וואס מאכט דיר אזוי טראכטן?
וועבסייטס, פורומים, און בלאגס פון אידישער אינטערעסע
107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2111
.
סקרןאיך פרעג ווייל איך זוך אזא קרעמל נאכצוקוקן עפעס איהר ווייסט אפשר?
וואס וועלט איר נאכקוקען אפשר קען מען אייך דא העלפען
אישי עוועלעביל
פשיהא... אזוי אפן? - אן קיין בושה?
הפלא ופלא...
הפלא ופלא...
מורינו הרבפשיהא... אזוי אפן? - אן קיין בושה?
הפלא ופלא...
פאסט נישט פאר מורינו צו וויסן בכלל וואס די רעדע איז דא, איך בין אייך דן לכף זכות אז איר מיינט מען רעדט פון די פאליש פון אייער ביהמ"ד און עס טוט אייך וויי אז מען קופקעט דארט בשעת'ן דאווענען.
איך בין נישט באלעבאס, אבער איך מיין אז אלעס האט א גבול. די הנהלה וואלט געמעגט אויסמעקן די דאזיגע מודעות.
איך בין נישט דערקעגן אז מען זאל עס לאזן, די הנהלה מעג טון וואס זיי ווילן, אבער איך מיין אז די לעוול פון קאווע שטיבל איז העכער פון דעם.
איך זאג גארנישט...
איך בין נישט דערקעגן אז מען זאל עס לאזן, די הנהלה מעג טון וואס זיי ווילן, אבער איך מיין אז די לעוול פון קאווע שטיבל איז העכער פון דעם.
איך זאג גארנישט...
מורינו ורבינו: מיט'ן גאנצן רעספעקט און עמפאטיע וואס איך האב פאר דיין מיינונג און געפיהל, האלט איך דאך נישט פון מעקן הודעות אדער תגובות, ווילאנג זיי זענען נישט בלאטאנט (אויסגעשפראכן) אקעגן די גרונט תקנות פון קאווע שטיבל. ווייל איינמאל ס'הייבט זיך אן א מעקעניש גייט עס אויטאמאטיש אריין אין א סוביעקטיווע פארם. ווייל אין (כמעט) א יעדן פאל איז דא זאכן, ווערטער און אויסדרוקן וועלכע געפעללן נישט אייביג פאר א יעדן. און א יעדער מענטש וועלכער וועט קענען נעמען דעם (סימבאלישן) מעקער אין די הענט, וועט עס טון. און דאס וועט סוכ"ס גורם זיין צו אן אנדרלמוסיא פון מעקערייען און באליידיגונגען און אומטאלעראנץ פון א צווייטנ'ס מיינונג און טעם...!