ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן)
118 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2128
געענדיגט?
קיינער איז מער נישט דא?
איך
whats news people,
ג פרישע וואך אויף...................
א פרישע וואך מיט אסאך עקשאן...
ס'נישט פעיר. מ'דארף אויך מאכן א ביינאכט אשכול פאר די וואס קענען יא שלאפן, למא נגרע?
הא הא....
גאו עהעד, און עפען איינס!...
א גוטע וואך, עפעס נייעס? ס׳שלאפט זיך עפעס נישט..
דו טראכסט אז הערן נייעס וועט דיר העלפן שלאפן?
כ'האב מורא אז דו שלאפסט נישט ווייל דו האסט זיך אנגעהערט מיט צופיל נייעס!
בכלל נישט, מיין פוינט איז, אויב נישט שלאפן זאל כאטש זיין נייעס!
בדמעתי ערשי אמסה, עס יוזעל
...................
ר' בנציון האלבערשטאם
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווייס נישט וואס דו ענטפערסט מיר יעצט
מיינע ***** ברענען שוין יארן, עס איז שוין אריבער עטליכע שובבי"ם און עשי"ת זייט דעמאלט
ועדיין לא נושענו,
עס וועט נאך קומען צייטן .. די גוטע צייטן גייט זיין אזוי גוט אז דו ועסט פארגעסן אז דו האסט אמאל געהאט שווערע צייטן
וואס מאכסטו, גרוש לעבן?
שלאפסט שוין? וויינסט?
בעהט דיך אויס אלעס גוטס!
מען קען בלייבן אויף שפעט. מען ארבעט נישט מארגן.
סאנבאר דאווענען און לערנען דארף מען יא מארגען,
אויסגערוהט דארף מען אויך זיין
שמעקעדיג ישר כח פארן טראכטן פפון מיר, איך בין היפש אויסגערוהט כ'האפ האסט מיר אינזין געהאט ביי מעריב
די וואך איז די מעריב אין א בחינה פון קריאה מעורר הזמן
ויפגע במקום יעקב תיקן תפלת ערבית,
און טאקע פאר אזעלכע זמנים
ער האט דעמאלט געזאגט אני בן פ"ד שנים אימתי אעמיד י"ב שבטים,
אבער ער האט נאך דעמאלט געקענט זאגן "ראשית אוני"
אונז זעמיר נישט ביי די מדרגה
גראדע בין איך היפש אויסגערוט, דו?
ששש... נאק קנאק.... איינער איז דא??
גוט מארגען, איינער איז נאך אויף?
די אשמורת הבוקר קומט שוין באלד צו א ענדע, און איך בין גע'הרג'ט מיד,
און איך קען נאך נישט גיין שלאפן,
איך דארף מיר נאך אויסוויינען צום רבון כל העולמים, יעצט ווען מיר האלטן אין א מצב פון:
שדה אדום - ר"ת א'ין ד'ורש ו'אין מ'בקש
זיך גרייטן:
לדורן (די בעסטע מתנה פארן אייבערשטען איז דמעות "מלך מתרצה במעות"), ולתפלה, אפילו ווען מען האלט נאך פאר, ולמלחמה, (פארן מלחמת היצר)
מתפלל זיין אז עס זזאל שוין זיין "הנוטר בריתו שורה עליו שם ש-ד-י"
עס זאל זיין "אני קל ש-ד-י (דורך) פרה ורבה (מקיים זיין פרי' ורבי' בהידור רב) מיט די ריכטיגע "ברכות שדים ורחם"
העלא???? (נישט די ניק),
איינער איז דא?
איך טרעפ נישט קיין אשכול וואו דאס געהערט ע''כ מעלדט איך דאס דא..
אז איר ווילט זיך רייסן פאר גילעכטער רופט קול מבשר 1 1 4 דרוקט # ביז איר הערט ר' דרעזנער בענין ברכת אילנות.
איר וועט הערן א אלטע איד מאכט נאך יואלי לעבאוויטש
הערט אויס ביז צום סוף
א גוטע נאכט
איך קען נישט איינשלאפן!
קאווע טרינקעראיך טרעפ נישט קיין אשכול וואו דאס געהערט ע''כ מעלדט איך דאס דא..
אז איר ווילט זיך רייסן פאר גילעכטער רופט קול מבשר 1 1 4 דרוקט # ביז איר הערט ר' דרעזנער בענין ברכת אילנות.
איר וועט הערן א אלטע איד מאכט נאך יואלי לעבאוויטש
הערט אויס ביז צום סוף
א גוטע נאכט
פאר ווער עס קען דעם איד איז עס גאר אינטערעסאנט, א איד איבער די תשעים קע"ה, א תלמיד חכם עצום, ער לעבט און לאכט, ער גייט אליינ'ס ארום, און מאכט פרייליך יעדן וואס קומט מיט אים אין ווארט.
האט ער עפעס מיט די פלייישמאן וואס איז אוועק די וואך? פון וויען
א ערשטע קאזין
מיר שטייען באשמורת הבוקר,
דעם "שמאלו תחת לראשי" (די ערשטע העלפט נאכט שלאפט מען אויף די לינקע זייט) האב מיר שוין מקיים געווען ברוך השם
דעם "וימינו תחבקני" (די צווייטע העלפט נאכט שלאפט מען אויף די רעכטע זייט) קען מען ליידער נאך נישט מקיים זיין,
על אף וואס "אשמורת הבוקר וכו' אשה מספרת עם בעלה"
אהער און אהין כ'קען נישט איינשלאפען...
כ'בין זייער נערוועז צוליב'ן תענית דינסטאג.
ווען וועלן שוין די תענתים בטל ווערן?
פארוואס קומט נישט משיח? פארוועם ווארט ער?
איך קען אויך נישט שלאפן.
איך בין צו מיד צו איינשלאפן.
קאווע טרינקעראהער און אהין כ'קען נישט איינשלאפען...
כ'בין זייער נערוועז צוליב'ן תענית דינסטאג.
ווען וועלן שוין די תענתים בטל ווערן?
פארוואס קומט נישט משיח? פארוועם ווארט ער?
דאס איז טאקע די פראבלעם!
אז דו ביזט ״נערוועז״ פאר׳ן תענית, זאלסט וויסן אז רוב שוועריגקייט פון תענית איז מער אין קאפ ווי אין בויך, אז דו וועסט טראכטן אז עס איז גארנישט אז מ׳עסט אביסל שפעטער, און העסטענס וועסטו אויפשטיין פארן עלות צו טרינקן (און עסן אויב דו ווילסט, אבער מיט א תנאי פאר׳ן גיין שלאפן כהלכה), און וויפיל מאל מאכט זיך דיר אז דו ביזט אזוי פארנומען אז עס קומט נישט אויס אז דו זאלסט עסן פון פרישטאג ביז סאפפער, אז דו וועסט אזוי טראכטען וועסטו זעהן אז עס וועט דיר גיין גרינגער.
עס כאפט מיר נישט דער שלאף!
וואס טוט מען?
מסיינט ארויס פון קאווע שטיבעל
כבין געווען ברור אז כוועל נישט קענען שלאפן. למעשה ביניך גוט איינגעשלאפן, א מחיה. די עי סי נויז געט אסאך צו. די קישען איז גאאז דאון גאר באקוועם. איך חלום זיך עפעס מאדנע, א סיבירישער טיגער טרינקט פאלשע פיש זאפט און געלונגען שרייט לאל, א רגע כבין דאך אין די ראנג אשכול דא
זר ביסט נאך דא??
ניין
אויב אזוי איז גוט.
בין שוין אויף עטליכע שעה, די יצר לב האדם לאזט מיר נישט צוריק גיין שלאפן
הערצי רואיגע מוזיק וואס די האסט ליב,
זר זהב איך חלום זיך עפעס מאדנע, א סיבירישער טיגער טרינקט פאלשע פיש זאפט
די געדענקסט נאך ?
חזקי' וואס? מוזיק אין די 3 וואכן?
כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בנחמתה, איך וויל נישט זיין די היפך ח"ו
היינט גייט זיין א 5-שעה-ענערגיע טאג.
(יישר כח
@סאשי פיש פאר די לינק)
איך פלאטץ אוועק
ס'איז שוין באלד די עלות
און איך קען נישט איינשלאפען
נאך אפאר שלאפלאזע נעכט און הרב זאקס אליינס וועט זיך מאכן א ניק דא ..
מיעד אבער סע גייט נישט
איינער קען אוועק נעמען מיין סעלפאן?
ס'שוין באלט שבת און ס'שלאפט זיך נישט....
איך גיי אין מקוה האט ער נישט געהאט קארבענעי, נאר קארבענעטט מיט צוויי טת'ן....
שוין פאר ווער ס'וויל. א נייע שיעור אין צימעס. איימסארי איך מיין באבוב.
@אנאנים
אוי באשעפער װי לאנג נאך?
וואס איז די מוזיק וואס כ'הער? כ'קען נישט איינשלאפן..
בלילה ההוא נדדה שנת המלך.... ויאמר המלך מי בחצר....