☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #214

אךשמח » מאנטאג מערץ 19, 2012 12:52 pm

· #2010
פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
אין 'דער איד' לויפט א קאלום שוין א שיינע צאל וואכן, איבער די טעמע אז היימישע אידן גייען גיכער צו די גרויסע געשעפטן און אוטלעטס און קימערן זיך נישט אז נעבן זייערע וואוינערטער זענען דא היימישע אידן וואס קוקן ארויס אויף פרנסה און דא לויפט מען פון זיי אוועק.

דער שרייבער מאכט א גוטער ארבעט, און איך מוז זאגן אז אזעלכע ארטיקלען מאכן מיר צוריקבאקומען א שטיקל ליבע צו די היימישע צייטונגען.

איך וויל אביסל הערן וואס דער היגער עולם זאגט דערצו, וואס מאכט דעם עולם און בעיקר די נשים צדקניות אנטלויפן צו די גויאישע סופער געשעפטן.

איך גיי זעלטן מיטן באן וואס לויפט אויף בראודוועי צו מאנהעטן, אבער א צייט צוריק בין איך פונקט געווען ארום צען אזייגער און געווארן שאקירט וויפיל היימישע פרויען זענען דארט געווען, וויסנדיג אז זיי גייען שאפינג און געבן צו לייזן פאר גוים אנשטאט אחינו בני ישראל.

שרייבער » מאנטאג מערץ 19, 2012 12:55 pm

· #2012
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
פרייזן זענען רוב מאל ביליגער

סערוויס

ריטוירן פאליסי

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:36 pm

· #2039
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
במחילת כבוד הרמה פונעם שרייבער וועמענ'ס סעריע ארטיקלען איך גלייך גראדע, האט ער אבער פארגאנגענען וואך אין א פארזוך אפצושרעקן מענטשן פון שאפן אנליין צאם'גערעדט כל מיני שטותים און נישט אמת'ן. כ'ווייס נישט צו ער טוט עס בכונה אדער ווייסט ער פשוט נישט וואס ער רעדט.

יידל » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:40 pm

· #2042
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
איך גלייך גראדע אויך דעם סעריע. זר, וועלכע שטותים האט ער צוזאמגערעדט פאריג וואך? נישט באמערקט עפעס אויסערארדענטליך.

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:58 pm

· #2048
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
ער לייגט אראפ א בילד ווי רוב אנליין פארקויפער זענען שוינדלער באטריגער וואס ווילען דיר בא'גנב'נען און ווען דו באשטעלסט א גרינע קלייד שיקען זיי דיר א געלע און קענסט רעדן צום וואנט... אדער אויב קומט עפעס אן צובראכן קענסטע דעך שטעלן אוויפ'ן קאפ. אזאנע שטותים!!

איך שאפ כמעט נאר אנליין, הלוואי זאלן אונזערע היימישע סטארס געבן אזא סערוויס וואס איך באקום אנליין!

אן אינטערעסאנטער עקספיריענס האב איך געהאט פאר צוויי וואכן צוריק. איך האב געקויפט אויף אי-בעי א קינדער נייט-לייט (כזה <a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Kinderglo-Portable-Rechargeable-Night-Light/dp/B0043G8OXC">http://www.amazon.com/Kinderglo-Portabl ... B0043G8OXC</a>) פאר 25 דאללער, סיז אנגעקומען מיט א שטיקל געלע פלעק, האכ איך געשיקט א קאמפלעין פאר'ן סעללער, האט ער מיך צוריקגעגעבן דאס געלט און זאגט מיר אוך קען האלטן די לייט!

אויך לייגט ער אראפ דארט וועגן שיפינג קאסטן, דער וועג וואזוי ער לייגט עס אראפ קען זיך דאכטן אז דו ווערסט געוואר פון די שיפפינג קאסטן הערשט נאכדעם וואס האסט שוין ארויסגעטשעקט און פאם! ביזט אויסגענארט געווארן.... יעדער איינער ווייסט וועגן שיפינג נאך בעפארן איינקויפן און מ'מאכט די דעסישען נאר אויב ס'לוינט זיך נאך אלץ.

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 19, 2012 2:03 pm

· #2050
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
איך לייען נישט קיין צייטונגען, ממילא ווייס איך נישט וואס מ'שרייבט דארט, אבער איך וועל שרייבען צום אשכול.
לאמיר מאכען א שטיקעל סטאטיסטיק, וויפיל פרויען פארען קיין מענהאטען, 40 א טאג, א קיימא לן פון בערך 300 א וואך?
אבער דער אמת איז זיי מיינען נישט דוקא אפצוטוען די היימישע בעלי בתים, אין אויך מיינען זיי נישט דוקא צו לייזען בפארן גוי.
דאס פארען קיין מענהעטין איז משום "עיר אוט", זיך אויס צו ליפטערן, ארויס גיין פון ווילימסבורג אדער בארא פארק, א 'טשעינדש אוו סינערי" פאר א פאר שעה, די קינדער זענען אין חדר/סקול, זעצט מען זיך ארויף אין מ'פארט אוועק פאר א ביסעל, זיי ארבעטן גענונג שווער.
נישט אלעמאהל איז עס לשם 'קויפען' נאר סתם זיך אומקוקען, עפעס מיז מען דאך טוהן, דעם סארט וואקעישאן דארף האבען א ציל, די געשעפטן זענען זייער ציל, אגב אויב זעהט מען שוין עפעס ביליג, דעמאלס פארוואס נישט קויפען.

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 2:15 pm

· #2054
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
דעי ארטיקל "געוויסע געשעפט איינגעטומער פרעגן: פארוואס אנטלויפט מען ?" לויפט שוין 10 וואכן מיט'ן פענאמען ל. יאקאב.

ער בעט פון די לייענערס אריינשיקען דורך פאסט אימעיל אדער טעקסט (יא קענסט טעקסטן דעם שרייבער) וואס דער עולם האלט פארוואס מ'אנטלויפט.

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 2:31 pm

· #2057
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
גראדע האב איך געטראכט אזוי אין דער אנהייב, ווייל סאט זיך אנגעהויבן אין דער זעלבער צייט ווען יאסעל האט אנגעהויבן מיט זיינע ראקלאמע'ס. אבער למעשה איז עס זייער אינטערעסאנט (אחוץ ווען ער שרייבט ווי א 'רוקי') ס'נישט קיין עד.

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 2:43 pm

· #2061
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
P1110407.JPG

אךשמח » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:15 pm

· #2102
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
יידל
איך גלייך גראדע אויך דעם סעריע. זר, וועלכע שטותים האט ער צוזאמגערעדט פאריג וואך? נישט באמערקט עפעס אויסערארדענטליך.

איך מיין זר זהב רעדט פון אן ארטיקל וואס דער זעלבער שרייבער האט געשריבן, אבער נישט אינעם זעלבן ארטיקל פון וואס מיר רעדן דא.

אךשמח » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:18 pm

· #2104
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
דולה ומשקה
איך לייען נישט קיין צייטונגען, ממילא ווייס איך נישט וואס מ'שרייבט דארט, אבער איך וועל שרייבען צום אשכול.
לאמיר מאכען א שטיקעל סטאטיסטיק, וויפיל פרויען פארען קיין מענהאטען, 40 א טאג, א קיימא לן פון בערך 300 א וואך?
אבער דער אמת איז זיי מיינען נישט דוקא אפצוטוען די היימישע בעלי בתים, אין אויך מיינען זיי נישט דוקא צו לייזען בפארן גוי.
דאס פארען קיין מענהעטין איז משום "עיר אוט", זיך אויס צו ליפטערן, ארויס גיין פון ווילימסבורג אדער בארא פארק, א 'טשעינדש אוו סינערי" פאר א פאר שעה, די קינדער זענען אין חדר/סקול, זעצט מען זיך ארויף אין מ'פארט אוועק פאר א ביסעל, זיי ארבעטן גענונג שווער.
נישט אלעמאהל איז עס לשם 'קויפען' נאר סתם זיך אומקוקען, עפעס מיז מען דאך טוהן, דעם סארט וואקעישאן דארף האבען א ציל, די געשעפטן זענען זייער ציל, אגב אויב זעהט מען שוין עפעס ביליג, דעמאלס פארוואס נישט קויפען.

40 א טאג?????????????????

אפשר מיינסטו פערציג פרויען פון יעדע גאס?

מען פארט אין די 'מאסן'!!!

ריכטיג אז 'עיר אוט' איז אויך א סיבה אבער די פרייזן וואס מען טרעפט אינדרויסן איז שווער צו טרעפן אין די היימישע געשעפטן און די קאסטומער סערוויס איז א שרעק ביי אונז!

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:18 pm

· #2105
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
אך,
איך רעד יא פונעם ארטיקל "פארוואס אנטלויפט מען ?" וואס איז ערשינען אין איד פאריגע וואך ויק"פ. קוק עס איבער.

אךשמח » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:30 pm

· #2109
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
אקעי, סארי.

איך האב עס נאכנישט געליינט. ס'ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן געהאט א באזונדער ארטיקל איבער די נושא פון קויפן אנליין.

אז מען רעדט שוין, האב איך רחמנות אויף די היימישע עלעקטראנישע געשעפטן וואס וויפיל זיי וועלן נאר פרובירן, וועלן זיי נישט קענען קאמפיטן מיט די אנליין פרייזן, וואס וועט זיי עווענטועל ארויסשטעלן פון ביזנעס היל"ת.

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:37 pm

· #2110
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
די ארטיקל וועגן קויפן אנליין איז עפעס אויך נישט געווען צום זאך. געווענליך שרייבט י. אייזנער זייער אינפארמאטיוו, אבער יענע ארטיקל האט זיך געגרעניצט מיט אמעראצישקייט.

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:40 pm

· #2112
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
אךשמח
אקעי, סארי.

איך האב עס נאכנישט געליינט. ס'ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן געהאט א באזונדער ארטיקל איבער די נושא פון קויפן אנליין.

אז מען רעדט שוין, האב איך רחמנות אויף די היימישע עלעקטראנישע געשעפטן וואס וויפיל זיי וועלן נאר פרובירן, וועלן זיי נישט קענען קאמפיטן מיט די אנליין פרייזן, וואס וועט זיי עווענטועל ארויסשטעלן פון ביזנעס היל"ת.

אקעי די היימישע געשעפטן קענען נישט קאמפיטן מיט די פרייזן, פארוואס אבער קאמפיטן מיר נישט מיט זייערע סערוויס ??!!

איש האמת » דינסטאג מערץ 20, 2012 12:12 pm

· #2137
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
גאר א גוטע נושא:
ס'האט מיר שוין לאנג געבאדערט די קשיא, וואס מ'ענדווערטייזט,
שטיצט דיינע ברידער, וחי אחיך עמך, דאס איז טאקע גאנץ רעכט, ווען מ'איז די זעלבע פרייז,
אויב איז מען טייערע, שטייט דאך חייך קודמך, אפשר דארף איך מיך אליין שטיצען זיכען א גוישע סטאר וואס איז ביליגער
ווי שטיצען דער יוד וואס איז טייערע

למשל קאר סערוויס, וואס די גוישע זענען סאך ביליגער ווי דער יודען
בכלל בין איך נישט נייגעריג אז דער איז, זאל אויסהערן מיינע געשפרעכען
אגב ראיתי אתמול טאקע מהאי טעמא אזא עדווערטייזמענט: די איינציגסטע קאר סערוויס מיט גוישע דרייוער, אונטער א יודישער מענדשמענט
אותי מהאי טעמא טאקע

זר זהב » דינסטאג מערץ 20, 2012 12:24 pm

· #2139
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
איש האמת, למען האמת איז דאך אבער דא הלכות פון וחי אחיך אפילו ווען ביים איד איז אביסל טייערער! (איך געדענק נישט ביז וויפיל טייערער) די הלכה איז אויך אז מיקען באצאלן דעם דיפערענץ מיט מעשר געלט! סוי לעטס סעי ביים איד איז עס 120 און ביים גוי 100 קויף עס ביים איד און די עקסטער 20 קען זיין פון מעשר געלט.

ישובניק » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:09 pm

· #3013
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
פ.וו.? ווייל איך בין אריין אין א היימיש געשעפט און ער האט גערעדט דארט היימישע סלענג און פארלעצט אלע געזעצן און מיך נישט אנגעקוקט נאר גערעדט מיט זיינע שוועסטערס אין געשעפט און טעלעפאניש מיט קרובים פון די מרחקים אויך ווען איך האב אראפגעשטעלט א שיינע באשטעלונג אויפן טישל גרייט צו רעכענען. איך האב איבערגעלאזט די גאנצע מעשה און ארויס פון דארט מיט דער החלטה אפשר מער קיינמאל דארט נישט איינצוקויפן.

בקיצור, פ.וו.? קודם-כל צוליב סערוויס, ווייל זיי ווייסן נישט וואס ס'מיינט א קאסטומער, און מ'ווארפט זיך מיט קאסטומערס, און ס'איז דא אן א שיעור משלים וואס מ'קען געבן דערויף. און צווייטנס, ווייל מ'ניצט אויס דעם פאקט וואס מ'וויל קויפן ביי היימישע און משינדט די הויט.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:13 pm

· #3015
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
זר זהב
דעי ארטיקל "געוויסע געשעפט איינגעטומער פרעגן: פארוואס אנטלויפט מען ?" לויפט שוין 10 וואכן מיט'ן פענאמען ל. יאקאב.

ער בעט פון די לייענערס אריינשיקען דורך פאסט אימעיל אדער טעקסט (יא קענסט טעקסטן דעם שרייבער) וואס דער עולם האלט פארוואס מ'אנטלויפט.

וואס איז די נומער צו טעקסטן? אדער אימעיל?

John Doe » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:38 pm

· #3022
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
אךשמח
אקעי, סארי.

איך האב עס נאכנישט געליינט. ס'ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן געהאט א באזונדער ארטיקל איבער די נושא פון קויפן אנליין.

אז מען רעדט שוין, האב איך רחמנות אויף די היימישע עלעקטראנישע געשעפטן וואס וויפיל זיי וועלן נאר פרובירן, וועלן זיי נישט קענען קאמפיטן מיט די אנליין פרייזן, וואס וועט זיי עווענטועל ארויסשטעלן פון ביזנעס היל"ת.


א גרויס חלק פון די אנליין פארקויפער זענען היימישע סטארס.

אךשמח » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:25 pm

· #3030
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
John Doe
אךשמח
אקעי, סארי.

איך האב עס נאכנישט געליינט. ס'ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן געהאט א באזונדער ארטיקל איבער די נושא פון קויפן אנליין.

אז מען רעדט שוין, האב איך רחמנות אויף די היימישע עלעקטראנישע געשעפטן וואס וויפיל זיי וועלן נאר פרובירן, וועלן זיי נישט קענען קאמפיטן מיט די אנליין פרייזן, וואס וועט זיי עווענטועל ארויסשטעלן פון ביזנעס היל"ת.


א גרויס חלק פון די אנליין פארקויפער זענען היימישע סטארס.

למשל עמעזאן...

שמואל שלום שלמה » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:20 pm

· #3043
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
ס'א חורבן, א לייק ווערט ווייניגער און ווייניגער ווערט... אך דא האסטו אין גרויסן: 👍 👍 👍

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:22 pm

· #3044
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
שמואל שלום שלמה
ס'א חורבן, א לייק ווערט ווייניגער און ווייניגער ווערט... אך דא האסטו אין גרויסן: 👍 👍 👍

כך דרכו של עולם, ווען עס איז דא אסאך פאלט די ווערד.

John Doe » מאנטאג מערץ 26, 2012 11:43 pm

· #3066
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
אךשמח
John Doe
אךשמח
אקעי, סארי.

איך האב עס נאכנישט געליינט. ס'ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן געהאט א באזונדער ארטיקל איבער די נושא פון קויפן אנליין.

אז מען רעדט שוין, האב איך רחמנות אויף די היימישע עלעקטראנישע געשעפטן וואס וויפיל זיי וועלן נאר פרובירן, וועלן זיי נישט קענען קאמפיטן מיט די אנליין פרייזן, וואס וועט זיי עווענטועל ארויסשטעלן פון ביזנעס היל"ת.


א גרויס חלק פון די אנליין פארקויפער זענען היימישע סטארס.

למשל עמעזאן...


האסט פונקט גוט צוגעטראפן. אסאך היימישע אידן פארקויפן טאקע אויף עמעזאן.

אךשמח » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:21 am

· #3071
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
קען טאקע זיין אזוי, אבער איך גלייב אז די שאנסן זענען גאנץ שוואך אז ווען איך זוך עפעס אויף עמעזאן וועל איך פונקט אנטרעפן א היימישע סטאר.

איך האב פונקט לעצטנס זיך אנגעקויפט מיט סאנסא קליפס, ווען מיינע קינדער האבן באשלאסן אז דאס איז זייער נייע טוי, און איך האב געזען אז די ביליגסטע פרייז אויף עמעזאן איז די זעלבע ווי ביי בי ענד עידזש, האב איך באשלאסן אז איך וועל ליבערשט שטיצן די היימישע בי ענד עידזש.

ווען איך האב געשריבן איבער מיין רחמנות אויף די היימישע עלעקטראנישע געשעפטן האב איך געמיינט די וואס איך קען אין זיי אריינשפאצירן און אפטמאל זעט מען אז זייער ביזנעס גייט אונטער.

זר זהב » דינסטאג מערץ 27, 2012 3:36 pm

· #3159
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
שמואל הלוי
זר זהב
דעי ארטיקל "געוויסע געשעפט איינגעטומער פרעגן: פארוואס אנטלויפט מען ?" לויפט שוין 10 וואכן מיט'ן פענאמען ל. יאקאב.

ער בעט פון די לייענערס אריינשיקען דורך פאסט אימעיל אדער טעקסט (יא קענסט טעקסטן דעם שרייבער) וואס דער עולם האלט פארוואס מ'אנטלויפט.

וואס איז די נומער צו טעקסטן? אדער אימעיל?

<!-- e --><a href="mailto:lyakob@yeshivanet.com">lyakob@yeshivanet.com</a><!-- e -->

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 3:37 pm

· #3160
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
דאנקע שיינע

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 2:40 pm

· #4098
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
פארוואס מען אנטלויפט פון די היימישע געשעפטן? גייט אריין צו האלענדער הארדווער סטאר אין קרית יואל יעצט פאר פסח וועט איר טרעפן דעם תירוץ...

ידען » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 3:20 pm

· #4101
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
שמואל הלוי
פארוואס מען אנטלויפט פון די היימישע געשעפטן? גייט אריין צו האלענדער הארדווער סטאר אין קרית יואל יעצט פאר פסח וועט איר טרעפן דעם תירוץ...

איך וואוין נישט אין מאנדדדרא.

gehlungen » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 9:28 pm

· #4105
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
There r 2 reasons. # 1 the obvious which is the $$$ #2 they wanna go for a outing with friends & or family inlaws etc. It almost always ends up with the famous WOW WE HAD A BALL 2DAY

John Doe » פרייטאג אפריל 6, 2012 3:46 am

· #4130
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
gehlungen
There r 2 reasons. # 1 the obvious which is the $$$ #2 they wanna go for a outing with friends & or family inlaws etc. It almost always ends up with the famous WOW WE HAD A BALL 2DAY


If so you could just as much take a trip to Borough Park if you're not from there, or from borough park to Flatbush to go shopping and "have a blast" no?

אז מען רעדט שוין, אויב איך מעג וויל איך געבן א פלאג פאר Plug-ins אין בארא פארק. איך בין היינט אריין אהין און ס׳איז געוועהן א נחת צו זעהן א היימישע סטאר און אפילו אין די ביזי סעזאן אלעס מיט אזא העפליכקייט. ממנו ילמדו וכן יעשו.

gehlungen » זונטאג אפריל 8, 2012 11:16 pm

· #4171
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
U r rite bot weather u like it or not MANNHATTAN & or N.J. Is much more interesting for a so called outing

John Doe » מאנטאג אפריל 9, 2012 2:00 am

· #4187
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
gehlungen
U r rite bot weather u like it or not MANNHATTAN & or N.J. Is much more interesting for a so called outing


ביטע בעט דיין רעבעצין זאל דיר העלפן מיט די ספעלינג, אזוי ווי ביי דיינע אנדערע תגובות.

לאגיש » מיטוואך אפריל 18, 2012 5:26 pm

· #5291
Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?
זר זהב
ער לייגט אראפ א בילד ווי רוב אנליין פארקויפער זענען שוינדלער באטריגער וואס ווילען דיר בא'גנב'נען און ווען דו באשטעלסט א גרינע קלייד שיקען זיי דיר א געלע און קענסט רעדן צום וואנט... אדער אויב קומט עפעס אן צובראכן קענסטע דעך שטעלן אוויפ'ן קאפ. אזאנע שטותים!!

איך שאפ כמעט נאר אנליין, הלוואי זאלן אונזערע היימישע סטארס געבן אזא סערוויס וואס איך באקום אנליין!

אן אינטערעסאנטער עקספיריענס האב איך געהאט פאר צוויי וואכן צוריק. איך האב געקויפט אויף אי-בעי א קינדער נייט-לייט (כזה <a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Kinderglo-Portable-Rechargeable-Night-Light/dp/B0043G8OXC">http://www.amazon.com/Kinderglo-Portabl ... B0043G8OXC</a>) פאר 25 דאללער, סיז אנגעקומען מיט א שטיקל געלע פלעק, האכ איך געשיקט א קאמפלעין פאר'ן סעללער, האט ער מיך צוריקגעגעבן דאס געלט און זאגט מיר אוך קען האלטן די לייט!

אויך לייגט ער אראפ דארט וועגן שיפינג קאסטן, דער וועג וואזוי ער לייגט עס אראפ קען זיך דאכטן אז דו ווערסט געוואר פון די שיפפינג קאסטן הערשט נאכדעם וואס האסט שוין ארויסגעטשעקט און פאם! ביזט אויסגענארט געווארן.... יעדער איינער ווייסט וועגן שיפינג נאך בעפארן איינקויפן און מ'מאכט די דעסישען נאר אויב ס'לוינט זיך נאך אלץ.


כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון ל. יאקאב איבער איינקויפן אנליין, און איך האלט אז ער האט זייער פיין געשריבן. ער האט דארטן ארויסברענגט אפאר פונקטן. איינס: אז אפילו אנליין איז טאקע ביליגער אבער צומאל ברויך מען דעם פראדוקט א טאג שפעטער וועט מען צאלן פאר נעקס דעי שיפינג וואס באדייט אז מען האט זיך גארנישט געשפארט ביים איינקויפן אנליין. צווייטנס: אז ס'מאכט זיך אסאך מאל אז ס'קומט אן בטעות אן אנדערן פראדוקט און מען ברויך זיין פארנומען דערמיט און עס צוריקשיקן וואס באדייט אז אפילו מען האט זיך אפשר געשפארט געלט האט מען געברויכט ווארטן א וויילע ביז ווילאנג מען קען געניסן פונעם פראדוקט וואס מען האט באמת געדארפט. דריטנס: אז ס'איז פארהאן אסאך גנבים וואס פארקויפן ריפורבישט פראדוקטן אלס ברענד ניו (און הויפטזעכליך עלקטראניקס), און דער קאסטומער פריידט זיך אז ער האט געכאפט א מציאה אבער אין פאקט האט ער אין זיין באזיץ אן אייטעם וואס איז איבערגעמאכט געווארן, און ס'קען זיין אז דער קליענט וועט קיינמאל נישט געוואויר ווערן דערפון. ער ציטירט דארטן פון עמיצן וואס האט געקויפט אן עלעקטראנישן פראדוקט אנליין אלס ברענד ניו, און א צייט שפעטער ווען ס'האט זיך געשאפן דערמיט א פראבלעם האט ער זיך פארבינדן מיט'ן מאניפעקטושרער וואס האט צואוויסן געטון דעם קלינעט אז ער איז נישט בארעכטיגט פאר א פריייע ריפעיר ווייל ס'איז א איבערגעמאכטע פראדוקט.
איך אלס א שטענדיגער אנליין איינקויפער האב שוין מיטגעמאכט יעדע פון די איינס, דורכאויס די לעצטע פאר יאר.
נאכן אראפברענגן פילע ביישפילן האט עס געווארפן אזא בליק ווי מאכנע האבן עס דא אנגעקוקט ווי ער לייגט אראפ אז יעדעס מאל מען קויפט אנליין האט מען צרות, אבער ער האט דאס אבסולאט נישט געזאגט ער האט בעיקר געוואלט ארויברענגן אז די גראז דארטן איז נישט אזוי גרין ווי ס'קוקט אויס, און מען קען צומאל האבן אסאך עגמת נפש ביז מען קען געניסן פונעם פראדוקט וואס מען האט באמת געברויכט.
אין דעם ארטיקל האט ער אויך ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה אז אסאך אידישע קליענטן דרייען אראפ א קאפ די ארבייטער און אייגנטימער פון געשעפטן אין דער צייט וואס זיי ווייסן קלאר אז זיי האלטן נישט ביים קויפן, זייער ציל איז זיך צו באקענען מיט'ן פראדוקט און קויפן וועט מען עס אנליין, ווי ער שרייבט איז עס א געפערלכיע עוולה און ס'איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו טון תורה'דיג. ער איז הונדערט פראצענט גערעכט, און איך בין זיכער אז א גרויסע ציבור פון זיינע לייענער וואס פלעגן זיך אזוי פירן האט דערהערט דעם רוף.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:10 pm

· #86152
בדידי הוי עובדא
נאך געהערט ווי דער געשעפטס מאן "ער איז דא געוועהן אין געקויפט...",
למען השם, די מינוט וואס איך גיי ארויס פון דיין געשעפט פארגעס פון מיר ביז איך קום צוריק, דאס איז נישט קיין אינוועסטיגעישאן צענטער.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:04 pm

· #86228
איך וועל מיך משתדל זיין (טרייען, בלע"ז) צו פארענטפערן די הארבע קשיא. ובכן. ס'איז דא א סטעישענערי סטאר אין בארא פארק. איין טאג גיי איך אריין מיט די כונה צו קויפן פארשידענע ארטיקלען. אריינקומענדיג, זעה איך דער בעל הבית שטייט דארט ארומגענומען מיט זיינע בני משפחתא שיחיו, כשתילי זיתים אוןן האלט אין מיטן א זאפטיגן שמועס.כ'האב געווארט א וויילע, האפנדיג אז ער 'עט צו קומען צו אן ענין אין זיין שמועס, און איך זאלל קענען פרעגן וואס איך דארף. כ'ווארט אזוי בערך פינעף מינוט און איך זעה אז דער שמועס נעמט נישט קיין עק. די ערשטע דריי מאל האט ער אפילו נישט געהערט אז מ'רעדט צו איהם. אויפ'ן פערטן מאל האט ער ענדליך דערהערט אז מ'וויל עפעס. רופט ער זיך אן מיט אן אויסדרוק אויפ'ן פנים כאילו כפאו שד "ס'ליגט אויף יענעם שעלף" ווי גלייך ער טוט מיר א טובה און ער געט מיר די אינפארמעישן. דאס זעלבע איז געווען ביים באצאלן און געבן טשעינדזש. ס'האט אויסגעזעהן אז ר'איז ברוגז פארוואס איך שטער איהם אין זיין שמועס. איך בין ארויס פון יענעם סטאר מיט א ביטערן און זויערן טעם אין מויל. נאכדעם קען אזא מענטש נאך קומען מיט טענות פארוואס מ'קויפט נישט ביי איהם. נאר ער איז נישט קיין בן יחיד. א סאך היימישע געשעפט אייגנטומער געבן פאר א קאסטמער דעם געפיהל אז ס'איז בעסער און ביליגער צו גיין קויפן אין די נישט היימישע געשעפטן.

איחוד פעלד » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:48 am

· #86488
ביסט זיכער עס איז געוועהן דעא אייגינטימער? אפשר אן אנגעזעצטע ארבייטער?


דער גאנצע שמועס איז נישט מער ווי א גילט טריפ. מען קויפט ווי מען וויל, מיט טענות היתכן די קויפסט נישט ביי מיר קומט מען אין ערגעץ נישט אהן. אדער שטעלט מען צו און אזוי ארום האט מען קאסטעמערס, און אז נישט וועט מען קויפען ווי מען וויל.

הערשט די וואך בין איך אריין קויפען אין דער היימישער הארדווער סטאר, און דער זאך וואס כאס געקויפט איז געוועהן דאבעל ווי נארמאל, קאמאן, ווילסט זיין אביסעל טייערער מהיכי תיתי, אבער זיי נישט קיין חזיר, ווייל יעצט מיינט עס אז איך קום נאר ווען איך מוז.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:05 am

· #86519
איחוד פעלד
ביסט זיכער עס איז געוועהן דעא אייגינטימער? אפשר אן אנגעזעצטע ארבייטער?


דער גאנצע שמועס איז נישט מער ווי א גילט טריפ. מען קויפט ווי מען וויל, מיט טענות היתכן די קויפסט נישט ביי מיר קומט מען אין ערגעץ נישט אהן. אדער שטעלט מען צו און אזוי ארום האט מען קאסטעמערס, און אז נישט וועט מען קויפען ווי מען וויל.

הערשט די וואך בין איך אריין קויפען אין דער היימישער הארדווער סטאר, און דער זאך וואס כאס געקויפט איז געוועהן דאבעל ווי נארמאל, קאמאן, ווילסט זיין אביסעל טייערער מהיכי תיתי, אבער זיי נישט קיין חזיר, ווייל יעצט מיינט עס אז איך קום נאר ווען איך מוז.

אז דו רעדסט פון א "גילט טריפ" וועל איך דיר זאגן אז ס'איז נישט אזוי. די מציאות איז אז ס'האט צו טון מיט'ן "עטיטוד" דער צוגאנג צו קאסטומערס דורכ'ן בעה"ב און זיינע ארבעטערס, מער ווי מיט'ן פרייז. למשל, דער "טיב-טוב" הארדוועיר סטאר אויף לי עוו. וואו דער בעל הבית באגריסט א יעדן קאסטומער און פרעגט איהם וואס ער זוכט צו קויפן. ער זאגט דיר דעם פרייז נאך פאר דו קויפסט עס. באצאלט און ארויס. דאס געט א מענטש חשק צו קויפן אין יענעם סטאר.

randy_couture » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:24 am

· #86535
My main reason for shopping online is attitude. the attitude that I get from the local stores are unbelievable at times and even more so if he has Spanish workers then you just get cursed or laughed at. I have so many stories about that I just don't have the time to write them all down.

but sometimes its not always the bosses fault sometimes no one will tell him about the attitude that his employees are giving for costumers.
and if you tell him he may take care of it.

number 2 is prices but what I always do if I need it fast is that I go in to any local store and scan the UPC code with my phone and I can right of way see if I can save a lot on that if its only a couple of bucks I wouldn't care less but if its a significant amount I would rather wait

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:41 am

· #86543
Mr. Couture. I hope you understand (and can read) Yiddish. So. I'll reply in Yiddish.
איך האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס מיט אן עלעקטריקל סופליי סטאר אין בארא פארק, וואס דער אייגנטומער איז אן אמעריקאנער יוד אבער ער האט די מערסטע נישט יודישע קאסטומערס און ארבייטערס. עטליכע פון זיי זענען גרויסע אנטיסעמיטן. ווען ס'פלעגט אריינקומען א יוד וואס איז נישט אן עלעקטרישן און איז נישט באהאוונט אין די טעכנישע פרטים פלעגן זיי אפשפעטן און חוזק מאכן פון איהם. איין טואג האב איך געכאפט א שמועס מיט'ן בעה"ב און כ'האב איהם פארציילט וואס ס'שפילט זיך אפ אין סטאר. ער האט מיר צוגעזאגט צו פארריכטן דעם מצב. און ר'האט געהאלטן ווארט.

איך אויך » מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:51 am

· #88126
randy_couture
My main reason for shopping online is attitude. the attitude that I get from the local stores are unbelievable at times and even more so if he has Spanish workers then you just get cursed or laughed at. I have so many stories about that I just don't have the time to write them all down.

but sometimes its not always the bosses fault sometimes no one will tell him about the attitude that his employees are giving for costumers.
and if you tell him he may take care of it.

number 2 is prices but what I always do if I need it fast is that I go in to any local store and scan the UPC code with my phone and I can right of way see if I can save a lot on that if its only a couple of bucks I wouldn't care less but if its a significant amount I would rather wait

אויב איך וואלט געהאט א געשעפט און דיר געזעהן דאס טוהן וואלט איך דיר אנגעכאפט ביים אויער און ארויסגעשליידעט בפני קהל ועדה, האסטו געהערט אזאנס! קיינער האלט נישט אפען קיין געשעפט מיט די פילע עקפענסעס וואס קומט דערמיט כדי דו זאלסט קענען קומען און זיכען מיט דיין סמארטפאון פאר ביליגער ערגעץ אנדערש (דאס קענסטו טוהן ביי דיר אינדערהיים וויפיל דו ווילסט). איך ווייס נישט אויס עס איז הלכהווייז א פראבלעם (מעגליך אז יא) אבער נישט אלעס וואס דו זעהסט א גוי טוהן מיינט עס איז עטיש.