☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כפרה שלאגן

כפרה שלאגן

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1929
בלאט: 1 2 3 4

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:52 am

· #47002
כפרה שלאגן
לעצטע פאר יאר איז געווארן שטארק פאפולער אז משפחות נעמען אנשטאט א הינדל פאר יעדן באזונדער, נעמט מען איין זכר פאר אלע זכרים, אן איין נקבה פאר אלע נקיבות, ושלום על ישראל. מ'שפארט זיך געלט.

וואס טוען די סוחרים, זיי ווילן זיך נישט שיידן מיט זייערע רווחים, נאר אלעס למען השם, בלתי לשם לבדו, אן זייטיגע פניות, מזכה צו זיין אידן מיט מצוות, שרויפן זיי ארויף די פרייזן ווי משוגע.

דארף דען כפרה שלאגן קאסטן זעכציג דוללער פאר אזא איינעם וואס וויל יא נעמען פאר יעדן באזונדער? וואו זענען די בעלי התקנות וואס זארגן זיך אלעמאהל פאר דעם יחיד אין זיין פרנסה?

נפשי בשאלתי וואו איז דער ביליגסטער 'כפרה סענטער' אין וויליאמסבורג און בארא פארק? זייטס אמת'דיג מזכה די אידען.

יחזקאל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:30 am

· #47003
נעם אהיים די כפרה וועסטו נאך ארויסגיין מיט ריוח

נס קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:29 pm

· #47092
רעד צו די ווייבער, אפילו די געקלינטע פון קאהן וכדו' ווילן זיי נישט הערן, מיין ריוח איז אז איך קען די כפרה לאזן פון וואו עס קומט

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:53 am

· #47323
איז דא מקור אז מקען נישט ניצען א געשלאגענע?

טראכט » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:32 am

· #47340
נולד מאוחר
איז דא מקור אז מקען נישט ניצען א געשלאגענע?

עס איז פשוט, וויפיל קען דער קליינער עופ'ל דערהייבן? 😉

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:31 am

· #47368
אין א זכר פאר א זכר און א נקיבה פאר א נקיבה האט יא א מקור?

אויסער קרוין הייטס ווי מ'קען באקומען א כפרה פאר צוויי דוללער, קען מען דאהי באקומען א כפרה פאר ווייניגער ווי זיבען דוללער?

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:12 pm

· #47417
דולה ומשקה
און א זכר פאר א זכר און א נקיבה פאר א נקיבה האט יא א מקור?

דעס שטייט אין שולחן ערוך דאכצעכמער.
און גראדע שטייט אין די זעלבע שולחן ערוך אז מען קען שלאגן מיט פיש אדער געלט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:20 pm

· #47482
דולה ומשקה
לעצטע פאר יאר איז געווארן שטארק פאפולער אז משפחות נעמען אנשטאט א הינדל פאר יעדן באזונדער, נעמט מען איין זכר פאר אלע זכרים, אן איין נקבה פאר אלע נקיבות, ושלום על ישראל. מ'שפארט זיך געלט.

וואס טוען די סוחרים, זיי ווילן זיך נישט שיידן מיט זייערע רווחים, נאר אלעס למען השם, בלתי לשם לבדו, אן זייטיגע פניות, מזכה צו זיין אידן מיט מצוות, שרויפן זיי ארויף די פרייזן ווי משוגע.

דארף דען כפרה שלאגן קאסטן זעכציג דוללער פאר אזא איינעם וואס וויל יא נעמען פאר יעדן באזונדער? וואו זענען די בעלי התקנות וואס זארגן זיך אלעמאהל פאר דעם יחיד אין זיין פרנסה?

נפשי בשאלתי וואו איז דער ביליגסטער 'כפרה סענטער' אין וויליאמסבורג און בארא פארק? זייטס אמת'דיג מזכה די אידען.

די "בעלי התקנות" זענען נאכנישט אנגעקומען צו אזעלכע מינדערוויכטיגע פראבלעמען ווי דאס און ענליכס ווי למשל ארויפציען די פרייזן אויף מצות און אנדערע לעבנסוויכטיגע כשר'ע פראדוקטן אויף פסח. זיי ארבעטן נאך שווער צו ענפארסן דעם איסור אויפ'ן שטערן און שפאקטיוו וכדומה. זאכן אין וואס דאס גאנצע אידישקייט איז תלוי.

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:47 pm

· #47505
זיי נישט אזוי כעס'יג, ביטע!

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:08 pm

· #47632
אנעים זמירות אויף איי וועלט
איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:16 pm

· #47638
שמעקעדיג
אנעים זמירות אויף איי וועלט
איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.

ר' אנעים, איך ווייס נישט אויב איר הערט מיך... אבער פארוואס וועט איר האלט א לעבעדיגע עוף זענען אייערע חטאים ווערט נישטיג 8-9 דאללער, און ווען איר ניצט א טשעקל קאסט דאס $500?
אפשר איז די חטא פון נישט שלאגן מיט א עוף אזוי הארב אז מ'דארף צאלן $500 קנס...

zurich » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:46 pm

· #47668
צוקער

ר'איד נעמט עס נישט צום הארצן ס'נאר א וויץ!!

פריינדליך » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 9:15 am

· #47762
דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 9:36 am

· #47765
מצאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קונד אן באזונדרע טשיקען.
סאיז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:17 am

· #47769
פריינדליך
דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,

מ'קען נישט זאגט אז ס'האט ממש נישט קיין מקור, ע"פ אריז"ל ברויך מען נעמען א כפרה פאר יעדע קינד עקסטער, ווייל דו זעסט דאך אז ביי א מעוברת ע"פ אריז"ל דארף מען נעמען 3 כפרות, איין זכר און צוויי נקיבות, זעט מען אז אפילו פאר א עובר ברויך מען אן עקסטערע טשיקן.
שו"ע הרב
יש נוהגין לפמור כמה וכרים בתרנגול אחד וכמה נקבות בתרנגולת אחת'ן לפיכך אין
לוקחין למעוברת אלא תרנגול אחד ותרנגילת אדת'" ראם העיבר ~כר הרי יש כאן
תרנגול אחד ואם העובר נקבה די לה ולאמה בתרנגולת אחת'ן ויש נוהגין ] ליקח כפרה
לכל אחד ואחד בפני עצמו לפיכך לוקחין למעוברת ג' שתי נקבות ושר אחד :

באר היטב
תרנגולים • כלומר תרנגול ותרנגולת אף אם העובר נקבה די לה ולבתה באחד משום ששנים רשאים
ליקח כפרה א׳ וכן נוהגים אפילו בשני גופים מ״א • והאר׳יי לקח ג׳ למעוברת א׳ בעבורה ושנים בשביל הולד
מספק אם הוא זכר או נקבה

משנה ברורה
שני תרנגולים – דהיינו תרנגול ותרנגולת: תרנגול, שמא הוולד זכר; ותרנגולת, שאפילו אם הוולד נקבה, יתכפרו שניהם, היא עצמה והוולד, באחת. ואפילו שני בני אדם יכולין ליקח כפרה אחת, אם אין ידם משגת.
ויש שלוקחין למעוברת שני תרנגולות ותרנגול אחד.

אבער על פי נגלה איז זעכער פונקט אזוי גוט צו נעמען איין זכר פאר אלע יונגלעך און איין נקבה פאר אלע מיידלעך. ספעציעל היינט וואס מ'רייסט ארויף די פרייזן פאר יום טוב און מ'באראבעוועט דעם עולם, וואס אמאל וואלט דאס אליינס געווען גענוג אויף מבטל צו זיין דעם מנהג, אזוי ווי די רבני טבריה האבן געהייסן נישט קויפן קיין פיש אויף יום טוב ווייל די סוחרים האבן געהעכערט די פרייז.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:23 am

· #47773
פריינדליך
דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,

נולד מאוחר
מ'צאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קינד אן באזונדערע טשיקן.
ס'איז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.

עולם הפוך ראיתי.
פריינדליך שרייבט אז עס האט נישט קיין מקור.
דאס וואלט געדארפט זיין פאר נולד'ן א שמחה כמוצא שלל רב, ער איז דאך זייער מקור בייעסד/מיינדעד,
קומט ער און שרייט, ס'איז א מנהג און פארטיג.

עם איי מיסינג סאמטינג, נולד?...

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:49 am

· #47789
שמעקעדיג
פריינדליך
דאס נעמען א עקסטערע כפרה פאר יעדען קינד איז א לוקסוס און עס האט נישט קיין שום מקור,
מען נעמט איין כפרה פאר אלע יונגליך אינאיינעם און איין כפרה פאר אלע מיידליך אינאיינעם,

נולד מאוחר
מ'צאלט געלט פאר אלע שטותים, מעג מען צאלן פאר יעדע קינד אן באזונדערע טשיקן.
ס'איז א מנהג וואס איז שוין יארן אלט.

עולם הפוך ראיתי.
פריינדליך שרייבט אז עס האט נישט קיין מקור.
דאס וואלט געדארפט זיין פאר נולד'ן א שמחה כמוצא שלל רב, ער איז דאך זייער מקור בייעסד,
קומט ער און שרייט, ס'איז א מנהג און פארטיג.

עם איי מיסינג סאמטינג, נולד?...

כ'האב פארגעסן צי שרייבן לשטתך פאר פריינדלך.
למעשה געפילטע האט געברענגט א מקור.

פריינדליך » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:37 pm

· #47804
אמת טאקע אז געפילטע האט געברענגט א מקור אז דער אר"י הקדוש האט זיך אזוי געפירט ביי מעוברת,
בפשטות איז דאס אבער נישט די מנהג, עס איז א מער א סטייל ווי א מנהג צו נעמען פאר יעדע קינד עקסטער,

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:13 pm

· #47816
איך האב געפרעגט נעכטן א רב/דיין וועגן איינס פאר יעדן. ער האט געקרומט מיט'ן נאז, ער זאגט אזוי בעטעדיגערהייט בעסער נעמען פאר יעדן באזונדער.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:49 pm

· #47821
דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:50 pm

· #47823
שמעקעדיג
דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?

ניין, ערענסט גערעדט

(כאדאך ניטש געשריבן עפעס פאני!)

שמואל הלוי » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:04 pm

· #47829
זר; עצה טובה צו נוצן א אנדערע קאליר ווען דו שרייבסט א וויץ, ווייל מאנכע קענען אפט מאל אננעמען דיינע וויצן זייער ערענסט.

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:05 pm

· #47830
אמת.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:18 pm

· #47841
זר זהב
שמעקעדיג
דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?

ניין, ערענסט גערעדט
(כאדאך נישט געשריבן עפעס פאני!)

געקרומט מיט די נאז איז נישט פאני? 😛
און נאך גערעדט "בעטעדיגערהייט"...
איך וואלט אויסגעשאסן..... 😂

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:21 pm

· #47844
איך פארשטיי... כאבעס נישט גוט ארויסגעברענגט. ער האט עס נישט געזאגט מיט א פעסטקייט אז מ'מוז אזוי טון.

הרב_שלום » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:04 pm

· #47861
בנוגע דעס וואס מען טענהט איבער הויכע פרייזען אין שו"ע שטייט ונהגו ליתן הכפרות לעניים או לפדותן בממון די מוסדות התורה זאגען אז די געלט גייט צו אויסצאלען שכר לימוד פאר בני עניים און בנוגע די פריוואטע בוטשערס ווי נישט ווי פארמאגען זיי א שטוב מיט קינדער בלי עין הרע ווער ווייסט צו ווען נישט די כפרות וואלט מען געדארפט מאכען פאר זיי א טיי אווענט פארן חתונה מאכן

דבילה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:35 pm

· #47866
צוקער
אנעים זמירות אויף איי וועלט
איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.

ר' אנעים, איך ווייס נישט אויב איר הערט מיך... אבער פארוואס וועט איר האלט א לעבעדיגע עוף זענען אייערע חטאים ווערט נישטיג 8-9 דאללער, און ווען איר ניצט א טשעקל קאסט דאס $500?
אפשר איז די חטא פון נישט שלאגן מיט א עוף אזוי הארב אז מ'דארף צאלן $500 קנס...

צוקער, איר קענט נישט קיין אידיש? ס'האט נאך מיט דיר קיינער קיין כפרות נישט געשלאגן?

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:36 pm

· #47899
צוקער קען יא אידיש אבער צוליב א פראבלעם מיט זיין קאמפיוטער קען ער נישט שרייבן אידיש...

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:35 am

· #48112
אז איר ווילט מיטהאלטן א געשמאקע דעבאטע אויף כפרות שלאגן, ד' מינים, און נאך אנדערע הוצאות החג און עצות ווי אזוי צו שפארן, קליקט דא.

פויער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:33 pm

· #48215
כ'בין נישט דער טיפ פון זיך אריינמיקסן אין יענעמס געשעפטן (פשוט, ווייל קיינער האט נישט...) אבער צו די אלע וואס קענען נעבאך נישט צאלן די "ריזיגע" עקפענסעס פאר אפאר ווייסע הינער.
זאג ביטע: איבערן לאנגן יאר האסטו זיכער אריינגעריקט עטליכע מאל פאר נאכטמאל אפאר אינטשיקע שטיקער ריבס אדער פלאנקען צוקייענדיג קריספי פרידאם פרייס גע'טובל'ט אין קעטשאפ און נאך שבעת המינים צושפייזן און תבלינים אנפילנדיג דיין גריבל מיט א הויעכן (אונטער 16 אז.) גלאז קאלטע קאלא מיט אייז, האסטו דעמאלטס אויך אזוי געיאמערט אויפן 50-60 דאללער וואס האט זיך ארויסגעווישט פון דיין טאש פאר די 10 גוטע (?) מינוט וואס דו האסט דיך געלאזט וואוילגיין? האסטו דעמאלטס אויך געפענט אן אשכול דא? האסטו אויך געטראכט אז ס'דא וועגן צו שפארן, מקען עסן א פראקפורטער וואס קאסט נאר 2-3 דאללער, א פעקל סאלאמי פאר 5-6 דאללער?
ס'קומט צו אן הלכה פון שלחן ערוך, אוווווווווי פון ווי נעמט די 8-9 דאללער פאר א טשיקן. סטאפ איט פליז!

gehlungen » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:06 pm

· #48224
8 $ all over Boro Park

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:37 pm

· #48231
יעצט ביניך אריבערגעגאנגען ביי די מונקאטשער כפרות צענטער האביך צוגעזען א פרוי שטייט מיט א שירעם און דער מאן דרייט פון אויבן! אויך מיר א כפרה געשלאגעכץ! ווען דער כפרה זאל נאר קענען איבערנעמען דעם שירעם פאר א רגע ווען דער פרוי גייט איר דערלאנגען דעם שטויס...

פויער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:56 pm

· #48238
עקלען עקל איך מיך אויך! ווען איך בין ווען נישט קיין מאנספערזאן וואלט איך אויך אפשר אנגעטון א באנעט מיט א שירעם זיך צו באשיצן פון די געלע אפפאל...
אבער א הלכה בלייבט א הלכה.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:00 pm

· #48242
מיר באדערט אז געשלאגענע ניצט מען נישט איבער .ס'געט א פיליענג פאר מענטש כאילו זיין עבירות גייט אראפ פון עם און גייט אריבער צום טשיקען.
סתם מיטען דרייען אן עוף העכער קאפ געיט קיין עבירת נישט אריבער . מען דארף תשובה טאן לויט די כללי תשובה. און אפי' מ'טוט יא תשובה גייט דאס נישט אריבער צים טשיקען.
נאר וואס דען ס'איז א סימבאלישע זאך וואס דארף מוערר זיין צי תשובה.

פריינדליך » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:14 pm

· #48266
פויער
כ'בין נישט דער טיפ פון זיך אריינמיקסן אין יענעמס געשעפטן (פשוט, ווייל קיינער האט נישט...) אבער צו די אלע וואס קענען נעבאך נישט צאלן די "ריזיגע" עקפענסעס פאר אפאר ווייסע הינער. זאג ביטע: איבערן לאנגן יאר האסטו זיכער אריינגעריקט עטליכע מאל פאר נאכטמאל אפאר אינטשיקע שטיקער ריבס אדער פלאנקען צוקייענדיג קריספי פרידאם פרייס גע'טובל'ט אין קעטשאפ און נאך שבעת המינים צושפייזן און תבלינים אנפילנדיג דיין גריבל מיט א הויעכן (אונטער 16 אז.) גלאז קאלטע קאלא מיט אייז, האסטו דעמאלטס אויך אזוי געיאמערט אויפן 50-60 דאללער וואס האט זיך ארויסגעווישט פון דיין טאש פאר די 10 גוטע (?) מינוט וואס דו האסט דיך געלאזט וואוילגיין? האסטו דעמאלטס אויך געפענט אן אשכול דא? האסטו אויך געטראכט אז ס'דא וועגן צו שפארן, מקען עסן א פראקפורטער וואס קאסט נאר 2-3 דאללער, א פעקל סאלאמי פאר 5-6 דאללער?ס'קומט צו אן הלכה פון שלחן ערוך, אוווווווווי פון ווי נעמט די 8-9 דאללער פאר א טשיקן. סטאפ איט פליז!

אז דו האסט זיך שוין יא אומוועלענדיג אריינגעמישט לאמיר עס אויסשמיעסן געהעריג,

האסט שוין אמאל געשלאגען מיט צוויי כפרות צוזאמען? פארוואס דען נישט? טראכסט אז איין קליינע טשיקען קען דערהאלטען אלע דיינע עבירות פון אגאנץ יאר? מילא אמאליגע צייטען ווען מען האט געהאט ווייניגער עבירות איז איין טשיקען גענוג געווען! אבער היינט צוטאגס און די אינטערנערט צייטען איז זיכער כדי אז זאלסט נעמען צוויי אדער דריי כפרות באנזאם און אזי ארום דרייען דיין קאפ,

פינקט ווי דו פארשטייסט אז איין אפרה איז גענוג פאר איין מענטש, פארשטיי אויך אז איין כפרה איז גענוג פאר דריי מענטשן, עס זטייט נישט און ערגעץ אז מען דארף נעמען פאר יעדעס קינד א עקסטערע כפרה,

זיכער דארף יעדער אנפרעגען זיין מורה דרך ווי אזוי זיך צו פירען, און זיכער נישט זיך פארלאזן אויף א אינטערנעט שרייבער וויזוי זיך צו פירען

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:27 pm

· #48284
אונז עז א קאמיוניטי זעמער דאך זייער אדוק אין מסורה, אל תטוש, נישט משנה זיין, פרעגט נאר אן אייער עלטערן און זיידעס, ווער ס'האט בכלל געטראכט אמאל פון נעמען אן עקסטערע הינדל פאר יעדעס קינד? מ'פלעגט נעמען א זכר פאר די טאטע מיט אלע יונגלעך, און א נקיבה פאר די ווייבער שול און פטור אן עסק. נעמט נישט מיין ווארט פאר דעם, פרעגט אליין.

ידען » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:36 pm

· #48288
געפילטע פיש
אונז עז א קאמיוניטי זעמער דאך זייער אדוק אין מסורה, אל תטוש, נישט משנה זיין, פרעגט נאר אן אייער עלטערן און זיידעס, ווער ס'האט בכלל געטראכט אמאל פון נעמען אן עקסטערע הינדל פאר יעדעס קינד? מ'פלעגט נעמען א זכר פאר די טאטע מיט אלע יונגלעך, און א נקיבה פאר די ווייבער שול און פטור אן עסק. נעמט נישט מיין ווארט פאר דעם, פרעגט אליין.

וועלעכע מסורת?
📎 image.jpg

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:59 pm

· #48299
ביזט גערעכט, אסאך פוסקים זענען זייער דערגעגן די גאנצע מנהג, און האלטן אז דאס איז דרכי האמורי, וביניהם מרן הבית יוסף, אגב, איך האב דאס געזאגט פאר א גרופע שמועסענדע אינגערלייט דעם שבת, אז אסאך פוסקים זענען קעגן כפרות שלאגן, זיי האבן מיר אנגעקוקט ווי פון קאפ געפאלן, ווי איך רעד דברי כפירה ממש, ביז כ'האב זיי געוויזן דעם מחבר אינעווייניג, נא, וואס קען מען טוהן? דאס עם הארצות איז דאך אומגעהויער.
אבער וואס איך האב געזאגט איז לגבי מסורת, נישט הלכה, און איך גלייב אז דיין טאטע האט געשלאגן כפרות מיט א טשיקן, אויף דעם האב איך געזאגט אז דאס נעמען אן עקסטערע פאר יעדעס קינד איז א נייע דערהער.

zurich » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 9:52 pm

· #48304
פריינדליך
פויער

האסט שוין אמאל געשלאגען מיט צוויי כפרות צוזאמען? פארוואס דען נישט? טראכסט אז איין קליינע טשיקען קען דערהאלטען אלע דיינע עבירות פון אגאנץ יאר? מילא אמאליגע צייטען ווען מען האט געהאט ווייניגער עבירות איז איין טשיקען גענוג געווען! אבער היינט צוטאגס און די אינטערנערט צייטען איז זיכער כדי אז זאלסט נעמען צוויי אדער דריי כפרות באנזאם און אזי ארום דרייען דיין קאפ,
ביסט נישט גערעכט, ווייל די ווארט איז נישט אז דיינע עבירות גייען אריבער צום טשיקען, ס'נישט אזויס'גייט נישט אריבער אזוי גרינג מען דארף אסאך הארעווען דערפאר..
די פשט פון כפרות איז אז אויב ס'ווערט געפסקענט ח"ו פאר איינעם מיתה זאל דאס טויט פינעם טשיקען זיין אנטשטאט'ס! פארשטייסט?

ס'איז נפש תחת נפש..נישט "נפש תחת "נפשות"!!!

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:25 pm

· #48313
ווי אזוי האט יענער געזאגט?
איך האב אנגעהויבן ארויף צו לאודען מיינע עבירות צום טשיקען, ביי 60% איז ערשינען א מעסעדזש:
Sorry, memory is full

שמואל הלוי » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:43 pm

· #48326
און איך האב באמערקט ביי א גרויסן ערליכן איד ווי ס'איז געשטאנען "פאלדער עמפטי", ס'איז געווען ליידיג פון עבירות.

צוקער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:11 pm

· #48435
היינט צוטאגס דארף מען שוין נישט דעם טשיקן, מען קען עס גלייך שיקן צו דראפבאקס!

משכיל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:48 pm

· #48507
עס האט מיך געפרעגט איינער פארוואס איז נישטא קיין קול קורא וועגן די צער בעלי חיים ביי די כפרות, מען זאל פיטערן די הינדלעך וכו'?
זאג איך איהם אז דער פראבלעם איז אז מען קען נישט מאכן פון דעם קיין פרנסה, פארדעם טוט קיינער נישט אין דעם.

אבער באמת דארף איינער ארומגיין צו רבנים נעמען חתימות אז עס איז א מצוה גדולה וכו' וכו', און מען קען מאכן פון דעם א גוטע שנארעראציע מיט א האטליין,

what an opportunity !!!

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:31 pm

· #48513
משכיל
עס האט מיך געפרעגט איינער פארוואס איז נישטא קיין קול קורא וועגן די צער בעלי חיים ביי די כפרות, מען זאל פיטערן די הינדלעך וכו'?
זאג איך איהם אז דער פראבלעם איז אז מען קען נישט מאכן פון דעם קיין פרנסה, פארדעם טוט קיינער נישט אין דעם.

אבער באמת דארף איינער ארומגיין צו רבנים נעמען חתימות אז עס איז א מצוה גדולה וכו' וכו', און מען קען מאכן פון דעם א גוטע שנארעראציע מיט א האטליין,

what an opportunity !!!

די קול קורא אז מיר זענען קענען פיטערן אונזערע עופלך ליגט פאר דעם אויפען טיש.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 7:06 am

· #48569
די בעסטע כפרה
📎 i wish.jpg

קרעקער » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 7:44 am

· #48570
ליבאוויטשערס פליען יעדעס יאהר ארויף מיט א העליקאפטער און דרייען ארים העכער גאנץ נו יארק א זכר מיט א נקבה כפרה
איי געס איין כפרה קען מכפר זיין פאר אלע
אויב נישט וואלטען זיי געמיזט ארויפפירען א גאנצע טרענספארט עראפלעין מיט טשיקענס

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 9:11 am

· #48572
ס'האט נישט אויסגעזען ווי מיין כפרה האט געבאדערט צו באקומען מיינע עבירות, פארקערט, איך מיין ס'האט עם גאנץ גוט געשמעקט. ער האט נעבעך נישט געוויסט וואס ס'קומט נעקסט...

randy_couture » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:08 am

· #48577
ידען
געפילטע פיש
אונז עז א קאמיוניטי זעמער דאך זייער אדוק אין מסורה, אל תטוש, נישט משנה זיין, פרעגט נאר אן אייער עלטערן און זיידעס, ווער ס'האט בכלל געטראכט אמאל פון נעמען אן עקסטערע הינדל פאר יעדעס קינד? מ'פלעגט נעמען א זכר פאר די טאטע מיט אלע יונגלעך, און א נקיבה פאר די ווייבער שול און פטור אן עסק. נעמט נישט מיין ווארט פאר דעם, פרעגט אליין.

וועלעכע מסורת?

ידען. די רמב"ן איז געווען עטליכע הונדרעט יאר פריער פונעם בית יוסף. מסתם פארשטיי איך נישט וואס דארט שטייט.

דבילה » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:20 am

· #48578
ביליוו איט אר נאט!
היינט פארטאגס דריי 'ך זיך ארום ווי א הינדעלע איבער א קאפ און 'ך זוך ווי 'ך זיך אפשטעלן צו כאפן א כפרה עם דמדומי החמה. אזוי דרייענדיק זיך פליט זיך העכער דעם ווינדשילד א זיסע טייבעלע און כאילו ווי זי וויל זיך משתתף זיין מיט מיין צער דרייט זיך דער טייבעלע אויך ווי א הינדל איבער מיין קאפ! ערשטוינט, האביך געכאפט און געטון, ארויס געשלעפט דעם סידור'ל, ארויס געכליפעט זה חליפתי דריי מאל, און אריין געכאפט א כפרה...

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:42 am

· #48583
randy_couture
די רמב"ן איז געווען עטליכע הונדרעט יאר פריער פונעם בית יוסף. מסתם פארשטיי איך נישט וואס דארט שטייט.

מיינסט צו זאגן אז דער בית יוסף האט (חלילה) נישט פארשטאנען דעם רמב"ן?
בלאט: 1 2 3 4