☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אלעס איבער תשעה באב‎

אלעס איבער תשעה באב‎

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1254
בלאט: 1 2

real jew » פרייטאג יולי 27, 2012 10:30 am

· #29207
אלעס איבער תשעה באב‎
Are you allowed to learn, both today (after chatzos) and tomorrow shabbos tisha b'av? I was told that the belzer rebbe ruled that you can only learn as much as you usually learn, that psak left me in a difficult situation since I rarely learn on shabbosim. If learning makes me sad can I learn this shabbos?

הרב_שלום » פרייטאג יולי 27, 2012 11:38 am

· #29228
אויב לערנען מאכט דיר טערויריג דארפס דו א גרויסע דאקטאר ווייל אין פאקט שפירט זיך יענע איינער גוט נאכן לערנען און זעה זיך גוט אויסציוויינען ביי והאר עיננו בתורתך

יידל » פרייטאג יולי 27, 2012 11:53 am

· #29240
א קליינע דאקטער איז אויך גענוג. אייגענטליך, אפילו א זעלבסט-דערקלערטער טעראפיסט פון וויליאמסבורג וועט אויך מאכן א גוטע דזשאב.

קלוג און יונג » פרייטאג יולי 27, 2012 1:15 pm

· #29294
שהמאור שבה יחזירנו. ער דארף נישט קיין דאקטאר אדער טעראפיסט, ער ווערט סעד וויל ער זאגט אליין אז ער לערנט קוים. זעץ זיך לערנען, און איי געס די תורה וועט טוהן די רעסט.

אשכנ » פרייטאג יולי 27, 2012 1:23 pm

· #29299
היינט און מארגען ביז חצות איז זיכער מותר, נאך חצות זענען דא דעיות אין די פוסקים.

שרגא » פרייטאג יולי 27, 2012 1:32 pm

· #29302
לכתחילה זאל מען נישט לערנען מארגן שבת נאך חצות. עס זענען דא וואס זענען מתיר אויב וויל מען דוקא, אבער פארוואס זאל איינער זוכן צו "מקיל זיין" ?
מ'קען העכסטנס זאגן תהילים אדער לערנען די זאכן וואס זענען מותר ת"ב (איוב רעקאמענדירט).

מוראדיג » פרייטאג יולי 27, 2012 1:47 pm

· #29309
real jew
Are you allowed to learn, both today (after chatzos) and tomorrow shabbos tisha b'av? I was told that the belzer rebbe ruled that you can only learn as much as you usually learn, that psak left me in a difficult situation since I rarely learn on shabbosim. If learning makes me sad can I learn this shabbos?

"טרויעריג" און "שווער" זענען צוויי באזונדערע זאכן. איך מיין דו האסט געמיינט צו זאגן די צווייטע, נישט די ערשטע.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 27, 2012 2:29 pm

· #29320
מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

זר זהב » פרייטאג יולי 27, 2012 2:54 pm

· #29324
שמעקעדיג
מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.

real jew » פרייטאג יולי 27, 2012 3:18 pm

· #29326
זר זהב
שמעקעדיג
מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.

was the heter only for this year since its a nidche?

טאמבל סאס » פרייטאג יולי 27, 2012 3:24 pm

· #29327
זר זהב
שמעקעדיג
מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.

מיך האט ער געזאגט איך זאל אובאכט געבן און נישט פאררקריכן אינעם "הפרגוד" פארום.

שרייבער » פרייטאג יולי 27, 2012 3:41 pm

· #29331
עצות צום פאסטן און אויספאסטן
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=24199&mode=view">http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view</a>

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 27, 2012 6:49 pm

· #29366
אויף וואס קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
ווער קען זאגן אז דורך יאר טראכט ער איינמאל אז עס פעלט עם די בית המקדש?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

זר זהב » פרייטאג יולי 27, 2012 6:51 pm

· #29367
נולד מאוחר
אויף קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

דו ביזט דיר סותר מיניה וביה, ווען משיח וועט קומען וועסטע נישט האבן קיין פערזענדליכע צרות. ודו"ק

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 27, 2012 6:53 pm

· #29368
נולד מאוחר
אויף וואס קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
ווער קען זאגן אז דורך יאר טראכט ער איינמאל אז עס פעלט עם די בית המקדש?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

אויף דעם אליין זאלסטו וויינען און וויינען, פארוואס דו שפירסט נישט אז דו ביסט אין גלות, און אז ס'פעלט דיר די בית המקדש.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 27, 2012 6:54 pm

· #29369
זר זהב
נולד מאוחר
אויף קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

דו ביזט דיר סותר מיניה וביה, ווען משיח וועט קומען וועסטע נישט האבן קיין פערזענדליכע צרות. ודו"ק

די האלטס פינעם רמב''ן? זאגט נישט די רמב''ם עולם כמנהגו נוהג ,חוץ שובעד מלכות .?
אין אייב בין איך א לאבאוויעשער? 😉

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 27, 2012 6:56 pm

· #29370
שמואל הלוי
נולד מאוחר
אויף וואס קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
ווער קען זאגן אז דורך יאר טראכט ער איינמאל אז עס פעלט עם די בית המקדש?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

אויף דעם אליין זאלסטו וויינען און וויינען, פארוואס דו שפירסט נישט אז דו ביסט אין גלות, און אז ס'פעלט דיר די בית המקדש.

דער אייבישטער גיט מיר פין אלעם גוטען , איך שפיר נישט דעם חורבן .
זאל איך מיך סתם שטיפען ציוויינען? איך שעם זיך פין גאט ער ווייסט איך שטיפ מיך.

זר זהב » פרייטאג יולי 27, 2012 6:58 pm

· #29371
אויב ביזטע א ליבאוויטשער בין איך דיר נישט מקנא ווען משיח וועט קומען, וועסט זיין אין שאק.

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 27, 2012 6:59 pm

· #29372
נולד מאוחר
דער אייבישטער גיט מיר פין אלעם גוטען , איך שפיר נישט דעם חורבן .
זאל איך מיך סתם שטיפען ציוויינען? איך שעם זיך פין גאט ער ווייסט איך שטיפ מיך.

נו פארדעם זאלסטו וויינען פארוואס טאקע דו שפירסט נישט. געדענק וואס חז"ל זאגן אז רשעים באקומען זייער עולם הזה אויף די וועלט, און אפשר פארדעם גיט דיר דער אייבערשטער פון אלעם גוטן, אבער אויבן אין הימל וועט זיין א אנדערע מעשה (איך זאג נישט אז דו ביסט א רשע חלילה, אבער דו פאר דיר אליין מעגסט אזוי טראכטן און זיך מאכן א חשבון הנפש) און ווען דו וועסט דאס טראכטן אוי וועט דיר קומען צו וויינען.

זר זהב » פרייטאג יולי 27, 2012 7:03 pm

· #29374
אזוי גייט דאך דער ווארט: "ראוי לכל ירא שמים להיות דואג ומיצר על חורבן... פרעגט מען פארוואס נאר א ירא שמים? ווייל איינער וואס איז נישט א ירא שמים דארף וויינען אויפ'ן איגענעם חורבן. און ווי ס'זעהט אויס האב איך מיין חבר נולד מאחור פאר קאמפעניע.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 27, 2012 7:09 pm

· #29377
זר זהב
אזוי גייט דאך דער ווארט: "ראוי לכל ירא שמים להיות דואג ומיצר על חורבן... פרעגט מען פארוואס נאר א ירא שמים? ווייל איינער וואס איז נישט א ירא שמים דארף וויינען אויפ'ן איגענעם חורבן. און ווי ס'זעהט אויס האב איך מיין חבר נולד מאחור פאר קאמפעניע.

זייר מיט דיר צי וויינען , סהייבט שוין אן צי ווערן עקסיידינג איים אין לאמיר ציזאמכן וויינען .

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 27, 2012 7:10 pm

· #29378
וואס שפירען די וואס שפירען ? אויף וואס וויינען זיי?

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 27, 2012 7:12 pm

· #29380
זר זהב
אויב ביזטע א ליבאוויטשער בין איך דיר נישט מקנא ווען משיח וועט קומען, וועסט זיין אין שאק.

אויב ביסטו נישט קיין לאבאוויטשער וועסט נעבעך ווארטען און ווארטן, דיינע קינדער און אייניקלעך, אויף א זאך וואס איז שוין לאנג דא.
קאם אן, ס'איז נישט די צייט פאר ליצנות, נא וויאזוי וויינט מען?

זר זהב » פרייטאג יולי 27, 2012 7:18 pm

· #29383
זיי שפירען דעם צער פון כביכול וואס איז אזוי דערנידערט אין די גאנצע וועלט. זיי ווארטן שוין אויף דעם טאג ווען ס'וועט זיין "וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יציר כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלוקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה" -- צי וויסטו וואס דאס מיינט? אלע אלע גויים מיט אלע זייערע פאלשע סייענטיסטן מיט אלע מוסילמענער איינגערדטע געצן דינער אלע אלע וועלן זיי זיין FOOLS!
פון א גשמיות'דיגן פוינט וואלטסטע אפילו געדאפט א טרער לאזן דא.
אגב, די אויבענדערמאנטע שטיקל פון ימים נוראים דאווענען איז מיין סאפט ספאט, נישט מי יחיה ומי ימות.

קלוג און יונג » מוצ"ש יולי 28, 2012 11:09 pm

· #29391
נולד מאוחר
וואס שפירען די וואס שפירען ? אויף וואס וויינען זיי?

קענסט דיך נישט אריינלייגען אין די מתב און זיך ברענגן צו זיין טרועריג אדער ווינען.
למשל אזוי ווי די וואטשט ווען א טרועריגע מאווי, אדער ליינסט א מעשה.

איי וועסטו פרעגן די זעהסט נישט וואס איז אזוי טרועריג אז מ'האב מיר נישט דעם כהן גדול וואס איז בודק דעם חלף איבערגעבויגען העכער די קו וואס שטויסט מען זאל איהם לאזען גיין. עמך אנכי בצרה. אבער וואס איז מיט אזא מהלך:

לייג דיך אריין אין די מצב פון די ישראלים, נישט אזוי ווייט אלץ דע בית המקדש אפילו, נאר אויף די מצב האולמי
די מצב פון ירושלים. ירמי' הייבט אהן קלאגען "איכה ישבה בדד העיר רבתי עם" דעס איז א קלאג אויף דע כבוד און שטאלץ פון כלל ישראל אלץ א שיין פאלק.
עס איז נישט ביז פסוק י' וואס ירמי' דערמאנט אפילו דעם בית המקדש.

נולד מאוחר » מוצ"ש יולי 28, 2012 11:33 pm

· #29393
קלוג און יונג

די רעדסט פין די מצב פין ירושלים היינט ציטאגס אדער פין טויזענט יאר ציריק?

קלוג און יונג » זונטאג יולי 29, 2012 12:06 am

· #29397

פון צוויי טויזענט יאר צוריק.

איחוד פעלד » זונטאג יולי 29, 2012 12:26 am

· #29400
Re: תשעה באב‎
מען דארף רעדען וועגען וואס איז געווען כדי צו געדענקען וואס ירושלים איז, אויב נישט ווען די ביהמק וועט אויף געבויט וועסטו אויך נישט פארשטיין וואס מען דארף עס האבען. דאס מיינט כל שאינו מתאבל על ירושלים אינו רואה בשמחתה. ווייל ער וועט נישט פארשטיין די שמחה, און וועט נישט מיטהאלטען.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

זר זהב » זונטאג יולי 29, 2012 12:32 am

· #29402
Zmanim for Brooklyn
July 28 - ט' אב
Dawn 4:11
Earliest Talis 4:52
Sunrise 5:50
Latest Shema 9:25
Latest Shachris 10:37
Midday 1:02
Earliest Mincha 1:39
Plag HaMincha 6:44
Sunset 8:14
Nightfall 9:02
72
minutes 9:27

קלוג און יונג » זונטאג יולי 29, 2012 1:24 am

· #29408
נולד מאוחר
קלוג און יונג
נולד מאוחר
וואס שפירען די וואס שפירען ? אויף וואס וויינען זיי?

קענסט דיך נישט אריינלייגען אין די מתב און זיך ברענגן צו זיין טרועריג אדער ווינען.
למשל אזוי ווי די וואטשט ווען א טרועריגע מאווי, אדער ליינסט א מעשה.

איי וועסטו פרעגן די זעהסט נישט וואס איז אזוי טרועריג אז מ'האב מיר נישט דעם כהן גדול וואס איז בודק דעם חלף איבערגעבויגען העכער די קו וואס שטויסט מען זאל איהם לאזען גיין. עמך אנכי בצרה. אבער וואס איז מיט אזא מהלך:

לייג דיך אריין אין די מצב פון די ישראלים, נישט אזוי ווייט אלץ דע בית המקדש אפילו, נאר אויף די מצבולמי
די מצב פון ירושלים. ירמי' הייבט אהן קלאגען "איכה ישבה בדד העיר רבתי עם" דעס איז א קלאג אויף דע כבוד. שטאלץ פון כלל ישראל אלץ א שיין פאלק.
עס איז נישט ביז פסוק י' וואס ירמי' דערמאנט אפילו דעם בית המקדש.

די רעדסט פין די מצב פין ירושלים היינט ציטאגס אדער פין טויזענט יאר ציריק?

איך ווייס אז די מצב היינט אין ירושלים און אויך אין אמעריקע איז זייער גיט. און אויב ווילסטו טאנצען מאכט עס אסאך סענס.
אבער היינט וויינט מען דאך. סא פאר איינעם וואס די גלות השכינה טוט נישט זייער ווי, אבער וויל דאך מיטהאלטען די קלאגעריי, איז די מצב פון ירושלים פאר צוויי טויזענט יאר צוריק א גיטע

טעלעפאן » זונטאג יולי 29, 2012 1:41 am

· #29409
נולד מאוחר
אויף וואס קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
ווער קען זאגן אז דורך יאר טראכט ער איינמאל אז עס פעלט עם די בית המקדש?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

איך האב געלייענט עטליכע באשרייבונגען איבער די צייטן פונעם ביהמ״ק בבניינה און דערנאך איר חורבן און איך בין געווארן באמת צובראכן דערפון

כ׳האב נישט געלייגט קיין קאפירייט דערויף

דבילה » זונטאג יולי 29, 2012 3:33 am

· #29415
וועם היינט ברענט שטארק צו זען די גאנצע "שחיטה פראצעדור" מיט די "פאמפ"? ביניך עפעס ווייניגער איד אויב טויטע בהמות גרוילן מיר? ביניך עפעס ווייניגער איד אויב די גרויסע כבוד און דרך המלך וואס רבי'ס בימינו שפיגלען אפ עקעלט מיר?

גערעכט, שטייט טאקע כל מי שאינו מתאבל אינו זוכה לראות.. אבער הא גופא באדערט מיר. פארוואס זאל 'ך וועלן זען?

שמעקעדיג » זונטאג יולי 29, 2012 2:33 pm

· #29449
טאמבל סאס
זר זהב
שמעקעדיג
מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.

מיך האט ער געזאגט איך זאל אובאכט געבן און נישט פאררקריכן אינעם "הפרגוד" פארום.

און מיר האט ער געזאגט, נישט גיין צימעס, צוליב קמצא ובר קמצא

שמעקעדיג » זונטאג יולי 29, 2012 2:46 pm

· #29453
טייערע אידן,

ווי אזוי קען א מענטש זאגן אז עס פעלט אים גארנישט, ער האט נישט אויף וואס צו קלאגן. נניח אז ער אינדערהיים האט די בעסטע שלום בית, גרינגע נחת פון אלע קינדער, פרנסה בריוח אויף אלעם וואס ס׳גלוסט זיך, און א גוטע ארבייט מיט ישוב והרחבת הדעת. עכ״ז אויב כאפט מען א בליק אויפן מצב פון כלל ישראל, ווי קען מען זיך צוריקהאלטן פון נישט אויספלאצן אין א געוויין!

האסטו שוין איינמאל באזוכט א שפיטאל מיט חולי ישראל? א תפיסה מיט אידישע ארעסטאנטן? ווי קען מען זיך ארום דרייען מיט א שמייכל נאכן זעהן, אדער אפילו נאר הערן, די אלע שוידערליכע געשיכטעס?

ויפיל יתומים ואלמנות! וויפיל עלטערע בחורים און מיידלעך וואס פגר׳ן פאר א שידוך? וויפיל קאפעלס מוטשען זיך צו זוכה זיין מיט זש״ק? און ברוחניות, וויפיל שטיקער פון כלל ישראל גייט נעבעך לטמיון. עס פעלט אונז צרות??

יידל » זונטאג יולי 29, 2012 2:58 pm

· #29455

איז תשעה באב דען געמאכט צו טרויערן אויף צרות וועלכע זענען אויך געווען פארן גיין אין גלות?
חולי ישראל האט עפעס מיט גלות? זש"ק האט עפעס מיט גלות?

שמעקעדיג » זונטאג יולי 29, 2012 3:08 pm

· #29456
ס׳איז אלעס צוזאמען. חוץ מזה וואס בכל צרתם לו צר, ס׳איז גלות השכינה אינאיינעם מיט אונזערע צרות, וואלטן דאך די אלע זאכן נישט פאסירט אויב וואלטן מיר שוין געהאלטן נאך די גאולה שלימה. ממילא זענען די אלע צרות א חלק פונעם גלות, און מען קען רואיג טרויערן דערויף.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 29, 2012 3:15 pm

· #29457
טעלעפאן
נולד מאוחר
אויף וואס קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
ווער קען זאגן אז דורך יאר טראכט ער איינמאל אז עס פעלט עם די בית המקדש?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

איך האב געלייענט עטליכע באשרייבונגען איבער די צייטן פונעם ביהמ״ק בבניינה און דערנאך איר חורבן און איך בין געווארן באמת צובראכן דערפון

כ׳האב נישט געלייגט קיין קאפירייט דערויף

טעלעפאן וואו קען מען דאס לייענען?

טעלעפאן » זונטאג יולי 29, 2012 3:48 pm

· #29459
איד, משפחה

זר זהב » זונטאג יולי 29, 2012 4:07 pm

· #29461
ס'גענוג צו ליינען דעם ארטיקל אין די וואכעדיג'ן איד וואס ר' סענדער דייטש האט געשריבן צו לאזן א טרער.

יידל » זונטאג יולי 29, 2012 4:09 pm

· #29462
זר זהב
ס'גענוג צו ליינען דעם ארטיקל אין די וואכעדיג'ן איד וואס ר' סענדער דייטש האט געשריבן צו לאזן א טרער.

ביטע, מאך מיך נישט לאכן אין ת"ב.

זר זהב » זונטאג יולי 29, 2012 4:14 pm

· #29465
יידל
זר זהב
ס'גענוג צו ליינען דעם ארטיקל אין די וואכעדיג'ן איד וואס ר' סענדער דייטש האט געשריבן צו לאזן א טרער.

ביטע, מאך מיך נישט לאכן אין ת"ב.

איך קען דיר נישט העלפן אויב דו ביזט אזוי אומסענסיטיוו צו אן איינזאמער פוילישער יתום וועלכער האט נישט אויסגעהאלטן צו זיין א מאראן און איז אוועק פון א הארץ אטאקע און דערנאך נאך באגראבן געווארן אינעם גויש'ען בית הקברות.

יידל » זונטאג יולי 29, 2012 4:25 pm

· #29466
זר זהב
יידל
זר זהב
ס'גענוג צו ליינען דעם ארטיקל אין די וואכעדיג'ן איד וואס ר' סענדער דייטש האט געשריבן צו לאזן א טרער.

ביטע, מאך מיך נישט לאכן אין ת"ב.

איך קען דיר נישט העלפן אויב דו ביזט אזוי אומסענסיטיוו צו אן איינזאמער פוילישער יתום וועלכער האט נישט אויסגעהאלטן צו זיין א מאראן און איז אוועק פון א הארץ אטאקע און דערנאך נאך באגראבן געווארן אינעם גויש'ען בית הקברות.

נישט די אינהאלט פון די ארטיקל ברענגט מיך צו לאכן. איך האב דעם ארטיקל ניטאמאל געזען.

נולד מאוחר » זונטאג יולי 29, 2012 4:35 pm

· #29470
שמעקעדיג
ווי אזוי קען א מענטש זאגן אז עס פעלט אים גארנישט, ער האט נישט אויף וואס צו קלאגן. נניח אז ער אינדערהיים האט די בעסטע שלום בית, גרינגע נחת פון אלע קינדער, פרנסה בריוח אויף אלעם וואס ס'גלוסט זיך, און א גוטע ארבייט מיט ישוב והרחבת הדעת. עכ"ז אויב כאפט מען א בליק אויפן מצב פון כלל ישראל, ווי קען מען זיך צוריקהאלטן פון נישט אויספלאצן אין א געוויין!

האסטו שוין איינמאל באזוכט א שפיטאל מיט חולי ישראל? א תפיסה מיט אידישע ארעסטאנטן? ווי קען מען זיך ארום דרייען מיט א שמייכל נאכן זעהן, אדער אפילו נאר הערן, די אלע שוידערליכע געשיכטעס?

וויפיל יתומים ואלמנות! וויפיל עלטערע בחורים און מיידלעך וואס פגר'ן פאר א שידוך? וויפיל קאפעלס מוטשען זיך צו זוכה זיין מיט זש"ק? און ברוחניות, וויפיל שטיקער פון כלל ישראל גייט נעבעך לטמיון. עס פעלט אונז צרות??

איז תשעה באב געמאכט פאר סתם צרות?
דער רמב''ם שרייבט עולם כמנהגו נוהג.

שימעלע » זונטאג יולי 29, 2012 5:18 pm

· #29482
איך פארשטיי נישט אויב מוויינט אויף פעזענליכע צרות, ביים בית המקדש האט מען געהאט מער צרות ווי היינט. מער קינדער זענען אוועק סאיז געווען קראנקע אזוי ווי היינט און מאיז געשטארבען יונגער ווי היינט.

sefish » זונטאג יולי 29, 2012 5:31 pm

· #29487
ביז ווען מעג מען עסן ערב טישע באב?
שבת צופריה נאכן דאווענען האט איינער אויסגעשריגן אז סוף זמן אכילה איז 9:01.... ער איז טאקע אביסל ציצשוכעט, ער קען אבער לערנען און ער איז א יר"ש.
ס'האט זיך אנגעהויבן א געלעכטער און א טומל, ביז 9 אזייגער? די שקיעה איז דאך ארום 8:15?!

ביי איכה האט ער שוין געהאט מער חסידים ארום זיך און ער האט שיין (שיין? קולות האט ער געמאכט!) מסביר געווען אז די שקיעה זמן האט מיט אונדז חסידים גארנישט איינגעלייגט, "איך וועל מיר נישט לאזן פון פיינשטיין!" האט ער געשריגן... ס'איז א נייע זאך! פאר די מלחמה איז דאס קיינמאל נישט געווען. מ'מעג עסען ביז בין השמשות ווען ס'איז א דרבנן ווי טישע באב... און 9:01 איז געווען אפאר מינוט פאר בין השמשות ביז דעמאלטס האט ער געגעסן.
איינער ווייסט וואס ער וויל? ער איז אויסן צו טוישן די וועלט.

משכיל » זונטאג יולי 29, 2012 5:47 pm

· #29493
וואס ער האט געטוהן איז שיטת רבינו תם לקולא, און עס זיינען געווען חסידים וואס האבען זיך אזוי געפירט אין די אלטע היים, אבער דא איז כמעט נישטא אזא זאך, זעה למשל ביי הפסק טהרה וועט קיין שום רב נישט מתיר זיין אזוי שפעט

sefish » זונטאג יולי 29, 2012 5:49 pm

· #29495
איז הפסק טהרה א דרבנן?
ער האט געמאכט א חילוק. יו"כ האלט ער אויך פון די שקיעה

זר זהב » זונטאג יולי 29, 2012 9:06 pm

· #29566
מיין ווייב האט נישט געמאכט א בורי מאורי האש נעכטן.
מאכט מען היינט ??

איך אויך » זונטאג יולי 29, 2012 9:11 pm

· #29569
ניין.

זר זהב » זונטאג יולי 29, 2012 9:11 pm

· #29570
א דאנק
פארוואס טאקע נישט? פארוואס בשמים יא
בלאט: 1 2