פארצייטישע קאמפאזיטארן
אז מיר רעדן פון די קאמפאוזערס פון די היינטיגע טעיפ'ס, איז נישט מער ווי רעכט צו רעדן פון די קאמפאוזערס פון די פארצייטישע אטענטישע ניגונים וואס ווערן געזינגען ביי די שבת טישן, ביים עמוד און ביי רביים ביי חופות און אפילו נאך ביי חתונות (למשל עוד ישמע).
איך וועל דא דערמאנען עטליכע נעמען, און אין אן אנדער געלעגנהייט צונעמען יעדן באריכות:
יעקב תלמוד (מחבר פון די גערער ניגונים במשך דרייסיג יאר);
בעריש ווישעווער (מחבר פון א סך וויזיצער און סאטמארער ניגונים);
יאסאלע מאנדלבוים (בעיקר מארשן);
עזריאל מנדלבוים (דער באקאנטער חופה ניגון און נאך);
חזקאלע ראטנבערג (עלי הצדק ועוד);
אהרן מילר (להתענג ועוד);
זיידל ראוונער;
פיניע חזן (פון ריזינער הויף)
יאסאלע טאלנער;
יאסאלע רויזענבלאט;
ר' ישראל מאדזיצער זצ"ל;
ר' שאול מאדזיצער זצ"ל;
ר' שמואל אלי' מאדזיצער זצ"ל;
ר' קויפמאן (ברוך קל עליון);
ר' יעקלע ספינקער זצ"ל (שפשפלנו);
לאמיר דערמאנען נאך עטליכע רבי'שע קאמפאזיטארן:
ר' בן ציון מבאבוב (בבקעך ים סוף; בני בני; און נאך צענדליגע יצירות און מארשן)
בנו ר' שלמלע מבאבוב זצ"ל
האדמו"ר ר' אליעזר זוסיא מסקולען ז"ל
איך האב מיר יעצט דערמאנט פון ליפא לויאש (דאכט זיך אן אונגארישער חזן) וועלעכע האט אויך געמאכט גאר שיינע ניגונים
ר' אהרן קארילנער זצ"ל (קה אכסוף)
ר' אהרן קארלינער האט געמאכט דעם פארשפרייטן ניגון וואס מיר זינגען היינט?, אדער בלויז די ווערטער.
ר' ניסן יוסט בחצר וויזניץ.
וועלעכע זענען זיינע באקאנטע ניגונים?
עס איז מיר שווער צו גלייבן אז א ידען ווי דיר האט נאך נישט געהערט פון המלחין ר' ניסן יוסט הי"ד, לויט
וויקי האט ער אויף מנוחה ושמחה אליינס פארפאסט צענדליגע ניגונים. זה אויך
דא ביי בוקובינה - ויז'ניץ.
דא קען מען הערן א קליין חלק פון איין מנוחה ושמחה. די וויזניצע אלבום "כתר מלוכה" איז פון זיינע ניגונים, אזוי אויך "
מלך רחמן".
דא קענט איר ליינען א ראיון מיט זיין זוהן ר' מאיר ז"ל אב"ד אמסטרדאם.
א גרויסן ישר כח פאר די מראה מקומות, עס וועט מיר צינוץ קומען.
גראדע האב איך געהערט פון אים, אבער מיט זייער א לאנגע צייט צוריק, און כמעט אלעס וואס איך האב געהערט איבער זיינע ניגונים האב איך פארגעסן.
איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר דיר מר. איך אויך, דו האסט מיר צוגעשיקט ממש צו וואונדערליכע אוצרות, ספעציעל דער "הזמנה לפיוט" סייט וואס ברענגט אלעס אזוי מסודר און קלאר.
יו וועלקאם, כ'האב געוויסט אז פאר דיר וועט עס זיין א אוצר בלום. פארגעס נישט צו נוטצען די לינקס אויף די רעכטע זייט , זיי פירן צו הונדערטער ניגונים פיוטים און מאקאמים פון אלע סארטן, אשכנזי תימן אלגיר מארוקו סוריה ועוד, פון היסטארישע ביז היינטיגע און אלעס באגלייט מיט די טקסט מען זאל קענען גרינג מיטהאלטן.
למשל איך האב געזוכט א לאנגע צייט ווי איך קען הערן די ספרדישע ניגונים אויף שבחי ירושלים את ה' אדער די באקאנטע חביבי יא חביבי צו אשורר שירה ביז איך האב באגעגנט די סייט און דארט קען מען עס הערן אין עטליכע ביצועים.
די כותבים אין
דעם אשכול וואלטן זיכער הנאה געהאט פון שירי ר'
שלמה אבן גבירול און ר'
ישראל נג'ארה.
זעה
דא 25 ביצועים על קל אדון מכול שבטי כלל ישראל און 34 ביצועים אויף דרור יקרא פון לייבל גלאנץ ביז משה חבושה פון בוכארא ביז באסטאן אדער אפשר וועט דיר געפעלן די 56! ביצועים אויף יה רבון עלם ועוד ועוד.
און ספעציעל פאר דיר אזוי ווי די ביסט דאך קראנק אויף ר' ירמיהו דמן
דא האסטו איינע פון די בעלזע לכה דודי מיט די פולע ירמיהו זיסקייט ביז גאר, בעלז האט נאך אפשר א 15 לכה דודי'ס איינס שענער פונעם צווייטען.
איך אויךאון ספעציעל פאר דיר אזוי ווי די ביסט דאך קראנק אויף ר' ירמיהו דמן
דא האסטו איינע פון די בעלזע לכה דודי מיט די פולע ירמיהו זיסקייט ביז גאר, בעלז האט נאך אפשר א 15 לכה דודי'ס איינס שענער פונעם צווייטען.
דאס איז אן אלטע לאנצעטע ניגון.
דו ווייסט זיכער אז עס איז אן אלטער לאנצעטער ניגון?
ביזט זיכער אז דאס איז די לאנצעטע לכה דודי? איך האב געמיינט אז די לאנצעטע איז א אנדערע ניגון. בכל אופן ר' ירמיהו זיסקייט בלייבט די זעלבע.
[ציטאט אראפגענומען]
שמעתי אז ער האט מחבר געווען דעם ניגון אויך
אין סטאלין זינגט מען אויף קה אכסוף אן אנדערע ניגון. נישט דער וועלטס ניגון.
יוסף משה כהנא האט געשריבן במשך עטליכע יאר (אפשר נאך היינט אויך) איבער מקורות פון באקאנטע ניגונים וואס ווערן היינט צו טאג'ס געזינגען ביי כלל ישראל. אפשר שרייבט ער דארט אויך וועגן קה אכסוף. און איך גלייב אז עס איז שוין באשריבן געווארן אין אנדערע מקומות אויך, מ'דארף עס נאר טרעפן.
איך האב יעצט אפיר גענומען דעם קאווער פון דעם MP3 פון די אוצר ניגוני חב"ד, דארט ווערט געבראכט א ליסטע פון די חב"ד ניגונים לויט די פארפאסער. צו ערשט ברענגען זיי די צעהן ניגונים וואס איז פארפאסטט געווארן דורך דער אלטער רבי (צווישן זיי די ד' בבות און אבינו מלכנו), דערנאך די ניגונים פארפאסט דורך חסידי אדמו"ר הזקן: ר' שלמה טשאשניקער; ר' אהרן מסטראשעלע. און דערנאך ניגוני אדמו"ר האמצעי וחסידיו און ניגוני אדמו"ר הצמח צדק וחסידיו צווישן זיי המהרי"ל בן הצמח צדק און ר' פסח מאלאסטאווקע.
דאן קומט א גאנצע ליסטע פון ניגונים פון ר' הלל פאריטשער עפ"י רוב ניגונים אן ווערטער, און דערנאך א טרעק פון ניגוני אדמו"ר מהר"ש וחסידיו צווישן זיי ר' פרץ דעם אלטן'ס, ר' שניאור זלמן זלאטאפאלסקי, ר' מיכל דער אלטער, ר' מאיר שלמה יאנאווסקי, ר' יעקב מרדכי בעזפאלאוו מפאלטאווע, ר' משה מזשעמבין, ר' מיכל דווארקין, ר' מרדכי פויזנער מקלימאוויטש.
פון די חסידי אדמו"ר הרש"ב האבן מחבר געווען ניגונים ר' אלחנן דוב מרזוב און ר' שמואל גורארי', און דאן קומט א גאנצע ליסטע פון ניגוני ניקאלאיעוו פון די פארפאסער: ר' אשר גראסמאן, און די חאריטאנאוו'ס, ר' אברהם ר' אהרן ר' שלום און ר' משה, און דערנאך ר' בנימין אלטהויז, ר' נטע פאהרער.
סארא פראגע? כמעט יעדער חזן אינדערהיים האט קאמפאזירט ניגונים לכבוד יו"ט, און דאס האט מען געזונגען אין שטעטל ביז ער האט געמאכט א פרישע. און מיט די אלטע קאמיוניקאציע מיטלען איז נישט געווען קיין וועג ווי אזוי יעדער ניגון זאל זיך געהעריג פארשפרייטן ביי יודן. נאר אויסנאם ניגונים פון רבי'ס, חסידישע הויפן אדער פון חזנים וועלכע זענען ארומגעפארן; זענען געווארן אויפגעכאפט אומעטום.
אסאך חזנים\קאמפאזיטארן זענען געווען גאר חסידיש, און האבן זאגאר נישט געקענט קיין נאטן!
וואס דארפט איר מער פונעם בארימטן חזן ר' יאסעלע טאלנער, וועלכער האט געמאכט אהן א שיעור ניגונים.