נייע רעסטעראונט "פניני" אין וויליאמסבורג (געוועזענע איצא'ס)
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1811
נייע רעסטעראונט "פניני" אין וויליאמסבורג (געוועזענע איצא'ס)
אדורכפארענדיג אויף די ליע עוועניו שטראסע אין וויליאמסבורג, האב איך געזעהן א פרישע סיין אויף א געשעפט (קוק די בילד), לייג איך מיין מאטערסייקל אויף פארק, און איך רוף שנעל אן מיין חבר דער אלעס-ווייסער, דערציילט ער מיר אז איינער הערשי האפפמאן (וואוינט היינט אין בארא פארק, B60 לייגט יענער צו - גיי ווייס צו ער מיינט הצלה, חברים, צו שומרים, אדער גאר חברה קדישא..) האט עס אפגעקויפט און גייט דארט פריש עפענען א מיליכיגע רעסטעראונט.
דער פלאץ האט א געוואלד מיט היסטאריע, נאך באקאנט ביים עלטערן (און געוויסע יונגערע) דור אלץ "איצא'ס" דער בעה"ב איצא פריעד האט עס יארן געפירט און דארט זענען דורכגעדרייט געווארן כמעט אלע נייעס און גאסיפ פון די לעצטע פיר און צוואנציג שעה..
זייט איצא האט זיך עפעס אריבערגעצויגן קיין פלארידע האבן זיך דארט געטוישט בעלי בתים יעדע שטיק צייט. שוין געווען בעלי בתים (אויב דענק איך גוט) פריעד, אלטמאן, און מסתמה נאך. דער לעצטער בעה"ב איז געווען א בחור ברוך הערש (בארי) דייטש.
(כ'בעהט בכל לשון של בקשה אז מ'זאל נישט אריבערפירן די שמועס צו צימעס וד"ל!!!) יעצט גייט זיך עס פריש עפענען אינטער די נאמען "
פניני"
אפשר ווייסט דערוילעם מער פארוואס פון איצא ביז יעצט (חוץ דייטש) האבן זיך נישט געהאלטן קיין פארוואלטונג?
אויך אפשר קען דער עולם מער דערציילן אינטערסאנטע היסטאריע און מעשיות פון די געשעפט
📎 פניני.jpg
דער בעה"ב איצא פריעד האט זיך נישט ארובער געצויגען קיין פלארידע נאך זיך געצויגען קיין ק"י ביה"ח, און זיין זין האט עס געפירט אפאר יאר און ער האט זיך געצויגען קיין פלארידע, לויט ווי איך האב געהערט איז ער ווייטער און די פוד קאכען ליין דארט
עס איז געוועין אויך ביי איינעם לעווינשטיין פאר א שטיק צייט,
זאל עס זיין מיט אסאך הצלחה
ווער עס פאלט אריין אין קאפעי או ליע ווייסט פארוואס עס גייט, דא האב איך אסאך מאל געזעהן דאס פארקערטע א מין פארשלעפטקייט דריי מענטשן ליניע קענען אמאל ווארטן א דריי פערטל שעה אוודאי דארף מען האבן מזל און אסאך אנדערע זאכן אויך
נס קאוועווער עס פאלט אריין אין קאפעי או ליע ווייסט פארוואס עס גייט, דא האב איך אסאך מאל געזעהן דאס פארקערטע א מין פארשלעפטקייט דריי מענטשן ליניע קענען אמאל ווארטן א דריי פערטל שעה אוודאי דארף מען האבן מזל און אסאך אנדערע זאכן אויך
שכוח, פארראכטן
נו, פארדעם קומט יעצט אריין א נייע בעה׳ב, העמיר זעהן וואס ער קען.
זאל ער האבן אסאך הצלחה!
בכלל איז דען א פרישטאג רעסטעראנט אזא גוד גויאינג ביזנעס??
האסט אמאל דורך געוואקט אזא סטאר צופרי? קוקט אויס אז נישט שפרציר דורך איינמאל און נאכדעים זאג דו מיך צו עס איז א גוד גויאינג ביזנעס
דעי געשעפטן מאכן 400% פראפיט אויף כמעט יעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן.
זר זהבדעי געשעפטן מאכן 400% פראפיט אויף כמעט יעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן.
זיי נישט מגזים נישט קיין 400% און נישט קיין 200 אויך נישט
אזוי? דער בייגל קאסט זיי 16 סענט, דער שמיר טונא פיש 25 סענט, דער סלייס טאמעיטא 0.8 סענט, און ער פארקויפט עס פאר 6-5 דאללער
NOW YOU DO THE MATH
אינטערסאנט, אז כ'מיין חוץ קאפע אה לי איז קיינער נישט ערענסט מצליח, (אפשר גרין'ס יא)
זר זהבאזוי? דער בייגל קאסט זיי 16 סענט, דער שמיר טונא פיש 25 סענט, דער סלייס טאמעיטא 0.8 סענט, און ער פארקויפט עס פאר 6-5 דאללער
NOW YOU DO THE MATH
האסט פארגעסן ער דארף צאלן רענט, לעקטריק,ער דארף באצאלן זיינע ארבעטורערס
איך רעכן בעפאר זיינע עקספענסעס. זאג מיר ווער מאכט 400% פראפיט אפילו פאר די עקספענסעס?
דו האלסט נישט אז אויב עס וואלט געוועין אזא גיטע ביזנעס וואלט געוועין מער דערפון? כמעט אלע וואס זענען און דעים וויינען, עס איז נישט אומזיסט
קודם א ווארט צו זר. עס איז גלוי וידוע אז אין די רעסטאראנט ביזנעס איז די פראפיט אויף די "רויע פראדוקטן" גרויס, אבער פון די אנדערע זייט איז די רעסטאראנט ביזנעס זייער א שווערע ליין. קודם איז דא א גרויסע אווערהעד, דערנאך איז דאס זייער שווערע ארבעט, און ער קען כמעט גארנישט אוועקלייגן. וועדשטעבלס וואס ער האט נישט פארקויפט היינט, קען ער נישט אוועקלייגן, און אזוי אויך רוב עסן, וואס עס בלייבט איבער גייט אין גארבידש. איינער דארף דאס באצאלן.
וועס זעהן א אינטערעסאנטע זאך. ביים פארקויפן א ביזנעס, איז די פרייז בערך דריי מאל די יערליכע נעט אינקאם. ביי רעסטאראנטן אבער איז דער פרייז געווענליך פיל ווייניגער, און טאקע דערפאר, ווייל עס איז זייער שווערע ארבעט און זייער א שווערע ליין.
יעצט צוריק צו דעם ספעציפישן רעסטאראנט.
די היסטאריע גייט נאך צוריק אסאך פריער. עס האט אמאל געהערט פאר ר' דוד פעדער ע"ה, און ווען ער איז געבליבן דער איינציגסטער אין ווילי וואס האט פארקויפט א געוויסן צייטונג איז דער געשעפט ארויף אין פלאמען אין מיטן די נאכט.
שפעטער האט עס ר' יצחק הכהן פריעד ע"ה - באקאנט אלס איצא - איבערגענומען, און עס איז געווארן איצא'ס, ער האט געוואוינט העכער דעם געשעפט און עס געפירט אסאך יארן ביז ער האט געמופט צו דעם עולם האמת, דערנאך האט עס איבערגענומען זיין זוהן שמואל - שמילא - וועלכער האט עס שוין געמענעדשט פריער (בד"וו, קיין איינער פון איצא'ס קינדער האט נישט געוואלט דעם רעסטאראנט, און ער האט בערך צען זוהן, דאס זאגט עפעס), ווען ער האט געמופט קיין פלארידע האט ער עס פארקויפט, ואידך פירושא זיל גמור.
זר זהבאזוי? דער בייגל קאסט זיי 16 סענט, דער שמיר טונא פיש 25 סענט, דער סלייס טאמעיטא 0.8 סענט, און ער פארקויפט עס פאר 6-5 דאללער
NOW YOU DO THE MATH
16. בייגל
35. טונא (נייע פרייזען נאכן ארויף גיין)
10. טאמעטע
10. לעדעס
1.25 פעיראל 10 מיניט קעכער
1.25 פעיראל פאר די וועיטער
50. גוי וואס מאפט די פלאר
1.00 רענט
50. מענטענעס
60. לעקטער
50. געז
ס"ה 6.31 $
ווי מאכט די בה"ב געלט ? און פון ווי זאלט קאווערען די 100- 150 טויזענט דאללער וואס ער האט אריין געלייגט ?
און אז מען רעדט שוין, אונטער וועמענס השגחה איז די נייער רעסטוראנט?
לעמילזר זהבדעי געשעפטן מאכן 400% פראפיט אויף כמעט יעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן.
זיי נישט מגזים נישט קיין 400% און נישט קיין 200 אויך נישט
LEMEL you have to remember they have VERY big bills to pay !!!!!!
ענטפער צו הדד בן בדד
הדד בן בדדקודם א ווארט צו זר. עס איז גלוי וידוע אז אין די רעסטאראנט ביזנעס איז די פראפיט אויף די "רויע פראדוקטן" גרויס, אבער פון די אנדערע זייט איז די רעסטאראנט ביזנעס זייער א שווערע ליין. קודם איז דא א גרויסע אווערהעד, דערנאך איז דאס זייער שווערע ארבעט, און ער קען כמעט גארנישט אוועקלייגן. וועדשטעבלס וואס ער האט נישט פארקויפט היינט, קען ער נישט אוועקלייגן, און אזוי אויך רוב עסן, וואס עס בלייבט איבער גייט אין גארבידש. איינער דארף דאס באצאלן.
וועס זעהן א אינטערעסאנטע זאך. ביים פארקויפן א ביזנעס, איז די פרייז בערך דריי מאל די יערליכע נעט אינקאם. ביי רעסטאראנטן אבער איז דער פרייז געווענליך פיל ווייניגער, און טאקע דערפאר, ווייל עס איז זייער שווערע ארבעט און זייער א שווערע ליין.
יעצט צוריק צו דעם ספעציפישן רעסטאראנט.
די היסטאריע גייט נאך צוריק אסאך פריער. עס האט אמאל געהערט פאר ר' דוד פעדער ע"ה, און ווען ער איז געבליבן דער איינציגסטער אין ווילי וואס האט פארקויפט א געוויסן צייטונג איז דער געשעפט ארויף אין פלאמען אין מיטן די נאכט.
שפעטער האט עס ר' יצחק הכהן פריעד ע"ה - באקאנט אלס איצא - איבערגענומען, און עס איז געווארן איצא'ס, ער האט געוואוינט העכער דעם געשעפט און עס געפירט אסאך יארן ביז ער האט געמופט צו דעם עולם האמת, דערנאך האט עס איבערגענומען זיין זוהן שמואל - שמילא - וועלכער האט עס שוין געמענעדשט פריער (בד"וו, קיין איינער פון איצא'ס קינדער האט נישט געוואלט דעם רעסטאראנט, און ער האט בערך צען זוהן, דאס זאגט עפעס), ווען ער האט געמופט קיין פלארידע האט ער עס פארקויפט, ואידך פירושא זיל גמור.
קודם א ייש"כ פאר פאררעכטן "שעפטל" איבער וואו אהין איצא ע"ה האט געמופט. והשנית. ער האט אכט זיהן און צוויי טעכטער. איך בין נאך געווען א ישיבה בחור ווען ער האט עס איבערגענומען פון פעדער. פארדעם האט ער געארבעט אין א גראסערי.
שוין,
שוין צי לאנג שטיל געווען,.. סע פארט שוין יעצט ארום מעסעדזשעס אז די הכשר איז א פאלשע הכשר, און מען זאל זיין אפגעהיטן נישט קויפן דארט קיין עסן, און דער יעניגער אימפארגינער לייגט נאך צי fwd to all!,
קען מיר איינער מסביר זיין וואט דע העל דיך גייט אן אז א איד גייט האבן פרנסה?
וואס איז די פשט פון די מעסעדזשעס?
גירסאות שווימען אז דער איצטיגער באלעבאס איז א שותף מיטן אלטן יעניגן שותף.
די הכשר איז התאחדות.
איינער זאגט מיר יעצט אז התאחדות פרובירט יעצט מיט אלע כוחות געוואר צו ווערן צו די אייגענטומער האט טאקע עפעס א שתפות מיט דעם אלטן באלעבוס צו נישט (וויאזוי ווערט מען געוואר?)
פויערגירסאות שווימען אז דער איצטיגער באלעבאס איז א שותף מיטן אלטן יעניגן שותף.
כ׳בין געווען נעכטן אונעם געשעפט, האבן צוויי אינגעלייט דארטן גערעדט דערוועגן, האבעך געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטן, ווי לאנג עס איז דא א געהעריגע השגחה וואס נעמט אחריות, אינטערעסירט אים נישט ווער די בעל הבית איז.
און אין מיינע אויגן איז ער גערעכט.
שעפטלדי הכשר איז התאחדות.
איינער זאגט מיר יעצט אז התאחדות פרובירט יעצט מיט אלע כוחות געוואר צו ווערן צו די אייגענטומער האט טאקע עפעס א שתפות מיט דעם אלטן באלעבוס צו נישט (וויאזוי ווערט מען געוואר?)
דער יעצטיגער בע׳הב זאגט, אז עס האט איהם גענומען זייער לאנג צובאקומען אן הכשר, טאקע פאר די סיבה, אבער קוקט אויס אז התאחדות האט אים געגעבן אן הכשר האבן זיי דאס שוין פעסטגעשטעלט.
שעפטלאיינער זאגט מיר יעצט אז התאחדות פרובירט יעצט מיט אלע כוחות געוואר צו ווערן צו די אייגענטומער האט טאקע עפעס א שתפות מיט דעם אלטן באלעבוס צו נישט (וויאזוי ווערט מען געוואר?)
זיי קוקן נאך זיינע טעלעפאן קאנטאקטן דורך די קאמוניסטישע "משומר פילטער" פון די קהלה.... 😂 😂
דזשאסט קידינג...
אבער אונז דארף מיר נישט אויסהאלטן קיין משוקץ - אין אונזער שטאט - ער זאל קענען אנגיין מיט זיינע מעשים ממטונפים קעגען אונז.
איצא איז גארנישט בעסער ווי דער אלטער בה"ב, און איצא וועט ציען אלעס פאר אפאר דאללער
הרב גליק פארשרייב דאס
זר זהבדעי געשעפטן מאכן 400% פראפיט אויף כמעט יעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן.
But from the other side, a resturant throws away a lot in garbage
שוין פארהאקט פאר יעצט...
📎 _Panini_ Restaurant on Lee.jpg
נעבך, א רחמנות אויפן נייעם בעה׳ב, אזוי שנעל פאנגט זיך אן זיינע פראבלעמן.
עס איז טאקע א נעבעך אבער איך בין זיכער אז ער האט אלעס אריינגעטראכט פארן עפענען, אין ער האט פראבעבלי געמאכט א דיעל מיטן אלטען בעל הבית אויב עס ארבעט זיך נישט אויס.
איך גלייב נישט אז א מענטש גייט עפענען א נייעם ביזנעס אן טראכן פאר דעם אלע צדדים, אין ער ווייסט אז ער עפענט עס אין וויליאמסבורג......
פון א חבר מיינער אין וויליאמסבורג:
פניני איז צוריק אפען!
אונז ווינטשען אים אסאך הצלחה וברכה
און מיינע אויגען איז זייער שווער פאר אים מצליח צו זיין, עס איז שוין דא און וויליאמסבורג אן איינגעבאקענע עקל און גרויל צו דעם פלאץ, דער נייער בעה"ב דארף האבן א גוטע מארקעטינג קאמפיין אז יעדער זאל וויסען אז ער האט מער גארנישט מיטן אלטען בעה"ב, און די שמועות אז ער איז גאר א שותף מיטן אלטען וועט אים זיכער נישט העלפן.
איך האב פונקט לעצטענס געהערט אז האט גענומען זייער לאנג פאר מזונות מבין ביז ער האט זיך צוריק געכאפט פון זיין מעשה.