☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פאעזיע: קטלא קניא: הגיע זמן גאולתכם

פאעזיע: קטלא קניא: הגיע זמן גאולתכם

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1922

ידען » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:57 am

· #46850
פאעזיע: קטלא קניא: הגיע זמן גאולתכם
קומט יונגן און לייט
שאַלט מיט אַ שופר
וואַרפט איין די מויערן
מאַכט אויף פאַר אַנטלויפער
אַ ספר תורה אייער לעבן
און איר זענט דער סופר
נאַשט פונעם עפּל
דער האָניק איז זיס
הגיע זמן גאולתכם

מיידלעך און ווייבער
כאַפּט אייך די פּעק
קומט גיין צו תשליך
און שווימט אייך אַוועק
פאָרט מיט די ווינטן
לאָזט די קייטן ביים ברעג
דער הימל איז בלוי
דאָס וואַסער איז פריש
הגיע זמן גאולתכם

היום הרת עולם
די וועלט האָט געשוואַנגערט
מיר זענען די קינדער
נאָר מער נישט געפאַנגן
הייבט שטאָלץ אַ פאָן
מיט הויכע געזאַנגן
פרייט אייך אין טאָג
כי קדוש היום
הגיע זמן גאולתכם

קומט רעדנער און שרייבער
ברענגט ווערטער צו גיסן
שאַרפט אייער פּענע
די טינט מעג שוין פליסן
ימלא שחוק פינו
לאָמיר אַלע געניסן
געקומען די צייט
צו ליבע און פרייד
הגיע זמן גאולתכם

מאַמעס און טאַטעס
די קאָך איז צו הייס
שליסט אויף דער טיר
און ווישט אייך דעם שווייס
לערנט אייך פון אונז
און נייט צו דעם רייס
מאַכט אויף די אָרעם
די צוקונפט איז דאָ
הגיע זמן גאולתכם

רבנים דיינים
נוגט פון אַ שטיין
וואָס רופט איר אַן עולם
ווען ביי אייך איז נישט ריין
איר קענט מאַכן תקנות
אויף מרור און חריין
שנהיה לראש
און נאַט אַייך אַ פייג
הגיע זמן גאולתכם

ברודער און שוועסטער
קומט אריין פון דער קעלט
רייך זענען מיר
אפילו אָן געלט
מאַכט אויף די אויגן
נאַשט פון דער וועלט
די צייט איז געבייט
דער מאָרגן איז היינט
הגיע זמן גאולתכם

פון דא
<a class="postlink" href="http://katlekanye.blogspot.com/2012/09/blog-post_15.html?m=0">http://katlekanye.blogspot.com/2012/09/ ... 5.html?m=0</a>

ידען » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:04 am

· #46851
רבנים דיינים
נוגט פון אַ שטיין
וואָס רופט איר אַן עולם
ווען ביי אייך איז נישט ריין
איר קענט מאַכן תקנות
אויף מרור און חריין
שנהיה לראש
און נאַט אַייך אַ פייג
הגיע זמן גאולתכם

👍 👍 👍 👍

יידל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:41 am

· #46855
איך מיין אז קטלא קען זיך מאכן א ניק און אנהייבן שרייבן דא. ער האט דא מער קאמענטארן וואו אויף זיין בלאג...

villager » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 10:32 am

· #46869
קטלא זאל בלייבן ווי ער איז, ער שרייבט ווי אן אפיקורס, צווישן זיינע ארטיקלעך טרעפט מען ווי ער לאכט אפ פון כביכול אליינס, פון תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ער איז פון די וואס די משנה שרייבט אויף זיי שאין לו חלק לעולם הבא!

און יעדער איינער וואס ברענגט אהער זיינע מאמרים איז מחויב זיכער צו מאכן אז דער ארטיקל איז ריין פון ליצנות אויף די עיקרי אמונה כדי נישט מכשיל צו זיין די חברי השטיבל וואס ווילן זיין ערליכע אידן,

a1b2 » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 11:10 am

· #46875
villager
קטלא זאל בלייבן ווי ער איז, ער שרייבט ווי אן אפיקורס, צווישן זיינע ארטיקלעך טרעפט מען ווי ער לאכט אפ פון כביכול אליינס, פון תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ער איז פון די וואס די משנה שרייבט אויף זיי שאין לו חלק לעולם הבא!

און יעדער איינער וואס ברענגט אהער זיינע מאמרים איז מחויב זיכער צו מאכן אז דער ארטיקל איז ריין פון ליצנות אויף די עיקרי אמונה כדי נישט מכשיל צו זיין די חברי השטיבל וואס ווילן זיין ערליכע אידן,

איך האלט אז די ... זאלן עס נישט לאזן אהערברענגען.

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 10:15 pm

· #46940
סהאט מיר גענומען צוויי מאל דורך ליינען ביז כ'האב געכאפט וואס סרעד זיך.
דאכט זיך סאיז פול מיט אמונה די שטיקל.

קלוג און יונג » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:10 am

· #46990
villager
קטלא זאל בלייבן ווי ער איז, ער שרייבט ווי אן אפיקורס, צווישן זיינע ארטיקלעך טרעפט מען ווי ער לאכט אפ פון כביכול אליינס, פון תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ער איז פון די וואס די משנה שרייבט אויף זיי שאין לו חלק לעולם הבא!

און יעדער איינער וואס ברענגט אהער זיינע מאמרים איז מחויב זיכער צו מאכן אז דער ארטיקל איז ריין פון ליצנות אויף די עיקרי אמונה כדי נישט מכשיל צו זיין די חברי השטיבל וואס ווילן זיין ערליכע אידן,

ער לאכט אפ פון מענטשן וואס האלטען, און צווינגען אנדערע צו האלטען, אז אלעס איז "כביכול" און "תורה שבכתב ותורה שבעל פה"
נאך איין נקודה. ער לאכט נישט. ער ברענגט ארויס די פרטים פון אונזער גאנג אזוי שטארק, אז די הייבסט אהן לאכען.
און דעס איז וואס באדערט דיך! און איך פארשטיי און האב מיטלייד מיט דיך

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:25 am

· #47020
villager
קטלא זאל בלייבן ווי ער איז, ער שרייבט ווי אן אפיקורס, צווישן זיינע ארטיקלעך טרעפט מען ווי ער לאכט אפ פון כביכול אליינס, פון תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ער איז פון די וואס די משנה שרייבט אויף זיי שאין לו חלק לעולם הבא!

און יעדער איינער וואס ברענגט אהער זיינע מאמרים איז מחויב זיכער צו מאכן אז דער ארטיקל איז ריין פון ליצנות אויף די עיקרי אמונה כדי נישט מכשיל צו זיין די חברי השטיבל וואס ווילן זיין ערליכע אידן,

מיין עצה (מקובל פון מיין זיידע) פאר דיר: אויב האלסטו אז ער איז אן אפיקורס, דאן הייב דו אן צו שרייבן פאעזיע אויף צוריק. לאמיר זעהן, ברענג ארויס דאס שיינקייט פון אידישקייט..

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:50 am

· #47031
קלוג און יונג

ער לאכט אפ פון מענטשן וואס האלטען, און צווינגען אנדערע צו האלטען, אז אלעס איז "כביכול" און "תורה שבכתב ותורה שבעל פה"
נאך איין נקודה. ער לאכט נישט. ער ברענגט ארויס די פרטים פון אונזער גאנג אזוי שטארק, אז די הייבסט אהן לאכען.
און דעס איז וואס באדערט דיך! און איך פארשטיי און האב מיטלייד מיט דיך


קוקט אויס האסט נישט גענוג געליינט קטלא, אדער ווייסטו נישט וואס אונזערע עיקרי אמונה זענען, אז איך וועל האבן צייט וועל איך דיר שיקן סעמפלס ווי ער רעדט געהעריגע ליצנות כלפי מעלה רח"ל,

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:53 am

· #47032
קאווע טרינקער
villager
קטלא זאל בלייבן ווי ער איז, ער שרייבט ווי אן אפיקורס, צווישן זיינע ארטיקלעך טרעפט מען ווי ער לאכט אפ פון כביכול אליינס, פון תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ער איז פון די וואס די משנה שרייבט אויף זיי שאין לו חלק לעולם הבא!

און יעדער איינער וואס ברענגט אהער זיינע מאמרים איז מחויב זיכער צו מאכן אז דער ארטיקל איז ריין פון ליצנות אויף די עיקרי אמונה כדי נישט מכשיל צו זיין די חברי השטיבל וואס ווילן זיין ערליכע אידן,

מיין עצה (מקובל פון מיין זיידע) פאר דיר: אויב האלסטו אז ער איז אן אפיקורס, דאן הייב דו אן צו שרייבן פאעזיע אויף צוריק. לאמיר זעהן, ברענג ארויס דאס שיינקייט פון אידישקייט..


דיין זיידע, במחילת כבודך, איז געווען א עם הארץ און א טיפש צוזאמען, קודם שטייט אין משנה אין משיבין לאפיקורוס, צווייטענס סמאכט אפילו נישט קיין סענס צוריקצושרייבן ווען איינער שרייבט סתם ליצנות, סאיז הזמן יכלו והם לא יכלו,

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:57 am

· #47033
האלט אייך רואיג, ס'קען זיין מיר share'ען א זיידע......

כ'האב נישט געמיינט אז דו זאלסט אים אפענטפערען. נאר אונזער זיידע'ס עצה איז געווען צו מאכן פאעזיע, טאקע ליצנות'דיג געשטימט, אויף אפיקורסים (whoever it is לויט דיין אפשאצונג). לאמיר זעהן וואס דו קענסט!

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:01 am

· #47035
איך קען נישט!

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:31 pm

· #47054
<a class="postlink" href="http://katlekanye.blogspot.com/search?updated-min=2005-01-01T00:00:00-05:00&updated-max=2006-01-01T00:00:00-05:00&max-results=26&m=0">http://katlekanye.blogspot.com/search?u ... lts=26&m=0</a>
יום שבתון אין לשכוח, די לעצטע תקופה וואָס ס'האָט מיר אָנגעכאַפּט אַ שטומעניש וועל איך נישט אַזוי שנעל פאַרגעסן, זכרו כריח הניחוח, זיך דערמאַנען פון די אָ זמנים איז כריח ניחוח, אָבער אויף דער שבת קודש שטייט אויך, וינפש, ווי אבדה נפש. הייסט עס אַזאַ אור וחושך משתמשים בערבוביא. ואני תפלתי אַז דער נפש וואָס פלעגט מיר טרײַבן צום שרײַבן איז נישט פאַרשווינדן. יונה מצאה בו מנוח, די יונהלע זאָל ווײַטער זינגן, ושם ינוחו יגיעי כוח, און איך זאָל ווײַטער דאָ געפינען אַ פלאַץ אָפּצורוען מיינע אויסגעמאַטערטע כוחות.

ואני בעניי האָט זיך מיר פיל מאָל געגלוסט צו דאַווענען און האָב איך אַנדעקט """""""" אַז מען קען דאַווענעןאַפילו מען איז נישט איבערצייגט אַז עס איז דאָ צו וועם"""""""""""""""". איך האָב מיך פאָרגעשטעלט אַז אַלע תפילות זענען געצילט צו אַ צימער וואָס איז שטענדיק פאַרשלאָסן און קיינער ווייסט נישט וואָס טוט זיך הינטער דער טיר. די וואָס גלייבן דאַווענען צו אַ גאָט וואָס זיי זענען זיכער געפינט זיך אינעווייניק. די וואָס צווייפלן, אָבער דאָך דאַרפן אַ תפלה טון דאַווענען אויך און צום זעלבן טיר. נישט ווײַל אפשר איז דער צימער נישט לער כאָטש אַ פאַרשלאָסענער טיר איז פאָרט נישט אַ וואַנט. דער עיקר סיבה איז ווײַל אפילו עס געפונט זיך דאָרט קיינער נישט ווערן זיי מחוזק פון די פיל תפלות וואָס אַנדרע צילן אַהין. דאָס תהילימל קען אינספירירן אפילו ס'האָט נישט קיין אַדרעס.

דאָס קלער איך קען זײַן וואָס חז"ל זאָגן אַז דער בית המקדש הייסט תלפיות - תל שכל פיות פונים אליו. אפילו אַז ס'איז נישט מער ווי אַ תל אָבער פון דעסטוועגן ליגט דער קדושה אין דעם אַז אַלע מעלער קערן זיך אַהין און לאו דווקא ווײַל ס'איז מכוון כנגד בית המקדש של מעלה אָדער ווײַל דער שכינה געפונט זיך דאָרט.

איך האָב אויך אַנדעקט אַ סבה פאַר גאָט אין אַ ליד פון דזאָרדז הערבערט דער טריץ (דער שלעפער?). אָבער טראָץ די אַלע פשטים האָב איך זיי געניצט בלויז פאַר אַ פאַרזיכערונגס פלאַן טאָמער זאַכן וועלן זיך ערגערן און איך וועל מיך מיזן ווענדן צום מן המצר. למעשה האָב איך אויפגעהויבן מײַנע אויגן עטליכע מאָל אָבער קיין תפלה האָט זיך נישט געזאָגט.

*********************************

שוין גענוג געקרעכצט. ס'קומט באַלד חנוכה און איך דערמאַן מיך פון אַ פאַסירונג אין שיל אויף דעם צווייטן טאָג ראש־השנה בײַ מנחה. מה ענין שמטה...? אַנו, איז אַזוי. מיר געדענקן דאָך אַלע ווען חנוכּה זענען מיר געזעצן און זיך געטשאַטשקעט מיט די פשעטלעך פון דער בית יוספס קשיא בשעת ווען די פאָנטשקעס האָבן געדראָדעלט אין דער נאָז. מען האָט שוין פאַרענטפערט בטוב טעם, מען האַלט שוין נאָך סוגיא דכבתה און אַלע אויגן זענען צום טיר האָט דער בעל דרשן אָנגעהויבן מיט אַ וווּנדערבאַרער פשט איבער דער מנהג צו עסן מילכיקס און מיט דעם פאַרענטעפערט דעם בעל ועל הנסים איבער דער פּשיטא פון רשעים ביד צדיקים כּאילו צדיקים זענען מאז ומתמיד נאַטירליכע זיגערס און צום אויסצופיר האָט ער פאַרענטפערט פאַרוואָס ר' כהנא בשם ר' נתן בר מניומי בשם ר' תנחום האָט צאַצגעשטעלט דער אינהאַלט פון יוסף הצדיקס גריב מיט דער הייעך פון אַ חנוכּה מנורה און דער שייכות צו דער הייך פון אַ סוכה מיט פרסומי ניסא און שוין שוין די לאַטקעס קומן צו גיין.

אַז איר האָט אויסגעהערט די אַלע דרשות וועט איר באַלד פאַרשטיין דער שייכות פון חנוכּה צו ראש`השנה אָן א"ת ב"ש און ס'וועט קלאַפּן ווי בײַ ר' תנחומן. אַז איר זענט אַ זקן ורגיל בײַ דרשות וועט איר דאָך וויסן אַז ס'איז נישט דאָ אַ זמן בײַ ייִדישע קינדער ווען ס'איז נישט אַ געלעגענהייט תשובה צו טון. קוים וואָס מען כאַפּט אַמאָל אַן עבירה און מען האָט דערפון צו זינגן און צו זאָגן אַ גאַנץ לעבן. פּורים מיינען ייִדן מעג מען זיך לאָזן אַביסל ווויל גיין זאָגן די דרשנים יום כּיפּורים. דאָס הייסט אַז יום הקדוש איז גאָר ווי פּורים. אָבער נישט אַז יום כּיפור זאָל מען שאַשקן, דאָס איז קרום געלרענט פשט. פשט איז פאַרקערט: פורים איז ווי יום כּיפור. קומט פסח איז דאָך איתערותא דלעילא און וווּ אַ ייִד זאָל נישט האַלטן קען ער זיך תמיד צוריק כאַפן. ספירה איז דאָך חג"ת נהי"ם און לטהרנו מכל סיג ופגם. שבועות איז אָפגערעדט און דעמאָלסט וויינט מען זיך אויס בײַ והאר עינינו. קומן די דרײַ וואָכן האָט אַ צדיק געטײַטשט כּל רודף י-ה (רודפיה) השיגוה בין המצרים, און תשעה באב אַליין ווערט דאָך משיח געבוירן איז שוין ווײַטער אָפּגערעדט. אלול דאַרף איך ניטאַמאָל זאָגן ווען טונאַ אין די סענדוויטשיס זאָגן לדוד ה' אורי. האַלט מען חנוכה און מען זינגט תמניא אפי איז דאָך כל שכן אַז המאור שבה יחזירנו למוטב און בלויז אָנקוקן די ליכט איז אַ סגולה אויף תשובה צו די האַרבסטע עבירות. איך מיין טאַקע די גאָר גראָבע, אַזוי האָט מען מיר געזאָגט שוין בײַ דער דרײַצן. און אַז מען טוט תשובה און מען וואַרעמט זיך אָן בײַם בני יששכר האָט איר דאָך אַ פאַרטיקע שייכות צו ראש השנה.

איז וואָס איז דער מעשה. דאַרף איך דאָך הײַנט עפעס פאַרדינען אויך איז וועלן מיר

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:39 pm

· #47056
כפירה מיט ליצנות פון מאמרי חז"ל ............זאל קאווע טרינקער נישט דרייען א קאפּ

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:42 am

· #47337
לדעתי, זיינע ארטיקלען מוזן נישט באטראכט ווערן ווי כפירה, עס קען באטראכט ווערן וויא פסיכאאנאליז איבער אונזער הלוך ילך

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:38 am

· #47347
moti107
כפירה מיט ליצנות פון מאמרי חז"ל ............זאל קאווע טרינקער נישט דרייען א קאפּ

תתחדש פאר דיין נייע ניק.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:04 am

· #47385
חאצקל
לדעתי, זיינע ארטיקלען מוזן נישט באטראכט ווערן ווי כפירה, עס קען באטראכט ווערן וויא פסיכאאנאליז איבער אונזער הלוך ילך

פיין, און וואס מיינט ליצנות?

נאכאמאל מ'רעדט נישט פון "אלע" זיינע ארטיקלעך, נאר פון געוויסע און דאס איז וואס מ'דארף וויסן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:48 pm

· #47690
moti107
כפירה מיט ליצנות פון מאמרי חז"ל ............זאל קאווע טרינקער נישט דרייען א קאפּ

קענסט אפשר אנווייזען וועלכע שורה איז כפירה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:31 pm

· #47698
villager
קטלא זאל בלייבן ווי ער איז, ער שרייבט ווי אן אפיקורס, צווישן זיינע ארטיקלעך טרעפט מען ווי ער לאכט אפ פון כביכול אליינס, פון תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ער איז פון די וואס די משנה שרייבט אויף זיי שאין לו חלק לעולם הבא!

און יעדער איינער וואס ברענגט אהער זיינע מאמרים איז מחויב זיכער צו מאכן אז דער ארטיקל איז ריין פון ליצנות אויף די עיקרי אמונה כדי נישט מכשיל צו זיין די חברי השטיבל וואס ווילן זיין ערליכע אידן,

לויט ווי איך בין אינפארמירט איז ער א שנה ופירש'ניק. נאר ס'איז מעגליך אז לא שנה ולא קרא. בכל אופן ס'איז פאראן א גיפט אין זיין פאעזיע. א פארביטערטקייט קעגן רעליגיע בכלל. און אקעגן די "קלעריקאלן" ווי די אפיקורסישע סאציאליסטן פון'ם אלטן בונד האבן אנגערופן די רבנים און אנדערע כלי קודש.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:51 pm

· #47702
ענטפער צו מאטי 107
אויב דו האלטסט אז כביכול איז אפשר? פארשפארט אין א צימער, אפילו דו ברענגסט עס נאר אלס מעטאפאר, רעדן מיר נישט די זעלבע שפראך. ווייל איך זעה און שפיר די הילף פון כביכול אפן און טעגליך. ווי, למשל, ווען איך האב געדארפט באצאללן טויזנט דאללאר פאר א אינשורענס קא. ביז א געוויסן דאטום. און א טאג פאר דעם איז געקומען איינער און האט געאפפערט א טשעק פון צוויי טויזנטו דאללאר, וואס ער איז מיר געווען שולדיג. אן דעם וואס איך זאל איהם האבן געפאדערט אדער געבעטן פאר דעם. איך קען ברענגען נאך צענדליגע דוגמאות פון די ג-טליכע הילף אויב מען איז מתפלל.

מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:20 pm

· #47802
נולד מאוחר
moti107
כפירה מיט ליצנות פון מאמרי חז"ל ............זאל קאווע טרינקער נישט דרייען א קאפּ

קענסט אפשר אנווייזען וועלכע שורה איז כפירה?


איך האָב מיך פאָרגעשטעלט אַז אַלע תפילות זענען געצילט צו אַ צימער וואָס איז שטענדיק פאַרשלאָסן און """קיינער""" ווייסט נישט וואָס טוט זיך הינטער דער טיר
אויב דאס איז נישט כפירה דאן וואס איז יא?

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 3:01 pm

· #47858
moti107
נולד מאוחר
moti107
כפירה מיט ליצנות פון מאמרי חז"ל ............זאל קאווע טרינקער נישט דרייען א קאפּ

קענסט אפשר אנווייזען וועלכע שורה איז כפירה?


איך האָב מיך פאָרגעשטעלט אַז אַלע תפילות זענען געצילט צו אַ צימער וואָס איז שטענדיק פאַרשלאָסן און """קיינער""" ווייסט נישט וואָס טוט זיך הינטער דער טיר
אויב דאס איז נישט כפירה דאן וואס איז יא?

"קיינער" לויט ווי איך פארשטיי גייט ארויף אויף מענטשען נישט אויף גאט. ער שרייבט דאך נאכדעם " איך האָב מיך פאָרגעשטעלט אַז אַלע תפילות זענען געצילט צו אַ צימער וואָס איז שטענדיק פאַרשלאָסן און קיינער ווייסט נישט וואָס טוט זיך הינטער דער טיר. די וואָס גלייבן דאַווענען צו אַ גאָט וואָס זיי זענען זיכער געפינט זיך אינעווייניק. די וואָס צווייפלן, אָבער דאָך דאַרפן אַ תפלה טון דאַווענען אויך און צום זעלבן טיר"

כ'מיין אז דאס איז די כפירה "האָב איך אַנדעקט אַז מען קען דאַווענען אַפילו מען איז נישט איבערצייגט אַז עס איז דאָ צו וועם"

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:53 pm

· #47884
a1b2
villager
קטלא זאל בלייבן ווי ער איז, ער שרייבט ווי אן אפיקורס, צווישן זיינע ארטיקלעך טרעפט מען ווי ער לאכט אפ פון כביכול אליינס, פון תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ער איז פון די וואס די משנה שרייבט אויף זיי שאין לו חלק לעולם הבא!

און יעדער איינער וואס ברענגט אהער זיינע מאמרים איז מחויב זיכער צו מאכן אז דער ארטיקל איז ריין פון ליצנות אויף די עיקרי אמונה כדי נישט מכשיל צו זיין די חברי השטיבל וואס ווילן זיין ערליכע אידן,

איך האלט אז די ... זאלן עס נישט לאזן אהערברענגען.

וויאזוי?. מען וועט פארשטעלן דעם וועג פאר די פערד און וואגן וואס וועלן עס ברענגען? פאר וועם ס'שטערט באמת זיינע מאמרים, זאל אנשטעלן דעם פילטער מיט'ן נאמען עס צו בלאקן. נו. נאכ'ן כינוס כלל ישראל האבן מיר דאך אללע געלייגט פילטערס אויף די עלעקטראנישע מאשינדלאך. 🙂

חאצקל » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:11 pm

· #47993
נולד מאוחר


כ'מיין אז דאס איז די כפירה "האָב איך אַנדעקט אַז מען קען דאַווענען אַפילו מען איז נישט איבערצייגט אַז עס איז דאָ צו וועם"


דער זאץ פאר זיך איז נישט קיין כפירה, עס ברענגט נאר ארויס דער טבע פון מענטשן אז מ'קען דאווענען אפילו....