☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פארטאגס אשכול (פאר וועם די בעט שפייט איהם אויס)

פארטאגס אשכול (פאר וועם די בעט שפייט איהם אויס)

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2158
בלאט: 1 2

ידען » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:49 am

· #54016
פארטאגס אשכול (פאר וועם די בעט שפייט איהם אויס)
איך האב אסאך מאל א פראבלעם אז איך וועק מיך אויף פארטאגס און איך קען נישט צוריק איינשלאפען.

אמאל איז עס נאך געווען גרינגער אבער היינט מיט קאווע שטיבל איז מיך זייער שווער צוריק איינצושלאפען.

די אשכול איז א שותף מיט גרוש אז ווער סע וועקט זיך אויף נאך דרייע פירע און וויל האבען מיט וועם צו שמועסען זאל דא אריינקלאפען.

ידען » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:43 am

· #54017
געווענטלעך ווען איך קעניש איינשלאפען איז עס ווייל איך האב א דאגה אדער איך הייב אהן צו לייענען נייעס אויף מיין סעלל.

היינט איז אביסעל אנדערש. איך בין זייער זייער עקסייטעד. איך קענאכניש שרייבען וועגען וואס וייל מע קעניש וויסען 100 פערסענט אז סע וועט זיך צום סוף געלונגען אבער אפשר וועלעך עס שרייבען א חודש ארום.

כאב געטרייט צוריק איינצו שלאפען אבער אפי' איך בין משוגע מיעד קענעך נישט צוריק כאפען די שלאף.

גרוש » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 8:50 am

· #54026
גראדע איז דאס פארקערט ווי מיין פראבלעם, ווען איך וועק מיר אויף פארטאגס און איך קען נישט צוריק איינשלאפן, טאנץ איך ארויס פון בעט און איך הייב אהן מיין טאג,
דעמאלט איז די קאפ אויפן פלאץ, די וועלט שלאפט נאך סא ס'נישטא קיין מניעות,

די פראבלעם איז ביינאכט, די קאפ דינט שוין נישט געהעריג, דעמאלט זענען די געפילן זיך מגביר אויפן שכל,

אלע אין מיין יארגאנג, האבן א ווייב און קינדער וואס ווארטן זיי אפ אינדערהיים,
מ'קומט אהיים די קינדער שפרינגען ארויף,
פון מאל צו מאל איז דא איינע וואס וארט צו באקומען ............ אה איז דאס גוט

און מ'האט ליידער נישט די זכי',

און מ'טראכט אריין, די יארן ריקן זיך:
מתי אעשה "גם" אנכי לביתי
אני בן .. שנים, אימתי אעמיד י"ב שבטים
ווען וועט מען איינע וואס ווארטן אויף מיר זיך אויסגעבן אירע געפילן און בויך קוועטשן
ווען וועט מען שוין האבן די זכי' צו דעם "והנה הנער בוכה"

סא קומט מען אריין דא מ'זוכט מיט וועם צו רעדן, און מ'האלט זיך צו דערהאלטן אין דעם ביטערן גלות, ווילאנג מ'ווארט אויף דעם תאיר כאור יום חשכת לילה,

משא"כ פארטאגס איז א מתנה טובה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן,

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ווער עס רעד זיך אפ אויף פארטאגס איז א "כפוי טובה" אבער "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו"

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:23 pm

· #54095
תתחזק אחי...

ידען » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 9:14 pm

· #54442
איך רעד מיך נישט אפ. איך שרייב נאר וואס סע איז היינט צופרי געוועזען.
און מאכט זיך אסאך און איך האב נישט פארוואס ארויס צו גיין פון בעט ליידער

גרוש » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 9:57 pm

· #54446
פארוואס קענסטו נישט?

1)לערנען
2)ליינען
3)שרייבן
4) מסדר זיין דיינע פינענשאלס, בענק אקאונטס, קרעדיט קארדס וכדו'

ביי די וועי ידען ווען אימער אין די 24 שעה דו זוכסט מיט וועם צו רעדן בין איך גרייט אוויף מיין גוגל טאלק

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:33 pm

· #54462
דיין בעט שפייט דיך אויס? אה! וועגן דעם איז נאס אינדערפרי. 😂

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:28 am

· #54515
הא הא...

וואוינט אין ב.פ.? » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:34 am

· #54598
ביז וויפיל אזייגער רופט מען פארטאגס

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:35 am

· #54600
ווענט זיך ביי וועים, ביי יעדעם איז פארטאגס א אנדרע צייט

שמואל הלוי » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:38 am

· #54605
מיר האט די בעט היינט אויסגעשפיגן אום 6:10 (געלייגט האב איך זיך ארום 11:45).

שמואל הלוי » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:45 pm

· #55187
די בעט האט מיר איינגעשלינגען נעכטן נאכט ארום 9:00 צייט, און האט מיר אויסגעשפיגן 4:50 פארטאגס.

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:51 pm

· #55189
שמואל הלוי
די בעט האט מיר איינגעשלינגען נעכטן נאכט ארום 9:00 צייט, און האט מיר אויסגעשפיגן 4:50 פארטאגס.

האסטוו דעמאלטס געדארפט שרייבען נישט שרייב יעצט אז דו ביסט אויף געוועין 4:50 אויך מיר א קונץ 😕
סתם עס איז מיר א גרעסערע קונץ צו זיין 9 און בעט ווי אויפשטיין 4:00

שמואל הלוי » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:55 pm

· #55191
פארטאגס גיי איך אין שול דינען דעם אייבערשטן, נישט גלייך פון בעט ארויס גיין תגובה'נען אין קאווע שטיבל.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:56 pm

· #55192
און אין שול גייסטע נישט מאכן א קאווע אין קאווע שטיבל?

שמואל הלוי » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:58 pm

· #55193
דאס יא

גרוש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:31 am

· #55374
Nיין בעט האט מיר היינט אויסגעשפיגן 3:30, פרובירט צו פייטן מיט אים ביז 4:00 ווען איך בין אויפגעשטאנען ב"ה,

gehlungen » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:48 am

· #55378
שמואל הלוי
די בעט האט מיר איינגעשלינגען נעכטן נאכט ארום 9:00 צייט, און האט מיר אויסגעשפיגן 4:50 פארטאגס.

OY VEY

ידען » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:57 am

· #55379
גרוש
פארוואס קענסטו נישט?

1)לערנען
2)ליינען
3)שרייבן
4) מסדר זיין דיינע פינענשאלס, בענק אקאונטס, קרעדיט קארדס וכדו'

ביי די וועי ידען ווען אימער אין די 24 שעה דו זוכסט מיט וועם צו רעדן בין איך גרייט אוויף מיין גוגל טאלק

יעצט האבעך באמערקט אז די אשכול איז נישט אינגאנצען אראפגעפארען..

נאר נאמבער 2 און 3 איז מיך נוגע.

לערנען קענעך נישט (אדער אזוי ווי מע זאגט, איך וויל נישט)

פיינענשעלס מיינסטו די פוד סטעמפס? ווייל אנדערע זאכען האבעך נישט צופיל.

איך וועל טאקע קומען צו גוגל טאק שפעטער.

ידען » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:26 am

· #57164
כאף נאך צוריק איינצושלאפען היינט פארטאגס.

משוגע מעטארע.
דרייע פארטאגס און איך בין קוים געשלאפען. 😞

ידען » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 3:47 am

· #60597
ידען
כאף נאך צוריק איינצושלאפען היינט פארטאגס.

משוגע מעטארע.
דרייע פארטאגס און איך בין קוים געשלאפען. 😞

וואס גייט פאר?

כאב נישט געטראכט ביים עפענען דען אשכול אז איך אליין וועל אזוי פיל אויפשטיין פארטאגס. סע קיינמאל נישט געווען אזוי ביי מיר.

איך האב נישט דאגות יעצט, פארוואס קענעך נישט צוריק איינשלאפן? 😞

איין דאגה האבעך יא. צו לייענען אלעס אויף קאווע שטיבל. אפשר דאס לאזט מיך נישט צוריק אויסרוען מיין מידע קאפ?

נאך באדערט מיך שוין לאנג, פארוואס מיין קאפ קען נישט פארשטיין א סאך זאכען, אבער איך בן יעצט אזוי מיד אז איך קעניש מסביר זיין וואס איך פארשטיי נישט.

גאלד » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:44 am

· #60599
טעסט

דעינעש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:35 am

· #60601
גווווט מארגן. עס איז פיין זיך צו באגריסן אזא צייט ב"ה.

עפל פאי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:21 am

· #60602
בוקר טוב חברה

ידען » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:08 am

· #60606
פארטאגס קען זיין ביי יעדעם אנדערש.

ביי איינעם איז עס 2:00 און ביי א צווייטען קען פארטאגס זיין 11:00

קליגער איד » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:55 am

· #60626
לעמיל
ווענט זיך ביי וועים, ביי יעדעם איז פארטאגס א אנדרע צייט

ביי יעדעם איז פארטאגס די זעלבע צייט

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:58 am

· #61654
וואס קען מען טאקע טאן פארטאגס, מען איז נאך מיד, די בעבי וויינט און לאזט נישט שלאפן, מען זעהט שוין דעם קומענדיגן טאג ווי א פארפאלענע, מיד און ערשעפט... איז דא אנייצע דערפאר? (אויסער שרייבן תגובות דא)

העלא » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:53 am

· #61706
מען דאנקט דעם אייבערשטן, אז מען איז ב"ה זוכה צו דעם והנה הנער בוכה,
כאטשיג עסז מאכט שוועריקייטן מיט מידקייט, האט זיך אלעס געלוינט, ערגעץ דארף מען דאך אפקומען, ניין?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:54 am

· #61709
אודאי אזוי,
אבער ווי נעמט מען די כוחות איבערן טאג, מ'פאלט דאך צוזאמען..
יעדע נאכט זיך זיך אויפוועקן איז זייער שווער.
איך קאמפלעין נישט ח"ו, איך פרעג נאר א עצה.

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:33 pm

· #61716
מזל טוב צום נייעם בעיבי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:55 pm

· #61725
ס'איז נישט קיין ברענד ניו... באט ברוכים תהי', קיינמאל נישט צו שפעט.
אי"ה ביי דיר אויף שמחות.

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:59 pm

· #61731
שמעקעדיג
ס'איז נישט קיין ברענד ניו...

וואס דען? א יוזד?

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:07 pm

· #61740
מזל טוב א אינגעל אדער א מיידל ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:13 pm

· #61747
נעמען און געוויסע איינצעלהייטען זענען געטוישט צוליב פארשטענדליכע סיבות.

העלא » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:34 pm

· #61820
שלאפן אין א אנדערע שטוב איז א שלעכטע עצה

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 5:21 am

· #62894
כככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ

שמואל הלוי » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 5:34 am

· #62896
זר; איך האב מורא אז דו האסט זיך נאך בכלל נישט געלייגט.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:02 am

· #62900
א גוט מארגען טייערע יודען, וואונטש איך אלע א געשמאקע טאג.

העלא » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:22 am

· #62902
מיר זענען שוין אויף א פיר שעה,

שוין געהאט א פיינע מקוה, שויער, קאווע, יעצט איז צייט צו לערנען אביסל

ידען » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:59 am

· #62903
לעיקוואד
א גוט מארגען טייערע יודען, וואונטש איך אלע א געשמאקע טאג.

גוט מארגן.

פארוואס וועקסטו מיך אויף? 🙂

יוי בינעך מיעד.

כאב אפגעמאכט אז איך גיי נישט קומען דא ווייל איך וויל נאך צוריק איינשלאפן, און אויב איך וועל יא לייענען דא וועלעך זעכער נישט קענען צוריק איינחלומען.

סע האט מיך נישט געהאלפן און איך בין נישט איינגעשלאפן.😞

א שאד די צייט. ווואלטעך געקענט לייענען און שרייבן דא

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:32 am

· #62933
שמואל הלוי האט רוה"ק!

שמואל הלוי » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:43 am

· #62941
מ'דארף נישט האבן קיין רוה"ק דערצו, איין בליק דא צייגט אז דו האסט גע'תגובה'ט אין גרויסן במשך די נאכט.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:44 am

· #62942
אה, א משוגענע וועלט אלעס איז פובליק מ'קען גארנישט באהאלטן.

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:50 am

· #65494
גוט מארגען, איינער איז שוין אויף?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 5:16 am

· #65495
גוט יאר. אויף!

ידען » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 5:44 am

· #65496
איך בין נישט זעכער אויב איך בין אויף.

אויף קאווע שטיבל בינעך זעכער,

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 5:54 am

· #65497
הא הא.... חלמא טבא חזית!

ידען » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 6:29 am

· #65498
שמעקעדיג
הא הא.... חלמא טבא חזית!

א גאנצן טאג חלום איך פון קאווע שטיבל..
צו פיל גוסס איז אויך נישט גוט...

ידען » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 6:52 am

· #65500
גרוש און שמעקעדיג זענען צוריק געגאנגען חלומען. איך גיי אויך טרייען. פון מיין עקספיריענס ווייסעך אז סע וועט נישט ארבעטען אבער איך גיי טרייען עניוועי.

סע האט גראדע יא געארבעט פריער ווען איך האב אויפגעשטאנען אינמיטען נאכט א פאר מאל און אפגעמאכט נישט צו גיין דא אפי' איך שלאף נישט איין, און סע האט געהאלפען, אבער ווי נאנטער צו ווען מע דארף אויפשטיין, העלפט עס ווייניגער.

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:00 am

· #65501
איך שלאפ שוין גארנישט,
איך בין געווען מקוה, געדאווענט מעריב, מוריד געווען דמעות, געטרינקען קאווע, נאכגעקוקט עטליכע ענינים אויף די סדרה, יעצט גיי מיר לערנען אביסל און דאווענען שחרית
בלאט: 1 2