☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איידער כ'בין געווארען א געשעפטסמאן האב איך געמיינט...

איידער כ'בין געווארען א געשעפטסמאן האב איך געמיינט...

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1809

אנעים זמירות » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:44 pm

· #44033
איידער כ'בין געווארען א געשעפטסמאן האב איך געמיינט...
*פון 200% markup אויף סענדוויטשעס ווערט מען א גביר

*ער רייסט סתם די הויט מיט זיינע פרייזען

*ווען ער שטייט ליידיג איז ער מסתם געלאנגוויילט (bored)

*ווען ער איז געלאנגוויילט איז א מצוה איך זאל אריינגיין איהם אונטערהאלטען

*אפילו איך האלט נישט ביים קויפען 'כאטש גיי אריין און באגריס איהם'

*No obligation quote - פרעג וויפיהל פרייזען דו ווילסט און דו ביזט נישט מחויב צו קויפען

*customer service באדייט ער מוז מאכען יעדער סאלאט און געקעכטס גענוי אזוי ווי איך האב עס ליעב

ועכשיו שזכיתי...

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:55 pm

· #44039
נו ענדיג צו.... נאך וואס דו ביזט געווארן א געשעפטסמאן ביזטע געוואר געווארן אז מ'ווערט נישט ארעם פון אריינלייגן אן עקסטערען טשיז אין א 5 דאלארדיגן אייער שפייז סענדוויטש, און דאס וואס די אייגענטומער בעט 50 סענט פאר אן עקסטער שטיקל טאמעטא אין א 6 דאלארדיגן טונא סענדוויטש צייגט בלויז אויף זיין אמעראצעס אין הלכות "גוטע סערוויס".
גיי אן...

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:16 pm

· #44055
זר, אונז קויפן סענדוויטשעס אויפן זעלבן פלאץ?

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:17 pm

· #44056
געפילטע פיש
זר, אונז קויפן סענדוויטשעס אויפן זעלבן פלאץ?

לול.... ניין ווייל איך קויף שוין היינט נישט!
רויבערס אן קיין סערוויס!

אנעים זמירות » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:28 pm

· #44069
זר זהב
נו ענדיג צו.... נאך וואס דו ביזט געווארן א געשעפטסמאן ביזטע געוואר געווארן אז מ'ווערט נישט ארעם פון אריינלייגן אן עקסטערען טשיז אין א 5 דאלארדיגן אייער שפייז סענדוויטש, און דאס וואס די אייגענטומער בעט 50 סענט פאר אן עקסטער שטיקל טאמעטא אין א 6 דאלארדיגן טונא סענדוויטש צייגט בלויז אויף זיין אמעראצעס אין הלכות "גוטע סערוויס".
גיי אן...


זעסטו, דאס נישט! עס האט מיר אלעמאל געשטערט פארוואס איך מוז צאלען עקסטער אויף יעדע קלייניגקייט, אלזא ביי מיר האב איך איינגעפירט אז איך נעם לכתחילה אזא פרייז וואס ערלויבט מיר צו געבן וואס דער קונד פארלאנגט נאר. איך בין אפשר מיט א משהו (און טאקע נישט מער ווי א משהו) טייערער ווי אנדערע מקומות, אבער דערפאר קארג איך נישט און איך פאק אריין אינעם סענדוויטש וויפיהל עס קען נאר האלטען (און נאך מער).

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:29 pm

· #44070
אדרעססע ביטע?

אוי טאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:31 pm

· #44072
גילו!

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:32 pm

· #44073

אנעים זמירות » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:35 pm

· #44074
אין דער אנדערע געגענט.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 6:18 pm

· #44166
אנעים זמירות

*ווען ער שטייט ליידיג איז ער מסתם געלאנגוויילט (bored)

*ווען ער איז געלאנגוויילט איז א מצוה איך זאל אריינגיין איהם אונטערהאלטען

*אפילו איך האלט נישט ביים קויפען 'כאטש גיי אריין און באגריס איהם'

*No obligation quote - פרעג וויפיהל פרייזען דו ווילסט און דו ביזט נישט מחויב צו קויפען

ועכשיו שזכיתי...


ועכשיו שזכיתי אז איך האב אינטערנעט זאל יעדער בלייבן אינדרויסן און נישט באדערן ווייל קאווע שטיבל איז אינטערעסאנטער פון ענק,

אסאך הצלחה אין דיין עכטע קאווע שטיבל, הענג אויף א צעטל "נאר ערנסט פאראינטרעסירטע זאלן אריינקומען"...