א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1888
א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
אמת ס'איז נישט געזונט. ס'שטינקט. ס'ברענגט קרענק. ס'נישט מענטשליך פארנט פון אנדערע.
אבער די מענטשן וואס רויכערן יא, נעמט עס טאקע אוועק זייער אנגעצויגענקייט ❓
איז עס גוט פאר (הכנות בלע"ז) ❓
האסט שוין אמאל געגעסן פאפיטעס? איי מיען "געהאקט" פאפיטעס!כעין זה און אפילי נאך בעסער איז א צוגראטעל!!
איינער איז "אין" פאר איינס יאללא
ס'נעמט אפשר אוועק די אנגעצויגנקייט בשעת'ן רייכערן, אבער א מינוט דערנאך קען מען זיין גערעגט ווי א קוה.
שמואל הלויס'נעמט אפשר אוועק די אנגעצויגנקייט בשעת'ן רייכערן, אבער א מינוט דערנאך קען מען זיין גערעגט ווי א קוה.
דו רעדסט פון עקספיריענטס?
ניין! ב"ה איך רויכער נישט. איך זעה נאר ביי אנדערע.
אין א געוויסע זין בארואיגט עס די נערווען.
ווען דו דארפסט מאכן א וויכטיגע דעסידזען נעמט מען א סיגערעטל און די קאפ ווערט קלאר!!
מען קען זעהן אסאך מאל נאך א שווערע שטיקל פון ר' עקיבה איגר,שטייט "וצ"ע" זאגט מען א הלצה אז "וצ"ע" מיינט!
וצריך עישון!!!
ר עקיבא שרייט!
פאר אזא שווערע תוס' דארף מען שוין כאפן א ציגעראטעל!!
שמואל הלויס'נעמט אפשר אוועק די אנגעצויגנקייט בשעת'ן רייכערן, אבער א מינוט דערנאך קען מען זיין גערעגט ווי א קוה.
וועגן דעם נעם איך א מינוט נאכדעם נאך א ציגערעטל וכו'
לגבי הכנות לתפילה ג״כ מועיל ביותר
Deep and slow breathing is known to relieve anxiety. Just breathe like A smoker deep and long, exhale slowly. search online
ס'ווערט געזאגט א ווערטל אויף די רויכערער, אז די ציגארעטל קומט אייביג אריין אין פלאץ.
ווען מען איז הונגעריג: לאמיר זיך אביסל בארואיגן מיט א ציגארעטל..
ווען מען איז אנגעגעסן: נא, אביסל פארדייען דאס עסן מיט א ציגארעטל..
ווען מען איז נערוועז: איך מוז האבן א ציגארעטל..
ווען מען איז רואיג: אה, יעצט קומט א רואיגע ציגארעטל..
ווען מען איז דעפרעסט: איז מען אדיקטעט צום ציגארעטל..
ווען מען איז פריילעך: א גוטן ציגארעטל..
ביי דע וועי, איך בין א שטארקע רויכערער און איך ראט קיינעם נישט אנצוהייבן צו רויכערען אלס געזונט אויס, די גרויסע געלט וואס דאס קאסט אפ, מ'איז שטענדיג אנגעלייגט, מ'הוסט, מ'שפייט, מענטשן עקלען זיך פונעם גערוך, און די עיקר די עדיקשאן און די פרעשור וואס מען האט כסדר אלס צו האבן א פושקע סיגורים אין קעשענע, און נאך.
אבער גאר נישט קומט נישט צו ווען מען זיצט ביי א רואיגן מינוט מיט א קילע נאכט לופטל און מ'בלאזט ארויס שטייטלעך די גרויע געשמאקע טאבאקא רויעך...
ווי יענקל מיללער זאגט: צוויי זאכן פעלן אים, א
ציגרעטל נאכן טשאלענט אין א ביר נאכן אפיקומן...
zurichהאסט שוין אמאל געגעסן פאפיטעס? איי מיען "געהאקט" פאפיטעס!כעין זה און אפילי נאך בעסער איז א צוגראטעל!!
איינער איז "אין" פאר איינס יאללא
וואס מיינט איינער איז "אין" פאר איינס יאללא[/quote] ❓
אלזאאמת סאיז נישט געזונט. סשטינקט. סברענגט קרענק . סנישט מענטשליך פארנט פון אנדערע
אבער די מענטשן וואס רויכערן יא נעמט עס טאקע אועק זייער אנגעצויגענקייט ❓
איז עס גיט פאר (הכנות בלע"ז) ❓
אלזא סקוקט אויס אז סהעלפט פאר פרעשור איצטרט איז דאך דא פרעשור פאר יו"ט ,אין די קאווע טרינקער
האבן גענומען צייט צו ראגירן זיכער נישט פאר א ציגאר תיקו
ביי די וועי ? ווען איז מען זוכה צו א לייק ? אלזא גיב א לייק שקויעך "כאפע סטיבעל פריינט"
אלזאאלזאאמת סאיז נישט געזונט. סשטינקט. סברענגט קרענק . סנישט מענטשליך פארנט פון אנדערע
אבער די מענטשן וואס רויכערן יא נעמט עס טאקע אועק זייער אנגעצויגענקייט ❓
איז עס גיט פאר (הכנות בלע"ז) ❓
אלזא סקוקט אויס אז סהעלפט פאר פרעשור איצטרט איז דאך דא פרעשור פאר יו"ט ,אין די קאווע טרינקער
האבן גענומען צייט צו ראגירן זיכער נישט פאר א ציגאר תיקו
ביי די וועי ? ווען איז מען זוכה צו א לייק ? אלזא גיב א לייק שקויעך "כאפע סטיבעל פריינט"
א יוד בעט זיך, נו פארוואס נישט? נאדער א לייק.
אגב, איך בין מחולק מיט דיין אינטערשריפט. עס איז שוין יעצט "גיטע צייטן"
diffDeep and slow breathing is known to relieve anxiety. Just breathe like A smoker deep and long, exhale slowly. search online
א ציגערעטעל איז סאך מער רילעקסינג ווי סתם טיף אטעמען.
האסט אמאל פראבירט איינס?
(איך רייכער בערך א פושקע א טאג)
משה רוקח
(איך רייכער בערך א פושקע א טאג)
וואוו דעיס איז אסאך
נאך א פשטאלזאאלזאאמת סאיז נישט געזונט. סשטינקט. סברענגט קרענק . סנישט מענטשליך פארנט פון אנדערע
אבער די מענטשן וואס רויכערן יא נעמט עס טאקע אועק זייער אנגעצויגענקייט ❓
איז עס גיט פאר (הכנות בלע"ז) ❓
אלזא סקוקט אויס אז סהעלפט פאר פרעשור איצטרט איז דאך דא פרעשור פאר יו"ט ,אין די קאווע טרינקער
האבן גענומען צייט צו ראגירן זיכער נישט פאר א ציגאר תיקו
ביי די וועי ? ווען איז מען זוכה צו א לייק ? אלזא גיב א לייק שקויעך "כאפע סטיבעל פריינט"
א יוד בעט זיך, נו פארוואס נישט? נאדער א לייק.
אגב, איך בין מחולק מיט דיין אינטערשריפט. עס איז שוין יעצט "גיטע צייטן"
אבער סקען אייביג זיין בעסער
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
לעצטענס געהאט מיט אפאר חברים וואס איך האב זיך געווערטעלט מיט זיי אז איך מיין זיי זאלן אנהייבן רייכערן
נאכן זען אז אין שווערע טעג אינטער פרעשור וכד' האבן זיי נישט קיין וועג זיך צו בארוהיגן און אויסלופטערן
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
א ציגרעטל העלפט נישט צו ווערן רואיג.
די זאך וואס בארואיגט איז די אריינאטעמען און ארויס אטעמען שטייטערהייט.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
אלזא #
אמת סאיז נישט געזונט. סשטינקט. סברענגט קרענק . סנישט מענטשליך פארנט פון אנדערע
אבער די מענטשן וואס רויכערן יא נעמט עס טאקע אועק זייער אנגעצויגענקייט ❓
איז עס גיט פאר (הכנות בלע"ז) ❓
דאס איז אן איינרעדעניש. און ווי איך האב געהערט אמאהל פון א חכם... אן איינרעדעניש, איז ערגער ווי א קרענק...
אויסער וואס איך ווייס דאס פון עקספיריאנס, איך פלעג רייכערען

איך פלעג רייכערן א פושקע א טאג,ביז כ'האב געליינט די בוך easyway to stop smoking ,פון Allen carr,איך וואלט עס זייער געראטן פאר ווער עס פילט ווי ער וויל אויפהערן,איינס פון זיינע פאונטס איז אז ווען די ביסט נערוועז נישט נאר אז די דארפסט זיך ספראווען מיט דיין פראבלעם,נאר דארפסט יעצט אויך קעיר נעמען פון דיין עדיקשען,הערשט נאכדעם קענסטו בכלל טראכטן,משא"כ די נאן סמאוקער האט פשוט נישט די צוגעלייגטע פרעשור פון יעצט 'מוזן' רייכערן.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
The short answer is No
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
אלץ א רייכערער מפעם לפעם (ווי זאגט לאנגזאם, ער רייכערט נאר ביי א תענית, מוצ"ש און אינדערוואכן...), בארואיגט עס יא, אבער ס'וועפט גאנץ שנעל אויס, לאמור די צווייטע ציגרעטל גייט שוין גארנישט צוגעבן. מען מעג רייכערן פון צייט צו צייט, יעדע זאך דארף מען וויסן א מאס, פונקט ווי אלקוהול און צוקער הרג'עט מענטשן, איז יעדער מסכים אז מיט א מאס שאדט עס (כמעט) נישט, די זעלבע ביי ציגרעטלעך.
אויף צו לייגן אין קאנטעקסט, סטאטיסטיש גערעדט, פאר א יעדע ציגרעטל וואס מען רייכערט פארלירט מען 11 מינוט פון לעבן ווס. פאר א יעדע קען סאודע פארלירט מען 12 מינוט פון לעבן.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
לענ"ד האט עס ביידע, עס קען העלפן בארואיגן ווען מ'האט פרעשור, אבער טאמער ווערסטו אדיקטעד (וואס געשעהט צו יעדע נארמאלע מענטש) ווערט עס א פרעשור, וואס א נישט-רויכערער האט נישט, און ס'מאכט סתם פראבלעמען. אני כשלעצמי האב א vape אין טאש, און איך נעם בערך 20 puffs א טאג בדרך כלל, און עס העלפט אסאך, און איך וואלט עס נישט אויפגעגעבן אזוי שנעל, פשוט פאר די אנגעצויגענע טעג ווען מ'קומט אהיים און מ'פילט ווי מ'גייט פלאצן, נעמט מען אפאר puffs און מ'ווערט (כמעט) א נייער מענטש
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
כ'בין גראדע נישט קיין רויכערער און כמעט קיינמאל נישט גערייכערט חוץ אלץ בחור עטליכע חתן ציגארעטלעך פון וועלכע כ'פלעג מיך צוהיסן און אזויווי כ'בין בטבע א באקוועמער מענטש האב איך מיך נישט געהאלטן ביים מוסר נפש זיין דערמיט. נאר א פיינעם דעיווידאוו אדער מאנטיקריסטא ציגאר טוה איך יא מפעם לפעם, דאס ציהט מען נישט אריין, פארוואס זאג איך עס? ווייל לאפוקי די וואס טענה'נן דא אז די סיבה פון די רילעקסעשן ביי א ציגארעטל איז דאס אריינעטעמען שטייט און ארויס עטעמען, און ביי א ציגאר אינהעילט מען עס נישט און מ'נשפירט דערפון א בארואינגונגס פילינג בשעת מ'פארויכערט דעם ציגאר פארוואס? דאס קומט פון די באקאנטע קעמיקעל וועלכע יעדע ציגארעטל און ציגאר פארמאגט אין זיך "ניקאטין" און דאס גיבט דעם פלעזשערעיבל פילינג. יעצט אפילו מ'ציהט עס נישט אריין שפירט מען גאר גוט דערפון ווייל ווען מ'נציהט עס אריין אין מויל גייט עס אריין אין די בלוט סטיריעמס דורך די טישאס אין מויל
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
פאלאצ'ינטא #
אלזא #
אמת סאיז נישט געזונט. סשטינקט. סברענגט קרענק . סנישט מענטשליך פארנט פון אנדערע
אבער די מענטשן וואס רויכערן יא נעמט עס טאקע אועק זייער אנגעצויגענקייט ❓
איז עס גיט פאר (הכנות בלע"ז) ❓
דאס איז אן איינרעדעניש. און ווי איך האב געהערט אמאהל פון א חכם... אן איינרעדעניש, איז ערגער ווי א קרענק...
אויסער וואס איך ווייס דאס פון עקספיריאנס, איך פלעג רייכערען
די גאנצע ציגעראטל איז אן איינרעדעניש
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
אויף א קעמיקעל זאגט מען נישט איינרעדעניש
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
יעדע הנאה איז אן איינרעדעניש, עס איז אבער געשמאק
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
גענוג געוועהן מיט פייניגען דער עולם וואס רייכערט, ס׳טאקע נישט געזונט, און?
דער נומער איין הרג׳רער אין usa איז הארץ קראנקייט, איר ווייסט פון וואס הארצקראנקייט קומט? נישט פון רייכערען נאר פון צוקער!
זאלן די אלע אנטי רייכערען מה יפית׳ניקעס ערשט מאכן געזעצען אז מען טאר נישט עסן צוקער אונטער 18 , און לייגען א טייערע צוקער טעקס, אה און אז מען טאר נישט עסן צוקער אין רעסטוראנטן און אין פארקס באסעס עראפלאנען וכו׳
ווען זיי מיינען ווען באמת די טובה פון די מענטשהייט וואלטן זיי אינז נישט גע-טראלט מיט אנטי רייכערן נאר ענדעשער געוועהן פארנומען מיט די אמת׳ע פראבלעם, דהיינו צוקער

ראדני #

אנטשילדיגט פארען זיין א מה יפית'ניק...
אבער מפארבאט/לייגט טעקס נאר אויף זאכען וואס זענען בעצם שעדליך. זאכען וואס זענען געזונט, נאר מענטשען עסען צו סאך דארף מען נעמען אנדערע שריט.
אין ישראל לייגט מען טאקע טעקס אויף סאדע. דארט איז די צוקער איבערעסעריי ממש א נאצינאלע פראבלעם, מיט די מערסטע מענטשען וואס מדארף אפשניידען א הענט/פיס וועגען דייעביטיס!
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!

די רייכערסט?
ניין!
די אונסט די בילדינג?
ניין,
איך יא...
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
כספי #

אן ענליכע מעשה האב איך געליינט ערגעצוואו פון איינעם וועלכער האט געטרינקן עטליכע קענס ביר יעדן טאג, איז געקומען איינער און געמאכט דעם זעלבן חשבון פאר יענעם אז במשך הזמן האט יענער געשפענדט אזוי סאך וויפיל א לאמבארגיני קאסט, און ווען יענער שפענדט ווען נישט די אלע געלטער אויף די ביר וואלט ער ווען געקענט זיין דער גליקליכער באליבאס פונעם לעמבא, האט דער טרינקער צוריק געענטפערט פאר יענעם, דו טרינקסט דאך נישט און אוואו איז דיין לאמבארגיני??
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
א קאפי בארואיגט?
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
כספי #
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!
עס איז א שיינע מעשה'לע. אבער עס נעמט נישט אוועק די וואלידיטעט פונעם ארגומענט בכלל. עס איז אזא
רויטע הערינג סארט פַאלאסי.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
יא, יא, ס'איז פשוט.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
ניין

פון עקספיריענס, ס'העלפט בארוהיגען, אבער אויף זייער צייטוויליג, און מיט די יארן פאדערט זיך מער און מער צו בארוהיגן די נערווען.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
עס בארוהיגט פון דעם צורך וואס די האסט פאר דעם ציגאר, דהייני מען שאפט א נייע צורך דערנאך ערפילט מען עס,
דערנאך איז דא די נקודה פון אפשטעלן אלס, מאכען הפסקות פונעם לאנגע שעה, און טון עפעס אנדערש פונעם רוטין, די פראבלעם ווערט, ווען עס ווערט א חלק פונעם סקעדשעל,
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
אלפא #
כספי #
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!
עס איז א שיינע מעשה'לע. אבער עס נעמט נישט אוועק די וואלידיטעט פונעם ארגומענט בכלל. עס איז אזא
רויטע הערינג סארט פַאלאסי.
די געדאנק איז ווייל ער האט גערויכערט האט ער געהאט די יישוב הדעת אין צייט צו טראכטען וויאזוי צו מאכען געלט אין פארדעם האט ער די אלע בנינים, די הערינג איז נישט אזוי רויט דאס מאל.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
אלפא #
כספי #
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!
עס איז א שיינע מעשה'לע. אבער עס נעמט נישט אוועק די וואלידיטעט פונעם ארגומענט בכלל. עס איז אזא
רויטע הערינג סארט פַאלאסי.
.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
עמקות התם #
עס בארוהיגט פון דעם צורך וואס די האסט פאר דעם ציגאר, דהייני מען שאפט א נייע צורך דערנאך ערפילט מען עס,
דערנאך איז דא די נקודה פון אפשטעלן אלס, מאכען הפסקות פונעם לאנגע שעה, און טון עפעס אנדערש פונעם רוטין, די פראבלעם ווערט, ווען עס ווערט א חלק פונעם סקעדשעל,
פארדעם הערט מען אויף פאר צווי וואכען אין מען פאנגט ווידער אהן מיט א פרישקייט אזוי ווי אלע אנדערע פלעזארס אין געברויכען מען דארף זיין קריעטיוו
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
פרעשער איז אין קאפ, אויב רעדט מען זיך נאר איין אז א ציגארעטל העלפט איז דאך גוט... והבן.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
יא לויט מיין פערסאנעל עקספיריענס
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
איך האב פיינט ציגארעטלעך, אפי' די שמעק קען איך נישט אויסהאלטן, אבער איך האלט אז יא
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
כהעל צולייגן מיינע צוויי צענט.
אלס איינער וואס פלעגט זיין היבש אנגעוויזן אויף ציגארעטלעך צו סורווייוון די טאג.
טאקע די סאושעל רעגולאציעס וואס מהאט ארויפגעלייגט אויף רייכערן, צב״ש רייכערן אין א בנין, דאס העלפט די תועלת פונעם ציגארעטל.
דאס צווינגט און מערסטענפאל (על פי רוב רייכערן נישט אינדערהיים/אפיס/כולל) צו אפהאקן וואס מהאלט אינמיטן טוהן, נעמען א ברעיק, ארויסגיין אינדרויסן, זיך פארגלייזן אויפן פייער פלעמל, פאוקעסן אויף די קריץ פון די רויעך וואס גליטש אראפ ס׳העלזל, פשוט צו נעמען א ברעיק פון טעגליכן געלויף.
מקען דעבאטירן אויב די נעקאטין אדער טאבאקא העלפט באמת אדער סאיז נאר אן איינרעדעניש, אבער די ציגארעטל איז די יוצא פועל,
אדער אז מקען האבן די זעלבע בענעפיט פון אריינאטעמען און ארויסאטעמען, אבער סאיז אינו דומה צו די בענעפיט אין די ספעציפישע הינזיכט וואס נאר א ציגארעטל קען דיר געבן.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
לאז זיין ס׳איז בלויז אן איינרעדעניש, למעשה וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון דעם איינרעדעניש און בארואיגן די נערווען אן די ניקאטין? איך קען זיך אפשטעלן פאר א וויילע אבער דאן קומט עפעס א טריגערינג פרעשור און אודך כי עניתני…

שטולענע אייער #

באמערק די דמיון דערין
איך בין געווען א העווי רייכערער און א וועיפער דו דארפסט נאר באמערקן די דמיון שבו און ווי עקעלדיג סאיז וועסטו סטאפן אין נוי טיים נאכדעם קימט צו נאך א תנאי דו דארפסט באמת ווילן סטאפן ...

שפילער #

דו האסט אינגאנצן געסטאפט? וויאזוי טאקע?