זאגן עתידות
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1775
איך האב גערעדט אמאל מיט איינער וואס האט געטוהן אין גראפילאגיע, האט ער מיר געזאגט אז א גרויס טייל וואס מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין גראפילאגיע איז, ווייל כמעט א יעדע זאך קענסטו זאגן אויף כמעט א יעדע מענטש. יעדער מענטש האט אין זיך געוויסע שטארקייטן, שוואכקייטן, רוהיגקייטן, אנגעצויגענקייטן, גלונגנקייטן, שלימזלות, גוטסקייט, שלעכטסקייט, וכו׳, ממילא ווען א מענטש הערט א דיסקריפציע וואס איז נישט קלאר א סתירה צו זיין מהות הנפש וועט ער אנעמען מיט א פשטות אז דער גראפילאג האט ארויס זיין מהות הנפש, ווען אין אמת׳ן אריין ווייסט דער גראפילאג פונקט אזוי זאך ווי דער סאניטאציעלאג.
קען זיין אז דאס זעלבע איז אויך שייך ביי מענטשן וואס ליינען אפ א מענטש, ווי לאנג ער זאגט נישט זאכן וואס זענען קלאר מתנגד צו אים וועט ער אים זיין פארגלייבט אין זיין כח. און אפילו ער זאגט שוין יא אמאל עפעס וואס איז קלאר נישט אמת, אויב ניינציג פראצענט קען מען פארענטפערן וועט ער ענדערשט אנעמען אז ער האט זיך טועה געווען אין דעם ספעציפישן זאך ווי צו זאגן אז אלעס איז הויל פאנטאזיע.
און ווען איך האב גערעדט צו א גראפאלוג, האט ער מיר געזאגט עטליכע אייגענארטיגע נאטורן וואס איך האב (נישט יעדער האט עס), און זייענדיג גוט מיט אים, האט ער מיר אביסל מסביר געווען דעם ענין ווי אזוי מען קוקט.
צווישן זיי: ווי ווייט מען שרייבט פונעם עק פון פאפיר, ווי גראד מען שרייבט, וויפיל פלאץ מען לאזט צווישט די ווערטער און צווישן די שורות, און נאך פארשידענע ענליכע קאלקולאציעס.
גרעפילאגיע קען מאכן סענס. ס'איז א לימוד נישט קיין העכערע כח.
מ'קען זען ווי אזוי א מענטש עסט וואקט טענהט זיך, צי ער איז א ווילדער, איידעלער וכו.
משא''כ די משיזהב חברה קלעימען זיי וויסען סאך מער פון דעם.
משה געציל אין אמת׳ן אריין ווייסט דער גראפילאג פונקט אזוי זאך ווי דער סאניטאציעלאג.
בך חותמין. אויפן לעצטן טאג פון יאר, נאמיניר איך דיזע סטעטימענט פאר די 2012 קאווע שטיבל אווארד!
טענק יו... איים סא סטעידזש פרייד... עס איז אזוי ווי שישי? אדער איך קען עס ערגעץ דיפאזיטן...
איך האב געטון אביסל אין גראפאלאגיע, און איך קען אייך זאגן אזויפיל אז דאס איז פונקט דאס פארקערטע ווי א מיסטישע העכערע כח. דער גאנצער חכמה איז געבויט אויף שכל'דיגע סברות וואס יעדער מענטש קען זיך איבערצייגן טאג טעגליך.
יאיראיך האב געטון אביסל אין גראפאלאגיע, און איך קען אייך זאגן אזויפיל אז דאס איז פונקט דאס פארקערטע ווי א מיסטישע העכערע כח. דער גאנצער חכמה איז געבויט אויף שכל'דיגע סברות וואס יעדער מענטש קען זיך איבערצייגן טאג טעגליך.
גאנץ גערעכט, כ'האב אביסל געליינט פון דעם דאס קען יעדער מענטש לערנען און זיך איבערצייגען, פארשטייט זיך אז ס'איז דא מומחים אין דעם וואס קענען פון דיין שריפט דיך פשוט אפליינען וואו ס'דארף צו זיין.
מענין לענין, חכמת הפרצוף.
איך בין געווען ביי איינעם, וואס האט באקוקט מיר און מיין רעביצין, און אויך בילדער פון אלע מיינע קינדער.
כמעט וואס לא נפל מדבריו ארצה.
איינע פון די בילדער איז געווען פון א פיצל קינד, בערך 5 יאר צוריק, און ער האט פאראויסגעזאגט זיינע נאטורן און תכונת הנפש, און ממש ווי געטראפן צום פינטל.
איך קען די $חכמה$.
א יעדע מענטש האט אין זיך אלע תכונות, ווען איך בין מפרט איינס פון זיי, טראכטסטו נאר פון יענעם איינעם תכונה.
פראביר דאס אויס.
אמת שמעקעדיג אז דיי צווייטע אינגעל איז אביסעל אנדערשט ווי אלע דיינע קינדער?
קוק גוט וועסטו זעהן.
פאר קבלת קהל, פרעג אין אישי.
פוי, זיי שמעקן אויך?
נעה, דאס טוען נאר געוויסע מלמדים..
שמעקעדיגנעה, דאס טוען נאר געוויסע מלמדים..
הוא היה - אומר.
קאווע טרינקעראיך קען די $חכמה$.
א יעדע מענטש האט אין זיך אלע תכונות, ווען איך בין מפרט איינס פון זיי, טראכטסטו נאר פון יענעם איינעם תכונה.
פראביר דאס אויס.
אמת שמעקעדיג אז דיי צווייטע אינגעל איז אביסעל אנדערשט ווי אלע דיינע קינדער?
קוק גוט וועסטו זעהן.
פאר קבלת קהל, פרעג אין אישי.
וועלכע חכמה קענסטו? חכמת הפרצוף, (התחתון) אדער חכמת השמות?
רבי, ס'איז נישט אינגאנצן אזוי...
פאראן וואס וועלן דיר זאגן קלארע זאכן. הגם עס איז דא זאכן וואס זיי וועלן נישט צוטרעפן פונקטליך, אבער מען וועט דיר זאגן זאכן וואס סתם מענטשן קענען נישט וויסן. מען קען דיר זאגן אז דיין ווייב ווארט און זי האלט אין דעם חודש און זי וועט האבן א זכר (לדוגמא), מען קען דיר זאגן דו מוטשעסט זיך אין געלט (נישט קיין חילוק ווי פענסי דו גייסט אנגעטאן) און אסאך זאכן וואס מען קען זען.
איינער האט דא דערמאנט משי-זהב. איך ווייס אז פאר געוויסע מענטשן האלט ער נישט ביים זאגן און ער פטר'ט זיי אוועק, אבער איך ווייס אז ער זעט זייער קלאר.
[ציטאט אראפגענומען]
כעלימער וואס מיינט טאקע קאלד ריעדינג?
פליעז פטר מיך נישט אף מיט א לינק נאר זיי עס מסביר, שכוח
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר האט דער וועבערמאן געארבעט מיט אזא רומפאלאדזשי מהלך?
אזוי פירט זיך טאקע דער באוויסטער כעלמער מגיד?
איך האב נישט געליינט אלע קאמענטס אבער איך האב געוואלט מיטטיילן מיין עקספיריענס.
איך בין נישט לאנג צוריק געווען ביי א איד פון ארץ ישראל וואס האט מיר געזאגט היה הוא ויהיה.
ער האט מיר געזאגט זאכן וואס קיינער ווייסט נישט נאר איך. אפען גערעדט, עברות וואס כ׳האב געטוען מיט א פינקטליכקייט מיט דיטעילס, אין זמן און וויפיל מאל אין די יאר. אויך פאר מיין ווייב האט ער געזאגט (עקסטער) זאכן וואס זי האט געטוען, מיט וועם און וויפיל מאל.
ער האט מיר געזאגט פלעצער ווי איך גיי, טערעפיסט וועם איך זע, מיינע נאנטע חברים און חברתות, פראבלעימען וואס איך מיטשע מיך, געזונט פון מיינע קינדער, און נאך.
ער האט מיר אויך געזאגט זאכן וואס גייען זיין וואס איך קען נישט פארמיידן אבער ער האט מיר געגעבן עצות ווי אזוי עס אויסצוניצן צום בעסטן. איך האב אים געזאגט אין פנים אז אפילו ער האט מיך איבערצייגט אז ער ווייסט וואס ער רעדט, קען ער מיך נישט זאגן קיין עתידות ווייל עס קען זיך טוישן און איך גיי גארנישט טוען דערוועגן ווי ער האט סעדזשעסטעד.
איך זע אסאך פון די מין מענטשען, ער איז געווען די ערשטע וואס האט מיך באמת גע׳wow'ט. (איינער האלט אז ס׳איז דא אזא ווארט?)
בעיקר ווייל איך ווייס אז ער איז אן אמת׳ע מענטש. ער גיבט צדקה בזכות תנאים פאר סיעתה דשמיא ער זאל זען די ריכטיגע זאכן. ער קוקט אריין אין ספרים און נעמט פון דארט ארויס אלעס וואס ער זאגט.
וואס האט מיך די מערסטע איבערגענומען איז אז איך ווייס אפאר מענטשען וואס ער האט נישט געוואלט נעמען פון זיי געלט ווייל זיי האבן נישט.
דערמאנסט מיר פון יענער בחור וועמען ר' זיידל קרעטשנופער האט אים אוסגערעכנט זיינע חטאים און יענער איז געווארן א פארברענטער חסיד.
ליינט נישט קרי"ש שעל המטה, פארגעסט מעביר סדרה זיין, און גייט צומאל אראפ פון בעט אן נעגל וואסער.
MickyMouse ער האט מיר אויך געזאגט זאכן וואס גייען זיין וואס איך קען נישט פארמיידן אבער ער האט מיר געגעבן עצות ווי אזוי עס אויסצוניצן צום בעסטן.
געווענליך זאגן יענע קיינמאל נישט וואס ס'גייט זיין! דאס איז אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט דא. ווער איז יענער?
זר, שלאף רואיג, כ'על דיר מסביר זיין וויאזוי ס'ארבעט:
אמת צופרי האסטו אביסל בויך וויי (ווער דען נישט)
און דו ליידסט פון קנאה (אפילו נישט וועט ער דעמאלט באשליסן אז יא)
און דיין ווייב האט ליב מוזיק.
און דיין בעל הבית רודפ'ט דיך...
און נאך דעם הייבט מען אן א guess, ביזט געבוירן חשוון? ניין ,אבער כ'האב חתונה געהאט חשון, אה וועגן דעם איז דיין מזל אביסל פאררעגנט, - זעסט ער ווייסט וואס ער רעדט.
און אזוי ספינט זיך ווייטער א שמועס און פאר א נויט עפנט מען א תהלים און מ'זאגט פאר יענעם: איך זע דו האסט ליב צו עסן, דארפסטוך אביסל קאנטראלירן דיין תאות אכילה.
#ביעס
איך האלט נישט אזוי איגאנצן מאראנצן. איך מיין אז ס'דא וואס קענען יא ליינען הענט צוזאמען מיט גואישע געבורט דאטומען וואס גייט מיט די לבנה. אבער געוויסט האביך אלץ אז עתידות זאגן זיי נישט.
מאראנצןזאפטדערמאנסט מיר פון יענער בחור וועמען ר' זיידל קרעטשנופער האט אים אוסגערעכנט זיינע חטאים און יענער איז געווארן א פארברענטער חסיד.
ליינט נישט קרי"ש שעל המטה, פארגעסט מעביר סדרה זיין, און גייט צומאל אראפ פון בעט אן נעגל וואסער.
און איך קען עטליכע וואס זענען געווארן חסידים פון אן אנדערן רבי'ן צוליב
דעם מופתאיך האב אמאל געזען א ליסטע פון נאטורן וואס מ'קען ווייזן פאר רוב מענטשען און זיי וועלן זיך איידענטיפייען דערין, כ'מיין ס'שטאמט פון הודיני. איינער ווייסט פון וואס איך רעד?