☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אלבום סעריעס

אלבום סעריעס

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2051
בלאט: 1 2

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:51 pm

· #62308
וויפיל טעיפ'ס האט קאפי עלבויגן ארויסגעגעבן? איך ווייס נאר פון "פליאה דעת ממנו", און ווער ס'מאכט די מוזיק דארט ווייס איך אויך נישט.

גלות יוד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:56 pm

· #62313
ישראל לאם מאכט די מוזיק איך האב ספעציעל ליב די פליאה ניגון א אנדערע סארט ניגון זייער פאסיג פאר די ווערטער, איך געדענק ער האט ארויסגעגעבן א סידי נישט צי לאנג צוריק איך געדענק נישט די נאמען.

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:16 pm

· #62322
שלום עלכם גלות איד, איך האב דאכט זיך שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האב הנאה אז דו ביסט צוריק דא מיט אונז.

דעם ניגון פליאה האב איך נאר געהערט אויף די פלעי (דיכט זיך) "א בליק אויף צוריק", איך פלעג עס איבערהערן נאכאמאל און נאכאמאל.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:18 pm

· #62348
חאצקל
וויפיל טעיפ'ס האט קאפי עלבויגן ארויסגעגעבן? איך ווייס נאר פון "פליאה דעת ממנו"

איך ווייס אויך נישט, אבער אויף אומצאליגע אנדערע טעיפס ווי ער זינגט, בפרט אויף די קינדער טעיפס (ברכות והודאות, א.א.וו.), און אויף פארשידענע אנדערע אלבומ'ס, ווי צב"ש "א גוטע שעה" פון ר' יונתן שווארץ, זינגט ער "טלית'ל".

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 6:23 pm

· #62410
איך האב נאר געוואלט וויסן צו ער האט אן אייגענע סעריע פון סידי'ס
בלאט: 1 2