☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פארטאגס אשכול (פאר וועם די בעט שפייט איהם אויס)

פארטאגס אשכול (פאר וועם די בעט שפייט איהם אויס)

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2158
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:08 am

· #65504
אויך איך שלאף נישט.
נאר איך קען נישט פארברענגען א גאנצן פארטאגס אין ווירטואלן קאווע שטיבל, איך דארף גיין אין די עכטע קאווע שטיבל אין מיין בעסמעדרעש.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 6:05 am

· #66753
גוט מארגן חבריי וידידיי!

אזוי זיפנדיג מיין הייסע קאווע ווינטש איך אייך אלע א זיסן טאג, מיט ברכה והצלחה און השפעות טובות!

קענסט אפווישן דיינע נאסע פיאות, עס טראפט נאך מקוה וואסער..

ידען » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 2:38 pm

· #66846
איך בין נישט געווען אין מקוה היינט.

מן הסתם האסטו נישט גערעט צו מיר.

ידען » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 5:42 am

· #67088
ותתפעם רוחו איז טייטש אז זיין הארץ האט געקלאפט?

איך ווייס נישט וואס כאב געחלומט, אבער כבין אויפגעשטאנען מיט ווייטאג אין מיין הארץ פון די זעצעס

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:09 am

· #67092
פארדעם דארף מען יוסף הצדיק, אדער דניא-ל

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:46 am

· #67098
איינער דא דאוונט וותיקין? קענט איר אראפלייגן ווי אזוי עס שפירט זיך? כ'הער ס'איז מורא'דיג איך האב חשק עס צו טוהן

ידען » פרייטאג יוני 14, 2013 6:31 am

· #124971
איך בין אזוייי מיעד אבער איך קען ניש איינשלאפען.

ווער נאך איז אויף מיט מיך?

אביגדור » פרייטאג יוני 14, 2013 9:34 am

· #124979
א"ד לגירסא וא"ד לשינתא.

ידען » פרייטאג יוני 14, 2013 4:19 pm

· #125048
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס נישט?

די אשכול איז אלע מאל אויף פארטאגס אבער נישט אלץ האט ער א פארטנער....

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:03 pm

· #232596
הנה זה עומד אחר כתלינו,
די פארטאגסס איז שוין באלד דא,
הזמינו עצמיכם
בלאט: 1 2