אויסדרוקן פון די פארגאנגענע יו"ט בצל מהרז"ל
איך האב באקומען די פאלגענדע אימעיל פין די אפיציעלע אימעיל פון צד מהרז"ל, קאמענטארן זענען איבעריג, איך האב נאר היילייטעד די ווערטער וואס ווייזן ווי די וואס האבן פרובירט פארקויפן אז זיי פארטרעטן די אריגינעלע סאטמאר, און שטייען אוועק פון פראפאגאנדע און רבי'סטעווע, שטייגן היינט איבער די אנדערע צד מיט נארישע זעלבסטבארימעריי.
די מערסטע, און דאס טוט אויך וויי, ווי יודן וואס פארופן זיך חסידים פון רבי'ן ז"ל שרייבן מער ווי איינמאל אז "סאטמאר האט נאך אזוינע הקפות 'קיינמאל' בעפאר נישט מיטגעלעבט".
לייענט, האט הנאה און קאמענטירט
Date: Wed, 10 Oct 2012 10:04:18 -0400
To: תלמידי רבינו<talrabny@gmail.com>
Subject: א בינטל אויסדרוקען פון די פארגאנגענע ימי הוד בצלא דמהמנותא כ"ק רבינו שליט"א
רבותי, אלע לשונות, אלע אויסדרוקן, פון די פריערדיגע יארן אין א זייט געלייגט!
סאטמאר האט נאך אזעלכע ימי שמחה, אזעלכע ימי הוד, במקהלות אלופי אלפי — רבבות — תלמידי וחסידי סאטמאר, נאך נישט מיטגעלעבט.
הושענא רבא
די מחשבות קענען זיך נאך שווער קאנצטערירן, ס'לויפט פון די בכיות נוראות ביי די הייסע הושענא רבא דרשות, מיט די הויכע בחינות און ביטערע געוויינען פון רבן של ישראל אויף צרות ישראל; דאס בילד פון טויזנטער אידן, בעלי בתים ואברכים, איינגעהילט אין די טליתים, ד' מינים אין די הענט, מיט געבויגענע קעפ פארגיסן טרערן און רייניגן זיך די הערצער; די מאמענטן ווען ענדלאזע רינגען פון טויזנטער אידן דרייען זיך ארום דאס ביהמ"ד און בעטן זיך 'הושענא למענך בוראינו?????!!', ווען אין שפיץ גייט דער עמוד האש לפני מחנה ישראל, וועט מען נישט אזוי שנעל פארגעסן!!
ליל שמיני עצרת
צו מערבית האט מען געהערט פונעם מלך הבעלי תפלה, הרב החסיד ר' יעקב אונגאר הי"ו, וואס האלט שוין אן זיין לאנג-יאריגע חזקה פון תפלת מעריב לפני התיבה בליל שמיני עצרת, וואס האט אפגעקלינגען אין אלע עקן פון בית המדרש, און די רבבות ישראל האבן זיך דערקוויקט מיט די הערליכע קלאנגען פון דעם בארימטן מכבד את ה' מגרונו, מנכבדי וטובי קהלתינו.
אוי, אתה הראת לדעת, כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו! שרייט אויס דער מנהיג ישראל, און מקהלות רבבות ישראל פאלגן נאך מיט א הילכיגן געשריי, זיך גרייטנדיג צו די לעכטיגע הקפות. די אתה הראת איז ווידעראמאל געקויפט געווארן פאר'ן רבי'ן שליט"א, נאכ'ן ליציטירט ווערן פאר א פאנטאסטישע סומע, אפגעקויפט פון בארימטן פילאנטראפ לבית סאטמאר, החסיד ר' בערל ווייס פון לאס אנזשעלעס, וואס האלט אן די חזקה נאך פון זיין טאטן ר' משה וואס פלעגט עס קויפן ביי רבינו הק' זי"ע.
דאס בית המדרש אויסשטעל איז געווען זעלטן געלונגען אהערגעשטעלט פון די עסקני הקהלה, אויסצוניצן יעדע איינציגסטע אינטש פון בית המדרש, און צו קענען אריינעמען אין זיך די מאקסימום וואס נאר מעגליך. אבער מיט אלע אנשטרענגונגען האט מען נאך אלץ געהאלטן ביי אל"ף!
יעדער וואס האט זיך דורכגעדרייט דעם בית המדרש דעם יו"ט קען מעיד זיין, אז מ'האט איינפאך נישט געהאט קיין פלאץ צו אטעמען ווי ווייט דאס אויג האט געקענט זען האט געזשומעט מיט שווערע טויזנטער, מלא על כל גדותי', מיט רבבות ישראל וואס פרייען זיך בשמחת התורה, אין שפיץ פונעם רועה אבן ישראל.
אשרי עין ראתה, ווען רבינו שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין די הייליגע הקפות, מלובש אין די הייליגע מלבושי כהן גדול, די קאפטן, גארטל און טלית פון רבינו הקדוש זי"ע, אנהאלטנדיג צום הארץ דעם הייליגן ספר החיי"ם, די הייליגע אומשאצבארע ירושה-ספר פון צאנזער רב זי"ע; מלפניו לויפט דער לאנגיאריגער נאמן בית רבינו, בנש"ק הרה"ג ר' חיים יושע גאלד שליט"א, מרביץ תורה במוסדותינו, ומלאחריו זעט מען דאס פאטריארכאליש געשטאלט פון לעגענדארן משב"ק לבית סאטמאר, הרב החסיד ר' משה פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט מכבד געווען די ראשי קהלה ונכבדי הקהלה פון איבער דער גארער וועלט צו טאנצן מיט די ספרי תורה, אויפ'ן ספעציעלן פלאטפארמע וואס מ'האט אויפגעשטעלט פארנט פון באלעמער, וואס איז געווען באשיינט פון די רבנים, דיינים, בני וחתני רבינו, ועיני קהל בית סאטמאר.
און נאכאמאל דארף מען אונטערשטרייכן אז סאטמאר האט נאך אזוינע הקפות 'קיינמאל' בעפאר נישט מיטגעלעבט. טויזנטער געסט זענען געקומען צו פארן מכל מקומות מושבותיהם, און פון איבער דער גאנצער שטאט האט מען געשטראמט, ענדלאז, צו אט דעם אבן שואבת, וויליאמסבורג'ס צענטראל-פונקט, דאס הייליגע בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט.
יום שמיני עצרת
דאס בית המדרש האט פושט ולובש צורה געווען, און איז אצינד אויסגעלייגט מיט לאנגע רייען בענק און טישן, די קינדער דאווענען אויף די פארענטשעס, יונגעלייט פלאצירן זיך ביי די זייטיגע פלאטפארמעס, דאס פאליש איז פול געפאקט, און יעדער האלט מיט דאס הייליג דאווענען. א טרייסל לויפט דורך אין די הערצער ווען רבינו שליט"א קומט אריין אין בית המדרש, נאך א קורצע הפסקה, מלובש אין הייליגן קיטל פון רבינו הק' זי"ע, צו זיין דער שליח ציבור פון קהל עדתינו ביים בעטן תפלת גשם. מיט די מקובל'דיגע תנועות, נאכגעפאלגט פון די טויזנטער אידן, בעט זיך רבינו שליט"א כבן לפני אביו, די הייליגע שטיקלעך, מלא געגועין ונעימות דקדושה, געשטיקט מיט הייסע טרערן, וואס האט יעדן אריינגעדרינגען טיף אין די ביינער.
דער 'געזעגענען עפל-טיש' איז געווען פון די שענסטע איבערלעבענישן פונעם יום טוב! די 'גרויסע' סוכה איז געווען פיצל קליין און דאס געדרענג פון די טויזנטער אידן האט פשוט געגרייכט סכנות נפשות. מ'האט זיך געהאנגען איינער אויפ'ן צווייטן, און יעדער האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט צו קענען א בליק טון אויפ'ן מלך ביפיו, און פרובירן צו כאפן די סגולה-עפל וואס רבינו שליט"א האט געווארפן צום ציבור כמנהג אביו רבינו הק' בעל ברך משה זצ"ל, וואס האט זיך אזוי געפירט עפ"י מנהגו פון הייליגן דברי חיים מצאנז זי"ע.
ספעציעל האבן די טויזנטער בחורי חמד זיך ממש געריסן אויף די ווענט פרובירנדיג צו כאפן אן עפל מידיו הקדושים פון רבינו שליט"א ביים געזעגענען טיש, וואס איז אנגענומען אלס שטארקע סגולה בדוק ומנוסה געהאלפן צו ווערן בזווג הגון בקרוב. טאנצענדיג און מיט פרייליכע הערצער האט מען אהיימבאגלייט רבינו שליט"א, וואס האט זיך אנגעכאפט אויף די אקסלען פון אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און די אנדערע זייט בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, און די עסקני הקהלה האבן שווער געארבעט דורכצוהאקן א וועג דער רבי שליט"א זאל קענען אנקומען למעון קדשו אויף בעדפארד עוועניו. דער רבי איז ארויסגעקומען אויף דער טאראסע און געוואונטשן דעם גאנצן ציבור 'א גוט יום טוב' במאור פניו הקדושים.
שמחת תורה
ווידעראמאל האט מען דא בייגעוואוינט 'חידושים'! טראץ וואס די הקפות זענען געפראוועט געווארן גאר שפעט אויפדערנאכט און מ'האט געענדיגט שוין ווען ס'האט געטאגט, איז דאס בית המדרש געווען מלא וגדוש, געפּאקט פון שווערע טויזנטער אידן, וועלכע האבן געטאנצט שעות אויף שעות, אן אויפהער, בשמחת התורה בצל רבינו שליט"א.
דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו מערבית נאך חצות הלילה כנהוג, און נאך א פייערדיגן אתה הראת האט מען זיך גענומען טאנצן בכל עוז ותעצומות, ווען איבער'ן גאנצן בית המדרש טאנצן מיט צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן געשטראמט פון אלע עקן שטאט. עקסטער האבן זיך אנגעזען הונדערטער אנ"ש תושבי בארא פארק וועלכע האבן אריינגעוואקט פון בארא פארק נאך די צופרי סעודה, כדי צו קענען מיטהאלטן די הייליגע הקפות.
טראץ וואס דער רבי שליט"א האט געליטן אויף א שטיקל מיחוש אויף די פיס, האט דאס נישט אפגעהאלטן דעם רבי'ן פון די [color=#FF0000]עבודת הקודש אויף וואס טויזנטער אידן קוקן ארויס, קהל עדתינו עליך יסמוכו. מיט הייליגע הימלדיגע כוחות האט דער רבי שליט"א געטאנצט, ארומרינגלענדיג דאס ביהמ"ד איינמאל און נאכאמאל, מיט מסירת נפש עד כלות הנפש.[/color] ביים עלטערן דור האט ארויסגערופן אינערליכע נאסטאלגישע הרגשים מיטצוהאלטן ווען פארענט רבי'ן שליט"א לויפט אחיו הגדול, הגאון הצדיק מזענטא שליט"א, וואס האט ערניערט דאס הייליג בילד פון דעם נישט-ווייטן אמאל ווען דער רב שליט"א פלעגט לויפן פארענט פון זיין גרויסן טאטן בעל ברך משה זצ"ל ולא זז ידו מתוך ידו.
אין לויף פון די הקפות האט רבינו שליט"א עטליכע מאל זיך אפגעשטעלט זאגן הייליגע דברי תורה, הויכע לעכטיגע בחינות וואס מ'הערט נישט א גאנץ יאר. דאס הארץ האט געוואקסן פון פרייד זעענדיג די טויזנטער יונגע בחור'לעך לויפן זיך צוזאם פון גאנצן ביהמ"ד צום ריכטונג פון באלעמער און בייגן זיך צו מיט אלע כוחות אויפצוכאפן די הויכע בחינות וואס דער רבי שליט"א איז משמיע מעוטף בטליתו בקול מרוגש, וואס וועלן באגלייטן די צעירי הצאן דעם גאנצן יאר.
עד שאמרו רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית, האט דאס בית המדרש הגדול געקאכט און געזידט מיט די לעכטיגע הקפות און ריקודין נפלאים פון טויזנטער אידן אין שפיץ פון רבינו שליט"א.
יום שמחת תורה
הרב החסיד ר' אלימלך ווערצבערגער שליט"א האט אנגעהאלטן חזקת בית אבותיו מיט'ן דאווענען תפלת שחרית לפני התיבה, צו וועלכן רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אומגעפער עלף אזייגער. לויט ווי עס גיט איבער אן עסקן הקהלה האבן 'עטליכע טויזנט אידן' עולה געווען ביי די 23 ספרי תורה וואס זענען געווען אויסגעלייגט אין אלע עקן און אלע שטיבלעך פון בית המדרש הגדול, לויט א געניאלן סיסטעם וואס דער משמש ר' זלמן לייב פעלדמאן מיט זיינע מיטהעלפער האבן אהערגעשטעלט. כל הנערים איז געלאפן יעדע פינף מינוט, און דער ציבור האט זיך דערקוויקט פון דעם הערליכן סיסטעם.
און ווידעראמאל הערט מען פונעם פה ממלל רברבין דעם הייליגן 'אתה הראתה' געשריי און אלעמענס הערצער ווערן דערהויבן ביים הערן דעם רבי'ן אויסשרייען 'אין עוד מלבדו'.
אוי, מ'קען נישט! נאר טראכטנדיג פון די ווארט 'זעקסטע הקפה' וויל זיך צוריקזען יעצט אין הייליגן בית המדרש הגדול, צעקוועטשט, צעשטיפט, צעדרענגט און פארשוויצט, צווישן א מאסע פון צענדליגער טויזנטער טליתים און אומשאצבארע טויזנטער פלאכע היטן וואס האבן באדעקט די קעפ פון די רבבות ישראל, און זיך הייבן אין דער לופטן, לאזן אונטן אלע גשמיות'דיגע נישטיגע זאכן; עס ברענט, עס קאכט, עס פלאקערט, נישט פארהאן עפעס אנדערש ווי שמחת התורה.
דער זייגער קלאפט האלב זעקס נאכמיטאג, און מ'הייבט אן זינגען די אויסגעווייקטע שטיקלעך פונעם שיר געגועין פון בעל החרדים. דער דריי-דורות'דיגער סאטמארער משמש בקודש הרב ר' עזריאל גליק שליט"א פירט אן מיט'ן זינגען די בענקענדיגע ניגונים. אידן שטייען און פארגיסן טייכן טרערן ביים זיך מדבק זיין אין בורא עולם כביכול.
דער רבי שליט"א פארלאזט דעם באלעמער, די ספרי תורה האלטן די עיני העדה, די שענסטע און בעסטע וואס סאטמאר פארמאגט, אלע דייני הקהלה; אבער מ'קען נישט אראפשטעלן א פיס ווייטער. נישט פארהאן וואו צו גיין און וואו זיך צו קערן. פון ברעג צו ברעג איז איין ריזיגע מענטשן-מאסע. נישטא וואו זיך צו רירן.
א גרופע העלדישע עסקני הקהלה גבורי כח, אין שפיץ פון לעגענדארן משמש הקהלה הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן, האבן זיך א לאז געטון אינאיינעם און מיט איבערמענטשליכע כוחות זיך גענומען אויסהאמערן א וועג, פיס ביי פיס, אז דער רבי שליט"א זאל כאטש קענען האבן א שמאלן ארט וואו צו קענען לויפן ביי די הייליגע הקפות אויף וואס רבבות ישראל קוקן ארויס מיט כיסופין. היטן פליען אין דער הייך, טויזנטער מענטשן ריקן זיך אינאיינעם, מ'וויגט זיך אהין און צוריק, מ'זוכט די ברילן, מ'קנייטש אויף די היטן, און ענדליך..... מלך ביפיו תחזינה עינינו!! אשרי עין ראתה, דער רבי שליט"א הייבט אן לויפן מיט העכערע כוחות. פלוצים הייבט דער רבי אויף דעם צאנזער ספר אין דער הייך און הייבט אן פראווען די 'נענועים'! דער עולם איז אריינגעפאלן אין אומבאשרייבליכע עקסטאז! מ'האט געטאנצט און געשפרינגען, געזינגען און זיך געהויבן, איינמאל און נאכאמאל! טאטעס הייבן די קינדער אין די הייך און צייגן: כזה ראה וקדש! אט קוקט ווי דער לעבעדיגער ספר תורה, עטרת ראשינו שליט"א, רעכט אפ אזוי הייליג און אריגינעל די לעכטיגע הקפות, בו ירוץ צדיק ונשגב, גענוי אזוי ווי זיינע הייליגע זיידעס ולמעלה בקודש, און פון יעדנס הארץ האט זיך ארויסגעבעטן א הייס געבעט: ימים על ימי מלך תוסיף, מיר זאלן נאך לאנגע געזונטע יארן זוכה זיין זיך צו ווייקן ביים גרויסן מנהיג ישראל, וואס פירט אונז מיט הימלישע כוחות במעגלי צדק, למען שמו יתברך!
ובכן מה נהדר, מה נחמד ויקר, הי' המראה - אשרי עין ראתה שמחת קהלינו - אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!
אין די יעצטיגע מינוטן טוען צענדליגער טויזנטער אידן פארפלייצן די בעדפארד עוועניו גאסן ביים אהיימבאגלייטן דעם רבי'ן שליט"א נאך דעם הייליגן עבודת היום, ויום טוב היו עושין בצאתו בשלום מן הקודש!
המשך יבוא!