☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קטלא קניא'ס ארטיקל איבער מציצה בפה.

קטלא קניא'ס ארטיקל איבער מציצה בפה.

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1889
בלאט: 1 2

דבילה » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:46 pm

· #46544
[ציטאט אראפגענומען]


דו האקסט א טשייניק. דיין אדמור און ראש ישיבה איז נישט מיין אדמור אדער ראש ישיבה און הא גופא איז די שאלה ווער ס'גיבט דיין אדמור און ראש ישיבה די רעכט אויף מיר איינצוטיילן דעות שלא בידיעתי. און דער משוגענע וואס ליגט אונטער די ווערטער פון בדתו ובאמונתו יחיה ויהרוג אחרים וועט בס"ד בקרוב ממש גיין אדער אין משוגעים הויז אדער אין תפיסה.

דבילה » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:00 pm

· #46549
לעיקר הענין, ווי קומט דער חוצפה פאר איין קבוצה אידן איינצוטיילן פאר אנדערע וואס קענען האבן אנדערע דעות טאקע אין הלכה! מ'זעט בחוש די ווייטע בליק פונ'ם הייליגן בעל ד"ח וואס האט טאקע ביי דעם ענין פון מילה געשריבן אזוי הארב (יו"ד ח"ב קט"ו - קט"ז) וזל"ק:

והנה לכתחלה בודאי מסירין כל הערלה בכריתה לגמרי ... אבל בדיעבד אין שום מצוה ... ואדרבה העושה זאת הוא רוצח וחושש אני בו אם הוא מנפשות עמלק ימ"ש אשר חתך מילות בני ישראל ולכן אל ישמע להם ולא ילך בדרכיהם שלא על פי תורה רק מעשה בור ולדעתי שיתרה בהם שאם יוסיפו לעשות כן שיפסלו לעדות כמו המכה לאיש ישראל ...


און באמת יש לעיין הרבה אין דעם וואס דער הייליגער ד"ח שטעלט דא אוועק א כלל פון "נפשות עמלק" לכאורה פון "ויזנב בך כל הנחשלים אחריך" און לפי דעתו של אותו קדוש איז דער אבסעסיע מיט פאררעכטן מילות א קרענק וואס ס'איז שרשו אין נפשות עמלק!

און ווער ס'נאך מסופק צו דער הייליגער ד"ח האט געוויסט וואס ער רעדט דארף נישט מער ווי צולייגן אן אויער צו דעם שמועס דא אינ'ם אשכול און זען ווי ווייט דער שגעון גייט.

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:24 pm

· #46552
לאדיך אפ
רבונו של עולם! א טעלעפאן קאל! איין סימפל סטופיד טעלעפאן קאל! אדער עטליעסט פרעגן די מאמע! ס'אזוי שווער? צו האלטן מיר אזוי נידעריג אז ס'דא א הווא אמינא אז די אריגינעל מוהל וועט חלילה לאזן א קינד א ערל צוליב גאווה?!! ס'סאונד ווי דער מוהל פון קימפעטארין היים האט פשוט געוואלט זיך שפארן א אנקאמפארטבעל טעלעפאן קאלל. נאט נייס.


נאט נייס!!! מיט דעם גיב איך דיר הונדערט פראצענט רעכט, אבער פון דא ביז רוצח, רשע, דיקטאטור וגו' וכו', איז נאך א ווייטער שפרונג.

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:33 pm

· #46556
געפילטע פיש
הדד, קודם, וואס מישט דו אריין די שטאט דא? ווער רעדט דערפון?
צווייטענס, קענסטו נישט צוגלייכן אן אכט טאג אלט קינד צו א פערצען יעריג מיידל וואס קומט מדעת עצמה, וואס אגב ע"פ תורה האט זי א דין גדולה לכל דבר.
דריטענס, קוק וואס די אלטערנאטיוו איז! דא איז עס א פאון ראל, דארט איז עס א סכנה.

איך פיל מיר ווי א פאפעגיי, איך האב דיר שוין געענטפערט די אלע דריי זאכן צוויי בלעטער צוריק אבער וואס צו ענטפערן האסטו נישט.

וואלסטו געוואלט אז איינער זאל שניידן דיין קינד א זאך וואס איז נישט עמערדזשענסי, ווען דו ביסט נאר א טעלעפאן קאלל אוועק?
און קום מיר נישט ענטפערן דער, יענער, שטאט, וואלסטו געוואלט צו נישט?

כעלעמער האקט, דאס איז א צווייטע שמיעס.


פארוואס איך מיש אריין די שטאט? ווייל דער גאנצער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן ארום קטלא קניא'ס ארטיקל, און ער רעדט דארט ארום איבער דעם וואס די שטאט מישט זיך אריין. פאר דעם זאג איך "די שטאט", ווייל קטלא קניא האט גערעדט דערפון.

איך קען יא צוגלייכן די צוויי פעלער, לגבי דעם פוינט וואס איך וויל מאכן. קטלא קניא'ס וויי געשריי, און אויך זיינע אלע חסידים דא, איז איבער דאס הפקירות, און בארבארישקייט פון לאזט שניידן (געוואאאאאאאאאאאאלד) א פיצל בעיבי. קומסטו מיט א געוואלדיגע חכמה אז ע"פ דין איז זי שוין א גדולה לכל דבר. וואלט איך דיר געוואלט פרעגן צו ווען נחמי' וועבערמאן למשל, קומט מיט די טענה, צו דו וואלסט דאס מקבל געווען? וואס גדולה אין קאפ אריין? אויב איך טאטש איר, אדער אפילו ס'דאכצעך נאר איינעם אז איך האב איר געוואלט טאטשן שלא כהוגן, מעג זי מסכים זיין ממצרים ועד הנה, ס'העלפט נישט גארנישט. איך טרעף מיך אין תפיסה, געוואלד, איך האב געטשעפעט א מיינער.

אבער אויב האט זי זיך פאר'לאבעוועט און האט צוליב איילעניש מקיים צו זיין די מצוה נישט אנגעיאגט אנצוטוהן יענעם דאס זאקעלע, אדער נישט איינגענומען דאס פילעכל, מוז דער דאקטער מאכן אן אפעראציע און טאר נישט לאזן וויסן די עלטערן, מיט א נארישן תירוץ אז דער אלטערנאטיוו איז ערגער. אויף קיין שום אנדערע זאך וואלט די שטאט נישט מסכים געווען אויף אזא זאך, נאר דא ווייל עס שטופט דעם וואגן פון הפקירות (איך האב דאס שוין אמאל געזאגט?).

און צום סוף, ווען איך וואלט נאכגעגעבן מיין בוטשער קרוב און, צוליב פרעשור, אים גענוצט פאר מוהל, און אין קימפעטארין היים זעהט מען אז ער האט געבוטשערט, וואלט איך געווען זייער העפי אויב מען וואללט עס געמאכט וואס א מינוט פריער. און ווי געזאגט, עס איז נאט נייס אז ער האט נישט גערופן. און עס איז לכאורה נאר געווען א טעות, ווי עטליכע האבן שוין געשריבן דא, אז אהרן ווייס איז א וועלטס מומחה, (און טאקע פון די אנדערע זייט) און שוין גע'מל'עט טויזענטער קינדער, און עס איז לגמרי נישט געווען קיין אומ'אחריות.

פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:58 pm

· #46566
איך האב געקלערט אז אוודאי האט די מוהל נישט געקענט קאלען די טאטע אויף זיין סעל, ווייל ער האט נאך נישט צירוק געשיקט די פארום צי סערטיפייען אז עס איז מאושר, מילא איז דאך א מצוה הבא בעבירה

לאדיך אפ » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:06 am

· #46568
berlbalaguleh
לאדיך אפ
טשעקן און מלן זענען צוויי אנדערע זאכן. טשעקן זענען עלטערן מסכים, מלן נישט אייביג, זיי האבן מוהלים וואס זיי טראסטן.
געל איז א צווייטע נושא. אינדערהיים האט מען געהעריג געמלט געלע קינדער, די גאנצע געל משוגעת איז א נייע זאך פון דא אין אמעריקע.

משוגעת? און ווער נעמט אחריות אויב ס'מאכט זיך ח"ו קאמפליקאציעס מיט'ן קינד? 😳

די גאנצע איידיע אז הויעכע בילירובין קען מאכן קאמפליקעשאנס קומט פון די דאקטוירים וואס האבן אמאל געהאלטן אזוי. היינט האלטן זיי שוין נישט אזוי, עט ליעסט ביז 14, סוי פארוואס דארפן מיר מחמיר זיין אויף עפעס וואס קומט נישט פון מסורה און נישט פון דאקטוירים?

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:13 am

· #46570
הדד בן בדד
פארוואס איך מיש אריין די שטאט? ווייל דער גאנצער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן ארום קטלא קניא'ס ארטיקל, און ער רעדט דארט ארום איבער דעם וואס די שטאט מישט זיך אריין. פאר דעם זאג איך "די שטאט", ווייל קטלא קניא האט גערעדט דערפון.


לאז ארויס קטלא פונעם פיקטשער, איך האב געפרעגט א שאלה אויב וואלסט געוואלט מ'זאל דיינס א קינד באבערען, זאגסטו מיר שטאט.
עניוועיס, ווי אר גאוינג אין סויקעלס, נעקסט קעיס.

איך האב שוין פריער געזאגט אז:
געפילטע פיש
אויב איז די מעשה געווען ווי טעלעפאן זאגט און די שאלה איז נאר א הלכה'דיגע שאלה און נישט א שאלה צו ער האט געהאט די רעכט, ביזטו גערעכט

און אויב איז דער מוהל דנן טאקע הרב אהרן ווייס, איז ער טאקע נישט קיין טראטשאק, ער איז אן עקספיריענסט ארויפגעקוקטע מוהל, אבער אויב איז קיין רשות פון טאטע אדער מאמע נישט געווען, זעמער ביידע מודה אז דאס איז אן אומרעכט, נאר דו זאגסט א קליינע עוולה, און איך זאג ס'איז א גרויסע, ווי קען אגריי טו דיסאגרי.

רואיק » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:35 am

· #46581
אט דא זעהן מיר א פערפעקטע ביישפיל פון רעליגיע אהן מאראל.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:56 am

· #46647
א בקשה צו כעלם'ער מגיד שליט"א
דו זאגסט זייער שיין. אבער ווען דו ווילסט צו שניידן א מאמר חז"ל ס'זאל פאסן צו דיין מגידות, ביטע הרג'ע עס נישט אוועק דורך מהפך זיין את הקערה על פי'. לדוגמא. (איינס פון מערערע) "ערקתא דמסנאי" וואס לויט דיין "קוואוט" מיינט שונאים, מערערע. אנשטאט "מסאנא" וואס מיינט שיך. וכו' וכו'.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:33 pm

· #47699
איך ווינדער מיך אויף קטלא איינער וואס שרייבט און טראכט אויף א סטענדערט אזאש הויעך, זאל אין זיינע ארטיקלען אריינברענגען די געפילן פון די סאטמערע נידריגע מחלוקה.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:45 pm

· #47701
נולד מאוחר
איך ווינדער מיך אויף קטלא איינער וואס שרייבט און טראכט אויף א סטענדערט אזאש הויעך, זאל אין זיינע ארטיקלען אריינברענגען די געפילן פון די סאטמערע נידריגע מחלוקה.

כמעג דיר ענטפערן אין דיין שפראך? ווייז מיר איין שורה ווי ער רעדט פון די סאטמארער מחלוקה.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:53 pm

· #47703
און אגב האב ער מיר דערמאנט א מעשה, מדערציילט אויפן בעל דברי יואל אז ער איז אמאל געווען סנדק ביי א ברית ווי דער ריבניצער איז געווען מוהל, און דער ריבניצער האט עפעס אנגעמאכט דארט און מהאט געמוזט פארשאפן א מוהל מומחה, האט זיך דער ריבניצער אנגערופן ווער איז דא א מוהל? האט סאטמארער גענטפערט, איך! פרעגט ער נו פארוואס מל'הט איר נישט ווייטער? האט ער געטנפערט, ווייל איך קען נישט!

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:02 pm

· #47706
villager
נולד מאוחר
איך ווינדער מיך אויף קטלא איינער וואס שרייבט און טראכט אויף א סטענדערט אזאש הויעך, זאל אין זיינע ארטיקלען אריינברענגען די געפילן פון די סאטמערע נידריגע מחלוקה.

כמעג דיר ענטפערן אין דיין שפראך? ווייז מיר איין שורה ווי ער רעדט פון די סאטמארער מחלוקה.

למעשה וויבאלד סאיז א שעת מחלוקה ווערן די ארונים ברוגז אז מ'ברענגט א זולזל אויף זייער רבי.
די זאליס האבען הנאה .
וועלכע שפראך רעדטסטו?

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:11 pm

· #47708
טאמבל סאס
כ'האב נישט געלייענט דעם שמועס, אבער גלייך אנפאנג ביים לייענען קטלא'ס מעשה, האב איך פארשטאנען אז ער מיינט מסתם דאס, און תיכף ומיד פלאצטי. ער איז סאליד!

"דער וואס עי לעכק אוף עווידענס, אלטוגעדהער".

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:17 pm

· #47710
נולד מאוחר
וועלכע שפראך רעדטסטו?

איך האב פארראכטן און געהייפערלינקט "דיין שפראך".

איך וויל נישט גיין פערזענליך אבער פון מיין קוק ווינקל קוקט עס אויס היפאקריציע, דא ווי ער שרייבט ניטאמאל די ווארט סאטמאר זעהסטו שוין ווי ער רעדט פון די סאטמארע מחלוקה, אבער דארט ווי ער רעדט זייער קלאר אקעגן דעם יושב בסתר קענסטו פשוט נישט טרעפן דברי כפירה? אתמהה!

טעיתי בדברי נולד מאוחר, און נאך א קורצע בריוו אויסטויש איז מיר קלאר געווארן אז ער רעדט פון די ארטיקל בכלליות רעגט אויף די אהרונים נישט אז עפעס אין ארטיקל איז עפעס משמע, ואני מבקש מחילה ממנו פארן אטאקירן מיט אומזיסטע חשדות

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:18 am

· #47724
villager
נולד מאוחר
וועלכע שפראך רעדטסטו?

איך האב פארראכטן און געהייפערלינקט "דיין שפראך".

איך וויל נישט גיין פערזענליך אבער פון מיין קוק ווינקל קוקט עס אויס היפאקריציע, דא ווי ער שרייבט ניטאמאל די ווארט סאטמאר זעהסטו שוין ווי ער רעדט פון די סאטמארע מחלוקה, אבער דארט ווי ער רעדט זייער קלאר אקעגן דעם יושב בסתר קענסטו פשוט נישט טרעפן דברי כפירה? אתמהה!

סקוק מיר אויס אז אין ישיבה האסטו געקענט דע בעסטע מאכן סתירת הרמב''ם'ס.

villager » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:42 am

· #47729
נולד מאוחר

סקוק מיר אויס אז אין ישיבה האסטו געקענט דע בעסטע מאכן סתירת הרמב''ם'ס.

איך האב געוויסט אז דו קענסט עס נעמען פערזענליך אבער נישט געוויסט אז אזוי שטארק, למעשה לאמיר נישט פארקריכן, אין קטלא'ס ווערטער איז נישט דערמאנט קיין ווארט סאטמאר, סמוז אפילו נישט זיין ער ווייסט ווער ר' אהרן איז אדער אז ער קריגט זיך מיט ר' זלמן, איינער האט אים מסתמא צוגעשיקט דעם שמועס האט ער געמאכט צימעס דערפון, קענסט ווייטער רואיג האלטן אז קטלא איז דער "הויעכער סטאנדארט טראכטער" וואס אינטרעסירט נישט די נידעריגע סאטמארע מחלוקת.
בלאט: 1 2