☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איך האב קיין ציהל אין לעבן {איי אנלי העפפין טו נאו איט}

איך האב קיין ציהל אין לעבן {איי אנלי העפפין טו נאו איט}

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2156
בלאט: 1 2

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:04 am

· #53970
איך האב קיין ציהל אין לעבן {איי אנלי העפפין טו נאו איט}
ביי נאו (by now) בינעך אין א מצב וואו איך וויל פשוט סורווייוון, כ'וויל קענען באצאלן די בילס, כ'וויל די צייט זאל שוין לויפן און כ'זאל חתונה מאכן די קינדער ווען דער צייט וועט קומען און פיניש. נאכדעם וועט מען אפזיצן אין פאליש פאר די רעסט אוו מיי לייף. וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

און די אלע מיליאנען אינגעלייט וואס זיצן אין שיל מיט זייערע בלעקבעריס, אין זייער מוח זענען זיי שוין עשירים אדירים, איז דאס א ציהל? זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען סופיריער פון מיר ווייל עט ליעסט זיי חלומע'ן אז זיי גייען איין טאג זיין רייך. וואס מאכט זיי אזוי עקסייטעד צו טראכטן אז פונקט זיי גייט עס געלונגען? און ווען ס'גייט דורך נאך יאר און ס'ארבעט נישט זעהן זיי כאטש איין אז זיי לעבן אן א ציהל?

וואס דארף איינער טון וואס זיינע פלענער פון לעבן ארבעטן זיך נישט אויס? ער האט געוואלט ארבעטן אין איין געוויסע אינדוסטרי אבער צוליב געוויסע סיבות ארבעט זיך עס נישט אויס, זאל ער זיך איינרעדן אז באמת האט ער אלץ געוואלט זיין א ברויט דעליווערי-מאן אדער א באקס שלעפער?

אדער קען מיר איינער דערלערנען וויאזוי מ'ווערט אזא פאזיטיווער בעל דמיון, זיי רעדן זיך סוקסעספולי איין אז זיי לעבן מיט א ציהל, כ'וועל מיר שוין פארשאפן א בלעקבערי.

אפשר איז חתונה מאכן די קינדער גענוג אליין א ציהל?

דאס לעבן זייגט ברוחניות ובגשמיות

נח לו לאדם שלא נברא ביג טיים

ונבנתה העיר » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:12 am

· #53974
זר זהב
וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

וואס איז געווען דער ציהל וואס דער אייבערשטער האט נישט צוגעלאזט?

מורינו הרב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:14 am

· #53977
א דאקטער..........

ח"י רוטל איינשפריץ יעדע האלבע שעה, אפשר דאס וועט העלפן...

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:17 am

· #53978
ונבנתה העיר
זר זהב
וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

וואס איז געווען דער ציהל וואס דער אייבערשטער האט נישט צוגעלאזט?

ס'באמת נישט אזוי נוגע, כ'האף איר פארשטייט מיך.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:32 am

· #53986
מיין קאמפיוטער איז נאס פון (דידזשיטעל) טרערן.
מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:38 am

· #53990
שמעקעדיג
מיין קאמפיוטער איז נאס פון (דידזשיטעל) טרערן.
מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות.

😃

קוגל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:24 am

· #54037
זר זהב
און די אלע מיליאנען אינגעלייט וואס זיצן אין שיל מיט זייערע בלעקבעריס, אין זייער מוח זענען זיי שוין עשירים אדירים, איז דאס א ציהל? זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען סופיריער פון מיר ווייל עט ליעסט זיי חלומע'ן אז זיי גייען איין טאג זיין רייך. וואס מאכט זיי אזוי עקסייטעד צו טראכטן אז פונקט זיי גייט עס געלונגען? און ווען ס'גייט דורך נאך יאר און ס'ארבעט נישט זעהן זיי כאטש איין אז זיי לעבן אן א ציהל?

יא דו האסט עס זייער גוט ארויס! די אינגערלייט וואס האבן א "ציל" (אפילו א נארישע ציל) זענען זייער פריילעך דו ביזט נישט דער מחדש פון דעם עס איז אלטע טעאריע. דער פאקט פון טראכטן אז איך וועל אמאל זיין א מיליאנער מאכט געפערליך פרייליך. און אז זיי טראכטן גענוג שטארק דערפון און גענוג לאנג דערפון מיט א אמת וועלען זיי אנגעקומען. אויב וועסטו אפמאכן ווי די וויסלט עכט אנקומען (למשל חתונה מאכן די קינדער און לעבן רוהיג) אויב וועסטו עס מאכן פאר א שטארקע גאול וועסטו אויך זיין אוזי העפי ווי די מילאנערן. אויב וועסטו אפמאכןן פעלזן פעסט אז דו ווילסט אנקומען צו א געוויסע מין דזשאב וועסטו אויך זיין העפי און וועסט עווענטועלי טאקע אנקומען אהין. ווייל בשעתן ארבעטן פאר בי ענד עיטש וועסטו זיך מער אינטרעסירן וועגן יענע נושא, וועסט רעדן צו די מענטשן וואס טוען עס און וועסט אנקומען ערגעץ.
פארשאף זיך נישט א בלעקבערי ווייל דו האסט אנדערע צילן
און יא אויב וועסטו האבן אזא פעלזן פעסטע ציל ווי די מענטשן האבן פאר געלט וועסטו אויך ווערן אוזי פאזיויוו. דאס איז בדוק ומנוסה.

בין_המצרים » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:26 am

· #54039
זר זהב
ביי נאו (by now) בינעך אין א מצב וואו איך וויל פשוט סורווייוון, כ'וויל קענען באצאלן די בילס, כ'וויל די צייט זאל שוין לויפן און כ'זאל חתונה מאכן די קינדער ווען דער צייט וועט קומען און פיניש. נאכדעם וועט מען אפזיצן אין פאליש פאר די רעסט אוו מיי לייף. וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

און די אלע מיליאנען אינגעלייט וואס זיצן אין שיל מיט זייערע בלעקבעריס, אין זייער מוח זענען זיי שוין עשירים אדירים, איז דאס א ציהל? זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען סופיריער פון מיר ווייל עט ליעסט זיי חלומע'ן אז זיי גייען איין טאג זיין רייך. וואס מאכט זיי אזוי עקסייטעד צו טראכטן אז פונקט זיי גייט עס געלונגען? און ווען ס'גייט דורך נאך יאר און ס'ארבעט נישט זעהן זיי כאטש איין אז זיי לעבן אן א ציהל?

וואס דארף איינער טון וואס זיינע פלענער פון לעבן ארבעטן זיך נישט אויס? ער האט געוואלט ארבעטן אין איין געוויסע אינדוסטרי אבער צוליב געוויסע סיבות ארבעט זיך עס נישט אויס, זאל ער זיך איינרעדן אז באמת האט ער אלץ געוואלט זיין א ברויט דעליווערי-מאן אדער א באקס שלעפער?

אדער קען מיר איינער דערלערנען וויאזוי מ'ווערט אזא פאזיטיווער בעל דמיון, זיי רעדן זיך סוקסעספולי איין אז זיי לעבן מיט א ציהל, כ'וועל מיר שוין פארשאפן א בלעקבערי.

אפשר איז חתונה מאכן די קינדער גענוג אליין א ציהל?

דאס לעבן זייגט ברוחניות ובגשמיות

נח לו לאדם שלא נברא ביג טיים


זיך מאכן א ציל אין לעבן מיט דער ארבעט איז אפטמאל נישט רעאליסטיש אין אונזער וועלטל. אפשר זאלן מיר זיך שטעלן צילן אין לעבן אין אנדערע תחומים, וואו סאיז יא מעגליך צו דערגרייכן עפעס?
N

לאדיך אפ » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:50 am

· #54075
אמת די לעבן זייגט, אבער מ'קען ענדזשויען לייף אן קיין ציל. ענדזשוי דיינע קינדערס ענטיקס, אינטימעסי מיט דיין ווייב, א געשמאקע קאווע אינדערפרי, א ווארעמע מקוה, א גוטע פרשיטאג, א לאנגע נאפעץ, א שיינע וועטער, א געלונגענע ניגון, א גוטע ארטיקל, א היציגע ויכוח, די פאסיביליטיס אר ענדלעס.

gehlungen » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:11 pm

· #54086
I think if you would be a chabadtzky you would have a "seepek hachaim " & I'm not a chabadtzky!!

מורינו הרב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:53 pm

· #54290
איך האב א בעסערע עצה... טראכט פון יענע וועלט... מסתמא וועסטו דאך מאכן א לעבן דארט אין גן-עדן, טראכט אריין ווי אזוי דו וועסט האצקענען דארט, אזוי וועסטו האבן א סיפוק.

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:18 pm

· #54367
וואס האט א ציל מיט פרייליכקייט? איינער וואס פארט אויף א הייוועי און דארף אנקומען קיין האצענפלאץ איז מער פרייליך ווי דער וואס פארט אן קיין ציל?

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:19 pm

· #54368
Espresso
וואס האט א ציל מיט פרייליכקייט? איינער וואס פארט אויף א הייוועי און דארף אנקומען קיין האצענפלאץ איז מער פרייליך ווי דער וואס פארט אן קיין ציל?

געווענליך יא. אחוץ אויב ער פארט קיין האצענפלאץ צו אטטענדען א לוויה.

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:23 pm

· #54372
אפילו אויב נישט, דער וואס פארט אן א ציל טרייט אויס זיין נייע פארארי!

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:24 pm

· #54374
אבער זיין גאז גייט לאיבוד!

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:27 pm

· #54376
גייט עם נישט אן, ער האלט אינמיטען א קאר-גאזעם פון די פאוער פון די ענדשין.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:28 pm

· #54380
Espresso
גייט עם נישט אן, ער האלט אינמיטען א קאר-גאזעם פון די פאוער פון די ענדשין.

👍

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:53 pm

· #54474
געזעהן אין די מעלות
📎 IMG_20121022_214817.jpg

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:55 pm

· #54475
סאטמארע רב האט געזאגט אז פאר איין מגילה הערן לוינט זיך אראפצוקומען!

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:47 pm

· #54487
זר זהב
סאטמארע רב האט געזאגט אז פאר איין מגילה הערן לוינט זיך אראפצוקומען!

ער האט זיך אויסגעדרוקט: עס לוינט זיך צו ליידן 70 יאר פאר איין מאל קריאת המגילה!

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:57 pm

· #54491
אקעי וואו קעמען הערן די מגילה?

petergrifin » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:28 am

· #54514
׳סלוינט זיך אלעס פֿאר קאַװע שטיבל

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:44 am

· #54524
אה, שלום עליכם, פיטערגריפן?
גיסט אריין אין אונז עמערס חיזוק...

העלא » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:25 am

· #54572
זר זהב עס לוינט זיך צו זיצן אין קאווע שטיבל 12 חדשים כדי אז ווען עס קומט פורים זאל מען הערן מגילה ליינען,

זיי פרייליך אז יעדע מינוט וואס דו אטעמסט ביזטו מקיים דעם רצון הבורא, ווען ער וויל ווען נישט זאלסט אטעמן וואלסטו שוין נישט דא געווען

אזא מענטש ווי דיר קען באמת אלעס טוהן לשמה,

איך לייג תפילין האב איך א שטיקל הנאה אז איך בין א איד ווי אלע אידן, אויב האסטו פון דעם נישט קיין הנאה טוסט עס לויטער לשמה,

העלא » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:32 am

· #54574
רבותי מאכטס נישט קיין טעות די ציל אין לעבן איז צו מקיים זיין תרי"ג מצות און צו מגדל און מחנך זיין קינדער זאלן אויך אזוי טוהן,

די אלע איבריגע זאכן איז נאר א מיטל אנצוקומען צום ציהל

דער אייבערשטער האט באשאפן אז כדי אנצוקומען צום ציל, דארף מען:
זיין בשמחה
האבן א ווייב און קינדער
האבן געלט
האבן חברים
וכו'

ס'זענען דא זאכן וואס ברענגט פאר א מענטש שמחה, ווען א מענטש פילט אויס דעם טאג מיט די זאכן וואס לויט זיין מוח הייסט עס אויפגעטוהן איז ער בשמחה,

קוגל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:20 am

· #54589
ווער האט דיר דאס געזאגט אז די ציל פון א איד איז מקיים צו זיין תריג מצוות און צו מגדל זיין ערליכע קינדער?

שמואל הלוי » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:22 am

· #54590
וואס דען איז די ציל? צו עסן קוגל?

קוגל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:29 am

· #54595
שמואל הלוי
וואס דען איז די ציל? צו עסן קוגל?

אדער תריג מצוות אדער קוגל?
האו עבאוט מידות, האו עבאוט ארבעטן אויף זיך ברעכן די גוף האו עבאוט אפקומען די עבירות פון די פריערדדיגע גלגול, אדער צוקומען צו עולם הבא? נענטער ווערן צום באשעפער, אויצופירן דיין תפקיד
דאס איז דאך די שווערסטע שאלה אויף די וועלט וואס אלע ספרים זאגן אנדערש . יעדער האט א אנדערע ציל

שמואל הלוי » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:32 am

· #54597
נו היינו הך, דורך די תרי"ג מצוות ברעכט מען מדות (כידוע אז די תורה ומצוות איידלען אויס דעם מענטש), קומט מען אפ עבירות (מצוות מכבות עבירות כדאיתא בגמרא), קומט מען צי צו עולם הבא (פשוט).

קוגל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:38 am

· #54604
תריג מצוות זענען תריג עיתין, 613 עצות וויאוזי אנצוקומען צום ציל אבער וואס איז די ציל?

העלא » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:54 am

· #54615
די מדרש אין פרשת בראשית:

בראשית בשביל התתורה שנקרא ראשית, שנאמר "ראשית דרכו"

די תורה זאגט צו מקיים זיין תרי"ג מצוות, די תורה זאגט ושננתם לבניך,

אמת די נועם אלימלך זאגט "האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע"

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:12 am

· #54625
אין די מעלות שרייבט ער די חודש אז מען דארף זיין פרייליך אז מען איז א איד. אויב איז מען נישט פרייליך איז מען פשוט א כפוי טובה פאר ה'.

היימישער » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:48 pm

· #54674
איך ווייס נישט וואס דיין פראבלעם, נעכטן האב איך געלערנט א בלאט גמרא בערך איינס און א האלב שעה און זיך געפילט און די ליפטן, די מעריב נאכדעם איז געווען א מחיה, איך זאג נישט אז א יעדן טאג איז אזוי (שוין לאנג נישט געווען) אבער ווען עס מאכט זיך א גיטן טאג איז עס גיט און עס לוינט זיך צו לעבן און אבער נאך ווי,

העלא » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:09 pm

· #54884
מה יתאונן האדם אשר הוא חי,

נאך א פשט » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:20 pm

· #55112
זר,
ערשטנס, וואס הייסט דאס "מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקליכט ווערן" ? עס איז קיינמאל נישט צו שפעט. אסאך מענטשן וואס האבן שוין געמיינט אז דאס איז עס, זיי זענען שוין דאומד (doomed), האט זיך שפעטער די רעדל געגעבן א דריי און די גאנצע לעבן האט זיך געטוישט אויף נאך בעסער ווי זיי האבן זיך פארגעשטעלט.
דאונט גיוו אפ. איינשטיין האט געזאגט "imagination is more important then knowledge". חלום און חלום און חלום, אלעס הייבט זיך אהן מיט חלום'ן.

צווייטענס, פארוואס קענסטו נישט טרעפן א נייע שאיפה? פונקט ווי די פארשטייסט אז אלץ יונגערמאן האט מען נישט די זעלבע שאיפות ווי אלץ קינד, די זעלבע קען מען שפעטער אין לעבן האבן אנדערע שאיפות ווי אלץ יונגערמאן (אדער אפילו מידל עידש).

ביי רוב מענטשן איז עס פשוט די אנגעזעצטקייט פון נישט אנקומען וואו מען האט געוואלט וואס האלט זיי צוריק פון גיין ווייטער און יא אנקומען ערגעץ אין לעבן.

יו קען דא איט!

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:36 pm

· #55123
[ציטאט אראפגענומען]


נא, אשרינו מה טוב חלקינו.
אבער איך האב נישט פארענטפערט קיין שאלות.
איך האב נאר נאכגעשריבן א שיינעם ענים.
איך פארלאנג אפילו נישט קיין שכר שיחה נאה.

אלזא » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:34 pm

· #55186
שמואל הלוי
וואס דען איז די ציל? צו עסן קוגל?

מסתם אווערנייט קוגל

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:05 pm

· #55243
וואס אני הקטן פארשטייט נישט דעם פראבלעם פין דעם בעל מחבר פין דעם אשכול.
וואס עפעס דארף ער א ציל אין לעבען?
האט דען יענער יא א ציל אין לעבען, וואס די ביסט אים מקנא און די ווילסט אויך?
ביי אונז איז אנגענומען צו לעבען אין די סיסטעם, חתונה ביי די אכצען, די קינדער גייען אין די מוסדות, די ארבעטס ווי א חמור, און ווען די שטארבסט איז דא פארדעם א בית החיים ווי מען גייט דיך לייגען.

איז וואס פאר א ציל האסטו שוין געזעהן ביי יענעם וואס די ווילסט האבען ביי דיר?

ואם תמצא לומר אין הכי נמי, יענער האט אויך נישט, און איך וויל פשוט יא האבען, ביסטו דאך סתם א גוי! ווילסט עפעס וואס קיינער האט נישט?

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:49 am

· #55423
א ציל אין לעבען דארף זיין משיח זאל קומען. פארוואס ווערט מען אזוי אויסגעטריקענט. מען קען נישט לעבען מיט אביסעל יראת שמים? וואס איז א בעסערע הנאה אויף דער וועלט מציל זיין א איד פין אן עבירה און אזוי ארום מקרב זיין ביאת המשיח. דאס דארף זיין די ציל אין לעבען. כל ימי חייך להביא לימות המשיח.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:14 pm

· #55503
פרומאק
א ציל אין לעבען דארף זיין משיח זאל קומען. פארוואס ווערט מען אזוי אויסגעטריקענט. מען קען נישט לעבען מיט אביסעל יראת שמים? וואס איז א בעסערע הנאה אויף דער וועלט מציל זיין א איד פין אן עבירה און אזוי ארום מקרב זיין ביאת המשיח. דאס דארף זיין די ציל אין לעבען. כל ימי חייך להביא לימות המשיח.

און ווי ס'קוקט אויס, איז דאס דיין ציהל דא אין שטיבל. זייער שיין!
תבא ביאת כבודך להרמת קרן התורה ויר"ש עד ביגצבב"א.

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:13 pm

· #55597
יישר כח. אמן ואמן.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:21 pm

· #57091
זר: אין דיין פתיחת האשכול זעה איך אן אפשפיגלונג פון מיין לעבן. אבער דאך. דו רעדסט אביסל צו שטארק פעסימיסטיש.באלד ווי שלמה המלך אין קוהלת. אפילו שלמה המלך וואס ער האט שוין אלעס אויס געטרייט איז אויך געקומען צו די מסקנא אז "הכל הבל". אבער ביז ער איז געקומען צו די מסקנא האט ער געמאכט גאנץ א פיין לעבן. מיין זון ווען ער איז נאך געווען א בחור פון פערצן יאר האט אמאל געזאגט אז ער וויל שוין האבן דעם נסיון העושר.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:24 pm

· #57094
און וויאזוי האט זיך דיין לעבן אויסגעשטעלט למעשה? געמיר אביסעלע טיפס פליז

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:28 pm

· #57095
פרומאק
א ציל אין לעבען דארף זיין משיח זאל קומען. פארוואס ווערט מען אזוי אויסגעטריקענט. מען קען נישט לעבען מיט אביסעל יראת שמים? וואס איז א בעסערע הנאה אויף דער וועלט מציל זיין א איד פין אן עבירה און אזוי ארום מקרב זיין ביאת המשיח. דאס דארף זיין די ציל אין לעבען. כל ימי חייך להביא לימות המשיח.

מען דארף נאר זען אז אויפ'ן וועג מציל צו זיין אנדערע אידן פון עבירות זאל מען אליין ח"ו נישט טון קיין עבירות און אויך לערנען אביסל תורה און מקיים זיין אביסל מצוות. ווייל איך קען ליידער עטליכע חשוב'ע אידן וואס האבן זיך גענומען א ציל אין לעבן צו ראטעווען אנדערע אידן פון עבירות האבן זיי ליידער אליין געטון גרויסע און גראבע עבירות און נישט אויפגעמאכט א ספר און נישט מקיים געווען קיין מצוות.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:36 pm

· #57096
זר זהב
און וויאזוי האט זיך דיין לעבן אויסגעשטעלט למעשה? געמיר אביסעלע טיפס פליז

געחלומ'ט האב איך צו זיין א גביר אדיר אזוי ווי "טעוויע" אין "פידלער אן דע ראאף" איך האב ב"ה חתונה געמאכט זעקס קינדער. למעשה בין איך א בעל עגלה. איך פיר אידישע קינדער אין חדר אריין. היינט האב איך שוין אויפגעגעבן אלע חלומות פון עשירות. ווען איך קען אפזיצן אין א ביהמ"ד און כאפן א זאפטיגן שמועס אדער קומען אין קאווע שטיבל בין איך שוין צופרידן. דאס איז (כמעט) מיין ציל אין לעבן.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:42 pm

· #57099
דיין ציהל אין לעבן איז נחת פון די קינדער, און א גוטער טשולענט, ניין? כ'קוק דיר ארויף, פירן קינדער אין חדר איז א חשובע ארבעט. אבער עשירות איז מיין תאווה קיימאל נישט געווען. און אויף דעם רעד איך מיר אפ אין מיין פתיחה. הלוואי איינער קען מיר מאכן פאר אזא בעל תאווה פאר עשירות. (און נישט פאר עפעס אנדערש, וד"ל)

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:04 pm

· #57107
זר זהב
דיין ציהל אין לעבן איז נחת פון די קינדער, און א גוטער טשולענט, ניין? כ'קוק דיר ארויף, פירן קינדער אין חדר איז א חשובע ארבעט. אבער עשירות איז מיין תאווה קיימאל נישט געווען. און אויף דעם רעד איך מיר אפ אין מיין פתיחה. הלוואי איינער קען מיר מאכן פאר אזא בעל תאווה פאר עשירות. (און נישט פאר עפעס אנדערש, וד"ל)

יא. איך הער. למשל. ר' סענדער דייטש ע"ה האט אלעמאל געשריבן אויב מען וועט זיך צוריקהאלטן פון פארשידענע זאכן וואס זענען געווען איינגעריסן ביים עולם (חוץ פארן קיין פלארידע() "ולהשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב". איז מיין קשיא אלעמאל געווען. אויב מען האלט זיך צוריק פון אלע תאוות ווי זיס קען שוין זיין דאס לעבן?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:09 pm

· #57108
berlbalaguleh
ר' סענדער דייטש ע"ה האט אלעמאל געשריבן אויב מען וועט זיך צוריקהאלטן פון פארשידענע זאכן וואס זענען געווען איינגעריסן ביים עולם (חוץ פארן קיין פלארידע) "ולהשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב". איז מיין קשיא אלעמאל געווען, אויב מען האלט זיך צוריק פון אלע תאוות ווי זיס קען שוין זיין דאס לעבן?

ר' בערל, איר האט ארויסגעברענגט א שטארקן שמייכל אויף מיינע פארוועלקטע ליפן!

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:10 pm

· #57109
רעדסט פון מותר'דיגע תאוות?

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:14 pm

· #57112
זר זהב
רעדסט פון מותר'דיגע תאוות?

דברים שברשות. דאס איז געווען זיין שיגרא דלישנא. ווי למשל האבן א דעסקטאפ קאמפיוטער. ווייל אינטערנעט איז נאך בימיו נישט געווען.
בלאט: 1 2