☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » זאגן עתידות

זאגן עתידות

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1775
בלאט: 1 2

באמת » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:52 pm

· #43140
זאגן עתידות
איך בין געווען ביי א יוד וואס ליינט די פרצוף
ער האט פאראויס געזעהן נישט גוטע זאכן.

מעג מען ע"פ הלכה דאס מגלה זיין צו א מענטש ?

לעמיל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:05 pm

· #43148
זעיט אויס האסט אים נישט געצאלט גענוג גיי נאך אמאל צוריק און צאל מער אפשר וועסטו הערען בעסערע זאכען......

מורינו הרב » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:16 pm

· #43154
ווען ער זאגט דיר פאר גוטע זאכן, וואלט דיר גארנישט געשטערט, הא?

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:05 pm

· #43363
אויב ווייסט ער עתידות זיצט ער נישט מיט דיר .
אויב גלייכט ער געלט ארבעט ער און וואלסטריט און שארט געלט.
אויב גלייכט ער כבוד זאגט ער עתידות פאר גאווערמענט אדער אויפן tv.
אויב גלייכט ער צי העלפען מענטשען זיצט און מאמאריאל האספיטעל אין העלפט ערענסטע קענסער פעשענטס.
ער זיצט נישט מיט מיר און דיר פאר פינעף דאלער טיפ.
זיי נישט קיין נאר.

לאדיך אפ » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:04 pm

· #43389
אונז פסקענען ווי שמואל אז אין להם מזל לישראל.

qwerty » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:18 pm

· #43637
באמת
איך בין געווען ביי א יוד וואס ליינט די פרציף
ער האט פאהאראויס גזעהן נישט מיט גיטע זאכען
מעג מען ע'פ' הלכה מגלה זיין צי א מענטש ?

מגלה זיין צי א מענטש ?

צי וועלכען מענטש?

דיך האט ער דאך שוין מגלה געווען!

באמת » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:23 pm

· #43642
האט ער מיר גמעגט זאגען???

qwerty » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 3:11 pm

· #43669
באמת
האט ער מיר גמעגט זאגען???

עס איז נישט אזוי פשוט און עס קען זיין אמאל אז עס ווענדעט זיך אין פרטים וועגען וואס עס איז געווען און וויבאלד איך ווייס נישט קיין פרטים ענטפער איך באויפן כללי (אבער עס קען אמאל זיין א יוצא מן הכלל)

באופן כללי, זיינען דא אסאך אידען, אמת'ע מענטשען און נישט קיין פייקערס, וואס האבען א חוש צי קענען שפירען זאכען מיט אינטואישען אדער מיט וואס מען ריפט אויף ענגליש א פינפטען סעסנס - א פינפטען חוש (ד.ה. נוסף צי די 4 וואס מיר אלע האבען געוויינלעך) אדער מריפט עס אינטואישען.

אויך איז דא חכמת היד און חכמת הפרצוף ועוד ועוד....

כל זמן אז עס איז מיט חכמות אין דרך הטבע (ע"ד כל הנ"ל) און מען ווייסט זעכער אז ער איז אן אמת'ר פרימער איד און עס האט זעכער נישט קיין שום שייכות צי ע"ז אדער כוחות הטומאה, און עז איז למשל נוגע לתועלת הרפואה אדער א ישועה מעג מען פרעגען און הערען וכו' בנוגע צי דעם עבר והווה אבער אויב עס איז בנוגע צים עתיד (נישט נוגע אויף ווי אזוי צי היילען מיט רפואות), זאגען מיר אז מען זאל נישט פרעגען וועגען עתידות מצד דעם וואס מיר זאגען "תמים תהי' עם ה' .... (אזוי שטייט למשל בנוגע א חוזה בכוכבים וואס ווייס עתידות)

דאס איז אלעס בנוגע לכתחילה גיין פרעגען, אבער בדיעבד אז איינער האט שוין מגלה געווען עתידות מעג מען זיך רעכענען מיט דעם אויב מען וויל כאטש אין מזל לישראל און דער אויבעשטער קען מבטל זיין די גזירה דורך תשובה תפילה וצדקה ועוד....

real jew » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:00 pm

· #43688
איין תפילה קען אלס טוישן, והא ראיה מ'זעהט בחוש אז די יודע עתידות זאגן פאראויס זאכן אין למעשה פּאַסירט פּונקט פאַרקערט.

qwerty » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:20 pm

· #43699
real jew
איין תפילה קען אלס טוישן, והא ראיה מ'זעהט בחוש אז די יודע עתידות זאגן פאראויס זאכן אין למעשה פּאַסירט פּונקט פאַרקערט.

די מאכסט ליצנות פין די אלע, וואס רובה דרובה זיינען זיי טאקע אלע, פייקערס. איך בין מיט דיר מסכים.

עס זענען אבער דא זעלטענע אמת'ע אויך!

נס קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:32 pm

· #43708
די וואס האבן א הסכמה זענען יא אמתדיג?

qwerty » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:45 pm

· #43713
נס קאווע
די וואס האבן א הסכמה זענען יא אמתדיג?

וואס מיינט "הסכמה"? וואסערע "הסכמה"?

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:34 am

· #43854
qwerty
real jew
איין תפילה קען אלס טוישן, והא ראיה מ'זעהט בחוש אז די יודע עתידות זאגן פאראויס זאכן אין למעשה פּאַסירט פּונקט פאַרקערט.

די מאכסט ליצנות פין די אלע, וואס רובה דרובה זיינען זיי טאקע אלע, פייקערס. איך בין מיט דיר מסכים.

עס זענען אבער דא זעלטענע אמת'ע אויך!

פין ווי ווייסטו?
ביז ווי לאנג סאיז נישט דא קיין שטארקע באווייז אויף א זאך וואס די שכל איז נישט מחזק דאן טאר מען נישט גלייבען.

קיין שום מענטש ווייסט נישט קיין עתידות.
אפי ער הטא שוין זייער זייער אסאך מאל גוט ציגעטראפן.

qwerty » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 11:51 am

· #44635
נולד מאוחר
פון וואו ווייסטו?
ביז ווי לאנג סאיז נישט דא קיין שטארקע באווייז אויף א זאך וואס די שכל איז נישט מחזק דאן טאר מען נישט גלייבן.

קיין שום מענטש ווייסט נישט קיין עתידות.
אפי ער האטא שוין זייער זייער אסאך מאל גוט צוגעטראפן.

דו מאכסט א טעות און ס'איז באמת פונקט פארקערט, אז יעדער איינער אן אויסנאם מיינט אז ער ווייסט עתידות אין א געוויסע "בחינה".

רוב זאכן וואס דו אליינס גלויבסט האסטו אליין (און יעדער) נישט קיין זיכערע הוכחות אז עס איז זיכער אזוי.

בקיצור ארבעט עס אזוי:
איך וועל דיך דערקלערן וואס עס טוט זיך ביי דיר אליינס אין קאפ, זאכן וואס דוי אליינס האסט נישט געכאפט אז באמת האלסטו אויך אזויף נאר עס פאסט דיר נישט מודה זיין אז דו אליינס, פונקט ווי יעדער איינער, איז אין אסאך זאכן בבחינת "פתי יאמין לכל דבר", אין רוב זאכן אין דעם טאג טעגליכן לעבן.

עס איז אלעמאל דא מדרגות, וויפיל זיכער א מענטש פילט זיך אין דעם וואס ער גלויבט און עס איז מיוסד אויף דעם וואס מען ריפט אויף איינגליש "פראבעביליטי".

למשל:
אז דו האלטסט באלד ביים ארויסגיין פון שטוב אויף דער גאס, און דו זעסט אז עס גיסט א רעגן אין דרויסן, איז ביי דיר (אין קאפ) זיכער אז אין 30 סעקונדעס ארום ווען דו וועסט זיין אינדרויסן וועסטו זיכער גיין אין רעגן, כאטש באמת איז עס נישט ממש 100 פראצענט זיכער, נישט ע"פ שכל און נישט ע"פ סייענס און נישט ע"פ קיין שום זאך - נאר עס איז זייער "פראבאבעל".

און אין דעם ענין פון פראבאביליטי איז דא מדרגות וואס יעדער שטעלט פאר זיך, כדי אז ער זאל וועלן מקבל זיין דעם "פראבאביליטי" כאילו עס איז כאילו זיכער, כאטש עס איז נישט ממש.

דער אויבענדערמאנטער משל איז אן עקסטרעם קעיס, אבער עד"ז איז עס ממש אין יעדע איינציגע זאך וואס דו אליינס טוט יעדע סעקונדע, איז אלעס ממש בלי יוצא מן הכלל מיוסד אויף דיין "אמונה" און נישט אויף שכל, און אפילו ווען דו רעדסט דיך איין אז די גלויבסט אין עפעס ע"פ שכל, ביזטו נישט ממש גערעכט ווייל באמת איז יעדער דבר שכל עצמו, בלי שום יוצא מן הכלל, נאר יעדער דבר שכל ממש - איז יעדער דבר שכל אליינס אויך מיוסד אויף א הנחה וואס די הנחה איז נישט מצד שכל נאר מען איז מקבל די הנחה פריער באמונה, אן שכל און אויף דעם זאך, "אן שכל" בויט מען שפעטער דעם גאנצען דבר שכל. ממילא קומט אויס אז יעדער דבר שכל ממש (סיי אין תורה און סיי אין מילי דעלמא אפילו פון סייענס אויך) איז אלעמאל מיוסד אויף עפעס וואס האט נישט קיין שכל.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 6:18 pm

· #44762
חכם די עתידות זאגערס רעדט מען פון זאכען וואס האט נישט קיין פראבעבילטי אינטער זיך. למשל וואס דיין ערשטע קינד איז א אינגל אדער מיידעל. סאיז 50 50 .און די עתידות זאגערס קלעמען אז זיי ווייסען.

qwerty » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 9:34 pm

· #44819
נולד מאוחר
חכם די עתידות זאגערס רעדט מען פון זאכען וואס האט נישט קיין פראבעבילטי אינטער זיך. למשל וואס דיין ערשטע קינד איז א אינגל אדער מיידעל. סאיז 50 50 .און די עתידות זאגערס קלעמען אז זיי ווייסען.

עס איז דא אזא זאך וואס ריפט זיך אינטואישען INTUITION אדער ESP וואס קען אינקריסען די טשאנסעס צי וויסען.

כאטש דער עתידות זאגער וועט נישט זיין גערעכט אלעמאל אבער מער ווי דער 50 50 טשאנס פין א צוויטען מענטש, וואס האט נישט די אינטואישען - למשל אויב ער טרעפט צי 60% אנטקעגען 40% איז עס בעסער ווי 50 50

www.redorbit.com/news/science/1975254/journal_to_publish_paper_showing_evidence_of_esp/

qwerty » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 9:38 pm

· #44821

די רעדסט פין די פייקערס וואס קענען טאקע נישט - ביסט גערעבט אין דעם פאל

אבער איך רעד פין אן אנדער זאך :
וואס איז די מענטשען וואס זיי, קענען טאקע יא 🙂
מצד געוויסע חושים וואס זיי האבען, וואס נישט יעדער האט עס

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 9:54 pm

· #44825
סאיז נאך א לאנגער מהלך פון די ארטיקעל ביז זאגן אז 'סאיז דא אזא זאך אינטאישען'
די ארטיקעל אליינס ברענגט א מחלוקה און פירט אויס At least three efforts to replicate the experiments have failed.
די דערמאנסט מיך ווי אביי פרעגט א קשאי אויף זיין אייגענר מהלך.

דער רב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:55 pm

· #45239
ס'איז א מאמר חז"ל
נולד מאוחר
סאיז נאך א לאנגער מהלך פון די ארטיקעל ביז זאגן אז 'סאיז דא אזא זאך אינטאישען'
די ארטיקעל אליינס ברענגט א מחלוקה און פירט אויס At least three efforts to replicate the experiments have failed.
די דערמאנסט מיך ווי אביי פרעגט א קשאי אויף זיין אייגענר מהלך.

מען געפינט אפט דעם לשון "לבי אומר לי" אין חז"ל - דאס מיינט אינטואישען בלע"ז.

דאס וואס מען האט עס נישט געקענט רעפליקייטען (איז קיין קושיא נישט, ע"ד לא ראיתי אינו ראי') איז עס נישט קיין ראי' אז עס עקזעסטירט נישט נאר אז עס איז נישט א דבר השוה לכל נפש און נישט יעדער קען עס נאר ווער עס האט א חוש.

אויסער דעם, איז ביי אונז אידן קיין חידוש נישט אז גרויסע צדיקים האבן געהאט רוח הקודש און פאראויס געזאגט עתידות.

פארשטייט זיך אז רוח הקודש פון אמת'ע צדיקים איז נישט סתם "אינטואישען" אבער דאך זעט מען אז וויסען עתידות איז נישט קיין אפגעפרעגטער מושג ביי אונז אידן.

נוסף לזה, איז דא זייער אסאך מדרגות אין רוח הקודש. איך וועל פוינטען נאר צו צוויי עקסטרעמע זייטן. איינס איז גאר א גרויסער צדיק וקדוש המלומד בנסים ע"ד דער בעל שם טוב וואס ביי עם איז כולו אך ורק רוח הקודש ממילא מאכט ער קיינמאל נישט קיין טעות און זיין זאגן עתידות און וואס ער זאגט עתידות טרעפט ער צי 100% אלעמאל אקוראט קולע אל השערה.

קצה השני אפאסיט עקסטרעם אבער דאך איז עס אויך א מין סארט רוח הקודש וואס דער מענטש האט עס נישט אלעמאל נאר טיילווייז און צייטנסווייז און ער, דער בעל רוח הקודש אליינס, ווייס אליינס נישט, אז ער האט עס יעצט געהאט, ע"ד "ניבא ולא ידע מה ניבא". אבער דאך האט ער געזאגט עתידות און געווען גערעכט.

נחום » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:41 pm

· #45265
דער רב

מען געפינט אפט דעם לשון "ליבי אומר לי" אין חז"ל - דאס מיינט אינטואישען בלע"ז.

יעדער מענטש ניצט אינטואישען יעדען טאג. עס איז א געפיל זאך וואס מיר טיען אלע. אדער ווען ע"פ שכל האבען מיר נישט קיין וועג צי וויסען, ממלה בלית ברירה פארלאזט מען זיך אויף אינדזער געפיל אין הארצען, וואס דאס איז אינטואישען אדער אמאל אויב דער געפיל איז אזוי שטארק, אז עס וועגט איבער אינדזער שכל.

נאר בא רוב מענטשען ארבעט עס נישט אזוי רילייעבעל ממלה איז מען אמאל גערעכט און אמאל נישט - אבער ווען מיר גייען ע"פ שכל איז אויך אזוי, אז אמאל איז אינדזער שכל גערעכט און אמאל נישט.

אזוי ווי יעדער חוש און יעדער טאלאנט איז דא מענטשען וואס זענען מער טאלאנטעד און קענען עס בעסער כאטש יעדער קען עס בבחינת זעיר אנפין אבער אנדערע טייגען זיך אויס בעסער "ביג טיים".

The research is published in the current issue of the British Journal of Psychology. The article comprises a critical review of previously published theory and research within psychology and the wider behavioural sciences.

Journal reference:Hodgkinson, G.P., Langan-Fox, J. and Sadler-Smith, E. (2008). Intuition: A fundamental bridging construct in the behavioural sciences. British Journal of Psychology, 99, 1-27.

www.sciencedaily.com/releases/2008/03/080305144210.htm

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:32 pm

· #45298
איך געדענק איך זאל האבן געזען אין א ספר אז נבואה איז טאקע דאס, אינטואישען, און די נביאים זענען געווען אויסגעארבעט אין דעם, אז זיי האבן מרגיש געווען די זאכן.

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:45 pm

· #45302
לבי אומר לי קען מיינען אסאך זאכן. איין זאך מיינט עס נישט, אז סאיז דא א ע''פ דרך הטבע'דיגע שייכות פון א מוירגענדיגע פאסירונג צי א בשר ודם היינט.
אודאי רעדט מיין הארץ אדער רעדט ער זאכן בעסד אויף פרעירדיגע אינפארמאציא , נאר די האסט נישט קלאר ארויס די אינפערמאציא-
אדער רעדט מיין הארץ סתם שטותים.

אויב רעדטסטו פון ניסים איך גלייב נישט אז היינט פאסירט ניסים.

דער רב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:45 pm

· #45304
געפילטע פיש
איך געדענק איך זאל האבן געזען אין א ספר אז נבואה איז טאקע דאס, אינטואישען, און די נביאים זענען געווען אויסגעארבעט אין דעם, אז זיי האבן מרגיש געווען די זאכן.

געפילטע פיש, דו זאגסט שקר וכזב און כפירה ממש.

עס איז נישט דא אזא ספר וואס די זאגסט, סיידען געשריבען פין אן אפיקורס.

די זאגסט שקר במזיד און די ווייסט עס!

עס איז קיינמאל נישא געווען און וועט קיינמאל נישט זיין אזעלכע כפירה וואס די זאגסט, אין קיין שום אמת'ן ספרי קודש.

אמת'ע נבואה איז נישט קיין אינטואישען און אפילו נישט קיין רוח הקודש.

אמת'ע נבאוה איז אז דער נביא קימט אין זאגט כה אמר ה' אז ג-ט אליינס האט דירעקט גערעדט מיט עם און עם געזאגט וואס ער זאל זאגען בשם ה' צי די אידען.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:56 pm

· #45310
איך געדענק יא אז כ'האב עס געזען אין א ספר, און היות איך שרעק מיך זייער פון "דער רב'ס" זידלירייען וועל איך מיך מוזן דערמאנען דעם מראה מקום.

דער רב » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:12 am

· #45341
[ציטאט אראפגענומען]

א ספר פון די משכילים אדער היינטיגע ריפארמער, הייסט אויך א ספר?

אינטואישען איז א געפיל זאך וואס מקען נישט זיין 100% זיכער אז סאיז רעכטיג אום זייער מעגלעך אז מען זאל א טעות האבען משא"כ נבואה מיז זיין בודאות גמורה 100% וואס לאזט נישט קיין ארט פאר א מעגלעכקייט אז סאיז א טעות וואס דער נביא זאגט.

ממלה קען נישט זיין אז סזאל שטיין א זאך וואס איז נישט אמת אין א ספר וואז איז אמת.

דעגעגען די (משכילים און קאנסערוואטיווער ריפארמער) וואס איז זיי שווער צי גלייבען אין א זאך וואס איז העכער פין טבע, טרייען אלעמאל צי פארדרייען די ניסים אין דער תורה, אז סאיז "א מין סארט טבע" - "אזוי ווי אינטואישען" איז א נארמאלע זאך פון טבע העולם און בכלל נישט קיין נס.

איחוד פעלד » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:28 am

· #45352
דער רב
[ציטאט אראפגענומען]

א ספר פון די משכילים אדער היינטיגע ריפארמער, הייסט אויך א ספר?

אינטואישען איז א געפיל זאך וואס מקען נישט זיין 100% זיכער אז סאיז רעכטיג אום זייער מעגלעך אז מען זאל א טעות האבען משא"כ נבואה מיז זיין בודאות גמורה 100% וואס לאזט נישט קיין ארט פאר א מעגלעכקייט אז סאיז א טעות וואס דער נביא זאגט.

?ממלהקען נישט זיין אז סזאל שטיין א זאך וואס איז נישט אמת אין א ספר וואז איז אמת.

דעגעגען די (משכילים און קאנסערוואטיווער ריפארמער) וואס איז זיי שווער צי גלייבען אין א זאך וואס איז העכער פין? טבע, טרייען אלעמאל צי פארדרייען די ניסים אין דער תורה, אז סאיז "א מין סארט טבע" - "אזוי ווי אאינטואישעןאיז א נארמאלע זאך פון טבע העולם און בכלל נישט קיין נס.

בארואיגט אייך רבי
וואס מיינט נבואה פארשטייסטו יא?
דער רמב"ם לערנט זיכער נישט ווי די.
דער רמב"ן ווייס איך אויך נאך נישט.
ער רעדט כלפי דער חלק פין פאראויס זאגען וואס גייט זיין. נישט דוקא וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די נביא. ווען שאול האט געזוכט די בהמות איז פשט אז מען איז געגאנגען צו שמואל זאל אנפרעגען ביים אויבערשטען ווי עס איז?

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:45 am

· #45360
דער רב
דעגעגען די (משכילים און קאנסערוואטיווער ריפארמער) וואס איז זיי שווער צי גלייבען אין א זאך וואס איז העכער פין טבע, טרייען אלעמאל צי פארדרייען די ניסים אין דער תורה, אז סאיז "א מין סארט טבע" - "אזוי ווי אינטואישען" איז א נארמאלע זאך פון טבע העולם און בכלל נישט קיין נס.

וואס איז דער רמב"ם געווען, א משכיל צו א קאנסערוואטיווע רעפארמער?
אט איז וואס ער שרייבט אין אגרת תחיית המתים:
[quote="רמב"ם"]ואמנם הביאנו אל זה הענין אבארהו לך, והוא השתדלותנו והשתדלות כל איש מהיחידים חלוף השתדלות ההמון, שהמון אנשי התורה הנאהב שבדברים להם והערב לסכלותם שישימו התורה והשכל שני קצוות סותרים, ויוציאו כל דבר נבדל ומופרש מן המושכל ויאמרו שהוא מופת, ויברחו מהיות דבר על מנהג הטבע, לא במה שיסופר ממה שעבר, ולא במה שיראה מזמן העומד, ולא במה שיאמר שיארע לעתיד. ואנחנו נשתדל לקבץ בין התורה והמושכל, וננהיג הדברים על סדר טבעי אפשר בכל זה, אלא מה שהתבאר בו שהוא מופת ולא יתכן לפרש כלל, אז נצטרך לומר שהוא מופת.[/quote]
אין פרייע אידישע איבערזעצונג:
איך וועל דיך ערקלערן וויאזוי אונזער באמיאונג איז פארקערט פון די באמיאונג פונעם המון עם. די המון עם וואס לערנט תורה, צוליב זייער גרויס טפשות האבן זיי הנאה ווען די תורה מיט די שכל זענען צוויי עקן וועלכע זענען זיך סותר איינע מיטן צווייטן, און וועלן דערפאר ערקלערן יעדע אומפארשטענדליכע זאך אין די תורה אז עס איז א מופת (נס), און זיי וועלן אנטלויפן פון מסביר זיין זאכן אין די תורה ע"פ טבע, סיי סיפורים פון די פארגאנגענהייט, און סיי זאכן וואס פאסירן אין די הווה, און סיי וואס עס וועט פאסירן אינעם עתיד. מיר אבער וועלן זיך משתדל זיין צו פארגלייכן די תורה מיטן שכל, און אונז וועלן פרובירן צו ערקלערן די תורה'ס ווערטער על פי דרך הטבע. נאר דארט ווי עס ווערט קלאר ארויסגעשריבן אין די תורה אז עס איז א מופת (נס) און עס איז אוממעגליך עס מסביר צו זיין אנדערש, נאר דארט וועלן מיר מוזן זאגן אז עס איז א מופת, ע"כ.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:58 am

· #45365
לגבי די עצם שאלה וואס איז דאס נבואה, איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען מורה נבוכים חלב ב' פרק מה וואו ער לייגט אראפ 13 מדריגות פון נבואה, אנגעהויבן פון אזא שוואכע אינטואישן, און נאכדעם צו א חלום און געענדיגט ביי א "מראה".

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:30 am

· #45398
דאכט זיך אז די רמב"ם זאגט אויך אז א נביא קען מאכן א טעות.
ס'גארנישט, דאס איז טיפיקעל ני-דזשערק ריעקשען פון א פראדוקט פון אונזער חינוך ווען ער הערט עפעס קעגנזייטיג צו וואס ער איז אויפגעוואקסן.

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:16 pm

· #46193
אפשר ליגט ביי געפילטע אין קאפ וואס דער רמב"ן שרייבט [דברים י"ג, ב'] מסביר צו זיין פארוואס די תורה רופט אן א נביא שקר בשם נביא, וז"ל:

ויתכן שירמוז הכתוב למה שהוא אמת, כי בנפשות בקצת האנשים כוח נבואיי ידעו בו עתידות, לא ידע האיש מאין יבא בו, אבל יתבודד ותבוא בו רוח לאמר ככה יהיה לעתיד לבא בדבר פלוני. ויקראו לו הפילוסופים כהי"ן, ולא ידעו סבת העניין אך הדבר נתאמת לעיני רואים. אולי הנפש בחידושה תדבק בשכל הנבדל ותתכוון בו. והאיש הזה יקרא נביא כי מתנבא הוא, ועל כן יבא האות והמופת אשר יאמר אליך.

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:50 am

· #46233
ונבנתה העיר
אפשר ליגט ביי געפילטע אין קאפ וואס דער רמב"ן שרייבט [דברים י"ג, ב'] מסביר צו זיין פארוואס די תורה רופט אן א נביא שקר בשם נביא, וז"ל:

ויתכן שירמוז הכתוב למה שהוא אמת, כי בנפשות בקצת האנשים כוח נבואיי ידעו בו עתידות, לא ידע האיש מאין יבא בו, אבל יתבודד ותבוא בו רוח לאמר ככה יהיה לעתיד לבא בדבר פלוני. ויקראו לו הפילוסופים כהי"ן, ולא ידעו סבת העניין אך הדבר נתאמת לעיני רואים. אולי הנפש בחידושה תדבק בשכל הנבדל ותתכוון בו. והאיש הזה יקרא נביא כי מתנבא הוא, ועל כן יבא האות והמופת אשר יאמר אליך.

מעגליך, כ'ווען אריינקוקן מארגן אינעווייניג צו זען צו דאס איז די שטיקל. אלענפאלס, שקויעך.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:36 am

· #46591
[quote="יידל"]
דער רב
דעגעגען די (משכילים און קאנסערוואטיווער ריפארמער) וואס איז זיי שווער צי גלייבען אין א זאך וואס איז העכער פין טבע, טרייען אלעמאל צי פארדרייען די ניסים אין דער תורה, אז סאיז "א מין סארט טבע" - "אזוי ווי אינטואישען" איז א נארמאלע זאך פון טבע העולם און בכלל נישט קיין נס.

וואס איז דער רמב"ם געווען, א משכיל צו א קאנסערוואטיווע רעפארמער?
אט איז וואס ער שרייבט אין אגרת תחיית המתים:
[quote="רמב"ם"]ואמנם הביאנו אל זה הענין אבארהו לך, והוא השתדלותנו והשתדלות כל איש מהיחידים חלוף השתדלות ההמון, שהמון אנשי התורה הנאהב שבדברים להם והערב לסכלותם שישימו התורה והשכל שני קצוות סותרים, ויוציאו כל דבר נבדל ומופרש מן המושכל ויאמרו שהוא מופת, ויברחו מהיות דבר על מנהג הטבע, לא במה שיסופר ממה שעבר, ולא במה שיראה מזמן העומד, ולא במה שיאמר שיארע לעתיד. ואנחנו נשתדל לקבץ בין התורה והמושכל, וננהיג הדברים על סדר טבעי אפשר בכל זה, אלא מה שהתבאר בו שהוא מופת ולא יתכן לפרש כלל, אז נצטרך לומר שהוא מופת.[/quote]
אין פרייע אידישע איבערזעצונג:
איך וועל דיך ערקלערן וויאזוי אונזער באמיאונג איז פארקערט פון די באמיאונג פונעם המון עם. די המון עם וואס לערנט תורה, צוליב זייער גרויס טפשות האבן זיי הנאה ווען די תורה מיט די שכל זענען צוויי עקן וועלכע זענען זיך סותר איינע מיטן צווייטן, און וועלן דערפאר ערקלערן יעדע אומפארשטענדליכע זאך אין די תורה אז עס איז א מופת (נס), און זיי וועלן אנטלויפן פון מסביר זיין זאכן אין די תורה ע"פ טבע, סיי סיפורים פון די פארגאנגענהייט, און סיי זאכן וואס פאסירן אין די הווה, און סיי וואס עס וועט פאסירן אינעם עתיד. מיר אבער וועלן זיך משתדל זיין צו פארגלייכן די תורה מיטן שכל, און אונז וועלן פרובירן צו ערקלערן די תורה'ס ווערטער על פי דרך הטבע. נאר דארט ווי עס ווערט קלאר ארויסגעשריבן אין די תורה אז עס איז א מופת (נס) און עס איז אוממעגליך עס מסביר צו זיין אנדערש, נאר דארט וועלן מיר מוזן זאגן אז עס איז א מופת, ע"כ.[/quote]
ביים גרעסטע נס וואס כלל ישראל האט געזען "כא וַיֵּט מֹשֶׁה אֶת-יָדוֹ, עַל-הַיָּם, וַיּוֹלֶךְ יְהוָה אֶת-הַיָּם בְּרוּחַ קָדִים עַזָּה כָּל-הַלַּיְלָה, וַיָּשֶׂם אֶת-הַיָּם לֶחָרָבָה; וַיִּבָּקְעוּ, הַמָּיִם." זאגט די רשב"ם

"ברוח קדים - כדרך ארץ עשה הק' שהרוח מייבש ומקריח את הנהרות."

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:42 am

· #46661
געפילטע פיש
ונבנתה העיר
אפשר ליגט ביי געפילטע אין קאפ וואס דער רמב"ן שרייבט [דברים י"ג, ב'] מסביר צו זיין פארוואס די תורה רופט אן א נביא שקר בשם נביא, וז"ל:

ויתכן שירמוז הכתוב למה שהוא אמת, כי בנפשות בקצת האנשים כוח נבואיי ידעו בו עתידות, לא ידע האיש מאין יבא בו, אבל יתבודד ותבוא בו רוח לאמר ככה יהיה לעתיד לבא בדבר פלוני. ויקראו לו הפילוסופים כהי"ן, ולא ידעו סבת העניין אך הדבר נתאמת לעיני רואים. אולי הנפש בחידושה תדבק בשכל הנבדל ותתכוון בו. והאיש הזה יקרא נביא כי מתנבא הוא, ועל כן יבא האות והמופת אשר יאמר אליך.

מעגליך, כ'ווען אריינקוקן מארגן אינעווייניג צו זען צו דאס איז די שטיקל. אלענפאלס, שקויעך.

יא, לכאורה איז דאס געווען די שטיקל. סא וואס איז פשט אין דעם? וואס איז די גדר פון נביא שקר? לויט ווי איך פארשטיי וועט איינער וואס וועט סתם ארויסלייגן בויך נבואות נישט הייסן קיין נביא שקר, נאר א פשוטע משוגענער, נאר איינער וואס זאגט יא עתידות, ווי די פסוק זאגט "וּבָא הָאוֹת וְהַמּוֹפֵת", און נאכדעם איז ער מסית לע"ז כמ"ש "נֵלְכָה אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים", דעמאלס הייסט ער א נביא שקר, סא איך בין נישט געווען אזוי ראנג.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 5:17 pm

· #46715
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס די שטיקעל אז דו זין האט זיך באמת נישט אפגעשטעלט בימי יהושיע?

יידל » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:09 pm

· #46732
אין ספר באמונה שלימה "ווייזט ער אויף" אז דער רמב"ם און אנדערע האבן בכלל נישט געהאלטן דאס וואס די וועלט נעמט אן אז זיי האלטן בנוגע השגחה פרטית, נסים וטבע ועוד. ביים רלב"ג אבער האט ער באשלאסן אז אנשטאט אים צו פארענטפערן און זיך טוויסטען ווי א פרעצל צו "מסביר" זיין זיינע ווערטער, שרייבט ער אים ארויס פון די מסורה, זאגענדיג אז מ'טאר נישט ליינען דעם רלב"ג און אז איינער וואס נעמט אן זיינע שיטות איז א כופר.

איחוד פעלד » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:59 pm

· #46746
[ציטאט אראפגענומען]

און איך זיך נאך דער רש"י ווי וועמען אונז פסק'נן אין עניני אמונה.
(איך מיין צו זאגען אז די וועג וואס דער עולם גלייבט היינט איז נישט ווי קיינעם אדער אפילו ווי איינעם, סתם געהאקט אין קאפ מיט יסודות שלא נבראו ולא היו).

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:21 am

· #46825
יידל
אין ספר באמונה שלימה "ווייזט ער אויף" אז דער רמב"ם און אנדערע האבן בכלל נישט געהאלטן דאס וואס די וועלט נעמט אן אז זיי האלטן בנוגע השגחה פרטית, נסים וטבע ועוד. ביים רלב"ג אבער האט ער באשלאסן אז אנשטאט אים צו פארענטפערן און זיך טוויסטען ווי א פרעצל צו "מסביר" זיין זיינע ווערטער, שרייבט ער אים ארויס פון די מסורה, זאגענדיג אז מ'טאר נישט ליינען דעם רלב"ג און אז איינער וואס נעמט אן זיינע שיטות איז א כופר.

איז עס נישט קיין חוצפה? ווער איז דער רב בלאך אז ער זאל קענען לעבלען די רלב"ג אלץ כופר? איז ער א שטיקעל פארשטייער, בר דעת אדער סתם א מלקט א שוטה?

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:18 pm

· #73844
מ'קען נאך היינט זוכה זיין צי נבואה www.vosizneias.com/120463/2012/12/30/tel-aviv-israel-at-israel-school-anyone-can-learn-to-be-a-prophet/
האבן נישט חז''ל געזאגט בטלה נבואה? ס'קען זיין סקומט ציריק?
אבעלאפיע איז אויך געווען א נביא אפי' חז''ל האבן.געזאגט סאיז בטל.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:22 pm

· #73894
[ציטאט אראפגענומען]

איז די מושג פון ווערן איינס מיט גאט נישט דא ביי אונדז ? אדער אז מיר זענען גאט מאן דנפח מדיליה נפח.
וואס איז די אנדערשט מיט די מארמען געדאנק?

קאצקע ציקער » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:46 pm

· #73903
לאמיר לייגן אין א זייט נבואה, למעשה איז דא אסאך וואס קענען חכמת השמות, דאס הייסט דו זאגסט זיי דיין נאמען מיט דיין מאמעס נאמען, שרייבן זיי דאס אויף אויף א פאפיר און זיי זאגן דיר דיין תכונת הנפש גוט און קלאר, אן דעם וואס זיי האבן אמאל גערעדט צו דיר פאר דעם, דאך זעהן זיי עס, אמאל זאגן זיי דיר אפילו עתידות..

יעצט קומטס נישט מיט קיין ליצנות אז דו רעדסט דיך נאר איין אדער ס'פלעין הרגשות וואס זיי האבן, ווייל בדודי הוה עובדא, ער האט געזעהן די תכונת הנפש פון מיין ווייב טאטע מאמע קינדער, עווריטינג. אינטערסאנט הא?? אבער דאס איז עס, די חברה טויגן.

וויזוי??
איי העיוו נאו איידיע!! איינער ווייסט? איך ווייס קלאר אז ס'קומט נישט פון צדקות, איך ווייס קלאר אז ס'איז א חכמה.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:18 pm

· #73907
ביי מיר אויך געווען די זעלבע זאך. איך בין נבהל ונשתומם געווארן.
ער האט אויסגערעכנט מיין נאטור, מיין ווייב'ס און אלע קינדער, און אזוי אויך עלטערן און זיידעס א.א.וו.
בלויז דורך געבן דעם נאמען!

און ער האט צוגעטראפן 98.5% ריכטיג.

מורינו הרב » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:22 pm

· #73909
קאצקע מיט שמעקעדיג:

עטס מיינט אלע דער י.ב. וואס איז לעצטנס געווען דא אין אמעריקא?

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:31 pm

· #73911
איך ווייס נישט וועמען דו מיינסט.
ביי מיר איז עס שוין א אלטע מעשה. יארן צוריק.

יואליש » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:33 pm

· #73912
איך בין געווען ביי משי זהב און געגעבן צו ליינען מיין האנד, און כ'קען מעיד זיין אז ער איז פול אויף קרעפ. הגם געיג מענטשן פאר מיר און נאך מיר האבן זיך געשוואוירן ביי אים.

רוב מאל ליגט די שליסל אין די אלע פעלשער און די פארער אפעקט און אין קאלטע געליינאכץ.

יעדער צווייטער שווערט זיך און אין אנדערע חכם אז ער איז די ריעל דיעל, און מאכן אוועק אלע אנדערע. כ'וואלט געוואלט זיך טרעפן מיט איינעם וואס כולי עלמא מודה אז ער באווייזט וואונדער.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:20 pm

· #73932
יואליש
איך בין געווען ביי משי זהב און געגעבן צו ליינען מיין האנד, און כ'קען מעיד זיין אז ער איז פול אויף קרעפ. הגם געיג מענטשן פאר מיר און נאך מיר האבן זיך געשוואוירן ביי אים.

רוב מאל ליגט די שליסל אין די אלע פעלשער און די פארער אפעקט און אין קאלטע געליינאכץ.

יעדער צווייטער שווערט זיך און אין אנדערע חכם אז ער איז די ריעל דיעל, און מאכן אוועק אלע אנדערע. כ'וואלט געוואלט זיך טרעפן מיט איינעם וואס כולי עלמא מודה אז ער באווייזט וואונדער.

זיין טריק איז צו געסן אז בחורים זענען נכשל אין חטא היודע. אלע בחורים שטוינען. Wow קאפשטיק.
דערנאך זאגט ער די זאך וואס יעדער גלייבט אז ער איז. ביסט גאנץ א פיינער, א קלוגער. נו ווער האלט דען נישט אזוי אויף זיך.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:49 pm

· #73938
איך בין גאנץ א קנאפער גלויביגער אין אזעלכע כישוף מאכער, אבער למעשה מוז איך מודה זיין אז איך האב שוין פערזענליך געזען נאנט צו אותות ומופתים ביי עטליכע פון די חרטומי מצרים, אין פעלער ווי קאלט ליינען איז כמעט נישט געווען שייך.

יואליש » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:57 pm

· #73939
יאיר
איך בין גאנץ א קנאפער גלויביגער אין אזעלכע כישוף מאכער, אבער למעשה מוז איך מודה זיין אז איך האב שוין פערזענליך געזען נאנט צו אותות ומופתים ביי עטליכע פון די חרטומי מצרים, אין פעלער ווי קאלט ליינען איז כמעט נישט געווען שייך.

קענסט זיין מער ספעסיפיק?

zurich » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:09 pm

· #73940
יואליש
איך בין געווען ביי משי זהב און געגעבן צו ליינען מיין האנד, און כ'קען מעיד זיין אז ער איז פול אויף קרעפ. הגם געיג מענטשן פאר מיר און נאך מיר האבן זיך געשוואוירן ביי אים.

רוב מאל ליגט די שליסל אין די אלע פעלשער און די פארער אפעקט און אין קאלטע געליינאכץ.

יעדער צווייטער שווערט זיך און אין אנדערע חכם אז ער איז די ריעל דיעל, און מאכן אוועק אלע אנדערע. כ'וואלט געוואלט זיך טרעפן מיט איינעם וואס כולי עלמא מודה אז ער באווייזט וואונדער.

לייוו ספעקטאל ביי משי זהב.. בערך אזוי גייט עס צו
דו ביסט א מענטש וואס געווענליך רעיגסט דיך נישט אויף אבער טאמער מען ציהט שוין אויס דעים שטריק דעמאלטס דארף מען שטיין ווייט פון דיר
הא הא הא האבן זיך די רויבער צולאכט!!
זאג מיר דו קענסט איינער וואס איז נישט אזוי?
איך נישט..

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:40 pm

· #73947
יאיר
איך בין גאנץ א קנאפער גלויביגער אין אזעלכע כישוף מאכער, אבער למעשה מוז איך מודה זיין אז איך האב שוין פערזענליך געזען נאנט צו אותות ומופתים ביי עטליכע פון די חרטומי מצרים, אין פעלער ווי קאלט ליינען איז כמעט נישט געווען שייך.

האסטו שוין געזען אמאל א גוטע מעדשזיק שויא. די קענסטו דיך ברעכן קאפצי דערגיין ווי יענער ווייסט וואז די גייסט זאגן טראכטן.
אויב לערנסטו דו פאך פארשטייסטו אז רוב מאל איז עס נארישקייטן אדע סקיל.נישט קיין העכערע כוחת.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:55 pm

· #73948
zurich

הא הא הא האבן זיך די רויבער צולאכט!!

האסט פארגעסן אז דו געפינסט זיך אין "קריאת שמע" שטיבל?
בלאט: 1 2