☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » סימנים לכבוד ראש השנה

סימנים לכבוד ראש השנה

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1833

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 2:45 pm

· #44681
סימנים לכבוד ראש השנה
סימנים חדשים לר"ה:

חסה - שה' יחוס וירחם עלינו
פיצה - שיתפוצצו אויבנו ומבקשי רעתנו
אבטיח - שתהיה שנה מבטיחה ושנגלוש בבטחה באינטרנט
בשר - שנתבשר בשורות טובות
בקר - שנזכה לבקר בבית מקדשנו ותפארתנו
סחוג - שישרפו אויבנו ומבקשי רעתנו
פלפל - שנהיה מפולפלים בתורה ובחכמה
מלח - שנהיה ממולחים ופקחים
צנון - שיצטננו שונאינו
פיתה - שנתפתה רק לדברים טובים
מצה/מיץ - שנמצה את כל יכולותינו
סוכריה - שיסכרו דמעותינו ונהיה רק שמחים
שניצל - שנינצל מגזרות קשות
נקניקיה - שנתנקה מחטאנו ומעוונותינו
תפוח אדמה - שנהיה ענווים ושפלים כאדמה
קציצה - שיקצצו לנו בתשלומי מיסים ובעול מלכות
געפילטע פיש * - שנקיא את כל חורשי הרעה ממנו
אפונה - שנתפנה ללימוד תורה וחסד
כיפלי - שתהיה שנה כיפית ומאושרת
גומי - שתהיה שנה גמישה ונינוחה
קולה - שתמיד יאמרו לנו "קולה כבוד!"
חלב עז - שלא נעבוד ע"ז
טחינה - שישמעו ויתקבלו תחינותינו
חומוס - שנתרחק משוד ומחמס
אורז - שנזכה לארוז חבילות צדקה וחסד
חרוב - שיחרבו בתי תפלות ועבודה זרה
דג - שתהיה לנו שנה מצחיקה ומדוגדגת
ואני שמעתי שחסידי חב"ד אוכלים גם קולורבי - כדי לזכות ולשמוע את קולו של הרבי.

-----------------------------------
(* נאמען געענדערט כדי נישט צו פוגע זיין אין אונזער ניק)

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 2:50 pm

· #44685
קיווי - "כי בי ירבו ימיך ויוסיפו לך שנות חיים".

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 3:56 pm

· #44700
מעיאנעיז - שיפתחו מעינות החכמה

סארדינען - סר דינא קשה

אויס מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:43 am

· #44931
גאלע = שיתגלה כבוד מלכותו עלינו
סושי = תהא "שעה זו" שעת רחמים
ועוי"ל שיתייאשו שונאינו
פיסטעשוס = שלא יהי' לנו "פוסטע שעות"

טעלעפאן » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:53 am

· #44935
Wow....

שמעקעדיג איך האב געוואוסט אז דו ביסט גוט אבער אז דו ביסט ״ריזיג״ דאס האב איך שוין נישט געוואוסט...

נורא נוראות וואס איך האב דא צאמגעלאכט. און ווי עס ווערט טאקע געברענגט אין די ספרים אז תשובה דארף מען טון בשמחה, איז עס א פאסיגע הכנה פארן אנקומענדיגן ראש השנה

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:45 am

· #44957
אויס מענטש
גאלע = שיתגלה כבוד מלכותו עלינו
סושי = תהא "שעה זו" שעת רחמים
ועוי"ל שיתייאשו שונאינו
פיסטעשוס = שלא יהי' לנו "פוסטע שעות"

דאן טאר מען עס נישט עסן!

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:18 pm

· #44967
זר זהב
אויס מענטש
פיסטעשוס = שלא יהי' לנו "פוסטע שעות"

דאן טאר מען עס נישט עסן!


אקעי, שוין לאנג וואס איך האב די קשיא, אפשר קען מיר איינער פארענטפערן.

מען עסט ראש השנה אסאך גוטע סימנים, און מען נעמט די ברכות דערפון פאר אונז,
און אסאך נישט גוטע סימנים און מען לייגט עס אן אויף אונזערע שונאים.

למשל מען עסט מילגרוימען, פיש, האניג, כדי ס'זאל זיין פאר "אונז" א זיס יאר, אסאך מצוות, מיר זאלן זיך פארמערן, א.א.וו.
נאכדעם עסט מען למשל "כרתי", אבער דאס שמירט מען שוין אן אויף די שונאים, "שיכרתו שונאינו".

יעצט, איך האב זייער ליב פיש טעילס (וויידלעך בלע"ז). און בכלל נישט די קאפ.
איז אפשר קען איך אנשטאט עסן דעם קאפ און וואונטשן "שנהי' לראש ולא לזנב", ענדערש עסן א טעיל און וואונטשן "שיהיו שונאינו לזנב ולא לראש"?

ממילא לויט דעם קען מען פארענטפערן פאר זר זהב, מען זאל "יא" עסן פיסטעשוס, און וואונטשן די פוסטע צייט פאר אונזערע שונאים?

ודו"ק.

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:23 pm

· #44969
ואני שמעתי מ'עסט RAISIN און SALARY מ'זאל טאקע רעיסן דעם סעלערי.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:53 pm

· #44984
ליידיג צייט פאר די שונאים קען זיין שלעכט פאר אידן!
פארוואס מיינסטע האבן אידן אזויפיל געליטן יארן צוריק?

על המחיה » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:58 pm

· #44988
שמעקעדיג


ממילא לויט דעם קען מען פארענטפערן פאר זר זהב, מען זאל "יא" עסן פיסטעשוס, און וואונטשן די פוסטע צייט פאר אונזערע שונאים?

ודו"ק.


די שונאים זאלען האבען פוסטע (איבעריגע) צייט? נאר דאס נישט!

שאי סביב עיניך וראי וואסארא חורבנות די חברה מיט איבעריגע צייט מאכען אן...

אויס מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:37 pm

· #45006
די גאנצע טענה'ריי איז איבעריג ווייל תשרי עסט מען נישט קיין ניס, ווייל עס איז בגי' חט"א
די סימנים איז לכל השנה
=
בדרך רמז עסט מען סושי מיר זאלן ווערן רייך ווי די טשייניזע {רעגירונג}

שמואל הלוי » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:46 pm

· #45009
די "רומני" שטיצער וועלן זאגן א עקסטערע יה"ר ביים עסן די "רמון", אז ער זאל געווינען קעגן אבאמא.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:47 pm

· #45013
שמואל הלוי
די "רומני" שטיצער וועלן זאגן א עקסטערע יה"ר ביים עסן די "רמון", אז ער זאל געווינען קעגן אבאמא.

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:10 pm

· #45023
אויס מענטש
די גאנצע טענה'ריי איז איבעריג ווייל תשרי עסט מען נישט קיין ניס, ווייל עס איז בגי' חט"א
די סימנים איז לכל השנה
=
בדרך רמז עסט מען סושי מיר זאלן ווערן רייך ווי די טשייניזע {רעגירונג}


דוכט זיך אז נאר אמעריקאנער ניס איז מען זיך נוהג נישט צו עסן. אבער כ'בין נישט זיכער.
סושי איז א יאפאנעזער מאכל, נישט טשייניז.

אויס מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:27 pm

· #45039
שמעקעדיג


דוכט זיך אז נאר אמעריקאנער ניס איז מען זיך נוהג נישט צו עסן. אבער כ'בין נישט זיכער.
סושי איז א יאפאנעזער מאכל, נישט טשייניז.

פיסטעשוס איז אמעריקנער ניסלעך
מיט די צווייט הערה ביסטו גערעכט
אבער בדרך רמז זעהן זיי אויס די זעלבע

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:37 pm

· #45171
שמעקעדיג
סושי איז א יאפאנעזער מאכל, נישט טשייניז.

זיי האבן ביידע שמאלע געפאסטע אויגן, ולא פליג.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:06 pm

· #45198
גאלארעטא- גלה כבוד מלכותך עלינו

יידל » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:17 pm

· #45200
שמעקעדיג

אקעי, שוין לאנג וואס איך האב די קשיא, אפשר קען מיר איינער פארענטפערן.

מען עסט ראש השנה אסאך גוטע סימנים, און מען נעמט די ברכות דערפון פאר אונז,
און אסאך נישט גוטע סימנים און מען לייגט עס אן אויף אונזערע שונאים.

למשל מען עסט מילגרוימען, פיש, האניג, כדי ס'זאל זיין פאר "אונז" א זיס יאר, אסאך מצוות, מיר זאלן זיך פארמערן, א.א.וו.
נאכדעם עסט מען למשל "כרתי", אבער דאס שמירט מען שוין אן אויף די שונאים, "שיכרתו שונאינו".

יעצט, איך האב זייער ליב פיש טעילס (וויידלעך בלע"ז). און בכלל נישט די קאפ.
איז אפשר קען איך אנשטאט עסן דעם קאפ און וואונטשן "שנהי' לראש ולא לזנב", ענדערש עסן א טעיל און וואונטשן "שיהיו שונאינו לזנב ולא לראש"?

די זעלבע קושיא האב איך שוין יארן אויף די וואס עסן נישט קיין זויערע זאכן אזוי ווי זויערע פיקל און טאמאטע דיפ מיט וויניגער ווייל מ'וויל נישט האבן א זויער יאר. פארוואס קען מען עס נישט עסן און וואונטשן די זויער יאר אויף אונזערע שונאים?

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:49 pm

· #45227
פון זר זהב:

זר זהב
שמעקעדיג
מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.


זר זהב
איך עס נישט א גאנץ יאר קיין ניס כ'בין אלערגיק צו ניס, א דיין האט מיר גע'פסק'ט אז איך מוז עסן ניס דעם לעצטן וואך פון אלול אלס א היכר.


זאג נאר, וועלכן דאייען נוצטו? 😲

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:56 pm

· #45231
ער לאזט נישט אויסזאגן, ער האט שוין צופיהל שואלים...

villager » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:06 am

· #45369
וואס א סימן איז גוט פאר לייקס? איך האב שוין זעכציג תגובות און נאר 7 לייקס 😞

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:07 am

· #45371
villager
וואס א סימן איז גוט פאר לייקס? איך האב שוין זעכציג תגובות און נאר 7 לייקס 😞

עס "ליקעריש" אדער טרינק "ליקער".

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:24 pm

· #46919
איך פיר זיך צוליינען דעם "איד" ר"ה מער ווי סתם א שבת, סימנא מילתא צו זיין א א "איד" א גאנץ יאר.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:20 am

· #46964
איך האב געכאפט א פיינע דרימל היינט, כדי צו האבן אן אויסגערוהטע מזל, און חלילה נישט קיין פארשלאפענע מזל.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:27 am

· #46991
זר זהב
ליידיג צייט פאר די שונאים קען זיין שלעכט פאר אידן!
פארוואס מיינסטע האבן אידן אזויפיל געליטן יארן צוריק?

דו מיינסט פאר ס'איז געווען בעיסבאל און פוטבאל מיט וואס די גוים זענען ב"ה שטארק פארקאכט און זיי האבן נישט קיין צייט צו טראכטן פון אונז.

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:47 am

· #47030
א סלייס פיצא (א אכטעל) מ'זאל האבן סעקשען 8

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:41 am

· #47042
יידל
די זעלבע קושיא האב איך שוין יארן אויף די וואס עסן נישט קיין זויערע זאכן אזוי ווי זויערע פיקל און טאמאטע דיפ מיט וויניגער ווייל מ'וויל נישט האבן א זויער יאר. פארוואס קען מען עס נישט עסן און וואונטשן די זויער יאר אויף אונזערע שונאים?


אקעי ר' יידל, כ'האב געלערנט אביסל מטה אפרים דעם ר"ה, און געטראפן דיין קשיא דארט אין אלף המגן. זעה דעם בילד, סעיף כ"א.
📎 Pics_65 (3).JPG

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:47 am

· #47043
איז זויערע פיקל גרוע בטעמו? ניין

אויס מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:54 am

· #47047
איך האב געגעסן א פאקסי-פאפ דעם ר"ה מיט גרויס כונה
אלץ גוטער סימן פאר
מציצה בפה

קווארטין » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:22 pm

· #47110
קאווע טרינקער
א סלייס פיצא (א אכטעל) מ'זאל האבן סעקשען 8

מענין לענין האט עמעציר אמאל געזאגט אז פיצא איז ר"ת אמך (ע מתחלף) ישראל צריכים פרנסה, אנשטאט עסן פאצעי שבת, עסן טייל אידן פיצא אום מוצ"ש, טאקע מהאי טעמא.

האט שוין עמעציר צוגעלייגט אז מ'דארף עסן עטליכע 'פיצאס' ווייל דאסיז ר"ת 'אמך ישראל צריכין פוד סטעמפס'.

האט א דריטער ערווענט אז מ'דארף ארויפלייגן 'רעגינאו' צו ווייזן אז ס'זאל 'רעגענען' פרנסה

ציבעלע-קיגל » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:11 pm

· #47921
פרפל-די שונאים אונזערע זאלן פארפאלן ווערן

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:13 pm

· #47923
אייגענס?