קאווע טרינקערJUST דיר צו געבען א TASTE וויאזוי ער פירט אריין זיין שמועס
איך בין געבוירן 22 יאר צוריק, צו מיין חשובן טאטן, און וויליאמסבורג, אלס א קינד צו א "רעבישער" משפחה, ציענדיג א גאלדענער קייט צו רוב תלמידי בעש"ט, מיינע ביידע זיידעס זענען רבנים און בתי מדרשים, ווען איינער פון זיי איז א מנהיג מופלא מיט טויזענטער תלמידים, די משפחה איז אן עקסטרעם פרומע משפחה, די לבוש ביי די מענער און ביי די פרויען איז די פרומסטע וואס קען זיין, מיין מאמע און געשוויסטער גיין שפיצלעך, שווארצע זאקן און שטערן טיכלעך, און די מענער "בקפידא" מיט שווארצע - ווייסע זאקן, לאנגע הויזן - מאן דכר שמיה, עס איז מאדערן, סטראקעס איז יהרג ואל יעבור, און א קאלפיק ביי די בחורים איז א חלק פון תורת משה, און איך האב גארנישט איבער געטריבען, די אלע זאכן ווערן אויסגענומען ביי יעדען שידוך!.
אבער דאס איז אלעס כלפי חוץ, און שטוב האט מיין טאטע אלס געהאט א קאמפיוטער, ווי מען האט לכתחלה געקוקט בקביעות כל ערליי מאוויס און ווידיאוס,
מאוויס און ווידיאס, אוי געוואלד! דאס איז דאך גאר שרעקליך, הכזונה יעשה אחותינו!
דער אונטערהעמד איז מיט ארבעל אדער אן?
וועלעכע אינטערהויזען? רבינו תם, רש"י, רבינו חננאל אדער שימושא רבה?
כ'וועל מעתיק זיין וואס כ'האב געהאט געשריבען:
די גאנצע לאנגע ווייסע - רבינו תם
באקסערס - רש"י
די וואס די קינדער גייען (והרבה גדולים) - רבינו חננאל
די גאנץ קליינע (וואס באדעקט בלויז דעם אות ברית קודש) - שימושא רבה
חסידים וואס האבען אנגענומען שיטת רבינו תם, פאלט אריין אין דעם כלל אויך די תחתונים,
ס'דא געוויסע חסידים וואס האבען נישט אנגענומען שיטת רבינו תם, פירען זיך כשיטת רש"י, אבער זעהט אויס דאס איז תלוי אין מנהג המקום.
שיטת רבינו חננאל גייען אסאך ארום עפ"י רוב נישט חסידים. אדער די וואס זענען נישט גאנצע חסידים בפנים, גייען אויך שיטת רבינו חננאל בפנים, זעהט אויס עס איז דברים שבלב, אין די דיע סארט מענטשען זענען לכאורה נישט פון די גרויסע מקוה גייערס, י"ל שתלוי הא בהא.
ביז צו דער בר מצוה (ואולי פחות מזה) פירט מען זיך יא צוגיין כשיטת רבינו חננאל, זעהט אויס ווען מ'ווערט נתעלה בקבלת עול המצות, ווערט נתארך אויך אנצונעמען שיטת רבינו תם עכ"פ שיטת רש"י, אבער נישט כשיטת רבינו חננאל, וויפיל כ'האב געזוכט אין פוסקים איבערן שיטת רבינו חננאל בזה, עדיין לא מצאתי, קען זיין זיין אז עס שטימט נישט מיט א אנדערע רבינו חננאל, קען מען דאך נישט גיין לשיטתו, ווייל אויב נישט ווערט עס א תרתי דסתרי, ויש לעיין בכל זה.
אין אונזער פלעצער האב איך נישט געזעהן מ'זאל זיך נוהג זיין כשיטת השמישה רבה, אבער לויט ווי כ'האב געהערט נאר גדולים וצנועים בעלי השגה גייען דערמיט.