די געהלע באסעס זענען נאך ערגער ווי די פארטי באסעס, השם ישמרנו. א גרודער.
עס גייט נישט! דער שלאף וויל מיר נישט כאפן..
Re: ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן
פוי איך קען נישט שלאפן.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/333236">viewtopic.php?p=333236#p333236</a><!-- l -->
יעדער קען שוין שלאפן לעצטענס?
זעט אויס איך בין נישט יעדער
די סטאטיסטיקס ווייזן אז די יונגע מיט די אלטע קענען נישט שלאפן. די מידעל עידזש שלאפן א מחיה
Re: ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן
ידעןמיעד אבער סע גייט נישט
איינער קען אוועק נעמען מיין סעלפאן?
נעם מיינס אויך
שמעקעדיגבלילה ההוא נדדה שנת המלך.... ויאמר המלך מי בחצר....
אפשר וועלן די אמאליגע ברומעדיגע לייבן אויך צוריקקומען נאך א תקופה בקרוב פאר א ביקור בזק, דעמאלס וועט מקויים ווערן "והימים ימי ביקורי בזקים" און די מוסדות וועלן ווייטער מצליח זיין כבשנים קדמוניות.
געווען אמאל צייטן דא אין ק’ש.
געווען א ביינאכט אשכול.
א בייטאג אשכול.
א כאניש וואס צו טון אשכול.
א כאיא וואס צו טון אשכול.
א דריי ווערטער אשכול.
א פינף ווערטער אשכול.
א וואס טוסטו יעצט אשכול.
א איין תגובה טאר נישט קלעבן צום צוויטן אשכול.
א בושות אשכול.
און סא אן...
ווען איז געשען די טראנזישאן צו א פילאזאפיע/דעבאטע/וויכוחים אנלי זאון אין ק’ש?
איז טאקע דא היינט א ערנסטערע און מער ביזי עולם דא????
עה...העם איז אזוי
היות איך בין א שטיקל גרינער דא אינעם קאווע שטיבל (נישט די גרינע קאווע), און איך זוך וואס צוטוהן יעצט, וויל איך פרעגן די פאלגענדע:
וויאזוי מאך איך אז איך זאל בלייבן אריינגעלאגט אין שטיבל און נישט דארפן פון פריש אריינלאגן יעדע מאל, איך פראביר אריינצוטשעקן אינעם באקסל יעדע מאל אבער עפעס גייט עס נישט?
איז דא א מעגליכקייט צו בוקמארקן אשכולות? און אויב אי וויאזוי?
אקעי איך בין שוין מיד, אולי המשך יבוא
אפאר שאלות פארן פותח האשכול.
אויב בין איך אין אוסטראליע און סאיז פאר מיר ביינאכט מעיג מען שרייבן אין די אשכול, או דילמא וויבאלד ק"ש איז באזירט אין פ.ש.א. (פאראייניגטע שטאטן אמעריקא) האט עס א דין פון בייטאג?
את"ל אז דער אויסטראליענער מעיג יא שרייבן ווען דא איז בייטאג, האם מעיג מען זאגן פאר א אויסטראליענער צי שרייבן פאר מיינעט וועיגן ווען דא איז בייטאג, אדער גייט עס אריין אין אמירה לעכו"ם/אוסטראליענים?
את"ל אז מען מעיג, וואס וועט זיין די דין אויב איך לאג אריין מיט א VPN וואס די סערווער איז בעיסד אין אויסטראליע, צי מעיג איך שרייבן ווען דא איז נאך טאג, צי בתר גברא אזלינן, און ביי די גברא איז טאג, או דילמא בתר חפצא אזלינן, און ביי די סערווער איז שוין נאכט?
יאפ, אזוי זעיט מען אויס ווען מען קען נישט/וויל נישט שלאפן ביינאכט
אילו באתי לכאן נאר צו אויסגעפונען וויאזוי מ’זאגט USA אין אידיש דיינו..