☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אויסדרוקן פון די פארגאנגענע יו"ט בצל מהרז"ל

אויסדרוקן פון די פארגאנגענע יו"ט בצל מהרז"ל

267 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2032
בלאט: 1 2 3 4 5 6

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:48 pm

· #50314
שרייבער
זר זהב
גאלד
זר זהב
נישט דאס וואס דער שקרן צוויבל האטיר געגעבן.

מהיכי תיתי אז ס'נישט ביידע אמת, לכתחלה האט ער געוואלט ר' אהרן נאכדעם האט ער חוזר געווען,
זעהסטאך איז וויזשניץ איז אזוי געווען,

פארוואס זאל איך זאגן אז צוויבל איז א ליגנער, אויב ס'נישט מוכרח

איך בין קאנווינסט אז לכתחלה האט דער ברך משה נישט געוואלט נאו פארט און ר' זלמן לייב ער זאל האבן סיי וואסערע הנהגה אין סאטמאר,

לאמיר גיין שטאטעלעך? קודם ענטפער מיר לאגישערהייט וויאזוי מאכט עס אפילו א טראפעלע סענס אז דער ב"מ זאל נישט וועלן אז זיין 2טער געלונגעסטער זין זאל נישט האבן קיין פארט אין סאטמאר ווען פאר אנדערע קינדער/איידעמער האט ער געגעבן סאטמערע שולן איבעראל?!?!?!

וויאזוי קען דאס מאכן סענס אן דעם וואס ס'זאל זיין יד אחרים באמצא??

זיי דו אליין מסביר פארוואס האט ער פון תשמ"ב ביז תשמ"ה געטיילט פאזיציעס פאר אלע קינדער (ר' חיים יושע האט געשפעטיגט ביז נ"ו וועגן ער האט געבעטן קינדער כידוע ליודעים, ועוד קאן זיין ער איז נאך געווען גאר יונג) און פארן איינציגן ליבלינג דער "געלונגענער" קינד האט ער גארנישט געגעבן?
דער תי' איז וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' אלישע הורוויץ, איך האב אים געגעבן א בילדינג אין ווערט פון א הון רב, א סיגעטער ביהמ"ד א ישיבה איך וויל נישט ער זאל האבן א דריסת הרגל אין סאטמאר ווייל ער וועט נאר מאכן צרות

דער טערעץ איז משה גבאי!

צרות אין סאטמאר האט געמאכט ר' אהרן. מהרי"י האט דעם עכטן סאטמארן עולם (ווי געשריבן ערגעץ אנדערש איז רבי יואל ט"ב זי"ע אויך געווען א 'סאטמארער'. נישט אלע ארוינים ווייסן דאס. ביי זיי האט זיך סאטמאר אנגעהוין מיט'ן ב"מ)

קלאר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:48 pm

· #50316
זר זהב
דער האט געזאגט יענער האט געזאגט. דאס איז סתם נאריש, קיינער אינישט מחייב צו גלייבן קיינעם. יעדער האט אן אגענדע. צוויבל גלייכט ר אהרן אפילו אויב דער ב"מ וואלט געשריגן אז ער וויל מהרי"י פון תש"מ אנגעהויבן.

ווען ר' הירצקא איז אריינגעקומען אין בילד האט שוין דער ברך משה לכאורה אויפגענומען געהאט ר' אהרן
ר' הירצקא'ס חסידות פאר ר' אהרן קומט דירעקט פין ברך משה

אין נאכמאל, ר' הירצקא איז געווען אן אמת'ע חסיד אין א געטרייע מענטש
ווען ער זאל 'קלאר' הערן פונעם ברך משה מיט א קלארען מוח אז ר' זלמן לייב זאל באקומען א שטעלע אין סאטמאר אויף דער עלטער 'וואלט ער זיך אינטערגעווארפען''

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:49 pm

· #50318
זר זהב
וואו איז ר' משה הערש רייזמאן? ער האט זיך געהארגעט פארן' ב"מ מער ווי הרב שטיין... וואו איז ר' אהרן פר"מ? וואו איז ר 'מרדכי דוד ווידער? הא?

ווען מ'קוקט אויף א בילד פון א אויבנאן טיש פון מהרי"י דערמאנט עס פונעם ב"מ טיש (דער בעקגראונד. ווידער, ר' אהרן פר"מ, משה גבאי. רייזמאן). אלע היימשע פנימער. ווען מ'קוקט אויף ר' אהרען זעהט מען עפעס א פישער מיט א מענדעלוויטש וויסעך וואס. עפעס ענדליך צו א סקווירא טיש.

דו האסט דאך ליב צו רעדן פון יוסל וו"מ ביי מסע המלכות תשמ"ג, קוק יענע בילדער וועסטו אויך זען יושע מענדלאוויטש, ער האט זיך היבש געדרייט ביים ברך משה

משה פאלקאוויטש מיט מאיר פערל זענען ביי מיר חשובער ווי משה הערש רייזמאן מיט אהרן פר"מ, און ר' יקותיאל הערש וו"ב א גרעסערע כבוד ווי יענקל כהנא

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:50 pm

· #50320
זר זהב
דער האט געזאגט יענער האט געזאגט. דאס איז סתם נאריש, קיינער אינישט מחייב צו גלייבן קיינעם. יעדער האט אן אגענדע. צוויבל גלייכט ר אהרן אפילו אויב דער ב"מ וואלט געשריגן אז ער וויל מהרי"י פון תש"מ אנגעהויבן.

דאס איז נישט "דער האט געזאגט יענער האט געזאגט" דאס איז שילדערונג מיט ספעציפישע דעטאלן פון רבנישע פערזענליכקייטן וואס האבן קיין שום חזקת שקרן, געזאגט פאר א ארון קודש,

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:50 pm

· #50321
קלאר
זר זהב
דער האט געזאגט יענער האט געזאגט. דאס איז סתם נאריש, קיינער אינישט מחייב צו גלייבן קיינעם. יעדער האט אן אגענדע. צוויבל גלייכט ר אהרן אפילו אויב דער ב"מ וואלט געשריגן אז ער וויל מהרי"י פון תש"מ אנגעהויבן.

ווען ר' הירצקא איז אריינגעקומען אין בילד האט שוין דער ברך משה לכאורה אויפגענומען געהאט ר' אהרן
ר' הירצקא'ס חסידות פאר ר' אהרן קומט דירעקט פין ברך משה

אין נאכמאל, ר' הירצקא איז געווען אן אמת'ע חסיד אין א געטרייע מענטש
ווען ער זאל 'קלאר' הערן פונעם ברך משה מיט א קלארען מוח אז ר' זלמן לייב זאל באקומען א שטעלע אין סאטמאר אויף דער עלטער 'וואלט ער זיך אינטערגעווארפען''

מען בויט דאך נישט נאר אויף ר' הירצקא, דער סאטמאר מאנטשעסטער רב זאגט אויך אזוי, ער איז אויך א שקרן? נאר ווער זאגט אמת? דער פאטריאכאלישער צורה פונעם לאנגן שד בצורת אדם וואס האט זיין מגי"ש אראפגעווארפן אלע טרעפ?

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:51 pm

· #50323
נאו פראבלעם! ס'אבער דאך א חילוק. ס'איז מער סייקאלאדזשיקל.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:53 pm

· #50324
גאלד
זר זהב
דער האט געזאגט יענער האט געזאגט. דאס איז סתם נאריש, קיינער אינישט מחייב צו גלייבן קיינעם. יעדער האט אן אגענדע. צוויבל גלייכט ר אהרן אפילו אויב דער ב"מ וואלט געשריגן אז ער וויל מהרי"י פון תש"מ אנגעהויבן.

דאס איז נישט "דער האט געזאגט יענער האט געזאגט" דאס איז שילדערונג מיט ספעציפישע דעטאלן פון רבנישע פערזענליכקייטן וואס האבן קיין שום חזקת שקרן, געזאגט פאר א ארון קודש,

וואס זאגט ר' עזריעל גליק?

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:54 pm

· #50325
משה הערש רייזמאן האט מען נישט געטרויעט מיט'ן סוד? ער האט ניטש געשפירט אלע יארן אז דער ב"מ וויל ר' אהרנ'ן? ער איז נישט אזוי געטריי געווען פארן ב"מ ווי צוויבל?

קלאר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:55 pm

· #50326
זר זהב
שרייבער
זר זהב
גאלד

מהיכי תיתי אז ס'נישט ביידע אמת, לכתחלה האט ער געוואלט ר' אהרן נאכדעם האט ער חוזר געווען,
זעהסטאך איז וויזשניץ איז אזוי געווען,

פארוואס זאל איך זאגן אז צוויבל איז א ליגנער, אויב ס'נישט מוכרח

איך בין קאנווינסט אז לכתחלה האט דער ברך משה נישט געוואלט נאו פארט און ר' זלמן לייב ער זאל האבן סיי וואסערע הנהגה אין סאטמאר,

לאמיר גיין שטאטעלעך? קודם ענטפער מיר לאגישערהייט וויאזוי מאכט עס אפילו א טראפעלע סענס אז דער ב"מ זאל נישט וועלן אז זיין 2טער געלונגעסטער זין זאל נישט האבן קיין פארט אין סאטמאר ווען פאר אנדערע קינדער/איידעמער האט ער געגעבן סאטמערע שולן איבעראל?!?!?!

וויאזוי קען דאס מאכן סענס אן דעם וואס ס'זאל זיין יד אחרים באמצא??

זיי דו אליין מסביר פארוואס האט ער פון תשמ"ב ביז תשמ"ה געטיילט פאזיציעס פאר אלע קינדער (ר' חיים יושע האט געשפעטיגט ביז נ"ו וועגן ער האט געבעטן קינדער כידוע ליודעים, ועוד קאן זיין ער איז נאך געווען גאר יונג) און פארן איינציגן ליבלינג דער "געלונגענער" קינד האט ער גארנישט געגעבן?
דער תי' איז וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' אלישע הורוויץ, איך האב אים געגעבן א בילדינג אין ווערט פון א הון רב, א סיגעטער ביהמ"ד א ישיבה איך וויל נישט ער זאל האבן א דריסת הרגל אין סאטמאר ווייל ער וועט נאר מאכן צרות

דער טערעץ איז משה גבאי!

צרות אין סאטמאר האט געמאכט ר' אהרן. מהרי"י האט דעם עכטן סאטמארן עולם (ווי געשריבן ערגעץ אנדערש איז רבי יואל ט"ב זי"ע אויך געווען א 'סאטמארער'. נישט אלע ארוינים ווייסן דאס. ביי זיי האט זיך סאטמאר אנגעהוין מיט'ן ב"מ)

וואס הייסט די 'עכטע' סאטמערע עולם?
ווער האט די פאלטשע
וויפיל עלטערע תלמידים זיצן ביי ר' זלמן לייב'ס טיש?

וואס פראבירסטו?

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:55 pm

· #50327
און ווען איז ר' מרדכי דוד ווידער געווארן אזא אפענער בוגד אינעם ב"מ?

דעם סאטמארן דיין פון אנטווערפען דארף איך גלייבן.....

גיממי עי ברעיק

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:55 pm

· #50328
זר זהב
גאלד
זר זהב
דער האט געזאגט יענער האט געזאגט. דאס איז סתם נאריש, קיינער אינישט מחייב צו גלייבן קיינעם. יעדער האט אן אגענדע. צוויבל גלייכט ר אהרן אפילו אויב דער ב"מ וואלט געשריגן אז ער וויל מהרי"י פון תש"מ אנגעהויבן.

דאס איז נישט "דער האט געזאגט יענער האט געזאגט" דאס איז שילדערונג מיט ספעציפישע דעטאלן פון רבנישע פערזענליכקייטן וואס האבן קיין שום חזקת שקרן, געזאגט פאר א ארון קודש,

וואס זאגט ר' עזריעל גליק?

איך ווייס נישט,
איך ווייס ער געהער צו רז"ל,
האט ער עפעס א קלעים

קלאר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:56 pm

· #50329
זר זהב
גאלד
זר זהב
דער האט געזאגט יענער האט געזאגט. דאס איז סתם נאריש, קיינער אינישט מחייב צו גלייבן קיינעם. יעדער האט אן אגענדע. צוויבל גלייכט ר אהרן אפילו אויב דער ב"מ וואלט געשריגן אז ער וויל מהרי"י פון תש"מ אנגעהויבן.

דאס איז נישט "דער האט געזאגט יענער האט געזאגט" דאס איז שילדערונג מיט ספעציפישע דעטאלן פון רבנישע פערזענליכקייטן וואס האבן קיין שום חזקת שקרן, געזאגט פאר א ארון קודש,

וואס זאגט ר' עזריעל גליק?

וואס זאגט ווער?
וואס האט ער געזאגט תשל''ט?

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:58 pm

· #50330
זר זהב
משה הערש רייזמאן האט מען נישט געטרויעט מיט'ן סוד? ער האט ניטש געשפירט אלע יארן אז דער ב"מ וויל ר' אהרנ'ן? ער איז נישט אזוי געטריי געווען פארן ב"מ ווי צוויבל?

א קשיא אויף א מעשה

קלאר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:00 pm

· #50332
זר זהב
משה הערש רייזמאן האט מען נישט געטרויעט מיט'ן סוד? ער האט ניטש געשפירט אלע יארן אז דער ב"מ וויל ר' אהרנ'ן? ער איז נישט אזוי געטריי געווען פארן ב"מ ווי צוויבל?

כ'ווייס נישט וואס איז די יוחס מיט רייזמאן אז די כאפסט אן דעם נאמען
די ווילסט אים פארגלייכן מיט ר' הירצקא??
באלד וועסטו פרעגן פארוואס ער האט נישט פארטרויעט פארן הויז בחור?

אגב, ביז משה'ס מערכה איז רייזמאן אויך געווען א חסיד פין ר' אהרן אין אויך געוויסט אין געזאגט אז דער רבי וויל אים

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:03 pm

· #50334
זר זהב
און ווען איז ר' מרדכי דוד ווידער געווארן אזא אפענער בוגד אינעם ב"מ?

דעם סאטמארן דיין פון אנטווערפען דארף איך גלייבן.....

גיממי עי ברעיק

זה לא קשה מידי ומשם אינו ראי',

די מציאות איז אז ווען די 2 רבנים האבן מוסר געווען די עדות איז שוין יעדער געווען איינגעגלידערט און אינוועסטעד זייער כח און מח פאר לאנגע יארן ביי זייער צד,
און ס'כמעט אומעגליך אז א מענטש זאל פלוצלינג טוישן מקצה אל הקצה, ס'שווער, איין שלמה שמש האט דאס געטאן און ס'האט זיך געטאן איבערקערענישן,

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:04 pm

· #50335
נו רב גאלד, דאן זאגסטע אליינס אז מ'קען זיי נישט גלייבן? איא?

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:07 pm

· #50337
זר זהב
נו רב גאלד, דאן זאגסטע אליינס אז מ'קען זיי נישט גלייבן? איא?

מיש נישט הודו מיט כוש פליז

איך רעד פון געוויסע רבנישע אידן וואס "שילדערן" א ספעציפש געשיכטע,
קומסטו מיט א "מעשה רב" פון געוויסע וואוילע אידן, בלויז א זיי "זענען" זאליס,

דאס איז אינגאנצן נישט דומה

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:10 pm

· #50339
ניין איך רעד נישט פון ''געוויסע וואולע אידן'', כ'רעד פון ''שטוב מענטשן'' ביים ב"מ!

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:14 pm

· #50341
איך מיין טראכט באמת אריין,

צו גיין זאגן אז דער ר' הירצקא מיט רב הורוויץ האט נישט מער און נישט ווייניגער ווי זיך אראפגעזעצט און אויפגעקאכט א גאנצע טשאדעלע באדעלע שלא הי' ולא ולא נברא און נאך האבן די גאטס צו עס שילדערן מיט א בלעכענעם פנים פאר א עדה אידן, דאס מוז זיין א געפערליכער עקלדיגער לץ און גאר גאר נידעריג, ס'נישטא קיין שום היסטאריע אז די 2 זאלן האבן סיי וואספארא שטריכן פון געמיינע מידות, אדרבא די זענען ידוע אלס גאר איידעל און צירוקגעצויגן

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:17 pm

· #50345
צוויבל איז אין מיין ביך א גארנישט מיט נישט. א לץ? פארוואס נישט? א לץ קען נישט טראגן א ביבער הוט? משה גבאי איז נישט קיין צו קלענערע ת"ח פון צוויבל נאר א שאד ער טראגט א שטאפענעם הוט.

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:27 pm

· #50352
סאו נאך די שילדערונג, האט צוויבל זיך איינגעשפארט מיט שמואל ווידער און אויסגעשאסן און א קייכעדיגע געלעכטער, "אוי האסטו עס גוט געמאכט!! הירצקע!"

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:28 pm

· #50355
אגב הירצקא צוויבל איז א ראש הכולל

היסטאריקער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:02 pm

· #50372
ראו מה בין בני לבן חמי
קוקט וויאזוי צד מהר״א באריכט דעם יו״ט, כמעט נאר טרוקענע פאקטן

די געהויבענע "צווייטע טעג"
א גאהר מייסטרהאפטיגע און איבערגעגעבענע ארבעט איז אהערגעשטעלט געווארן מצד הנהלת מוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג פון איין זייט, און מצד דער וועד האש"ל - אנגעפירט דורך די בארימטע מערכת פון "קול סאטמאר" - פון די צווייטע זייט, אהערצושטעלן די אש"ל וועלכער איז סטאנציאנירט געווארן בבנין הת"ת אויף ווייט עוו., ווי פולע הונדערטער געסט זענען איינגעשטאנען דורכאויס דעם יו"ט פאר אכילה שתי' און לינה.
ספעציעל האט דער וועד האש"ל אנגעפירט מיט די דירות אפאראט ווי מען האט אפערירט צווישן דינגער און פארדינגער וואס האט ערמעגליכט פאר אלפי אנ"ש מחוץ לעיר צו טרעפן דירות אין וויליאמסבורג אויף די צווייטע טעג.
אזוי אויך איז דאס ביהמ"ד הגדול און די בניני הקהלה אהערגעשטעלט געווארן מיט אלע הצטרכות'ן דורך די געטרייע שמשים והנהלת הקהלה ועל צבאם דער גזבר הקהלה מוה"ר שלום אליעזר פראנקעל הי"ו, וועלכע האבן געזארגט אויף יעדן דבר קטן כגדול אויף א מסודר'דיגע פארנעם.

ליל שמיני עצרת
שמיני עצרת אויפדערנאכט ארום 8:30 איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מעריב, מיט מערבית איז נתכבד געווארן מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק, און דאן האט דער רבי שליט"א פאהרגעזאגט אתה הראית מיט גרויס התרגשות און התעוררות.
נאכגעפאלגט האבן די גאהר געהויבענע הקפות וואס איז אומבאגרייפליך פאר א נישט-באטייליגטער און מיר וועלן עס בכלל נישט פרובירן צו שילדערן און באריכטן.
שפעט אויפדערנאכט ארום 1:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מעריך זיין שלחנו הטהור אין היכל תהילת יהוסף, מיט'ן פיוט האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א מו"ץ ד'קהלתינו הק' סאוט אכט סט.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן. מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ מ'סלאטפינא שליט"א.

יום שמיני עצרת
ביום שמיני עצרת אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אום 10:40, דער בעל תפילה ביי פסו"ד איז געווען הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו מאנסי שליט"א, און צו תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה.
בעפאר קריאת התורה האט מען פארקויפט עטליכע זכותים ובתוכם "אתה הראית" פון שמח"ת אויפדערנאכט ווי עס האט געקויפט מוה"ר אברהם שמואל כהנא הי"ו פון בארא פארק וועלכער האט דערמיט מכבד געווען כ"ק מרן רבינו שליט"א.
פתיחה צו תפילת גשם האבן געקויפט די הנהלת מוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג וועלכע האבן דערמיט מכבד געווען מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו.
מיט הוצאה והכנסה צו קריאת התורה זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ד'קהלתינו ב"פ, און הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ד'קרית וביהמ"ד ויואל משה.
די עלי' פון כהן האט עולה געווען מוה"ר אלי' שאול כ"ץ הי"ו פון בארא פארק, לוי – האברך ר' יוסף ברא"ש ווערצבערגער הי"ו וועלכער האט געגעבן א נאמען להולדת הבת למז"ט, מיט שלישי האט הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א מכבד געווען הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, רביעי האט עולה געווען מוה"ר בערל יאקאבאוויטש הי"ו, חמישי – מרן רבינו שליט"א.
מיט הגבה אויפ'ן ערשטן ספר איז מכובד געווארן מוה"ר שמואל בערגער הי"ו פון לאנדאן, און מיט גלולה מוה"ר משה יצחק שטערנליכט הי"ו פון לאנדאן.
מפטיר האט עולה געווען מוה"ר שלמה משה קלאגסברוין הי"ו פון קרית יואל. מיט הגבה אויפ'ן צווייטן ספר איז מכובד געווארן מוה"ר אברהם בראך הי"ו.
נאך יזכור איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מוסף און גשם ווי דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה.
נאך מוסף איז געפראוועט געווארן דער קידושא רבה דורך מרן רבינו שליט"א אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה און מען האט געזינגען ניגונים לכבוד יו"ט.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
דאן האט דער רבי שליט"א געפראוועט די סעודת יו"ט אינאיינעם מיט די געסט מעבר לים אין ביהמ"ד שע"י ביתו נאוה קודש, ווי דער רבי שליט"א האט מכבד געווען נכדו הר"ר חיים הערש אשכנזי שליט"א מיט'ן פיוט, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען חדב"ן הגה"צ ר' העניך שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק בק"י.
קורץ נאך די סעודה האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה און תיכף דערנאך ערשינען אין די סוכה הגדולה צום געזעגענען פון די סוכה.
כנהוג האבן די חברה קדישא געשטעלט וויין און מוה"ר אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו משמש ד'ביהמ"ד הגדול קרית יואל האט אנגעגאסן די וויין פאר'ן רבי'ן שליט"א און דערנאך זענען אלע אנשי החברה קדישא דוירכגעגאנגען דעם רבי'ן שליט"א פאר ברכת לחיים.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
נאך די תורה האט דער רבי שליט"א פארטיילט עפל, וועלכער איז אויסגעשטעלט געווארן אויף א מייסטערהאפטיגער סדר, און תיכף נאך לשנה הבאה איז מען אריין אין א פייערדיגע ריקודין וועלכער עס איז נמשך געווארן צום ביהמ"ד הגדול בעת דער רבי שליט"א טאנצט אנגעכאפט מיט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וומסב"ג שליט"א און הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א.
א מחזה הוד האט זיך אפגעשפיעלט אין היכל ביהמ"ד הגדול בעת דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די ריקודין וועלכע'ס עס האט אנגעהאלטן פאר א שטיק צייט און דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן גוט יו"ט לכל הקהל הקודש און פארלאזט דאס ביהמ"ד.

ליל שמחת תורה
עס איז שוין געווען די זמן ווען אלפי אנ"ש האבן זיך געשטעלט דאווענען מעריב און געפירט די "שנעלע הקפות" און אין ביהמ"ד הגדול איז געפראוועט געווארן די התרגשות'דיגע "קינדער הקפות" אנגעפירט דורך די געטרייע מלמדים ומנהלים שליט"א.
הארט בעפאר חצות הלילה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו מעריב, ווי דער בעל תפילה איז געווען הרה"ח מוה"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו משב"ק, און נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א צוריקו אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אתה הראית.
בעת די הקדמה האט דער רבי שליט"א דריי מאהל מפסיק געווען באמירת דברי תורה, און אזוי אויך איין מאהל אינמיטן די ערשטע הקפה.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
עס איז שוין געווען באשמורת הבוקר ווען דער רבי שליט"א האט פארענדיגט די עבודת הקודש פון די פייערידגע הקפות. ביי קריאת התורה האט עולה געווען כהן מוה"ר מענדל מאיר גליק הי"ו, לוי- מוה"ר עקיבא הירש הי"ו, שלישי – מרן רבינו שליט"א.
מיט הגבה איז מכובד געווארן העסקן מוה"ר הערשל האלצער הי"ו פון בני ברק, און מיט גלולה העסקן מוה"ר הלל ראזענבערג הי"ו.
די דאזיגע סעודה פון ביינאכט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן פריוואט בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט מכבד געווען מיט'ן פיוט נכדו הב' פרע"ח יוקל ני"ו, און מיט ברכהמ"ז נכדו הר"ר ליפא שליט"א בני חדב"ן הה"צ ר' ברוך שליט"א רב דביהמ"ד ויואל משה – ברך משה ב'קרית יואל.

יום שמחת תורה
אנגעהויבן פון גאהר פרי נאך די ביינאכט הקפות פון רבי'ן שליט"א, האבן די בניני קהלתינו אנגעהויבן ווירבלען מיט מניני שחרית און מניני קריאת התורה פאר די פילע טויזענטער עולים לתורה בלעיה"ר, אהערגעשטעלט אויף א גאהר מסודר'דיגע אופן דורך איבערגעגעבנע עסקני הקהלה, וועלכע'ס האט זיך געצויגן פאר זיבן שעה אין נאכאנאנד.
אום 11:20 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען ווי דער בעל תפילה איז געווען מוה"ר יודל ווערצבערגער הי"ו, און נאך שחרית איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שלום מאיר רובין הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל, דערנאך איז געווען א קורצע הפסקה.
אום 1:40 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אתה הראית, נאכגעפאלגט מיט די פייערדיגע הקפות ווי מען האט זיך געפרייט בשמחת התורה און דער רבי שליט"א האט אפגערראכטן די עבודת הקודש בהתלהבות עצומה בעת דאס גאנצע ביהמ"ד פריידט זיך מיט אויף אן אופן וואס "הדרה לא אפשר למפרט בשפוותא"!
בעת די הקדמה האט דער רבי שליט"א דריי מאהל מפסיק געווען מיט אמירת ד"ת – וואס מיר וועלן אי"ה דערמיט נאכפאלגן.
ביי די צווייטע הקפה האט מען בפקודת מרן רבינו שליט"א מכבד געווען די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אינעם פארלאפענעם יאהר געשטעלט צום פארהער ביים רבי'ן שליט"א אויף 1000 בלאט גמרא אדער אויף גאנץ הל' שבת אדער אויך שו"ע יו"ד חלק א'.
וויבאלד עס איז בלעיה"ר נישט געווען גענוג ספרי תורה פאר די מצטיינים, איז עס פארצויגן געווארן אויף צו די דריטע הקפה. ביי די פערטע הקפה זענען מכובד געווארן אלע נכדי מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה.
איידער די זעקסטע הקפה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען התעוררות'דיגע דברות קודש ודברי הכנה צו די זעקסטע הקפה – די תוכן וועט אי"ה נאכפאלגן – און באלד דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די עבודה פון די זעקסטע הקפה בעת דער רבי מאכט "נענועים" מיט די ספר תורה.
מיר טוען נאכמאהל דערמאנען איז מיר ציטירן בלויז די טריקענע פאקטן זייענדיג אוממעגליך צו שילדערן די אטמאספערע און די געהויבענע ריקודין באיכות ובכמות וואס האט זיך אפגעשפילט אין ביהמ"ד הגדול דוירכאויס די גאנצע הקפות ובפרט ביי די זעקסטע הקפה.
ביי קריאת התורה נאך די הקפות האט עולה געווען כהן מוה"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו משב"ק, לוי – מוה"ר יודל ווערצבערגער הי"ו, שלישי – מוה"ר חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, רביעי – מוה"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, חמישי – מרן רבינו שליט"א, ביי וועלכע דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען פאר מיידלעך הנולדים לאנ"ש למז"ט, און דאן איז געווען א גאהר קורצע הפסקה, און דערנאך האט דער מנין פון רבי'ן שליט"א פאר קריאת התורה און מוסף ממשיך געווען אין היכל תהילת יהוסף נאך ווי עס איז שוין געווען גאהר שפעט נאכמיטאג און דאס ביהמ"ד הגדול האט געמוזט צוגעגרייט ווערן צו די גרויסארטיגע שלחן הטהור לרגל נעילת החג.
דער רבי שליט"א האט עולה געווען "חתן תורה", און מיט הגבה איז מכובד געווארן מוה"ר משה אהרן שטיינבערג הי"ו פון קרית יואל, און מיט גלולה הר"ר יואל בהררש"ב קרויס הי"ו פון לאנדאן.
"חתן בראשית" האט עולה געווען מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק, און מיט הגבה איז מכובד געווארן מוה"ר שמואל מרדכי פריעדמאן הי"ו פון לאנדאן, און מיט גלולה הר"ר אברהם בהררש"ב קרויס הי"ו פון לאנדאן.
"חתן מפטיר" איז געקויפט געווארן פאר הבה"ח ישראל מענדל שווארץ הי"ו משב"ק, און דאן איז מיט הגבה מכובד געווארן הר"ר שמואל פרענקל הי"ו פון לאנדאן, און מיט גלולה מוה"ר מאיר שלום ב"ר אברהם יחיאל לעוו הי"ו פון לאנדאן.
דער בעל תפילה ביי מוסף איז געווען מוה"ר מאיר פערל הי"ו, און צו מנחה איז צוגעגאנגען מוה"ר מנחה יואל וויינבערגער הי"ו.
עס איז שוין געווען עטליכע מינוט צום זמן ווען דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד, וועלכע'ס איז שפעטער נמשך געווארן ביים נעילת החג אין ביהמ"ד הגדול.

ארום א האלבע שעה נאכ'ן זמן איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו די נעילת החג טיש, ווי עס זענען געזינגען געווארן מערערע ניגוני שמחה לכבוד יו"ט און אזוי אויך ניגוני דבקות המיוחסים צום הייליגן קדושת לוי זי"ע וועמענס הילולא עס געפאלט די וואך.
בעת'ן טיילן די שיריים ביים טיש זענען נתכבד געווארן מוה"ר ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג, מוה"ר ישראל ארי' פישער הי"ו פון בארא פארק, און מוה"ר אהרן שפיצער הי"ו פון קרית יואל עולה צו זיין על שלחן מלכים צו פארטיילן די שיריים פאר'ן ציבור.
דאן האט דער רבי שליט"א געבענטשט, און נאכ'ן זאגן ברוך המבדיל האט דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויפ'ן מייק כדי אז דער גאנצער ציבור בלעיה"ר זאל קענען הערן, און דערנאך פאהרגעלערנט די גמ' אין מס' ברכות פון בבלי און ירושלמי.

מוצאי יו"ט
עס איז שוין געווען ארום דריי שעה נאכ'ן זמן ווען דער רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה, און דאן איז דער רבי שליט"א ערשינען אויפ'ן באלקאן פון ביהמ"ד הגדול ווי עס האט שוין דאן אפגעווארט דער ציבור פון אלפי החסידים אנשים נשים וטף צו הערן דעם ברכת הקודש לקראת ימי החורף הבעל"ט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:06 pm

· #50374
שעפטל
ס'ווערט געזוכט די וועג צוריק...
📎 closed.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:13 pm

· #50378
היסטאריקער

ראו מה בין בני לבן חמי
קוקט וויאזוי צד מהר"א באריכטעט דעם יו"ט, כמעט נאר טרוקענע פאקטן

איך וויל מיך נישט אריינשטופן אין די שמוצוועש וואס איז שוין נישט געוואשן איבער 10 יאר,
נאר א זייטיגע הערה, כו"ע מודי אז אויב פראפעגאנדע, זענען די ארונים פיל ערגער ווי מהרז"ל.
אפגעזעהן פון דעם ספעציפישן יו"ט באריכט וואס איז גראדע א באווייז אויף פארקערט,
איז אבער דער בלאט וואס האט אויסגעלערנט דעם דרך פון איבערשטייגן אלע פאנטאזיעס
מחזור דברי יואל קען זיך פארשטעקן פאר די בלאט באריכטן (פון אמאל)
יעדע שמחה'לע האט געהאט 50,000 מענטשן מיט שיך און זאקן.

אגב, זאגט מיר לעצטנס איינער א הלצה, פארוואס האט ר' אהרן נישט געלאזט גיין צום כינוס כלל ישראל
ווייל ער האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן עכט זעהן וואס מיינט 50,000 מענטשן...

איך וועל נישט אגריען דערצו, איך האב נישט ליב ליצנות צו מאכן פון קיינעם
איך פארגין גערן פאר ביידע צדדים אלעס וואס זיי האבן און נאך סך מער,
אבער עס באדערט מיר אז צד מהר"א שטעלט זיך אהער ווי זייערע באריכטן זענען גאר בפשטות
כאילו זיי ווייסן נישט בכלל וואס מיינט פי.אר.
נאר די אנדערע זייט זענען איבערטרייבערס,
בשעת זיי האבן דאס אריינגעברענגט ביים היימישן עולם.

היסטאריקער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:26 pm

· #50386
שמעקעדיג

במח״כ ביסטו נישט גערעכט

איך גיי דיר ענטפערן אויף דעם נאכדעם וואס די וועכענטליכע צייטונגען וועלן ערשיינען, און איך וועל זיי לייענן

האלט אייך געשפאנט

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:32 pm

· #50389
מען רעדט נישט פון יעצט.
איך רעד פון וואס איז געווען די אלע יארן ביז אהער.
ביסט דאך אן 'היסטאריקער', דארפסטו וויסן אז היסטאריע קען מען נישט פארדרייען
איך פלעג אלץ לייענען דעם בלאט, גאנץ ליב געהאט, נאר די איבערגעטריבענקייט האב איך נישט פארנומען.

איך זאג נישט אז "דאס איז צד מהר"א", איך בין מודה אז ס'איז נאר אפאר שרייבערלעך,
און אויך די איצטיגע אימעילס זענען ווארשיינליך שרייבערלעך,
ווי איך האב שוין אויבן ערווענט.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דעם "מום שבך אל תאמר לחברך", וזהו.

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:55 pm

· #50397
זר זהב
צוויבל איז אין מיין ביך א גארנישט מיט נישט. א לץ? פארוואס נישט? א לץ קען נישט טראגן א ביבער הוט? משה גבאי איז נישט קיין צו קלענערע ת"ח פון צוויבל נאר א שאד ער טראגט א שטאפענעם הוט.

צוויבל איז ביי דיר גארנישט פאר איין סיבה, ווייל ער האט זיך צוגעשטעלט צו מהר"א
במציאות איז ער א ריזן תלמיד חכם, וואס דארפסטו מער פון דעם אז דער רבי דער ברך משה האט אים ממנה געווען צו זיין ראה"כ אין וומסב"ג (ווי אזוי רופסטו עס נאר, די נערוו צענטער פון סאטמאר) ווען ער איז געווען קנאפע 30 יאר, די רבי האט זיך משתעשע געווען מיט אים
משה גבאי קען פיין ספרי חסידות וזהו

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:26 pm

· #50403
שמעקעדיג
היסטאריקער

ראו מה בין בני לבן חמי
קוקט וויאזוי צד מהר"א באריכטעט דעם יו"ט, כמעט נאר טרוקענע פאקטן

איך וויל מיך נישט אריינשטופן אין די שמוצוועש וואס איז שוין נישט געוואשן איבער 10 יאר,
נאר א זייטיגע הערה, כו"ע מודי אז אויב פראפעגאנדע, זענען די ארונים פיל ערגער ווי מהרז"ל.
אפגעזעהן פון דעם ספעציפישן יו"ט באריכט וואס איז גראדע א באווייז אויף פארקערט,
איז אבער דער בלאט וואס האט אויסגעלערנט דעם דרך פון איבערשטייגן אלע פאנטאזיעס
מחזור דברי יואל קען זיך פארשטעקן פאר די בלאט באריכטן (פון אמאל)
יעדע שמחה'לע האט געהאט 50,000 מענטשן מיט שיך און זאקן.

אגב, זאגט מיר לעצטנס איינער א הלצה, פארוואס האט ר' אהרן נישט געלאזט גיין צום כינוס כלל ישראל
ווייל ער האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן עכט זעהן וואס מיינט 50,000 מענטשן...

איך וועל נישט אגריען דערצו, איך האב נישט ליב ליצנות צו מאכן פון קיינעם
איך פארגין גערן פאר ביידע צדדים אלעס וואס זיי האבן און נאך סך מער,
אבער עס באדערט מיר אז צד מהר"א שטעלט זיך אהער ווי זייערע באריכטן זענען גאר בפשטות
כאילו זיי ווייסן נישט בכלל וואס מיינט פי.אר.
נאר די אנדערע זייט זענען איבערטרייבערס,
בשעת זיי האבן דאס אריינגעברענגט ביים היימישן עולם.

👍 👍 👍 👍

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:28 pm

· #50406
שרייבער
זר זהב
צוויבל איז אין מיין ביך א גארנישט מיט נישט. א לץ? פארוואס נישט? א לץ קען נישט טראגן א ביבער הוט? משה גבאי איז נישט קיין צו קלענערע ת"ח פון צוויבל נאר א שאד ער טראגט א שטאפענעם הוט.

צוויבל איז ביי דיר גארנישט פאר איין סיבה, ווייל ער האט זיך צוגעשטעלט צו מהר"א
במציאות איז ער א ריזן תלמיד חכם, וואס דארפסטו מער פון דעם אז דער רבי דער ברך משה האט אים ממנה געווען צו זיין ראה"כ אין וומסב"ג (ווי אזוי רופסטו עס נאר, די נערוו צענטער פון סאטמאר) ווען ער איז געווען קנאפע 30 יאר, די רבי האט זיך משתעשע געווען מיט אים
משה גבאי קען פיין ספרי חסידות וזהו

צוויבל איז גארנישט ווייל ער איז גארנישט. און ער איז נישט באגלייבט אויף גארנישט. ער האט זיך משתעשע געווען מיט'ן ב"מ. נישט פארקערט. "ער" האט געוואלט ר' אהרן. ס'האט גארנישט מיט'ן טאט'ן.

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:29 pm

· #50407
ווען איינער טוט עפעס ראונג איז נישט אזוי געפערליך ווי ווען דער זעלבער וואס שרייט און איז מוחה און מאכט ליצנות דערפון טוט שפעטער די זעלבע זאך

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:31 pm

· #50411
זר זהב
שרייבער
זר זהב
צוויבל איז אין מיין ביך א גארנישט מיט נישט. א לץ? פארוואס נישט? א לץ קען נישט טראגן א ביבער הוט? משה גבאי איז נישט קיין צו קלענערע ת"ח פון צוויבל נאר א שאד ער טראגט א שטאפענעם הוט.

צוויבל איז ביי דיר גארנישט פאר איין סיבה, ווייל ער האט זיך צוגעשטעלט צו מהר"א
במציאות איז ער א ריזן תלמיד חכם, וואס דארפסטו מער פון דעם אז דער רבי דער ברך משה האט אים ממנה געווען צו זיין ראה"כ אין וומסב"ג (ווי אזוי רופסטו עס נאר, די נערוו צענטער פון סאטמאר) ווען ער איז געווען קנאפע 30 יאר, די רבי האט זיך משתעשע געווען מיט אים
משה גבאי קען פיין ספרי חסידות וזהו

צוויבל איז גארנישט ווייל ער איז גארנישט. און ער איז נישט באגלייבט אויף גארנישט. ער האט זיך משתעשע געווען מיט'ן ב"מ. נישט פארקערט. "ער" האט געוואלט ר' אהרן. ס'האט גארנישט מיט'ן טאט'ן.

ווייל אזוי האסטו געוואלט, נו הער אויס מיט דיינע רצוניות גיי איך מיך נישט קריגן

אויב צוויבל איז גארנישט ווער איז יא א עפעס?

ממש איך באגרייף נישט ווי די געטרייע משתב"ק ביים ברך משה האבן צוגעלאזט אז דער רבי זאל לערנען מיט אזא גארנישט אזא לץ 17 יאר צייט, רחמנא ליצלן

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:34 pm

· #50412
ווער ס'איז יא עפעס? איינער וואס האט נישט קיין נגיעות

מורינו הרב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:43 pm

· #50414
ישחקו הנערים לפנינו...

שלאגסט ענק קינדערלעך שלאגסט ענק.

איך זיץ אויפן קאוטש און קוק זיך צו, קוועלנדיג צו זען דעם צורקוס שפיל.

לאמיר זען ווער עס וועט געוואונען.

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:44 pm

· #50415
זר זהב
ווער ס'איז יא עפעס? איינער וואס האט נישט קיין נגיעות

קענסט מיר ביטע מסביר זיין וואסערע נגיעה זאל ר' הירצקא צוויבל זיך צישטעלן צי די ארונים, ער האט נישט געגעינט קיין איין גראצע און קיין טראפ כבוד,

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:47 pm

· #50417
ער האט "ליעב" ר' אהרן, קוק אויף אים ווען ער איז צוזאמען מיט ר' אהרן ער האט ממש א קאנסטענט ארג*** (א מאחורי הפרגוד ווארט) ער האט אים אלעמאל ליעב געהאט. פארוואס ווייסיך נישט און אינטערעסירט מיר נישט.

(אפשר ווייל איין ת"ח האט ליעב א 2'טן ת"ח?)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:20 pm

· #50457
did any other Eshkol overhere
accumulate 238 comments in less than 24 hours?
wow

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:38 pm

· #50462
סאטמאר איז זייער גרויס, און דאס איז א סאטמארע אשכול...

גאלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:00 pm

· #50474
זר, איך מאך יעצט א חזרה פון אלע הדעות וואס מ'האט היינט געשריבן, ס'גלאפן זייער שנעל, איך זעה אז זייער אסאך הודעות האב איך פשוט נישט באמערקט, איך גיי שוין נישט רעאגירן, אבער ועוד חזון,

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:00 pm

· #50475
כ'בין שוין סייווי נישט אין די מאאד....

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:16 am

· #50928
שעפטל
sunbar
איך האב גארנישט מיט סאטמאר, אבער וואס איז דאס אנדערש ווי יעדער חסידות???? יעדער חסידות שרייבט אזוי.

אבער קיינער האקט נישט אויפן צווייטן ווען מ'שרייבט אזוי.... וד"ל

דא, אין דעם אנגעגעבענעם אי מעיל האט מען נישט געהאקט אויף א צווייטן רבי. מתוך התלהבות האט מען גענוצט א פאר גוזמאות'דיגע לשונות. ס'איז אבער נישט געווען קיין פחיתות הכבוד פאר קיין שום קהילה אדער אדמו"ר. 😃 .

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:26 am

· #50934
זר זהב
שמעקעדיג
היסטאריקער

ראו מה בין בני לבן חמי
קוקט וויאזוי צד מהר"א באריכטעט דעם יו"ט, כמעט נאר טרוקענע פאקטן

איך וויל מיך נישט אריינשטופן אין די שמוצוועש וואס איז שוין נישט געוואשן איבער 10 יאר,
נאר א זייטיגע הערה, כו"ע מודי אז אויב פראפעגאנדע, זענען די ארונים פיל ערגער ווי מהרז"ל.
אפגעזעהן פון דעם ספעציפישן יו"ט באריכט וואס איז גראדע א באווייז אויף פארקערט,
איז אבער דער בלאט וואס האט אויסגעלערנט דעם דרך פון איבערשטייגן אלע פאנטאזיעס
מחזור דברי יואל קען זיך פארשטעקן פאר די בלאט באריכטן (פון אמאל)
יעדע שמחה'לע האט געהאט 50,000 מענטשן מיט שיך און זאקן.

אגב, זאגט מיר לעצטנס איינער א הלצה, פארוואס האט ר' אהרן נישט געלאזט גיין צום כינוס כלל ישראל
ווייל ער האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן עכט זעהן וואס מיינט 50,000 מענטשן...

איך וועל נישט אגריען דערצו, איך האב נישט ליב ליצנות צו מאכן פון קיינעם
איך פארגין גערן פאר ביידע צדדים אלעס וואס זיי האבן און נאך סך מער,
אבער עס באדערט מיר אז צד מהר"א שטעלט זיך אהער ווי זייערע באריכטן זענען גאר בפשטות
כאילו זיי ווייסן נישט בכלל וואס מיינט פי.אר.
נאר די אנדערע זייט זענען איבערטרייבערס,
בשעת זיי האבן דאס אריינגעברענגט ביים היימישן עולם.

👍 👍 👍 👍

ס'איז זייער פשוט. דער צד מהר"א מיט די באריכטן אין בלאט האבן אלע מעלות. און אויך די מעלה פון עניוות. 😂

ראמני רייען » זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:43 am

· #50998
e-mail א סימן פון קאנטראל דעמעדזש
איך פערסענאל בין א אהרוני און עס איז קלאר אז די אי מעיל איז צו פארטושן די מוחות ווי די בלאט זאגט און יא צען יאר צירוק האבן די אהרונים געדטרפט פטרטוישן די מוחות מיט יסוד איתן אלף שמות וכו' ביי דעי וועי דער בלאט מוז רידן פון מיליאנען מענטשען ווייל אויב שרייבן זיי 6,000 מענטשן ביי די הקפות וועט מען מיינען אז מ'דערט פון 500 מענושן אז מ'רעדט פון רבוא רבבות פארשטייט מען 5-6,000 btw שמואל ןוידער האט אמאל פארענטפערט פארוואס שרייבט מען אלעמאל 50,000 מענטשן ... זאגט ער אז עס קומט פון"דער איד" ווייל דער איד האט געשריבן ביים ב"מ לווייה אז עס איז געווען 100,000 מענטשען פון איבער די וועלט ... נו די אהרונים האבן מינמום האלב... סיי דער איד און סיי דער בלאט שרייבן דמיו דמיונות רבוא רבוות =100,000,000s רבוא ×רבבות=…

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:42 am

· #51508
היסטאריקער
במח"כ ביסטו נישט גערעכט

איך גיי דיר ענטפערן אויף דעם נאכדעם וואס די וועכענטליכע צייטונגען וועלן ערשיינען, און איך וועל זיי לייענען

האלט אייך געשפאנט.

יעצט ווען די צייטונגען זענען ערשינען קען איך ענטפערן

זייט דער ב"מ זצ"ל איז נפטר געווארן נאך יעדן יו"ט איז אין דער איד געווען ארטיקלעך מיט הרגשים און פרטים פונעם יו"ט, משא"כ אין בלאט איז אויסער א בילד אדער צוויי נישט געווען באשריבן.

קוקט די וואך, די "עדיטאריעל" פון די צייטונג וואס פארטרעט די "אומאפהענגיקע" יודענטום באשרייבט די "הייליגע" הקפות, א.ל. קעניג שרייבט א גרויליגע ארטיקל מיט נארישע פראפאגאנדע, און פארשטייט זיך ער פארגעסט נישט צו שימפן די צד שכנגד כדרכו

אויך די נארישע פראפאגאנדע פאר די חתונה שטייגט איבער צד מהר"א אלף פעמים, זיי האבן אפילו ביים ערשטן אייניקל נישט געטון אפס קצהו וואס צד מהרז"ל טוט

סך הכל, צד מהר"א האבן אמאל געפירט א שטארקע פראפאגאנדע, אבער היינט ווען צד מהר"א האבן איינגעזען אז דאס ברענגט גארנישט, זיי געבן זיך אפ נאר מיט פאזעטיווע זאכן, איז צד מהר"ל זיי איבערגעשטיגן פי כמה.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:46 am

· #51513
דער בלאט לייגט דאך בילדער, און איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער... דער איד לייגט נישט קיין בילדער. נו, יעצט לאמיר מאכן דעם חשבון. ערגעץ דארף מען דאך עס ערגענעצן!

גאלד » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:06 pm

· #51538
אז דער בלאט האט רעגלמעסיג קנאקעדיגע בילד שפארט ער זיך די נארישע ארטיקלען, און מ'האט די בענעפיט פון נעמען די היי-ראוד, דער בלאט לייגט דאך בילדער פון אסאך רבי'ס און הויפן,

למשל די זאלונישע חתונה די מיטוואך איז דאך זיכער להגדיל הפארטיי, ווי אלע זאלוניס גייען געבאסד ווערן מארבע כנפות, די האלטס ס'גייט נישט זיין א קנאקעדיגע בילד און דער איד

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:13 pm

· #51544
גאלד
אז דער בלאט האט רעגלמעסיג קנאקעדיגע בילד שפארט ער זיך די נארישע ארטיקלען, און מ'האט די בענעפיט פון נעמען די היי-ראוד, דער בלאט לייגט דאך בילדער פון אסאך רבי'ס און הויפן,

למשל די זאלונישע חתונה די מיטוואך איז דאך זיכער להגדיל הפארטיי, ווי אלע זאלוניס גייען געבאסד ווערן מארבע כנפות, די האלטס ס'גייט נישט זיין א קנאקעדיגע בילד און דער איד

די חתונה דעם מיטוואך בבית האדמ"ר מסאטמאר האט גארנישט מיט להגדיל הפארטיי, ס'מוז פארקומען על פי הוראות הרבנים, אויב קומט נישט פאר די חתונה וועלן זיי וואוינען אן א קידושין וואס גרעניצט זיך מיט הארבע איסורי כריתות.

יעצט וועגן א בילד פונעם עולם ווייס איך נישט, אבער פונעם רבי'ן גייט נישט זיין.

גאלד » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:56 pm

· #51575
ט ט ט,
זייער זיס

sunbar » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:14 pm

· #51597
אקעי, גענוג מיט סאטמאר. נעקסט חסידות אן די ליין פליז...

אוי טאטי » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:56 pm

· #51614
היסטאריקער, ס׳קוקט אביסעלע אויס ווי די פארגעסט.. אדער ווייסטו נישט ווער דע ערשטע אייניקעל פון מהר׳א איז,
ווען ער האט חתונה געמאכט זיין ערשטע אייניקעל איז געווען א מין אויפרייס וואס מען מאכט כמעט נישט! סיי פון די פיקטשער בוק אונעם בלאט, סיי פון איבערדרייען די שטאט דעמאלט, די יעצטיגע חתונה קומט נישט צי קיין פערטל צי וואס עס איז דעמאלט געווען!!

סאו הער אויף מיט די ליגענטס, און פארדרייען פאקטן!
בלאט: 1 2 3 4 5 6