבאים אדער פאנדרעיזערס, וואס זענען בקי בצורות המטבעות און מאכן זיכער אז עס איז שטענדיג דא גענוג געלט צו שפייען דערויף.

לאדיך אפ » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:09 pm

· #54886
ואנשי קודש תהיין לי זאגט דער קאצקער מענטשליך הייליג זאלט עטס זיין!

בוא אל התבה זאגט דער בעל שם טוב קום אריין אין דאס ווארט און זיי מכוון ביים דאווענען מיט אלע כוחות.

הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את זאגט דער קדושת לוי אז אברהם אבינו איז נשפע געווארן פון די רוח זנות וואס האט געהערשט אין מצרים און וועגן דעם איז ער דורכגעפאלן און געקוקט אויף שרה.

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:24 am

· #54947
ר' דוד לייב שווארץ ז"ל פלעגט אנוואונטשען יעדער יונגעל "זאלסט אויסוואקסען א גרויסער חניוק!"
איינער האט עם אמאל געפרעגט וואס דאס מיינט, האט ער געזאגט חניוק איז ר"ת ח'סידים נ'בונים י'ראים ק'דושים.
ובזה מיושב אויך פארוואס שטייט עס מיט א חי"ת.

דעינעש » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:04 am

· #54955
שיינע זאכן געפינען דא צוואושן דע כ'\ח'ניו"ק'ישע גאלד'ענע יונגעלייט.
קיעפ איט אן גאואינג.

מעג איך זיך אויך פאררעכענען צווישן אייך ??

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:30 am

· #54961
וייסט איינער פון ווי סקומט די ווארט חאניאק און וואס עס מיינט אריגענעל?
אויך, וואס איז דער הגדרה פון דעם.
אמאל במעמד חבורה פון חניוקישע יונגעלייט האט מען ערנסט דן געווען איבער די הגדרה פון חאניאק, ונמנו וגמרו אז א חאניאק איז ווער עס טוט נישט זאכן וואס זענען נישט וויכטיג, ער וייסט קלאר וואס איז א עיקר און וואס איז א טפל, און מאכט אן עסק נאר פונ'ם עיקר. למשל זיך פיצען, איז אפשר א שיינע זאך, אבער אוודאי איז נישט דאס דער עיקר, מילא מאכט א חאניאק זיך נישט וויסענדיג ועגן דעם, ביי א סעודת שבת, איז דער עיקר די ווארימקייט די זמירות די דברי תורה, צי די עסן איז פונקטליך געלונגען דאס איז שוין א טפל, און אזוי וייטער.

בן תמליון » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:58 am

· #54968
שלזינגרוביץ
שתיקה כהודאה דמיא. אויב אזוי וויל איך אנהייבן מיט א קלאץ קשיא. לויט ווי איך ווייס איז נישט פאראן אין יידיש דאס אות ח' סיידן אין ווערטער וועלעכע שטאמן פון לשון קודש. אויב איך בין גערעכט דארפ מען אפשר שרייבן 'כעניוק' מיטן כ' און נישט מיטן ח'. וואס זאגט איר?

אולי, איז דער שורש פון חניאק דער ווארט חן דהיינו א יונגעמאנטשיק מיט חנ'דל וואס איז געווארן א טיטול פאר אזאלכע פרומטשיקלעך. ממילא קומט עס יא מיט א ח'.

בן תמליון » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:01 am

· #54970
פונעם לעכוויטשער זצוקלל"ה האב איך געזען א ווארט פאסט זיך טאקע פאר חניאקישע יונגעלייט ווי אונז: "ועם מנאפים חלקיך" מיט דיין אייגענעם חלק ביסטו א נואף. (אוטש)

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:10 am

· #55436
רוב אינגערלייט זענען נעבעך ביזי מיט דברים שהצניעות יפה להם. אויף דעם האט דער קאצקער געזאגט ונשים עד נופח. זיי זענען פארווייבט ביז דער נאז.

עפל פאי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 7:09 am

· #55713
דער רבי ר' בונם פון פרשיסחא האט געזאגט:
איך וועל מאכן א בעל תשובה דעם גרעסטן רשע ער זאל נאר נישט זיין קיין ליגנער.

נישטא קיין גאנצערע זאך ווי א צובראכן אידיש הארץ.

קפנדריא » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 4:42 pm

· #56972
פרומאק
רוב אינגערלייט זענען נעבעך ביזי מיט דברים שהצניעות יפה להם. אויף דעם האט דער קאצקער געזאגט ונשים עד נופח. זיי זענען פארווייבט ביז דער נאז.

פון וואנען נעמסטו דעם סטאטיסטיק אז דו זאגטס מיט אזא ברייטקייט רוב אינגעלייט? פון אייגענע ארפארונג קען מען נישט ציען קיין מסקנות אויף רוב אינגעלייט.

🙄

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:36 pm

· #58415
נאך מתן תורה שטייט אז דער אייבישטער האט געזאגט לך אמר להם שובו לכם לאהליכם
זאגט מען נאך פין א"מ מגור לאמיר נאר זיען ווי אזוי זיי וועלן אויס זיען ווען זיי וועלן אהיים גיין צי זייערע פרויען

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 12:36 am

· #70429
אשה חשובה אחת באה להצדיק בעל האוהב ישראל מאפטא להתייעץ עמו באיזה ענין. מיד כשדרכה רגלה על מפתן ביתו, צעק הצדיק בקולי קולות: זונה! לא מזמן רב עשית עבירה גדולה, ועתה באת לביתי, לכי מכאן,
ענתה האשה ואמרה:
הבורא יתברך הוא ארך אפים ואינו נפרע מרשעים מהר, ואינו מגלה אותם לשום בריה, כדי שלא יתביישו לעשות תשובה, והרב מאפטא יושב על כסאו ואינו יכול להתאפק שלא לגלות אשר כיסה הבורא...
חייך הרב ואמר, מימי לא נצחני אדם חוץ מאשה זו.

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:59 am

· #70448
בנימין פרנקל
אשה חשובה אחת באה להצדיק בעל האוהב ישראל מאפטא להתייעץ עמו באיזה ענין. מיד כשדרכה רגלה על מפתן ביתו, צעק הצדיק בקולי קולות: זונה! לא מזמן רב עשית עבירה גדולה, ועתה באת לביתי לכי מכאן,
ענתה האשה ואמרה:
הבורא יתברך הוא ארך אפים ואינו נפרע מרשעים מהר, ואינו מגלה אותם לשום בריה, כדי שלא יתביישו לעשות תשובה, והרב מאפטא יושב על כסאו ואינו יכול להתאפק שלא לגלות אשר כיסה הבורא...
חייך הרב מימי לא נצחני אדם חוץ מאשה זו.

מקור ביטע, ס'איז צו א גוטע מעשה....

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 10:00 am

· #70450
יואליש
פון די אנדערע זייט, זאגט דאך די גמרא אז א בנש"ק איז איינער וואס קוקט נישט בצורת מטבע, און ווי מיר ווייסן איז נשתנו הטבע און היינט איז פונקט פארקערט, מ'קען נישט זיין א בנש"ק נאר אויב מ'איז בקי בצורות מטבע. ברויך מען מעיין זיין אויב די ת"ח בקי בצורות נשים איז נישט נשתנו הטבעים. וצ"ע.

גאר נישט נשתנה געווארען, זיי קענען נישט די צורתא דמטבע נאר.... פון די שטרות!

ידען » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:09 pm

· #70513
בן תמליון
רחמיך רבים השם, אויף דיר רבונו של עולם איז א גרויס רחמנות, האט דער הייליקער רוזשינער זי"ע געטייטשט.

פארוואס איז ער א רחמנות?

סע פעלט איהם געלד?

כבוד?

ער דארף דע זאכן?

סע דא עפעס וואס ער קעניש טוהן?

וואס איז די רחמנות?

ידען » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:15 pm

· #70516
קפנדריא
פרומאק
רוב אינגערלייט זענען נעבעך ביזי מיט דברים שהצניעות יפה להם. אויף דעם האט דער קאצקער געזאגט ונשים עד נופח. זיי זענען פארווייבט ביז דער נאז.

פון וואנען נעמסטו דעם סטאטיסטיק אז דו זאגטס מיט אזא ברייטקייט רוב אינגעלייט? פון אייגענע ארפארונג קען מען נישט ציען קיין מסקנות אויף רוב אינגעלייט.

🙄

אפשר מיינט ער אויך ידען...

Btw
פארווייבט איז נישט א שלעכטע זאך.

יענעמס וווייב איז א פראבלעם 🙂

בן תמליון » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:29 am

· #73725
האב איך געזען דעם שבת אין פרי צדיק פון ר' צדוק הכהן וואס איז קלער איז פאסיק פאר די חניאקישע יונגעלייט דא טאקע. ער רעדט ארום פון דעם אז יעקב אבינו האט פארברויכט זיין אין גלות מצרים אין די טומאה ווייל נאר דורכ'ן גלות טמא קען מען מתקן זיין גרויסע תיקונים. אזוי איז אויך געווען גלות אין בבל האבן די אנשי כנה"ג מתקן געווען אלע תיקונים און אין בבל איז נתחבר געווארן תלמוד בבלי. ברענגט ער קבלתי מאת הרה"ק מפאשיסחא אשר בעקבתא דמשיחא הגם שהנפשות מתמעטין אבל הנקודה הפנימית מתטהרת יותר ויותר עד הגאולה שלימה. הייסט עס אפילו אין דעם אינטערנעט עפאכע ווי דער מצב גייט מטה מטה איז אבער דער נקודה פנימית ווערט טהור און ריינער. זאלן מיר טאקע פון דעם שמוציקן גלות נתטהר ווערן בנקודה הפנימית ותגלה ותראה מלכותו עלינו בזמן קריב ואמר כל העם אמן.

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 7:46 am

· #73807
כדאי צו באמערקען אויף די נקודה אז ר' צדוק [אפשר איינער אנדערש?] האט געזאגט אז ווען ער האט געהערט די נקודה אין פסישחא איז עס עם קודם געווען א חידוש, שפעטער אבער האט ער געזעהן אז דאס איז אויסגעבויט שטארק. [איך געדענק נישט די מקור, ווער סוייסט זאל צוצייכענען]

משה געציל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:22 am

· #73818
דער שיטה איז דאך מקשה אחת מיטן שיטה פון ליבאוויטשער רבין זצ״ל אז מען דארף זיך באנוצען מיט פרישע טעכנעלאגיע אויף מפיץ צו זיין אידישקייט, נאר אזוי קען מען צוקומען צום פינטל ריינקייט און טהרות וואס עס איז פארהאן אין די כלים.

הדד בן בדד » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:29 pm

· #73847
טעפל
בנימין פרנקל
אשה חשובה אחת באה להצדיק בעל האוהב ישראל מאפטא להתייעץ עמו באיזה ענין. מיד כשדרכה רגלה על מפתן ביתו, צעק הצדיק בקולי קולות: זונה! לא מזמן רב עשית עבירה גדולה, ועתה באת לביתי לכי מכאן,
ענתה האשה ואמרה:
הבורא יתברך הוא ארך אפים ואינו נפרע מרשעים מהר, ואינו מגלה אותם לשום בריה, כדי שלא יתביישו לעשות תשובה, והרב מאפטא יושב על כסאו ואינו יכול להתאפק שלא לגלות אשר כיסה הבורא...
חייך הרב מימי לא נצחני אדם חוץ מאשה זו.

מקור ביטע, ס'איז צו א גוטע מעשה....

ר' בנימין איך שטעל זיך צו צו די בקשה, מקור ביטע, דאס איז זייער א גוטע מעשה און איך וויל איר נוצן, אבער איך מוז האבן א מקור אויף עס צו נוצן.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:23 pm

· #73895
הרב שלמה יוסף זווין ז"ל חבר ספר בשם סיפורי חסידים, על התורה ועל המועדים, והוא ליקוט מבערך עשרים ספרים ישנים [בסוף הספר יש רשימה של כל הספרים] הסיפור הנ"ל מובא בחלק ב' על המועדים, בעשרת הדברות, תחת הלאו לא תנאף,

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:05 pm

· #73901
הדד בן בדד
טעפל
בנימין פרנקל
אשה חשובה אחת באה להצדיק בעל האוהב ישראל מאפטא להתייעץ עמו באיזה ענין. מיד כשדרכה רגלה על מפתן ביתו, צעק הצדיק בקולי קולות: זונה! לא מזמן רב עשית עבירה גדולה, ועתה באת לביתי לכי מכאן,
ענתה האשה ואמרה:
הבורא יתברך הוא ארך אפים ואינו נפרע מרשעים מהר, ואינו מגלה אותם לשום בריה, כדי שלא יתביישו לעשות תשובה, והרב מאפטא יושב על כסאו ואינו יכול להתאפק שלא לגלות אשר כיסה הבורא...
חייך הרב מימי לא נצחני אדם חוץ מאשה זו.

מקור ביטע, ס'איז צו א גוטע מעשה....

ר' בנימין איך שטעל זיך צו צו די בקשה, מקור ביטע, דאס איז זייער א גוטע מעשה און איך וויל איר נוצן, אבער איך מוז האבן א מקור אויף עס צו נוצן.

ווי און ווען קומט אזא מעשה ציניץ?
עפעס כאפ איך נישט.

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 3:04 am

· #74018
נולד מאוחר

ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט! (כלשון אחד מגדולי דורנו)

ענדע צדיק » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:27 pm

· #74367
בנימין פרנקל
הרב שלמה יוסף זווין ז"ל חבר ספר בשם סיפורי חסידים, על התורה ועל המועדים, והוא ליקוט מבערך עשרים ספרים ישנים [בסוף הספר יש רשימה של כל הספרים] הסיפור הנ"ל מובא בחלק ב' על המועדים, בעשרת הדברות, תחת הלאו לא תנאף,

די גרעסטע ראי' אז די מעשה איז נישט אמת 😂

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:20 pm

· #74379
צדיק'ל פארוואס זאגטסטו אזוי... קוק איבער, ער זאגט נישט שלמה יעקב, ער מיינט אן אנדערע שלמה

משה געציל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:36 pm

· #74387
עס איז מיר איינגעפאלן א חאניאקיש ווארט (עס איז חאניאקיש ווייל איך פארשטיי עס אויך נישט פונקטליך... בערך.... וואטעווער...), לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט צו דעם:
ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה, אפילו ווען א איד איז בבחינת "באים מצרימה", זאל ער געדענקען און זיך האלטן פעסט צום "שמות בני ישראל", אזוי ווי די תורה רעכנט ווייטער אויס די נעמען פון די שבטי קה. ודפ"ח, ודו"ק, וד"ל.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:16 pm

· #74406
ס'גייט נאך ווייטער די תורה
את יעקב, אז מ'וויל זיך האלטען ערליך, איש וביתו באו, זאל מען זיין נאר מיט די אייגענע.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:27 pm

· #74410
או י"ל בדרך אחר קצת יותר חניוקיש, את יעקב- אלו אנשים אשר הם בבחינת עקב, איש וביתו באו- באים ומטיילים ביחד איש וביתו ר"ל.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:01 pm

· #74423
איש וביתו באו = ראו, בן!

משה געציל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:58 pm

· #74448
קאווע טרינקער
ס'גייט נאך ווייטער די תורה
את יעקב, אז מ'וויל זיך האלטען ערליך, איש וביתו באו, זאל מען זיין נאר מיט די אייגענע.

א גוט ווארט אבער נישט גענוג חאניאקיש, ביי חאניאקן ואנשי חאניאקאס האט מען געוויסט אז ווען עס איז באו איז עס נישט צוזאמען מיטן ווייב. כידוע הסיפור מיט דעם אינגערמאן וואס מען האט אים פארגעהאלטן הלמאי (וואס מיינט דאס?) ער שפאצירט צוזאמען מיטן ווייב אויפן גאס האט ער גענטפערט אז דאס איז נישט מיינע...

יתרו » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:03 pm

· #74505
משה געציל
קאווע טרינקער
ס'גייט נאך ווייטער די תורה
את יעקב, אז מ'וויל זיך האלטען ערליך, איש וביתו באו, זאל מען זיין נאר מיט די אייגענע.

א גוט ווארט אבער נישט גענוג חאניאקיש, ביי חאניאקן ואנשי חאניאקאס האט מען געוויסט אז ווען עס איז באו איז עס נישט צוזאמען מיטן ווייב. כידוע הסיפור מיט דעם אינגערמאן וואס מען האט אים פארגעהאלטן הלמאי (וואס מיינט דאס?) ער שפאצירט צוזאמען מיטן ווייב אויפן גאס האט ער גענטפערט אז דאס איז נישט מיינע...

קודם משה געציל די זאגסט איבער וואם פרענקל האט שוין ערווענט.
נומער צוויי- במחילת כבוד תורתכם הרמה משה געציל הרב פרענקעל געפילטע פיש און קאווע טרינקער, וויט אלל דא ריספעקט פאר אזעלעכע לייבן ווי ענק, עס איז נישט שיין וואס איר טוט, נעמען זיך צוזאם אפאר חניוקישע יונגעלייט און מאכן זיך אן אייגענעם געהענגעל אפגעזונדערט פונם רוישיגען קאווע שטיבל, א פלאץ ווי איידעלע חסידישיע יונגעלייט וועלן קענען פארברענגען רוהיגערהייט, קומען אזעלכע פיר ליצים ווי ענק און פארהארגעטס עס, נאט נייס!

גלות יוד » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:16 pm

· #74511
משה געציל
קאווע טרינקער
ס'גייט נאך ווייטער די תורה
את יעקב, אז מ'וויל זיך האלטען ערליך, איש וביתו באו, זאל מען זיין נאר מיט די אייגענע.

א גוט ווארט אבער נישט גענוג חאניאקיש, ביי חאניאקן ואנשי חאניאקאס האט מען געוויסט אז ווען עס איז באו איז עס נישט צוזאמען מיטן ווייב. כידוע הסיפור מיט דעם אינגערמאן וואס מען האט אים פארגעהאלטן הלמאי (וואס מיינט דאס?) ער שפאצירט צוזאמען מיטן ווייב אויפן גאס האט ער גענטפערט אז דאס איז נישט מיינע...

א חיניוקישע יונגערמאן איז געגאנגען מיט זיין ווייב צוזאמען אויפן גאס האט מען איהם פארגעהאלטן האט ער געזאגט אין מערבין שיחה בשיחה (בבחי' אל תרבה שיחה) בעסער גיין מיט די אייגענע ווי מיט א פרעמדע

הירשל ציג » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:42 pm

· #74529
חאצקל
איך האב געהערט אין א טעיפ פון סיני מאלעוויצקי אז דער נאמען חוניאק שטאמט פון חוני בן שמעון הצדיק. דער חוניה האט אנגעטון פאר זיין עמאראצישער ברודער דער נייער כהן גדול א שפיצל און איינגערעדט אז ווייבערישע קליידער זענען די בגדי כהן גדול. אלס דעם אויס ריפט מען יעדער שלאך וואס גייט אימבאלימפערט אנגעטון א חוניאק על שם חוניה.

מילא פאסט זיך זייער דער ח' אין חאניאק.

אבער דער נושא פאסט זיך באמת נישט אריין דא אין דעם חסידישן אשכול.

Baloney. It's A Russian word

איך אויך » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:06 pm

· #74573
געפילטע פיש
איש וביתו באו = ראו, בן!

לפי הגמ' אם זה בסדר הזה זה = בת.
בלאט: 1 2