☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אפענער חינוך, עד היכן הדברים מגיעים?

אפענער חינוך, עד היכן הדברים מגיעים?

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1765
בלאט: 1 2

קאנצעפט » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:01 pm

· #42869
אפענער חינוך, עד היכן הדברים מגיעים?
אקעי, ערלעדיגט, לאמיר זאגן אז מ'דארף מחנך זיין די קינדער צו אפנקייט, זיי אלעס דערציילן, וואו מאלט מען די ליין? וואו שטעלט מען זיך אפ אז, עד כאן, דאס דערצייל איך נישט, אדער דאס וויל איך נישט ער זאל זען/וויסן?

איך וועל זיך מסביר זיין מיט אפאר משלים:
זאל איך דערציילן מיינע קינדער איבער אלע מחלוקת וואס איז פארגעקומען אין כלל ישראל? (מיין געפיל לאזט מיר נישט עכט, כ'זע נישט די תועלת, אבער כ'ווייס עלטערן וואס טוען דאס).
זאל איך נעמען מיינע קינדער אין וואלמארט? (אפשר איז גוט ער זאל זען אלע מיני גוים, און וויסן אז מיר זענען אנדערש?)
זאל איך זיי לאזן ליינען די שטערן, שפאקטיוו, בלאט, איד, צייטונג?
זאל איך זיי לאזן הערן ליפא שמעלצער? וואס איז מיט ניגונים אויף עברית וואס איך גלייך זייער, ווי למשל חיים ישראל?
זאל איך זיי אריינלייגן א פחד קעגן פגם הברית, מיט די שוידערליכע שטראפן פון זוהר דערויף? (אפשר איז בעסער אז ער האט נישט א לעבן פיל מיט טארטשור פון דורכפאלן און זיין צובראכן, אדער פארקערט, דאס וויל דער אויבערשטער פון זיי?)

איך פארשטיי מדארף מחנך זיין אז ס'איז דא כל-ערליי אידן, און אלע זענען ערליך, אונז זעמיר אנדערש וכו', דאס האב איך אויך געוואוסט אלץ אינגל, אבער אויב ווי מ'זאגט אז מחנך זיין די קינדער מיט אפנקייט העלפט פאר זיין עתיד, דאן פארוואס זיי נישט נעמען צו א באולינג געים, טראגן צו קאנצערטן, וכו'?
כ'קען באשטיין צו זען די מיינונגען פון די מגיבים דא, וואס איז 'נארמאל' און 'געזונט' פאר א חסיד'ישע אינגעלע וואס וואקסט אויף צווישן די פרומסטע ש'בפרומסטע?
(אויב ס'איז שוין דא אן אשכול דערויף (פראבעבלי...) דאן צייכנט עס צו, און סארי פארן באדערן...)

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:05 pm

· #42891
די דערמאנסט מיך פין מיין אויפגעקלערטע חבר ער זאגט פאר זיינע קינדער אז סאיז דא גוטע גוים. מוראדיג אויפגעקלערט.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:12 pm

· #42895
נולד מאוחר
די דערמאנסט מיך פין מיין אויפגעקלערטע חבר ער זאגט פאר זיינע קינדער אז סאיז דא גוטע גוים. מוראדיג אויפגעקלערט.

ער האט א שטארקער פוינט! און ער איז זייער גערעכט.

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:45 pm

· #42909
זאג עים גארנישט!!
וואס עפעס דארף ער אלעס וויסן?
נאר איין זאך זאלסטו נישט, פאפן!!
פאפן איז זייער דעינדזריס פארן קינד!!

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:09 am

· #42927
אויש 'יאנקל' איך האב דיר שיעור געלייקט... נאר דער לעצטער שטיקל מיט'ן 'שטערן' געפעלט מיר נישט! וויאזוי מאכסטע א שב ואל תעשה פון א קום ועשה? און בכלל לויט דיין מהלך פון נישט זיך זעצן אויפקלערן די קינדער, נאר זיי נישט אפהאלטן פון פרעגן; וואלט מער געפאסט צו זאגן אז אויב דאס קינד קומט אהיים מיט א שטערן, פראטעסטיר נישט! דאס איז פיין. אבער אים גיין קויפן א שטערן איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן פאר'ן טאט'ן אז ער זאל אזוי לאנג רעדן מיט'ן קינד פונעם האלאקאוסט אז דער קינד זאל אויטאמאטיש פרעגן פארוואס דער אייבישטער האט עס געברענגט...
אבער העי, איך אגריע מיט'ן רוב, זייער גוט ארויסגעברענגט. איז נאדיר א לייק.

קאנצעפט » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:16 am

· #42977
[ציטאט אראפגענומען]

קעי קעי קעי... האסט זייער פיין געענטפערט אין דזשענעראל, און איך האב אזוי געהאלטן מתחילה. איך האב ספעציעל געגעבן אפאר עקזעמפלס ווייל אז נישט מיינט מען אז איך בין דא אויף א מיסיע צו אויפקלערן.
פון די זיבן משלים/שאלות וואס איך לייג ארויס, האסטו נאר דירעקט געענטפערט אויף צוויי. האסט געמאכט א אייזערנע פוינט, און איי עגרי. לאמיר זען וואס דערוילעם קען ענטפערן אויף די ספעציפישע שאלות.

איחוד פעלד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:33 am

· #42979
[ציטאט אראפגענומען]

איך טוה בערך ווי די זאגסט, זאג אלעס פאר מיינע קינדער.
בדרך אגב מיט די מעשה פין ר"י מיט ר"י עמדין, זאג איך איין נקודה אנדרעש, אז ר"י עמדין איז געווען גערעכט און רר"י איז געווען א שטיקעל שבתאי כידוע ליודעים.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:50 am

· #42990
חס ושלום צו זאגן אזוי אויף די גדולים,
לויט ווי איך האב געהערט איז די מחלוקת געווען נאך די תקופה פון כת ש"ץ ווען מ'האט מורא געהאט פאר יעדע התחדשות, ממילא איז די מחלוקה יא געווען לש"ש, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע.
זיי זענען ביידע געווען צדיקים, און אויפגעטון אסאך פאר אידישקייט, מיר לערנען די ספרים פון ביידע און ווערן ערשטוינט פון זייער גאונות און צדקות, ממילא לאמיר נישט מגשם זיין אלעס.

צוריק צום "אפענע חינוך" טעמע.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:23 am

· #43007
שמעקעדיג, ס'דא צויי מיני "לשם שמים"'דיגע מחלוקות. רבי יעקב עמדין האט ווארשיינליך טאקע געמיינט אויסצוראטן שבתאיות פון כלל ישראל האט מסתמא געגלייבט מיט אן אמת אז רבי יונתן איז א ש"צ'ניק. דאס איז טאקע געווען לשם שמים. אבער ס'דא וואס ווען זיי זאגן לשם שמים מיינען זיי אז ס'געווען "א העכערע מחלוקת", א שטייגער וואו א מחלוקת צווישן ר' זושא און רבי ר' אלימלך צו עשה טוב קומט פריער אדער סור מרע... און דא איז אויסדרוקלעך נישט געווען אזא מחלקות. אלזא, רוף עס נישט לשם שמים, נאר זאג אז ס'נישט געווען לשם פאליטיק. נאך א נקודה: די סיבת המחלוקת איז טאקע געווען ריין וויבאלד הר"י עמדין האט געהאלטן אז ר"י אייבשיץ איז א ש"צ'ניק. אבער די אלע זייטיגע באשמיצונגען און רדיפות (פון מענטשן וועלכע האבן זיך געדרייט ארום ר' יעקב עמדין) דאס איז שוין זיכער סתם געווען א מחלוקות לשם מחלוקות.

לגבי קאנצעפט'ס פראגעס: איך ווייס נישט פארוואס דו מישט אויס צווישן זיין אפן, און טון זאכן וואס זענען "דיפרענט". וואו יאנקל האט אזוי עלאקוואנט ארויסגעברענגט איז אן אפענער חינוך בסך הכל א נישט פאלשער און פארמאכטער חינוך.

זאל איך דערציילן מיינע קינדער איבער אלע מחלוקת וואס איז פארגעקומען אין כלל ישראל? (מיין געפיל לאזט מיר נישט עכט, כ'זע נישט די תועלת, אבער כ'ווייס עלטערן וואס טוען דאס).

דארפסט זיי נישט פארציילן, אבער אז זיי פרעגן זאלסטו זיי זאגן. און דו מעגסט אמאל דערמאנען אז עס זענען געווען מחלוקות צווישן צדיקים אן אריינגיין אין ספעציפישע דעטאלן (נישט אז עפעס איז שלעכט אין אריינגיין אין דעטאלן, נאר אז דיין געפיל לאזט נישט איז נישט). וואס איז די תועלת אין דעם? איינס, אז ער זאל וויסן די היסטאריע פון כלל ישראל במלואה. צוויי, אז דיין זון זאל וויסן אז עס זענען געווען תמיד מיינונגס פארשידנהייטן צווישן גדולי ישראל, און דאך זענען ביידע פאראייביגט געווארן ביי כלל ישראל אלץ גדולי ישראל.

זאל איך נעמען מיינע קינדער אין וואל מארט? (אפשר איז גוט ער זאל זען אלע מינע גוים, און וויסן אז מיר זענען אנדערש?)

ניין, דארפסט נישט מאכן אן אויספלוג קיין וואלמארט, אבער אז דו גייסט קיין וואלמארט און דיין זון בעט מיטצוקומען, זע איך נישט פארוואס זאלסט אים נישט מיטנעמען. איך זע אויך נישט וואס די שאלה האט מיט א אפענע חינוך.
זאל איך זיי לאזן ליינען די שטערן, שפאקטיוו, בלאט, איד, צייטונג?

אז זיי בעטן? פארוואס נישט? נאר אויב דו האלטסט אז דארט איז דא אן אומגינסטיגע זאך, שמועס אויס מיט אים נאכן ליינען פארוואס דו האלטסט אז עס איז אומגינסטיג און פרעג אים וואס ער האלט. (פארשטייט זיך אז געוואנדן לויטן יארגאנג. געוויסע ארטיקלן זענען נישט געמאכט פאר א קליין קינד.)
זאל איך זיי לאזן הערן ליפא שמעלצער? וואס איז מיט ניגונים אויף עברית וואס איך גלייך זייער, ווי למשל חיים ישראל?

לדעתי יא, אז דו גלייכסט עס זייער זאג נישט ליגנט. קענסט זיי אפשר אין א געלעגנהייט זאגן אז די און די ניגון האסטו נישט ליב ווייל עס איז צו ווילד (אויב דו האסט עס טאקע נישט ליב) אדער אז דו האלטסט אז עס איז א שאד אז חיים ישראל זינג אין עברית ווייל דו וואלסט ווען סך מער הנאה געהאט ווען ער זינגט אין אידיש (פארוואס?).
זאל איך זיי אריינלייגן א פחד קעגן פגם ברית, מיט די שוידערליכע שטראפן פון זוהר דערויף? (אפשר איז בעסער אז ער האט נישט א לעבן פיל מיט טארטשור פון דורכפאלן און זיין צובראכן, אדער פארקערט, דאס וויל דער אויבערשטער פון זיי?)

זאג אים ביידע. זאג אים אז עס איז הארב, אבער זאג אים אויך אז אויב מ'פאלט דורך טאר מען נישט ווערן צובראכן ווייל אפילו גרויסע אידן זענען דורכגעפאלן.
איך פארשטיי מדארף מחנך זיין אז ס'איז דא כל ערליי אידן, און אלע זענען ערליך, אונז זעמיר אנדערש וכו', דאס האב איך אויך געוויסט אלץ אינגל, אבער אויב ווי מ'זאגט אז מחנך זיין די קינדער מיט אפנקייט העלפט פאר זיין עתיד, דאן פארוואס זיי נישט נעמען צו א באולינג געים, טראגן צו קאנצערטן, וכו'?

איך פארשטיי בכלל נישט וואס נעמען צו א באולינג געים אדער צו א קאנצערט האט מיט אפנקייט. חוץ אויב דו האלטסט אז מ'מעג בעצם טון די זאכן, דאן פארוואס טאקע זאלסטו אים נישט נעמען צו די פלעצער? אדער קענסטו אים אולי בדרך אפשר מסביר זיין אז כאטשיג דו האלטסט אז עס איז נישט קיין פראבלעם, איז דאס אין אונזער סאסייעטי אראפגעקוקט און ס'לוינט נישט טון זאכן וואס אונזער קאמיוניטי קוקט אראפ. דאס איז דעפיניטלי בעסער ווי אים זאגן עפעס א פאלשע תירוץ פארוואס דו ווילסט נישט ער זאל גיין צו אזא פלאץ.

אויס מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:35 am

· #43014
יידל איך הייב דעם הוט פאר דיר
יעדעס ווארט גין גאלד
איך האב אזוי געטראכט און עס אליינס נישט געקענט אזוי גיט ארויס ברענגען
=
אויב איז מעגליך שרייב עס איבער אן אריינצוהאקן מיט די ציטיראציעס
און לייג עס אראפ אויף א וועג אזוי ווי יאנקל
יישר כח נאכאמאל עי וואן

אויס מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:37 am

· #43017
איחוד פעלד

איך טוה בערך ווי די זאגסט, זאג אלעס פאר מיינע קינדער.
בדרך אגב מיט די מעשה פין ר"י מיט ר"י עמדין, זאג איך איין נקודה אנדרעש, אז ר"י עמדין איז געווען גערעכט און רר"י איז געווען א שטיקעל שבתאי כידוע ליודעים.

תאלמנה שפתי שקר הדוברות על צדיק עתק בגאוה ובוז
הלאוי זאל עס דיר נישט שאטן

אנעים זמירות » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:53 am

· #43065
אן אפענע חינוך? ומה יעשה הבן שלא יחטא?

פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען, און - וויכטיגער - ווי גליקלעך מיר זענען אז מיר האבען א שייכות מיטען בורא עולם ית' און מיר האבען די זכיה זיך מדבק צו זיין אין די תוה"ק.

איי דער טאטע ווייסט ביי זיך אז ער אליין האלט נישט דערביי, און ער כאפט נאך יא א שטיקעל התפעלות פון גוי'אישע סעלעבס (אדער יודישע וד"ל) וכדו', און איהם פארגליסט יא אמאל צו הערן אן אויסגעלאסענעם ניגון (פון א יוד) א.א.וו?

שתי תשובות בדבר:
1. ווער וויל דען נישט זיינע קינדער זאלען איהם איבערשטייגען ביראת אלקים ובעבודת ה'?
2. אפשר פון אזויפיהל רעדן וועט זיך עפעס אנקלעבען אינעם טאטען זעלבסט, צי מחמת התעוררות צי מחמת בושה.

מען דארך אריינגעבען אין די קינדער א געפיהל זיי זאלען מכיר זיין אינעם חשיבות פונעם עם הנבחר אז מיר זענען בני מלכים, אזוי ארום וועט זיי גארנישט פאסען צו הערן א 'ליפא' טעיפ, און נישט זיי זאלען שפירען פארצוימט אז זיי 'טארען' נישט הערן א ליפא טעיפ.

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:23 pm

· #43081
אז דו פילסט נישט באקוועם, דאן איז דאס א פאלטשע חינוך, ווי אפען ס'זאל נאר זיין.
חינוך דארף זיין אמת'דיג
קודם דארפסטו זיין זיכער ביי דיר.
לויט ווי ס'שיינט ביסטו ערשט געווארן געוווארן יסודות הדת דא אין קאווע שטיבל (דא)
ע"כ איז נאך נישט צייט דערפאר...

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:26 pm

· #43083
אנעים זמירות
פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען

און דערנאך ווען ער וועט ביי די צוואנציג געוואויר ווערן אז אך שקר נחלה לי אבי, וועמענס שולד וועט עס זיין?

אבער ביסט אין די ראנג אשכול, דא רעדט מען נישט צו אן אפענער חינוך איז נויטיג צו נישט, דא רעדט מען וויאזוי צו געבן אן אפענער חינוך.

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:42 pm

· #43087
מאוהבי תחכמני.
די בעלי חינוך שרייען אייביג אז דער טאטע'ס הנהגה פארזיך איז די שטערקסטע חינוך.
טו דאס זעלבע.
ווען זיי הערן דיך מגיב זיין אויף איינער וואס שעלט - למשל - ליפא שמעלצער, זאגענדיג: "ביסט אים מקנא? ער זינגט שיין, ער מאכט געלט. וואס גייט דיך אן? האסט אים נישט ליב? הער אים נישט!"
אדער ווען איינער האקט אויף די עירוב, און די ביסט מגיב: דו קענסט די הלכה? ניין, נאר וואס יא? ס'איז דא רבנים וואס אסר'ן, נו, ס'איז דאך דא רבנים וואס זענען מתיר"
דאן וועלן דיינע קינדער גיין אויפן ריכטיגען וועג, אי"ה.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:57 pm

· #43093
יידל
אנעים זמירות
פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען

און דערנאך ווען ער וועט ביי די צוואנציג געוואויר ווערן אז אך שקר נחלה לי אבי, וועמענס שולד וועט עס זיין?

די איינע זאך וואס איך וויל פרעגן,
איך זעה דא אסאך אין שטיבל ווי מען איז מסביר אז די גויים זענען בכלל נישט אזוי שלעכט,
מען האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זענען העכער די גויים, חסד לאומים חטאת איז א פסוק, אפילו זייערע טובות מיינען זיי נאר זיך,
אבער ס'איז 2 לכאורה באזונדערע חלקים - די גשמיות און די רוחניות.
בגשמיות, ס'מיינט בחיצוניות, קען מען נאך טרעפן וואוילע גויים וואס העלפן יענעם, אין די היסטאריע טרעפן מיר גענוג "חסידי אומות העולם", ס'איז בכלל נישט אויסגעשלאסן;
אבער ברוחניות ווייסן מיר אז מיר אידן זענען די תכלית הבריאה, עם הנבחר, אתה בחרתנו מכל העמים, דער גוי טאר נישט זיין געשעצט אין אונזערע אויגן,
א איד האט א נשמה, א חלק אלוק ממעל, א גוי איז נידריג, מגושם, ארציות, זיין קאפ ליגט נישט אין העכערס, נאר טיף אין די גשמיות און תאוות,
א איד ארבעט אויף קדושה, טהרה, פרישות, כ"א לפי מצבו ולפום דרגא דיליה,
איך דארף נישט מאריך זיין דערין...

וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??

טעלעפאן » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:30 pm

· #43129
עס איז א יסודות'דיגע נקודה..

לכאורה דא אין קאווע שטיבל וויל מען ארויסברענגען אז דער וועג וויאזוי מען האט אלץ אויסגעלערנט אז א גוי איז נידריג און שמוציג קומט צום סוף אן צו א סתירה. ווען עס וועט קומען די צייט אי"ה ווען דיינע קינדער וועלן ארויסגיין אויף דער וועלט וועט ער זעהן אז ס'זענען דא זייער פארשטענדליכע און נארמאלע גוים.

וואס מ'דארף וויסן און לערנען איז אז זיי זענען נארמאלע מענטשליכע ברואים, אויך מיט טאלאנט און געפיל, און נאך אלץ זענען מיר דער עם הנבחר וואס וועגן אונז שטייט די וועלט, מיר זענען די ארמיי, פון די ארמיי ווערט פארלאנגט פיל מער ווי פון דער פשוט'ער המון עם, פון די צווייטע זייט זענען זיי - די ארמיי - דער סיבה פארוואס/אויף וואס די לאנד שטייט.

ווי אויך האבן מיר א מצוה פון ובחוקותיהם לא תלכו, און דאס ווענדט זיך שוין יעדער לויט זיין געפיל. דאס קענסטו נישט אריינלייגן אין דיינע קינדער. עס ווענדט זיך ווי ווייט מען זעהט אליינס איין אז ס׳איז דא עפעס אין אונזער פאלק וואס מאכט אונז מער דערהויבן, משא״כ א גוי וואס נאך אלעם - חוץ א רעליגיעזער גוי וואס דאן ווערט ער אוועקגעמאכט אלץ דינען נישט ריכטיגע ווערדן - ליגט ער אין זיינע תאוות און דאס איז זיין איינציגסטער לעבנס-ציל.

מיר זענען דא אויף א מיסיע, פאר א איד איז די וועלט נאר א דורכגאנג. ועיין בדברי שמעקעדיג אין די פריערדיגע תגובה

בדרך אגב, (אפשר פארלאנגט זיך אן עקסטערער אשכול דערפאר) וואו איז דער מקור אוועקצומאכן דעם גוי? (אויב ס'איז דא..) עס איז דא א לאו פון "לא תחנם" וואס מיינט נישט "ארויסהייבן" דעם גוי, און דאס דארף מען אויף וויסן צו מען רעדט פון א יעדן גוי אדער נאר פון עובדי ע"ז. ווי אויך -לכאורה - אלעס וואס ווערט געברענגט אין די תורה אקעגן דעם גוי איז לכאורה נאר קעגן עובדי ע"ז.

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:43 pm

· #43136
אנעים זמירות
אן אפענע חינוך? ומה יעשה הבן שלא יחטא?

פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען, און - וויכטיגער - ווי גליקלעך מיר זענען אז מיר האבען א שייכות מיטען בורא עולם ית' און מיר האבען די זכיה זיך מדבק צו זיין אין די תוה"ק.

איי דער טאטע ווייסט ביי זיך אז ער אליין האלט נישט דערביי, און ער כאפט נאך יא א שטיקעל התפעלות פון גוי'אישע סעלעבס (אדער יודישע וד"ל) וכדו', און איהם פארגליסט יא אמאל צו הערן אן אויסגעלאסענעם ניגון (פון א יוד) א.א.וו?

שתי תשובות בדבר:
1. ווער וויל דען נישט זיינע קינדער זאלען איהם איבערשטייגען ביראת אלקים ובעבודת ה'?
2. אפשר פון אזויפיהל רעדן וועט זיך עפעס אנקלעבען אינעם טאטען זעלבסט, צי מחמת התעוררות צי מחמת בושה.

מען דארך אריינגעבען אין די קינדער א געפיהל זיי זאלען מכיר זיין אינעם חשיבות פונעם עם הנבחר אז מיר זענען בני מלכים, אזוי ארום וועט זיי גארנישט פאסען צו הערן א 'ליפא' טעיפ, און נישט זיי זאלען שפירען פארצוימט אז זיי 'טארען' נישט הערן א ליפא טעיפ.

אנעים זמירות ושירים אערוג דיין אינגל וועט איין טאג אנקומען צו נוצן א נישט אידישן דאקטער און וועט אויסגעפונען דער אומווערדיקער גוי גיט זיך אוועק זיין לעבן צו היילן מענטשן און האט פארדעם שטודירט יארן לאנג און ער גיט זיך אוועק פאר יעדן נישט קיין חילוק וואס דער הויט קאליר אדער צו ער האלט אז דער דאקטאר איז אומווערדיק צו נישט. וויפיל אומווערדיקע זענען אריינגעשפרונגען אין טווין טאוער צו ראטעווען אנדערע און פארברענט געווארן? ווער האט למעשה באפרייט בוכענוואלד פאר דיין אינגל'ס עלטער זיידע איז אויגעגאנגען צום לעצטן מאל. און בכלל ווי שטייט אין די ספרי קודש א גוי איז אומווערדיק? אדרבה ברענגט אראפ א מקור ויוכיח בין שנינו.

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:53 pm

· #43142
עס איז געווען א שיינער מאמר אין דעם ירחון הפעמון דורך הרב אשר לעווין אין דעם נושא פון שנאת הגוי והבריות וואלט כדאי צו מעתיק זיין אויב איינער האט די מעגליכקייט. אנדערע האבן זיך מתווכח געווען שפעטער דארט עס איז געווען אן אינטערסאנטער וויכוח.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:43 pm

· #43165
שמעקעדיג
וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??

א פאראפראזע פונעם לשון הפסוק אין ירמיהו טז, יט "אך שקר נחלו אבותינו".

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:01 pm

· #43179
יידל
שמעקעדיג
וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??

א פאראפראזע פונעם לשון הפסוק אין ירמיהו טז, יט "אך שקר נחלו אבותינו".

יידל, נישט דאס האב איך געמיינט.
איך האב געוואלט פרעגן, וואו וועט דער קינד איינזעהן אז מען האט אים געזאגט שקר?
לויט ווי איך שרייב, איז עס דאך הונדערט פראצענט אמת!

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:23 pm

· #43240
ענטפער צו זר זהב
זר זהב
אויש 'יאנקל' איך האב דיר שיעור געלייקט... נאר דער לעצטער שטיקל מיט'ן 'שטערן' געפעלט מיר נישט! וויאזוי מאכסטע א שב ואל תעשה פון א קום ועשה? און בכלל לויט דיין מהלך פון נישט זיך זעצן אויפקלערן די קינדער, נאר זיי נישט אפהאלטן פון פרעגן; וואלט מער געפאסט צו זאגן אז אויב דאס קינד קומט אהיים מיט א שטערן, פראטעסטיר נישט! דאס איז פיין. אבער אים גיין קויפן א שטערן איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן פאר'ן טאט'ן אז ער זאל אזוי לאנג רעדן מיט'ן קינד פונעם האלאקאוסט אז דער קינד זאל אויטאמאטיש פרעגן פארוואס דער אייבישטער האט עס געברענגט...
אבער העי, איך אגריע מיט'ן רוב, זייער גוט ארויסגעברענגט. איז נאדיר א לייק.

מיט דיין מיינונג איבער דעם שטערן בליק אויפ'ן שטערן בין איך נישט מסכים. דער שטערן מעג און דארף זיין בקום ועשה אין א אידישע שטוב. א קינד, און אפילו א דערוואקסענער דארף עפעס ליינען. אפגעזעהן פון דעם פאקט אז ס'זענען דא רבנים האוסרים. איידיעל, וואלט געווען ווען יונגע קינדער קענען ליינען אזעלכע אויסגאבעס ווי "דאס אידישע ליכט". אבער ס'איז דאך שוין ליידער נישט דא צו באקומען. דא"ג. ס'ליגט מיר אין זכרון אז דו האסט אין איינס פון דיינע מאמרים אוועקגעמאכט דאס חשיבות, אדער אינטעליגענץ פון ד.א.ל.

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:34 pm

· #43249
שאלה צו איחוד פעלד
דו זאגסט אין דיין ענטפער צו קאנצעפט אז ר"ר יונתן פון אייבשיץ "איז געווען א שטיקל שבתאי". ילמדינו רבינו, איך בין מודה אז איך ווייס דאס נישט איך האב עס קיינמאל נישט געהערט. אויב אזוי האב איך איין קשיא, פארוואס לערנט מען פון זיינע ספרים. פארוואס האט מען זיי נישט מחרים געווען. חוץ מזה. רעדט מען אין אלע ערליכע קרייזן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און רעספעקט וועגן אים.

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 6:54 pm

· #43276
אויס מענטש
איחוד פעלד

איך טוה בערך ווי די זאגסט, זאג אלעס פאר מיינע קינדער.
בדרך אגב מיט די מעשה פין ר"י מיט ר"י עמדין, זאג איך איין נקודה אנדרעש, אז ר"י עמדין איז געווען גערעכט און רר"י איז געווען א שטיקעל שבתאי כידוע ליודעים.

תאלמנה שפתי שקר הדוברות על צדיק עתק בגאוה ובוז
הלאוי זאל עס דיר נישט שאטן

שרעקליך וואס פארא פרעכהייט די היינטיגע גראביאנעס קענן שרייבן, אוי מיין וועלט.

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 7:06 pm

· #43278
שמעקעדיג
יידל
שמעקעדיג
וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??

א פאראפראזע פונעם לשון הפסוק אין ירמיהו טז, יט "אך שקר נחלו אבותינו".

יידל, נישט דאס האב איך געמיינט.
איך האב געוואלט פרעגן, וואו וועט דער קינד איינזעהן אז מען האט אים געזאגט שקר?
לויט ווי איך שרייב, איז עס דאך הונדערט פראצענט אמת!

הער זיך איין, מיר האט מען אויפגעצויגן {אזוי מוז זיין ווייל אזוי האב איך אלץ "געוואוסט"} אז נאר א איד גלייבט אין "ג-ט"! א יעדער גוי איז טמא און ער גלייבט נישט אין קיין העכער'ן כח. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך זיך ארומגעזען מיט א וועלט וואו כמעט יעדער איינער גלייבט אין באשעפער! גויים דאווענען! אויף די וואלוטע'ס שטייט 'אין גאד ווי טראסט'. איינער וואס גלייבט נישט באלאנגט אין איינע פון די מינאריטעט גרופעס אדער אן אטיאסט אדער אן אגנאסטיק, זיי זענען היבש אראפגעקוקט ביי רובו דרובו פעלקער. נו זאג דו מיר בין איך נישט געווען שאקט? איך בין!
דאס איז נישט קיין סתירה צו אונזער 'עם הנבחר' סופיריאטיטי.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 7:35 pm

· #43289
זר, אויף דעם פארציילט מען דאך די מעשה פון "זי זאגט, אבער איך גלייב"... קענסט די מעשה?
ווילסט פארגלייכן זייער אמונה מיט אונזער אמונה וועלכע איז גע'ירש'ענט פון אברהם אבינו? להבדיל אלף אלפי הבדלות.

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 7:40 pm

· #43295
איך מיין אז דו האסט געמיסט מיין פוינט.
וואטעווער.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 7:41 pm

· #43297
שמעקעדיג
יידל
שמעקעדיג
וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??

א פאראפראזע פונעם לשון הפסוק אין ירמיהו טז, יט "אך שקר נחלו אבותינו".

יידל, נישט דאס האב איך געמיינט.
איך האב געוואלט פרעגן, וואו וועט דער קינד איינזעהן אז מען האט אים געזאגט שקר?
לויט ווי איך שרייב, איז עס דאך הונדערט פראצענט אמת!

איך האב מיך ספעציפש באצויגן אויף איין איינציג שורה אין אנעים זמירות' ווערטער:
אנעים זמירות
פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען

פון מיין עקספיריענס זענען "די גוים" (99.07 פראצענט פון די מענטשהייט) נישט אומווערדיג. עס זענען דא ווערדיגע גויים און אומווערדיגע גויים. ווען א טאטע באקט אריין אין זיין קינד נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גויים זענען און דאן וואקסט ער אויף און ווערט געוואויר אז ס'זענען פארהאן ווערדיגע גויים בשפע, קען ער קומען צו די החלטה אז שקר נחל אביו ח"ו.

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 7:45 pm

· #43302
מיר האט מען אויפגעצויגן אז MBD איז אומווערדיג, איך בין אויפגעוואקסן און איך זעה אז ער איז א וואולער געשמאקער איד, ער איז ווערדיג.
שקר נחלה לי!

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:02 pm

· #43317
וואס מיינסטו מיט ווערדיג און אומווערדיג?

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:03 pm

· #43318
אז ער הייסט "ווערדיגער" אויפן משפחה נאמען 😂

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:06 pm

· #43321
ס'איז א פאללוי אפ פון יידל'ס בגובה.
"ווען א טאטע באקט אריין אין זיין קינד נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גויים זענען און דאן וואקסט ער אויף און ווערט געוואויר אז ס'זענען פארהאן ווערדיגע גויים בשפע".

און ס'פאר אן אמת. מיין טאטע האט נישט אריינגעלאזט "ווערדיגער'ס" זיינע טעיפס.
און היינט שעפט ער פון מיר אזא נחת! כ'מידיר זאגן.

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:21 pm

· #43332
זר זהב
ס'איז א פאללוי אפ פון יידל'ס בגובה.
"ווען א טאטע באקט אריין אין זיין קינד נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גויים זענען און דאן וואקסט ער אויף און ווערט געוואויר אז ס'זענען פארהאן ווערדיגע גויים בשפע".

און ס'פאר אן אמת. מיין טאטע האט נישט אריינגעלאזט "ווערדיגער'ס" זיינע טעיפס.
און היינט שעפט ער פון מיר אזא נחת! כ'מידיר זאגן.

אבער וואס האסטו געמיינט מיט "ווערדיגע גוים"? ווערדיג מיינט ריין אבער די גוים זענען דאך נישט ריין ווייל זיי האבן נישט די תורה ומצותיה מיט א נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:51 pm

· #43343
villager
ווערדיג מיינט ריין אבער די גוים זענען דאך נישט ריין ווייל זיי האבן נישט די תורה ומצותיה מיט א נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל.

א. ווער זאגט אז ריין האט מיט תורה ומצוות און א נשמה?
ב. גויים האבן שבע מצוות.
ד. פארוואס נעמסטו אן דוקא די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה?
ג. ווערדיג מיינט די פארקערטע פון תועבה, דאס הייסט אומ-תועבה. עס מיינט נישט "ריין".

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:19 pm

· #43355
יידל
.
א. ווער זאגט אז ריין האט מיט תורה ומצוות און א נשמה?
ב. גויים האבן שבע מצוות.
ד. פארוואס נעמסטו אן דוקא די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה?
ג. ווערדיג מיינט די פארקערטע פון תועבה, דאס הייסט אומ-תועבה. עס מיינט נישט "ריין".

א. ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל, די ווערטער האט גאט געזאגט בעפאר מתן תורה.
ב. אמת, ובכן?
ג. פארוואס נישט?
ד. קדושים תהיו זאגט רש"י הוו פרושין מן העריות ומן העבירה, רוף עס אן ווערדיג אדער הייליג אפגעשיידן, איט'ס אפ טו יו, באט יו געט די פוינט.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:44 pm

· #43360

פריער האסטו געשריבן ריין, יעצט לויפסטו צו קדוש. ווען איינער איז נישט קדוש מיינט עס נישט אומווערדיג. מ'קען זיין ווערדיג און נישט קדוש. ווען א טאטע זאגט פאר זיין קינד אז אלע גויים זענען איבווערדיג מיינט ער געווענליך צו זאגן אז זיי זענען נידעריגע אוממארלישע און מתעוב'דיגע מענטשן, א זאך וואס איז ליגנט.

לגבי נשמה, ס'א זייטיגע שמועס, אבער אז מ'רעדט שוין וואונדער איך זיך מהיכי תיתי אפצומאכן אז די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה זענען גערעכט?

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:11 pm

· #43365
ווען א טאטע זאגט אז גוי איז אומווערדיג מיינט ער זיינע געזעצן , אונז וויבאלד מיט יעדע מצוה טוען מיר זיך הייליגן זענען מיר הייליג, דער גוי האט נישט קיין תורה און מצוות ממילא איז זיין לעבן אומווערדיג, דאס קינד פארשטייט אז ס'דא גויים וואס זענען מענטשליך און אפשר מאראליש אויך אבער די תורה מיט אירע מצוות איז וואס מאכט אונז העכער פונעם גוי און דאס איז א חיוב עס איינצופלאנצן אינעם קינד.

כזעה נישט וואס באדערט דיר אז איך נעם אן ווי די ראשונים וואס האלטן אז זיי האבן נישט קיין נשמה, אגב כאב קיינמאל נישט געהערט פון די מחלקה אבער ס'מאכט מיר נישט אויס

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:02 am

· #44318
זר זהב
הער זיך איין, מיר האט מען אויפגעצויגן {אזוי מוז זיין ווייל אזוי האב איך אלץ "געוואוסט"} אז נאר א איד גלייבט אין "ג-ט"! א יעדער גוי איז טמא און ער גלייבט נישט אין קיין העכער'ן כח. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך זיך ארומגעזען מיט א וועלט וואו כמעט יעדער איינער גלייבט אין באשעפער! גויים דאווענען! אויף די וואלוטע'ס שטייט 'אין גאד ווי טראסט'. איינער וואס גלייבט נישט באלאנגט אין איינע פון די מינאריטעט גרופעס אדער אן אטיאסט אדער אן אגנאסטיק, זיי זענען היבש אראפגעקוקט ביי רובו דרובו פעלקער. נו זאג דו מיר בין איך נישט געווען שאקט? איך בין!
דאס איז נישט קיין סתירה צו אונזער 'עם הנבחר' סופיריאטיטי.

דא"ג. די וואס קעמפן קעגן יעדן רעליגיעזן אויסדרוק אין די אמעריקאנער עפנטליכקייט ווי למשל דער סענטענס אויפ'ן אמעריקאנער דאללאר, איבער זיך פארלאזן אויפ'ן באשעפער, זענען אלע אפיקורסים פון אידישן אפשטאם. וכדי בזיון וקצף.

יידל » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 3:21 pm

· #44499
ענטפער צו בערל בעל עגלה
וכדי בזיון וקצף? פארוואס זאל יאשקע'ס נאמען פיגורירן אויף די דאלארען?

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 5:43 pm

· #44528
ענטפער צו זר זהב
זר זהב
מיר האט מען אויפגעצויגן אז MBD איז אומווערדיג, איך בין אויפגעוואקסן און איך זעה אז ער איז א וואולער געשמאקער איד, ער איז ווערדיג.
שקר נחלה לי!

יא. דער שאק איז גרויס. ווי דעמאנט אין אן אנדער'ן אשכול. איך בין אויפגעוואקסן מיט דער דעה אז הרב קוק איז נאך ערגער פון אומווערדיג. ביז כ'האב געזען אין א ספר ווי עטליכע גדולי ישראל פון פאר די צווייטע וועלט מלחמה האבן זיך באצויגן צו איהם מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 5:55 pm

· #44532
ענטפער צו יידל
דאס זענען העכערע מושגים פון קבלה וואס אונז פארשטייען נישט. "נפש, רוח ונשמה" אבער לאמיר זאגן אז נשמה איז די העכסטע דרגא. און לכאורה א איד האט עס און א גוי נישט. יעצט לאמיר נעמען צוויי פאבליק מענטשן פון די תקופה פון די צווייטע וועלט מלחמה. איינער א איד. דער צווייטער, א גוי. רודאלף קאסטנער און ראאול וואללענבערג. דער ערשטער א איד. דער צווייטער, א גוי. ווען איך בין א נייטראלער מענטש, וואלט איך געזאגט ענדערש אז וואללענבערג באזיצט א נשמה און קאסטנער, נישט. ווייל וואללענבערג'ס מעשים טובים און הצלת נפשות ישראל האט א סאך איבערגעוואויגן די מעשים פון קאסטנער.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 5:59 pm

· #44533
ענטפער צו יידל
יידל
וכדי בזיון וקצף? פארוואס זאל יאשקע'ס נאמען פיגורירן אויף די דאלארען?

ס'שטייט נישט קיין נאמען. נאר "ג-ט". יעדער קען עס אויסטייטשן וויאזוי ער וויל. און די וואס באקעמפן עס מיינען זיכער נישט לשם שמים.

יידל » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:18 pm

· #44551
berlbalaguleh
יידל
וכדי בזיון וקצף? פארוואס זאל יאשקע'ס נאמען פיגורירן אויף די דאלארען?

ס'שטייט נישט קיין נאמען. נאר "ג-ט". יעדער קען עס אויסטייטשן וויאזוי ער וויל. און די וואס באקעמפן עס מיינען זיכער נישט לשם שמים.

די פראבלעם איז אז די וואס קעמפען דערפאר (אז עס זאל יא שטיין) מיינען דערמיט יאשקע ווייל זיי ווילן אז אמעריקע זאל פארבלייבן (אדער גאר פארוואנדלט ווערן אין) א קריסטליך לאנד.

נס קאווע » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 5:00 pm

· #44735
מיינט עס נישט דעם באשעפער? אזוי האבעך געמיינט, זיי גלייבן אין יאשקע אבער אויך אין באשעפער, טעיתי?

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:21 pm

· #45514
נס קאווע
מיינט עס נישט דעם באשעפער? אזוי האבעך געמיינט, זיי גלייבן אין יאשקע אבער אויך אין באשעפער, טעיתי?

גערעכט. און א גוי מעג דינען ע"ז בשיתוף.

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:30 pm

· #45518
נס קאווע
מיינט עס נישט דעם באשעפער? אזוי האבעך געמיינט, זיי גלייבן אין יאשקע אבער אויך אין באשעפער, טעיתי?

זיי גלייבן אין שילוש. "גאט" ביי זיי מיינט "דער פאטער", דער זון (יאשקע ימ"ש) און די שמייליגע רוח.

לעיקוואד » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:46 pm

· #45685
דאך איז בעסער צו גלייבען אין 3 געטער, אדער איין גאט מחולק אין דריי ווי אין קיין איינס נישט.
אלנפאלס איז זער שילוש נישט אזוי פשוט אז סאיז ריבוי וייל זיי עקשנן זיך אז סאיז סאמת נאר איינס, איי סאיז 3, נו וואס האבן מיר א השגה.. סבלייבט וייטער נאר איינס. ממילא איז שווער דאס דן צו זיין אלס כפירה אין אחדות ה' וועגן דעם. אסאך גרינגער צו באשולדיגען אין ע"ז און הגשמה וייל זיי גלייבען אז א מענטש- אותו האיש קען זיין גאט. [אגב די מורמונים וואס רומני גלייבט אין זיי גלייבען אז לא אותו האיש בלבד אלא כל אחד ואחד קען זוכה זיין צו דעם אויב וועט ער זיין גענוג וואויל..]
עכ"פ דאס אלס מאכט נאכנישט אז ווען דיי דערמאנען גאט מיינען זיי יאשקע, און סדא מקום שיך צו דינגען איבער דעם. בעיקר רובם איז דאך מנהג אבותיהם בידיהם און זיי פארשטייען נישט צו טיפע תאלוגיע נאר גלייבען אין גאט ווי סזאל נאר זיין וואס דאס איז שוין בעסער פון אן אתאיסט.

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:58 pm

· #45692
ע"פ הלכה איז דא א מחלוקת אויב קריסטן הייסן עובדי ע"ז וויבאלד זיי גלייבען אין השגחה עליונה נאר בשיטוף און אין בני נח מוזהרים על השיתוף, דאגעגן די מוסלמענער זענען זיכער נישט קיין עע"ז, ווייל זיי גלייבן אין יחוד השם.

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:14 am

· #45779
כ'האב אמאל געזען א טענה אז אויב זאגט מען סאיז נישט עכט ע''ז ווייל מנהג אבותיהם בידיהם, דאןזענען רוב מאמינים נישט קיין מאמינים סאיז נאר מנהג אבותינו בידינו.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:00 pm

· #46378
נולד מאוחר
כ'האב אמאל געזען א טענה אז אויב זאגט מען סאיז נישט עכט ע''ז ווייל מנהג אבותיהם בידיהם, דאןזענען רוב מאמינים נישט קיין מאמינים סאיז נאר מנהג אבותינו בידינו.

אין הכי נמי. און אזוי שרייבט דער מהר"ל אין גור אריה ביי קריעת ים סוף ווי סשטייט תפסו אומנותת אבותם, אז סנאר אבחינה פון מנהג אבותיהם בידיהם אבער נישט קיין אמתער אמונה.
בלאט: 1 2