☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אלבום סעריעס

אלבום סעריעס

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2051
בלאט: 1 2

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:58 pm

· #50213
אלבום סעריעס
קעמפ שלוה פון משה גאלדמן - מיאמי בויס פון ירחמיאל ביגאן - רגש פון שמואל בראזיל מיט אביש בראד - מתיקות פון לחיים - בעלז מיט ירמי' דמן - עתיקא קדישא - לחיים גראמען מיט ירמי' דמן - בעלז מיט יוסף צבי ברייער - אברהם פריד'ס פערזענליכע סעריע - אידישע אוצרות ניגוני יו"ט ערליך פון אברהם פריד - ניגוני חב"ד מניט אברהם פריד - מרדכי בן דוד - מכאל שטרייכער - פילהרמונה - מונה # - וכו' וכו'

וואס האט איר צו זאגן אויף די אלע, און אנדערע, סעריעס?

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:10 pm

· #50376
נו רבותי, וועקט אייך אויף!

וואס זאגט איר צ.ב.ש. אויף די סעריע פון קעמפ שלוה? וואס זאגט איר צו זיינע ניגונים, צו די מוזיק וואס ער ניצט, די זינגערס וואס ער ניצט, די קינדער קווייער און סאולאוס, די ערוואקסענע קווייער פון זיין זון חיים יצחק וכו'? און בכלל וואס זאגט איר אויף דעם וואס ער פלעגט ארויס געבן יעדעס יאר א טעיפ?

קווארטין » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:18 am

· #50526
קודם קען מען אויך צולייגן 'דביקות' 'דעסטעני' 'די ראביי'ס סאן' 'פרחי' און אלע אנדערע אמאליגע סעריעס, (איז נישט דביקות מיט דעסטעני איינס?), אויב איינער האט מער באקאנטשאפט אין די אמאליגע סעריעס זאל ער זיך ביטע ווארעם אנרופן, ווער געדענקט דענישט ביי 'העסק' דאכטזיכמיר 18, ווי די חברה האבן זיך אזוי שיין צוזינגען.

יעצט לגבי באבוב, איך בין אויפגעוואקסן מיט די ערשטע באבובע אלבוים'ס ווי די בייגעלס האבן נאך געזונגען, שפעטער האבעך שוין נישט אזוי מיטגעהאלטן, ס'האט מיר עפעס שוין נישט אזוי געהאט דעם אייגענארטיקייט פון די ערשטע אלבוימס וואס כאטש די ניגונים האבן היבש געענדלט איז דאך יעדע ניגון געווען א חידוש פארזיך, מ'דערמאנט זיך פון 'אני מאמין' אוי 'לב טהור' 'אלוקי נשמה' וכו., צו דעם אלעם האבן יענע אלבוימס געהאט א היבשע 'מסודרקייט', איך גיי זייער שטארק פאר מסודר, אויב א אלבוים איז נישט אינגאנצן מסודר, מעג עס האבן די שענסטע ניגונים, סי שוין נישט די זעלבע וואליו, נאך א זאך מיט וואס יענע אלבוימס האבן זיך אויסגעצייכנט, נעמליך, ס'האט אריינגעברענגט עפעס א זיסע שטימונג, חוץ די שיינקייט האטעס אריינגעגבן אזא מין "שטימונג" mode, איינע פון די שפעטעריגע וואס כ'בין יא זייער שטארק איבערגענומען געווארן איז די ניגון ' א נשמה לויטער און ריין' יענץ איז מיר עפעס אריין אין די מארעך.
ס'זעלבע אבער אביסל אויף א קלענערעם פארנעם איז ירחמיאל און די מיאמי קווייער, הגם ס'איז נאך היינט זייער שיין, אבער סיז נישט ווי אמאל, ס'האט אויך אריינגעברענגט אין אזא mode, איך מוז מודה זיין אז ווען כאב די ערשטע מאל געהערט מיאמי, חסד יסובבנו, מהרה האשעם אלויקעינא, האטאס מיר היבש פרדרייט דעם קאפ, ס'איז געווען די סארט 'מאדערנע' מעלאדיעס צו וואס כ'בינישט געווען געוואוינט, ביי מיר א ניגון גייט אריין אין די בלוט, שוין מ'האט זיך צוגעוואוינט.
צוריק צו 'קעמפ שלוה' כאב גראדע חשק זיך צו עררייכן די עם-פי-3 פון דעם.
לאמעך אויך דערמאנען אז אמאל איז געווען א סעריע פון 'דזיקוב' ניגונים, זייער שיין.
כאב לעצטענס זיך איינגעהאנדלט פון 'לחיים' די אמאליגע פלעי'ס, וואסיך גלייך זייער, חצקאל, כ'גיב דיר שוין

קווארטין » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:22 am

· #50529
מיין טאשן טעלעפאון מאכט מיר טראבל, וועליך דא ממשיך זיין,
כ'האב בלויז געוואלט אויספירן פאר חצקל'ן צו מאכן א אשכול פון 'פלעיס'.
חצקאל, ביזט אוודאי מסכים, איא?.

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 2:28 am

· #50580
קווארטין, אז ביסט דא, איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש, צו מען רעדט פון סטודיאוס, דראמערס, בעלי תפילות, זינגערס און אלעס וואס ס'האט צו טון מיט ארט. מילא קען מען אויך עפענען אן אשכול איבער פלעיס.

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 2:30 am

· #50583
צוריק צום שמועס איבער די סעריעס פון מוזיק טעיפ'ס

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 2:50 am

· #50586
קווארטין, אז דו האסט ליב די ערשטע טעיפ'ס פון קעמפ שלוה און פון פרחי מיאמי, מעגליך אז די גלייכסט דער ניו יארקער (גלייכגילטיגער) רידעם וואס האט געשפילט ביי די ערשטע טעיפ'ס פון די ביידע סעריעס?! (דער אמאליגער ניו יארקער רידעם איז מעגליך מער צוגעפאסט פאר אמעריקאנער פרחי סטייל'ס)

בנוגע דעם ניגון "א נשמה לויטער און ריין", דאס איז פון מיינע גאר באליבטע ניגונים וואס איך קען איבער הערן נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב ליב וויאזוי די ווערטער שילדערן די מעשה מיטן ניגון וואס איז געוואלדיג צוגעפאסט דערצו, די מוזיק און דער קווייער (קינדער און עדאלט), די סאליסטן, און ספעציעל ר' משה'ס זינגען דארט, אלעס גיט געוואלדיג צו צו דעם ניגון וואס צוזאמען איז עס א מייסטערהאפטע שלימות'דיגער ארט מיט א ווארימע שטראם און לעבעדיגע קאלירן

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 4:02 pm

· #50733
וועלעכע אלבום פון קעמפ שלוה גלייכט איר די מערסטע?

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 4:38 pm

· #50745
דאכט זיך אז דער אלבום חזק (#6) איז געווען דער ערשטער אויפגעכאפטער טעיפ, און די נעקסטע שטארק אויפגעכאפטע טעיפ וואס האט איבערגעשטיגן חזק מיט איר פאפולערקייט איז געווען שמחתי (#10) און זייט דעצאלס זענען זיי געבליבן פאפולער.

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 4:47 pm

· #50751
אליך אזמרה איז געווען נאך שמחתי און פאר כנשר (כנשר איז לדעתי די שטארקסטער טעיפ פון קעמפ שלוה)

קווארטין » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:28 pm

· #50869
חאצקל
קווארטין, אז דו האסט ליב די ערשטע טעיפ'ס פון קעמפ שלוה און פון פרחי מיאמי, מעגליך אז די גלייכסט דער ניו יארקער (גלייכגילטיגער) רידעם וואס האט געשפילט ביי די ערשטע טעיפ'ס פון די ביידע סעריעס?! (דער אמאליגער ניו יארקער רידעם איז מעגליך מער צוגעפאסט פאר אמעריקאנער פרחי סטייל'ס)

יא, סיז אמת, אבער צילוב אביסל א דיפערענט טעם, כעלעס פרובירן אביסל בעסער ארויסברענגן, די סיבה פארוואס כאב ליב די אמאליגע איז, ווייל די ניגונים וואס ווערן געזונגען אויף די אמאליגע זענען עפעס טיפערע ניגונים, וואס קען מאכן א מענטשן פרייליך אדער טרויעריג, היינט צוטאגס קען נאך אריינפאלן אזאלעכע סארט ניגונים, למשל כאב טאקען פריערט געהערט 'השיבנו אבינו לתורתך' פון שוועקי, דאסיז א ניגון וואס קאן מיך נאך אנצינדן, ס'זעלבע, ליפא קען אויך די מלאכה, 'אל תתהלל ביום מחר', און אפי' מיט לעבעדיגע רידם'ס א שטייגער ווי 'שלא עשני גוי' אדער 'מזמור שיר חנוכת הבית' פון ליפא, מאמינים פון מרדכי, 'מעט אור' פון אברהם'ס keep climbing, דעיס און נאך אנדערע זענען א ביישפיל פון א היינטיגן ניגון וואס ברענגט אריין א געוויסע שטימונג אין א מענטש, unfortunately ביי רוב פון אלע אנדערע היינטיגע ניגונים קאן מען דאס נישט זאגן, זייער א סך ניגונים זענען היינט דאמירן בעלמא.

אמאל אבער איז א ניגון געווען א ניגון, ס'קען זיין ווייל אמאל איז די וועלט געווען שטייטער-תמימותדיגער-און רואיגער, גיבט א קוק אזא ניגון ווי 'כאיל תערוג', סיז לאו דוקא א ניגון וואס רייסט הימלען ( א שטייגער ווי 'פנה לעלבון) אבער, ס'טייטשט דאך עפעס אזוי אפ דעם 'צמאה נפשי', צירוק צו מיין טעאריע, דעס קען זיין איז די סיבה פארוואס די אמאליגע ניגונים איז שענער, ווייל ווי באקאנט איז נגינה אן אפשפיגלונג פון א תקופה.

דא שטעלט זיך נאך א שאלה, פארוואס אידא טעיפס מיט שיינע ניגונים, און דאס זעלבע פארקערט?, לויט ווי ס'קוקט מיר אויס ווענדט זיכעס אינעם זינגערס טעיסט, גיבט א קוק אויף מיכאל שניצלער, פון ווען ער האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן טעיפס, רובו ככולו פון זיינע ניגונים זענען שיין, כ'דערמאן מיך פון 'לחן ולחסד' אדער 'ותיק יהמו' 'חננו השם' וכו. קאמפאוזד ביי פינקי, ווער רעדט נאך פון זיינע אידישע אלבוימס.

אלנספאל, א ניגון דארף עפעס ארויסברענגן, כ'קען ברענגן דגמאות אויף פארקערט, אבער כ'פרובירזיך צו האלטן צו מיין פאליסי, נישט צו שרייבן נעגאטיוו, בפרט קעגן זינגערס.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:35 pm

· #51218
כ'מיין אז איך פארשטיי וואס די זאגסט, די אמאליגע ניגונים זענען געווען גראד, ארגינעל, אטענטיש צום טעם, און די מוזיק האט זיי געדינט בנאמנות אן קיין איבריגע שטיק, דעריבער איז אלעס געווען מער אין פלאץ, מה שאין כן היינט.
האב איך דיר פארשטאנען?

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 5:11 pm

· #51239
קווארטין
איז נישט דביקות מיט דעסטעני איינס?



זיי זענען צוויי באזונדערע סעריעס, דביקות פון לייבל שארפמאן, און דעסטעני ביי אלי נתן

דעסטעני האב איך קיינמאל נישט געהערט, איך האב עס נאר געזען ביי די וועבסייט פון מאוסטלי מיוזיק, איך זעה דארט אז אויף איין טעיפ מאכט שוקי בערי די מיוזיק.

"דביקות" (...) דערמאנט מיר פון א געוויסע סטייל (נישט צו מיין געשמאק) אפשר בידלס. דארט איז דא דער באקאנטער המלאך הגואל פון אבי רוטנבערג אויף וואס אבי מאכט אליין די מיוזיק (איך ווייס נישט צו דארט איז דער מקור פונעם ניגון אדער איז עס שוין פריער נתפרסם געווארן), די קארדס דארט אויף המלאך זענען אזוי אנדערש ווי די קארדס וואס מונה מאכט אויף דערויף ביי לחיים ברודער. דער ניגון מיט אבי'ס קארדס האט אן אנדערן באדייט ווי דער ניגון מיט מונה'ס קארדס , אבער אזוי ווי אבי אליין מאכט די מוזיק פארשטיי איך אז דאס איז געווען די ארגינעהלע מכוון פונעם ניגון. הגם איך האב מער ליב מונה'ס קארד'ס און איך גלייב אז אנדערע אויך, ווייל אנדערש וואו ביי זייער א סך ניגונים וואו מונה מאכט איפכא מסתברא'דיגע קארד'ס וואס דינט נישט דירעקט דעם ציל פונעם ניגון און איז נישט לייכט תופס צו זיין, איז עס דא זייער אטענטיש און צוגעפאסט צום ניגון ממש ווי געגאסן.(קען זיין אז מונה' האט גענומען די קארדס פון ישראל לאם ואוס האט עס מעגליך געשפילט ערגעץ פאר דעם???).

דארט איז אויך דא דער ניגון המבדיל פון מונה רוזנבלום וואס ערשיינט אויף מונה 3, איך ווייס נישט וואו ס'איז ערשינען פריער, (דאס מאכט מיר טראכטן אז מעגליך זענען אלע ניגונים דארט אדער א טייל נישט דער מקור ראשון)

ביי איינע פון די דביקות טעיפ'ס מאכט די ארעינדזשמעטנסצ דער מעסטער לייב יעקב ריגלער, וואס דארט איז די איינציגסטע טעיפ וואס איך ווייס דערווייל אז ער זאל מאכן א גאנצער טעיפ. אויך האט ער דארט ביי טעיפ מוזיק מיט ירון גרשובסקי מיט סטרינגס, עס איז הערליך (עס דערמאנט מיר טיילווייז די ארעינדזשמענטס אויך די אידישע אוצרות פון אברהם פריד ווי ירון מאכט אויך די מוזיק.

און אז מ'רעדט שוין פון דביקות, לאמיר דערמאנען די שלשלת סעריע מיט די מוזיק פון ישראל לאם, אויך עפעס אן אמעריקן סטייל, נישט צו מיין טעם (אפשר פאר די נשים).

פרחי צליל וזמר, א אמעריקאנער פרחי (איך ווייס נישט מער) מיט די אנפירערשאפט פון אברהם רוזנברג, אין איינע פון די טעיפ'ס דארט ערשיינט דער ניגון על חומותיך ירושלים הפקדתי שומרים וואס מבד זינגט אויף א קאנצערט מיט יוצאי פון א געוויסער פרחי (מעגליך טאקע יוצאי צליל וזמר). מוזיק ניצן זיי דורך אויס די טעיפ'ס פון ישראל לאם, משה לויפער, און מונה רוזנבלום און אנדערע.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 5:15 pm

· #51242
צליל וזמר בויס קווייערס איז איינע פון מיינע פעיוואריטס. בעיקר די ערשטע 5. די לעצטע 3 (דוכט זיך) איז שוין נישט געווען עפעס אזוי איי-איי-איי.
הערליך הערליך. די ניגונים, די קווייערס. די מוזיק איז נישט עפעס מורא'דיג אויף אלע ניגונים, אבער פאר אסאך איז עס משוגע צו ווערן.
איך ווייס נישט ווער האט געמאכט וואס. למשל "כאיל תערוג" אויפן צווייטן איז עפעס מורא'דיג!

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 5:24 pm

· #51249
קווארטין
ווער געדענקט דענישט ביי 'העסק' דאכטזיכמיר 18, ווי די חברה האבן זיך אזוי שיין צוזינגען.


פון וועלעכע חברה רעדסטו?

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:10 pm

· #51270
קווארטין
לאמעך אויך דערמאנען אז אמאל איז געווען א סעריע פון 'דזיקוב' ניגונים, זייער שיין.


דאס איז נישט געווען סתם "א" סעריע, נאר "די" סעריע ב ה' הידועה, איך ווייס נישט וויפיל אלבום'ס עס קענען זיך פארגלייכן צו די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון דזיקוב, די מוזיק דארט ספעציעל ביי די צווייטע איז עפעס נישט סתם, עס ווארפט צוזאם אלע סעזאנען פון יאר מיט אלע קאלירן אירע...

קווארטין » זונטאג אקטאבער 14, 2012 9:10 pm

· #51364
חאצקל
כ'מיין אז איך פארשטיי וואס די זאגסט, די אמאליגע ניגונים זענען געווען גראד, ארגינעל, אטענטיש צום טעם, און די מוזיק האט זיי געדינט בנאמנות אן קיין איבריגע שטיק, דעריבער איז אלעס געווען מער אין פלאץ, מה שאין כן היינט.
האב איך דיר פארשטאנען?

אקוראט, לאמערעס אנרופען צוויי זאכן, שתים שהן אחד, 'אויטענטישקייט' זוי ווי די ברענגסטאס שטארק ארויס, און אויך רואיקייט, היינט איז אביסל (אביסל מער ווי אביסל) א ווילדע, און א היפשע 'אראפישל' (ווייניג אויטענטיש) וועלט.

וועגן דעם האב איך אנגעכאפט 'מיכאל' אלץ אן עקזאמפל, בעיקר מיין איך זיינע ערשטע צוויי אידישע אלבוימס, יעדע מעשה שטימט עפעס אזוי מיט די ניגון 'אויטענטיש' ווי די ברענגסטאס אזוי גוט ארויס, נישט אומזיסט האטער געקאנט מאכן אזא שיינע מאווי פון די ניגונים.

זוי שרייבענדיק האבעך מיך דערמאנט פון די אלבוים קאללד 'המשוררים', דאכטזיך מיר אז ס'פיט אין די קרייטעריע, מהאי טעמא גלייכיך ר' מענדי ווערדיגער, זיין לעצטע אלבוים, אפי' סיז געמאכט געווארן 2011-2012, האטעס אבער א שמעק, בעסער געזאגט א 'חן' פון אמאל.

קיצור: רואיג און אויטענטיש, לאז דעם ניגון אריינדרינגן אין מוח.

לאמיך שוין אין איינוועגס דיר דערמאנען פון וועלעכע "האסק" כ'רעד, דארט זינגט מתתיהו אויך, אה 'טשאפ הים דאון' (כ'גיי נאטס פאר אים), די גרופע זינגערס פון וואס איך רעד ביישטייט פון ברוך טשייט אדער חייט, רובי שוועבל, ישראל וויליגער, און נאך צוויי, עפעס אן עלטערער מיט א קעפ, בקיצור כ'דענק נישט פונקטליך, השעם אוז לעאמאו יתן, אוי זינגען זיי שיין.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 10:52 pm

· #51375
ברוך חייט איז פון די זעלבע טים פון דביקות, זיין זינגען איז אופן די זעלבע אופן ווי דעם לייבל שארפמאן פון דביקות.

קווארטין, איך זעה אז בדרך כלל גלייכסטו זייער דעם אמעריקאנער סאלידער סטייל. המשוררים איז אויך געשפיעלט דורך די אמעריקאנער שפילער.

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:12 pm

· #51380
איז ר" ברוך חייט א ראש ישיבה?

דאכט זיך מיר אז איך האב אמאל געזען אז איינער פון זיין באקאנטע ניגונים האט ער פארפאסט ווען א תלמיד איז נישט געזונט געווען.

(אז איך מאך נישט קיין טעות, איז עס געווען די ניגון "לא אמות כי אחי-ה" וואס ר" מרדכי ווערדיגער זינגט.)

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:26 pm

· #51387
אז מ'רעדט שוין פון מכאל שניצלער, לאמיר זיל נעמען צו זיין אידישע סעריע.

מכאל איז געגאנגען אייגנארטיג, ער האט געצילט צום היימישן אידיש רעדנדע עולם און ער האט מער ווי מצליח געווען, עס איז ממש געווען א געלונגענע דורך ברוך אינעם עולם המוזיק ביי חרדים.
ביז צו דעם ערשטן טעיפ האב איך נישט געהאלטן פון אים, אבער זייט זיין טעיפ באטראכט איך אים מיט אן אנדער בליק, ער האט אנגעהויבן מיט א גענצליך נייע איידיע און מיט גענצליך נייע פאכלייט, נייע קאמפאוזערס,נייע דיכטערס פאר די גראמען, א נייע ארעינדזשער נישט פון ניו יארק און נישט פון ארץ ישראל נאר פון לאנדאן א שפילער וואס האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין א "פצצה" פון א ארעינדזשער ספיציעל פאר דעם טעיפ.

דער טעפ צוזאמען מיטן ביך איז ממש ווי א געלונגענער פארשטעלונג פון דער שטעטלישער אמאל, און טראץ עס איז געזינגען מיט זייע ניגונים, ברענגט עס אראפ דעם אמאליגן קולטור, עס טראגט די גערוך פון די שטעטלעך אין מזרח אייראפע. מ'זעט דעם בעל עגלה מיט די פערד, מ'שפירט זיך אינעם האלצענעם קרעטשמע, די דראמא ביי ר' יענקעלע פיש' פאלאץ, מ'ווערט מיטגעכאפט מיטן אמאליגען מזרח אייראפעיאשער אויבער גלויבן אין גייסטער בעת עס ווערט גוט אראפ געמאלן די מעשה מיט שמעלקע מיטן שטיבל'ס בעל עגלה וכו'

אויסער דאס זינגען און געוואגטקייט פון מכאל'ס, די ניגונים גראמען און איידיעס פון פינקי וועבער און ליפא שמעלצער ועוד, נעמט א גרויסן טייל אין דעם אייגנארטיגער ארט, דער ארעינדזשער הערשי גינסבערג. דער פויק וויאזוי עס ווערט געניצט, (דער סאונד איז אויך געוואלדיג צוגעפאסט פאר דעם אויטענטישן טעיפ), דער פידל מיטן פארמאכטן קול אזוי קרעטשמעדיג (קוקט אויס ווי ער ניצט דארט דעם דריטן אדער פערטן פעזישן אויף די צוויי מיטלסטע סטרינעס, און מעגליך אויך אדערן סטרינעס וואס מאכט מער א וויינעדיגן קול), די קלארינעטן, און בכלל דדי פלעקסעבילעטי מיטן ארעינדזשן. אויך די אינסטרומענטאלער איבערשפיל גיט געוואלדיג צו, עס מאכט שפירן ווי אינעהם האלצענע סטודיאו אדער גאר אינעם צימער בעק פונעם פלאטפארמע (עד כאן כח הדמיון שלי).

וואס נאך קענט איר צו לייגן איבער דעם טעיפ אדער אויף די אנדערע טעיפ'ס אין די סעריע.

על המחיה » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:39 pm

· #51558
פארוואס דערמאנט קיינער נישט די סעריע טעיפס פון חיים באנעט, און אזוי אויך ניגוני פיטסבורג?

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 5:55 pm

· #51729
מיר האבן געווארט אז דו זאלסט עס דערמאנען...

אלזא, די פיטבורגער טעיפ'ס: די ניגונים אזוי סימפל רילעקס און ב'טעם'ט, די מוזיק אזוי אפליפטונג און פיל מיט פרישקייט און ווי אויך קלאס עפ"י רוב דורך מונה רוזנבלום. פון די באקאנטע ניגונים דארט זענען וידע כל פעיל, צמאה נפשי לאלוקים (דער באקאנטע), הנה מה טוב, למקדשך טוב, יפרח בימיו, אילן אילן, כו וכו'

סערעט וויזניץ דורך ר' חיים באנעט איז אויך א גאר שיינע סעריע מיט מוזיק עפ"י רוב דורך רובי באנעט און אויך דורך מונה און משה לאופר און לעצטנס אויך יובל סטופל. עס געפונען זיך דארט די היטס: מכנסי רחמים, אבינו אב הרחמן, אדון השלום (בערי וועבער זינגט עס ביי קומזינג פון המנגנים), יהא רעוא, ישמחו במלכותך, אמת כי אתה הוא דיין, נחמו נחמו עמי, וכו' וכו'

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:51 pm

· #52312
קען איינער דא די טעיפ'ס פון לונדון בויס קווייער?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:19 pm

· #52371
יא, איך קען א חלק.
דו מיינס מיט יגאל סאליק?

זייער שיין.

ביי די וועי, איך LOVE בויס קווייערס.

נישט היינטיגע, ווי ישיבה, שלשלת, וכדומה.

אבער לאנדאן, פרחי, צליל וזמר, און אלטע מיאמי... משוגע צו ווערן!

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:32 pm

· #52379
קענסט דעם ניגון "בארץ ישראל"? (מיט די ארעינדזשמענטס פון ישראל לאם)

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:33 pm

· #52380
איי עם עפרעיד אז נישט.
וועלכע טעיפ (אלבום)?

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:50 pm

· #52394
דער קאווער פון דעם טעיפ וואס איך זעה האט נישט קיין נאמען, עס הייסט בלויז פרחי לונדון בניצוח יגאל צליק. פון די ניגונים דארט איז:ך מה טובו, ויתן לך, מה תשתוחחי.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:53 pm

· #52397
ניין. דאן קאן איך נישט דעם טעיפ.
כ'העט עס געקענט באשטיין צו הערן, THOUGH

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:18 am

· #52425
נאך א פאפולערער בויס קווייער אלבום פון יגאל צליק מיטן נאמען פרחי ירושלים, דארט ווי ס'דא דער ניגון קול ברמה פון יוסי גרין (זיין ערשטע ניגון מיט וואס ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע), דארט איז דא נאך א פאר באקאנטע ניגונים וואס איך געדענק זיי נישט ביים נאמען, איינס איז דער ניגון וואס איך האב געהערט אויף א קינדער טעיפ "העם העם העם איבערן יאם".

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:00 pm

· #53558
וואס זאגט איר מיינע פריינד צו די סעריע פון יונתן שווארץ, (א גיטע: וואך, שבת, שעה, איד, נשמה וכו')

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:22 pm

· #57445
לגבי די סעריע פון קעמפ שלוה, האלט איך אז ס'האט צוויי הויפט חסרונות וועלעכע קלאפן היפש אוועק דעם געשמאק פונעם טעיפ (פון וויפיל ס'קען זיין געשמאק מיטן זעלבן קאמפאוזער און זעלבן ארעינדזשער ביי יעדער טעיפ): 1)דער קווייער. ער זאל מיר מוחל זיין דער חיים יצחק גאלדמאן, אבער דער קווייער איז נישט צו מיין געשמאק 2) דער אינטראו פון מר גאלדמאן אליין וואס דער קוויער זינגט פאר כמעט אלע שטייטע ניגונים, עס באלעסטיגט לדעתי דעם צוהערער.

אט די צוויי זאכן פארהארגענען לדעתי היפש די טעיפ'ס

וועט קומען איינער און זאגן, וואס רעדסטו, דוקא זיין אינטראו און דוקא די קווייער דאס זענען די שענסטע זאכן פון אים... נו, אויף דעם זאגט דער וואס זאגט: על טעם ועל הריח...

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:34 pm

· #57890
[ציטאט אראפגענומען]


זיין מוזיק איז גאר שוואך?
ער ניצט דאך רובי באנעט פאר צוויי טעיפ'ס?! ווי קענסטו אוועק מאכן די מוזיק אויף א גיטע שעה. און יוחי בריסקמאן האט אים אויך געמאכט א היפש גיטע דזשאב דא און דארטן?!

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:11 pm

· #58152
טאקע נישט קיין שיינע אויסדרוק אז יונתנ'ס מוזיק איז שוואך
די מוזיק אויף 'א גוטע שעה' איז זייער שיין, ארעינדזשט ביי רובי באנעט.
אגב האט ער דארט גענוצט 'סקאט קרייצער' פאר אלטא-סעקסאפאן (שפילט אויף רוב האסק קאנסערטס) און ער שפילט דארטן מתוק מדבש מיט זיין באקאנטן קרעכץ
(ער האט אויך געשפילט אויף אסאך מ.ב.ד. אלבומס - הער סולוס פון: והכן (אין עוד מלבדו), לולא תורתך (לולא), בך בטחו (אין עוד מלבדו), נכספה (תמיד בשמחה), און נאך).

עכ"פ - יונתן שווארצ'ס אלבומס זענען בכלל נישט שלעכט מוזיקווייז, איין זאך יא - מ'זעהט אז וואס א אלבום שפעטער אלץ מער האט ער געטרייט צו שפארן (ווי באקאנט איז יונתן איינער פון די הויפט פראטעסטירער קעגן קאפיען טעיפס אויף MP3 און iPod).

חאצקל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:56 pm

· #58171
אין אן אינטערוויו מיט מבד לויבט ער זייער אויס א געוויסער סעקסיפאניסט פון ניו יארק, ווארשיינליך איז עס טאקע דער סקאט קרייצער וואס דו דערמאנסט, ער זאגט אז טראץ וואס ער ניצט עפ"י רוב די איזראעלי מוזיקאנטן ניצט עראבער פאר סעקסיפאון און צומאל פאר פיאנאו די פון ניו יארק.

אז מ'רעדט שוין לאמיר שוין וויסן, וועלעכע מוזיקאנטן מאכן דעם רידעם אויף "א גיטע שעה"? ( איך האב עס שוין געפרעט אין אן אנדער אשכול און נישט געקריגן אן ענטפער).

משה געציל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:05 am

· #58175
אז דו רעדסט פון א גוטע שעה מיז מען דערמאנען דעם מכניסי רחמים ניגון וואס רובי איז דארט מחדש א שטיקל הפלא ופלא!

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:20 am

· #58180
גערעכט, דער צוגעפאסטער אינטראו הייבט זיך אן מיט א סאולא טראמפייטער (ווי דער שטייגער פון רובי) אויף א קוויטשעדיגער טאון וואס פאסט זיך זייער אין בעפארברייטונג צו דעם זייער הארציגן תחינה, און דער דורכפיר מוזיק גיט צו צום שלימות.
דער ניגון מכניסי רחמים מיט די גראמען פון יונתן איז געווען ביי טייל דער געשפרעך פון טאג אין די ערשטע צייט פון ווען עס איז ארויס געקומען, און איז געבליבן א היום הזה א מייסטערהאפטע ווערק.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:20 am

· #58207
די ניגון און די מוזיק, און דער תוכן פון די ווערטער, איז טאקע עפעס הערליך.
איך ווייס נישט צי מען מעג דערמאנען דעם טעות וואס איז אריינגעפאלן אין דעם ניגון?

שמייכל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:13 pm

· #58487
שמעקעדיג
איך ווייס נישט צי מען מעג דערמאנען דעם טעות וואס איז אריינגעפאלן אין דעם ניגון?

???

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 5:28 pm

· #58496
רועה צאן נאמן
אנשטאט
צאן רועה נאמן...

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:02 pm

· #58503
ביי גראמען ווערט עס נישט פאררעכנט פאר א טעות. וואס דען, עס איז פארדרייט וואו עס האט נישט אויסגעפעלט (חוץ טאמער ער האט דיקא געוואלט געבן דעם קוועטש אויפן ווארט צאן אנשטאט רועה).

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:17 pm

· #58510
אנשטאט "שאף פון א געטרייען פאסטוך"
איז בסדר "א פאסטוך פון געטרייע שאף"?
גימי א ברעיק.

שמייכל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:19 pm

· #58511
נישט געפערליך... כ'האמיך געריהשט אויף אסאך ערגערס

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 9:56 pm

· #58567
אויב יענקל האט בעיקר געהערט די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון יונתן שווארץ, א גיטע וואך און א גיט שבת, פארשטיי איך פארוואס ער זאגט אז ער האט שוואכע מוזיק, אין זיינע ערשטע צוויי טעיפ'ס מאכט די מוזיק א געוויסער יידל שטראולי מיט א בלויזער סינטיסייזער וואס הגם איך קען נישט זאגן אז די מוזיק איז "שלעכט" אבער "שוואך" איז עס יא, קיין לייוו מוזיק איז נישטא, און קיין וועלט'ס ארעינדזשער איז ער אויך נישט (הגם נישט שלעכט, ער איז א מומחה אין מוזיק און ער האט שוין געמאכט מיט זיין מאשינקע א היפש פיינע דזשאב דא און דארט, צווישן זיי דער ערשטער טעיפ פון מצוה קינדער מיט מיסטער קאפעלאווסקי).

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:25 pm

· #58571
ער (שטראלי) איז גאר א שיינער איין-מאן-באנד. איך האב אים שוין געהערט אויף עטליכע שמחות.
א טאלאנטפולער שפילער.

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 11:29 pm

· #59562
מיר האבן פריער גערעדט איבער די קעמפ שלוה טעיפ'ס, אלזא איך האב נאך א סך צו שפעקאלירן און ארום רעדן איבער די טעיפ'ס. וואס איך וויל יעצט וויסן איז, וועלעכער נומער מחנה שלוה טעיפ איז וואו ס'דא דער ניגון לדור ודור, דער טעיפ איז א העכסט געלונגענער טעיפ מיט די ארעינדזשמענט פון משה לאופר, וואס נאך איך וויל טאקע וויסן איז וואו דער טעיפ איז רעקארדירט געווארן?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 11:49 pm

· #59565
די פינפטע טעיפ, "אשירה לה'".
טאקע א הערליכער טעיפ.
אבער נאך אלץ גלייך איך די פריערדיגע מער.
פונקט ווי ביי אברהם פריעד, מ.ב.ד., און אנדערע, גלייך איך די ערשטע מער ווי די שפעטערע.
אפשר צוליב די נאסטאלגיע צו די יוגנט יארן ווען כ'האב זיי געהערט?

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:16 am

· #59583
אז מ'רעדט שוין, וועלעכער טעיפ'ס פון אברהם פריד און מרדכי בן דוד גלייכט איר די מערסטע?

קווארטין » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 7:34 pm

· #59835
פון אברהם איז דא צוויי... וועכע כ'גלייך ס'בעסטע, און דאסיז 'תניא' און 'אדרבה', צווישן אלע זיינע גוטע, פון מרדכי גלייכיך 'דאבל אלבוים' צווישן אלע זיינע גוטע. נאר פון א רואיגע סיגעיט קען מען מאכן אזא דאבל אלבוים.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 7:42 pm

· #59843
שמעקעדיג
רועה צאן נאמן
אנשטאט
צאן רועה נאמן...


WOW
כ'האב קיינמאל נישט אריינגעטראכט.

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 11:01 pm

· #59902
קווארטין
פון אברהם איז דא צוויי... וועכע כ'גלייך ס'בעסטע, און דאסיז 'תניא' און 'אדרבה', צווישן אלע זיינע גוטע, פון מרדכי גלייכיך 'דאבל אלבוים' צווישן אלע זיינע גוטע. נאר פון א רואיגע סיגעיט קען מען מאכן אזא דאבל אלבוים.

זייער גוט געזאגט, נאר פון א רואיגער סיגעיט קען מען מאכן אזאנס (דא קען מען אריין קריכן אין אן אנדער שמועס, וויאזוי רואיגקייט איז משפיע אויף די סחורה וואס די בעלי נגינה גיבן ארויס).
איך באטראכט דעם דאבל אלבום אלס דער בריליאנט פון במד'ס טעיפ'ס, הגם איך פערזענליך גלייך די מערסטע "תמיד בשמחה", און אויב מרדכי איז ווירקליך די גרעסטע זינגער איז עס ביי מיר בעיקר צוליב תמיד בשמחה און אין עוד מלבדו. (אויפן מאמענט איז מיין אויסדרוק פעאיקייט שוואך אויף ארויסברענגען די אייגנשאפטן פון די דערמאנטע טעיפ'ס און אנטאפן זיי ביים פונטל)
בלאט: 1 2