☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » צוויי ווערטער מיט איין באדייט

צוויי ווערטער מיט איין באדייט

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #217

קרעמער1 » מאנטאג מערץ 19, 2012 6:16 pm

· #2072
צוויי ווערטער מיט איין באדייט
איך האב אריינגעקלערט אז דער אונטערשיד צווישן "יוהך" און "זופ" איז ווארשיינליך, אז יוהך מיינט בעיקר א "הינדל-זופ" וועלכע ווערט אין אלעגמיין סערווירט די קלארע זאפט (רוטב) מיט בלויז עטליכע זאכן - ווי לאקשן, קניידל און עטליכע גרינצייג - דערין. ווידער זופ באדייט א "גרינצייג-זופ" וועלכע קומט מער געדעכט מיט די גרינצייג און אנדערע זאכן. (וידוע המעשה בלובלין אודות השם יוהך, ואכמ"ל)

וואס איך וויל נאך וויסן איז: וואס איז דער חילוק צווישן "צוויקל" און בוריקעס". און אויך צווישן "טרעפ" און "שטיגן".

ווען כ'וועל האבן א ענטפער אויף דעם וועט מען בל"נ גיין ווייטער...

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 19, 2012 6:57 pm

· #2078
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
אידיש איז א קיבוץ גליות צאמגענומען פון אסאך שפראכן, ווי למשל דויטש יודיש, פויליש יודיש, אינגעריש אא"וו, אזויווי מ'קען זאגן פאנטאפלען, שטעקשוך, און פאפוטשען, זיי מיינען אלע די זעלבע זאך, נאר שטאמען פון אנדערע מקומות.

קרעמער1 » מאנטאג מערץ 19, 2012 7:23 pm

· #2079
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
אין אזא פאל גלייך איך צו וויסן פון וואו יעדע אויסדרוק קומט...

לאדיך אפ » מאנטאג מערץ 19, 2012 7:56 pm

· #2085
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1
אין אזא פאל גלייך איך צו וויסן פון וואו יעדע אויסדרוק קומט...

טרעפ קומט פון דייטש. איך ווייס נישט פון וואו "שטיגן" קומט. ס'קען זיין אז ס'איז מלשון שטייגען (געשטיגן) וואס איז אויך א גערמאנישער ווארט.

קרעמער1 » דינסטאג מערץ 20, 2012 5:48 pm

· #2156
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שכוח הרב לאדיך אפ, אייער הסבר אויף "שטיגן" לייגט זיך אויפן שכל.

יעצט וועט מען גיין ווייטער: "סאָפע", "קאַנאַפּע" און "דיוואַן" (דאכצעך אז דיוואן איז אונגאריש)

"בּאַלקאָן" און "טעראַסע"

און "פאַנקע" און "פּאָנטשקע"...

(איך האב אייביג געהאלטן אז פאנטשקע איז א אמעריקאנע ווארט, אבער כ'בין נישט זיכער אז כ'בין גערעכט)

יידל » דינסטאג מערץ 20, 2012 8:11 pm

· #2162
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1
שכוח הרב לאדיך אפ, אייער הסבר אויף "שטיגן" לייגט זיך אויפן שכל.

יעצט וועט מען גיין ווייטער: "סאָפע", "קאַנאַפּע" און "דיוואַן" (דאכצעך אז דיוואן איז אונגאריש)

"בּאַלקאָן" און "טעראַסע"

און "פאַנקע" און "פּאָנטשקע"...

(איך האב אייביג געהאלטן אז פאנטשקע איז א אמעריקאנע ווארט, אבער כ'בין נישט זיכער אז כ'בין גערעכט)

סאפע איז אויך אן ענגלישער ווארט. עס איז גראדע אינטערעסאנט אנצומערקן אז די מקור פונעם ווארט ווערט אנגעגעבן אלץ דער אראבישער סופפא, וואס קומט פון דער אראמישער ווארט צפא וואס מיינט א mat. זע דא <a class="postlink" href="http://en.wiktionary.org/wiki/sofa#Etymology">http://en.wiktionary.org/wiki/sofa#Etymology</a>
דיוואן איז היינט א ווארט אין ענגליש, און קומט פון פראנצויזיש וועלכער האט עס גענומען פון טערקיש וועלכער האט עס גע'לקח'נט פון פערסיש. זע דא <a class="postlink" href="http://en.wiktionary.org/wiki/divan#Etymology">http://en.wiktionary.org/wiki/divan#Etymology</a>
א סאפע איז א קאוטש - אזא באקוועמע פאטעל וואס שטייט אויף פיר פיס און האט אנלאנער. א דיוואן איז מער א נידעריגער סאפע, און קען צומאל זיין אן פוס. אינעם טערקישען און פערסישען מקור צייכנט עס אן אזא מאטראץ:

קאנאפע קומט פון דער טשעכישער ווארט "קאנאפע" <a class="postlink" href="http://cs.wikipedia.org/wiki/Kanape">http://cs.wikipedia.org/wiki/Kanape</a> וועלכער קומט אויך פון א טערקישן ווארט. ווי איך פארשטיי איז א קאנאפע און א סאפע די זעלבע, בעת א דיוואן איז ווי אויבן דערמאנט מער נידעריג און מ'זיצט נענטער צו די ערד.

יידל » דינסטאג מערץ 20, 2012 8:16 pm

· #2163
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
פאנטשקע וכן פאנקע ווערט אזוי גערופן על שם הפאן pan וואס אין דעם פרעגלט מען אים. ובדומה לו איז די ענגלישע ווארט pancake. לפי זה דארף מען זאגן פאנטשקע מיט א פ"א רפה. סיי פאנקע און סיי פאנטשקע ווערן אויך גערופן לאטקעס.

קרעמער1 » דינסטאג מערץ 20, 2012 9:52 pm

· #2178
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
יידל: אין ענגליש וואס איז דער חילוק צווישן "קאוטש" און "דיוואן"?
--------------
יידל
פאנטשקע וכן פאנקע ווערט אזוי גערופן על שם הפאן pan וואס אין דעם פרעגלט מען אים. ובדומה לו איז די ענגלישע ווארט pancake. לפי זה דארף מען זאגן פאנטשקע מיט א פ"א רפה. סיי פאנקע און סיי פאנטשקע ווערן אויך גערופן לאטקעס.

איך האב אייביג געוואוסט אז לאטקעס מיינען די קארטאפל אדער קעז וואס מען פרעגלט אין א פאן, און פאנקעס זענען געמאכט פון טייג; דאס הייסט די א.ג. "דאונאטס".

אבער פילייכט האב איך זיך טועה געוועזן.

קרעמער1 » דינסטאג מערץ 20, 2012 9:55 pm

· #2179
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז פארט דער אונטערשיד צווישן זיי?

שמואל שלום שלמה » מיטוואך מערץ 21, 2012 1:53 am

· #2194
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1
יידל: אין ענגליש וואס איז דער חילוק צווישן "קאוטש" און "דיוואן"?

איך מעג אויך ענטפערן? לויט וויקיפעדיע ארמאגט נישט קיין דיוואן קיין אנלאנער פארן ריקן, נאר מ'דארף עס צוריקען צו די וואנט, מה שאין כן א סאפע/קאוטש.
קרעמער1

יידל
פאנטשקע וכן פאנקע ווערט אזוי גערופן על שם הפאן pan וואס אין דעם פרעגלט מען אים. ובדומה לו איז די ענגלישע ווארט pancake. לפי זה דארף מען זאגן פאנטשקע מיט א פ"א רפה. סיי פאנקע און סיי פאנטשקע ווערן אויך גערופן לאטקעס.

איך האב אייביג געוואוסט אז לאטקעס מיינען די קארטאפל אדער קעז וואס מען פרעגלט אין א פאן, און פאנקעס זענען געמאכט פון טייג; דאס הייסט די א.ג. "דאונאטס".

אבער פילייכט האב איך זיך טועה געוועזן.

ניין איר האט קיין טעות נישט געהאט. לאטקעס מיינט געפרעגלטע מאכלים. אבער די שאלה איז וועלכע געפרעלגטע מאכלים... אויב פרעגלט מען קארטאפל, איז עס קארטאפעל לאטקעס. פרעגלט מען מעל איז עס פאנטשקעס!

קרעמער1 » מיטוואך מערץ 21, 2012 5:49 pm

· #2260
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
די מעהל פאנטשעקס\דאונאטס פרעגלט מען נישט אין קיין פאן, עס איז מער אויף אן אופן פון קאכן\פרעגלען אין א טאפ אויל אזוי ווי פריטלעך

--------------

וואס איז דער חילוק צווישן א "שניפסל" און "קראוואטל"?

קרעמער1 » דינסטאג אפריל 24, 2012 2:52 pm

· #7107
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
וואס איז דער אונטערשיד צווישן "שנויצן" און "וואנצע"?

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:04 pm

· #7109
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קאפל/יארמולקע

משה געציל » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:05 pm

· #7111
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שוואנץ/וויידעל

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:07 pm

· #7112
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קויליטש/בארכעס

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:08 pm

· #7113
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
אין לשה"ק איז אויך דא זייער אסאך ווערטער מיט די זעלבע באדייט, למשל: לכם/אליכם

ישובניק » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:40 pm

· #7121
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1
שכוח הרב לאדיך אפ, אייער הסבר אויף "שטיגן" לייגט זיך אויפן שכל.

יעצט וועט מען גיין ווייטער: "סאָפע", "קאַנאַפּע" און "דיוואַן" (דאכצעך אז דיוואן איז אונגאריש)

"בּאַלקאָן" און "טעראַסע"

און "פאַנקע" און "פּאָנטשקע"...

(איך האב אייביג געהאלטן אז פאנטשקע איז א אמעריקאנע ווארט, אבער כ'בין נישט זיכער אז כ'בין גערעכט)


דיוואן ווערט אפשר אפטער באנוצט אין אידיש מיט'ן זעלבן באדייט ווי טעפיך/טעפעך - א קארפעט, ראג.

דא האסטו א הסבר אויף טעראסע:
https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=&esrc=s&source=web&cd=2&ved=0CEYQFjAB&url=http%3A%2F%2Fwww.thefreedictionary.com%2Fterrace&ei=7ACXT6TZMonh0QGi6bm_Dg&usg=AFQjCNECbSwtmrCb29de_jZqk4jqqIU43w

גאניק ווערט אויך באנוצט.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:44 pm

· #7123
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קלער/טראכט

ישובניק » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:53 pm

· #7125
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1


(דאכצעך אז דיוואן איז אונגאריש)


לאו-דווקא. אפשר אויך.

ישובניק » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:55 pm

· #7127
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שמואל הלוי
קויליטש/בארכעס


קוילעטש איז א געפלאכטענע חלה. אין טייל מקומות האבן עס גענוצט פאר עפעס אזוי ווי א געפרעגלטער קניש צי קרעפל, פליישיג אדער מילכיג, דהיינו געפילט מיט פלייש אדער מיט קעז וכדומה און געפרעגלט אין שמאלץ (פליישיג), אדער אין פוטער (מילכיג).

ישובניק » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:59 pm

· #7130
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
משה געציל
שוואנץ/וויידעל


/עק

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:59 pm

· #7131
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
ישובניק
שמואל הלוי
קויליטש/בארכעס


קוילעטש איז א געפלאכטענע חלה. אין טייל מקומות האבן עס גענוצט פאר עפעס אזוי ווי א געפרעגלטער קניש צי קרעפל, פליישיג אדער מילכיג, דהיינו געפילט מיט פלייש אדער מיט קעז וכדומה און געפרעגלט אין שמאלץ (פליישיג), אדער אין פוטער (מילכיג).

און בארכעס מיינט אומגעפלאכטן?

ברוין » זונטאג אפריל 29, 2012 5:45 pm

· #8614
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שמואל הלוי
ישובניק
שמואל הלוי
קויליטש/בארכעס


קוילעטש איז א געפלאכטענע חלה. אין טייל מקומות האבן עס גענוצט פאר עפעס אזוי ווי א געפרעגלטער קניש צי קרעפל, פליישיג אדער מילכיג, דהיינו געפילט מיט פלייש אדער מיט קעז וכדומה און געפרעגלט אין שמאלץ (פליישיג), אדער אין פוטער (מילכיג).

און בארכעס מיינט אומגעפלאכטן?


א בארכע איד די שלש סעודת טייגל וואס מ'האט געפלאכטן מיט א שלש סעודות גיסטע. נישט צום עסן און נישט צום שפייען

קרעמער1 » מיטוואך מאי 2, 2012 12:36 am

· #9317
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
שניצל\פאשיט

John Doe » מיטוואך מאי 2, 2012 5:32 am

· #9326
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
קרעמער1
שניצל\פאשיט


שניצל איז איבערגעצויגענע בייליג <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Schnitzel">http://en.wikipedia.org/wiki/Schnitzel</a>

פאשיט איז אונגאריש. עס איז א געמאכט פון געפרעגעלטע צומאלענע פלייש. In Hungary, as well as territories from neighbouring countries where Hungarian is spoken, a meatball is called fasirt or fasirozott ([ˈfɒʃirt] or [ˈfɒʃirozotː]) probably coming from Austrian German faschierte Laibchen. <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Meatball">http://en.wikipedia.org/wiki/Meatball</a>

קרעמער1 » מיטוואך מאי 2, 2012 3:49 pm

· #9391
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
די איבערגעצויגענע בייליג וואס דשאן דאו האט אונז אנטפלעקט אז עס איז נישט עפעס אנדערש ווי "שניצל" (וואס מיין באבע נוצט דאס ווארט פאר "פאשיט") רופט מיין באבע "ראנטאטוש" ווי צוגעברענגט אינעם אונגארישן אשכול

שמעקעדיג » זונטאג מאי 6, 2012 1:38 pm

· #10128
שינעס / רעלסן

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 1:48 pm

· #10129
טונקל/פינסטער

ישובניק » זונטאג מאי 6, 2012 8:43 pm

· #10253
שמואל הלוי
טונקל/פינסטער

/חשך

קרעמער1 » מאנטאג מאי 7, 2012 7:11 pm

· #10473
וואס מישט איר אריין זיכערע לשה"ק ווערטער? מיר רעדן דא בעיקר פון צוויי ווערטער פון "איין שפראך" וואס ווערט גענוצט פארן זעלבן באדייט

--------------

"ערמל" און "ארבל"
דאס ערשטע ווערט בעיקר גענוצט אין מונדליכן אויסדרוק בשעת די צווייטע אין שריפטליכן. ממילא לאזט זיך זאגן אז ערמל איז בלויז פארגרייזט פון ארבל

ישובניק » מאנטאג מאי 7, 2012 8:06 pm

· #10480
קרעמער1
וואס מישט איר אריין זיכערע לשה"ק ווערטער? מיר רעדן דא בעיקר פון צוויי ווערטער פון "איין שפראך" וואס ווערט גענוצט פארן זעלבן באדייט


זאגט מען דען נישט: ס'איז חושך, אדער - ס'טוט זיך חושך?
איך לייקן נישט אז דאס ווארט עקזיסטירט אין לה"ק, אדער אפילו אז דאס ווארט אין אידיש שטאמט פון לה"ק.
אבער איז עס דען נישט קיין אידיש?
איז עס ווייניגער אידיש, ווי טונקל אדער פינסטער?

ישובניק » מאנטאג מאי 7, 2012 8:26 pm

· #10484
ישובניק
קרעמער1
וואס מישט איר אריין זיכערע לשה"ק ווערטער? מיר רעדן דא בעיקר פון צוויי ווערטער פון "איין שפראך" וואס ווערט גענוצט פארן זעלבן באדייט


זאגט מען דען נישט: ס'איז חושך, אדער - ס'טוט זיך חושך?
איך לייקן נישט אז דאס ווארט עקזיסטירט אין לה"ק, אדער אפילו אז דאס ווארט אין אידיש שטאמט פון לה"ק.
אבער איז עס דען נישט קיין אידיש?
איז עס ווייניגער אידיש, ווי טונקל אדער פינסטער?


איך בין אבער נישט זיכער צי מיין הודעה איז אין איינקלאנג מיט'ן ציל פון דער טעמע וואס ווערט דא ארומגערעדט, אויב דער געדאנק איז צו דערמאנען נאר ווערטער וואס האבן מעגליך אן אונטערשייד אין באדייט, ווייל איך זע באמת נישט אז ס'זאל עקזיסטירן א חילוק אינעם אפטייטש צווישן אזעלכע ווערטער ווי חשך און טונקל/פינסטער. דער אמת איז, אז דער פאקט וואס עס זענען דא סינאנימען מיינט בכלל נישט אז ס'איז דא חילוק (אונטערשייד, נפקא-מינה, דיפערענץ) אין די משמעות'ן (באדייטן, אפטייטשן, פירושים) פון די ווערטער, און אפט איז טאקע נישטא.

ישובניק » מאנטאג מאי 7, 2012 9:03 pm

· #10493
אה, גערעכט. ס'איז מיר געלעגן אין קאפ אז שוין געווען דא ערגעץ א שמועס וועגן דעם, כ'האב נאר נישט געדענקט קלאר.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 12:01 pm

· #11100
וועטשערע\נאכטמאל

קרעמער1 » דינסטאג יוני 25, 2013 11:37 pm

· #128002
וועטשערע קומט פון אונגאריש.

אגב, היינט צו טאג איז שוין כמעט אריין דאס ווארט "סאפּער" אין יודיש; אינדערצייט וואס אין ענגליש נוצט מען עס שוין כמעט נישט.
מען זאגט "דינער" - אזוי ווי אין דויטש.

--------
[ציטאט אראפגענומען]

גוגל פארטייטשט דאס ווארט "פארטש" אויף דויטש: "וועראנדע" - וואס ווערט אגב אסאך גענוצט דורך באשעוויס, און אויב די זכרון נארט נישט אויך דורך שלום עליכם.
און לויט גוגל'ן הייסט עס אויך אזוי אין אונגאריש, ראמעניש און אין פויליש.

און ווי ישובניק האט שוין דערמאנט, נוצט מען אויך "גאניק".

מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 26, 2013 12:50 pm

· #128138
וואס איז פשט אז דאס ווארט 'שטערן' האט 3 באדייטן?
forehead - bother- star

אביגדור » מיטוואך יוני 26, 2013 1:02 pm

· #128143
.

טעפל » מיטוואך יוני 26, 2013 5:37 pm

· #128316
קרעמער1
שניצל\פאשיט

ביידע אונגאריש..