שכר לימוד
85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1756
שכר לימוד
צד א: מען קען נישט נעמען דיינע קינדער אומזינסט, עס קאסט א געוואלד מיט געלט אויפצוהאלטען א מוסד, און די הנהלה מיטשעט זיך סיי ווי אפילו יעדער באצאלט זיין התחייבות, דערפאר אז די ווילסט שיקען דיינע קינדער אינעם מוסד מיסטע באצאלן שכר לימוד, אן די אינקאם פון שכר לימוד איז נישט במציאות אויפצוהאלטען א מוסד ע"פ דרך הטבע,
צד ב: אין לי... אלעס איז 100% גערעכט... אבער אין לי.. איך האב אכט קינדער, די הכנסות קאווערט קום די הוצאות, איך ספענט נישט מער ווי די הכרח און איך קום נישט אויס אזוי אויך נישט,
צד א: מען וועט אהיים שיקען דיינע קינדער וואס האבן נישט קיין איינטריט קארד,
צד ב: עס טוט מיר זייער לייד אז מיינע קינדער וועלען ווערען פארשעמט ...... אבער ווייטער מיטען זעלבען תירוץ..א-י-ן ל-י איך האב נישט קיין געלט, איך ארבייט שווער זעקס טעג א וואך, אין האב ניטאמאל ווען צוגיין נאך געלט,
וואס איז די התחייבות פינעם מוסד פאר די ציבור?
איז אנדערש א מוסד וואס באלאנגט פאר א קהלה און דער אינגערמאן איז דארט א מעמבער? ווי למשל סאטמער/סאטמער /באבוב/ באבוב/פאפא וכדומה, און לעומת זה איז דא מוסודות ווי למשא קראלע וואס זיי זענענן קיינעם גארנישט מחיוב?!
איז דא א חילוק פון וומבסב"ג ביז קר"י? קען א קר"י אינגערמאן א ארוני טענה'ן אז עטץ מיזט נעמען מיינע קינדער וויבאלד עטץ זענטץ די שטאטישע מוסד? {די איינציגסטע מוסד בהיתר לויט זיי}
קען א מוסד זאגען פאר עלטערען אז עס איז נישט זייער דאגה אז דער אינגערמאן האט נישט קיין געלט? אדער א מוסד האט א התחייבות צום ציבור??
אויב איינער האט באמת נישט קיין געלט, וואלט געפאסט די מוסד אריינצונעמן די קינדער
די שאלה איז צו ער ספענט געלט אויף אום-וויכטיגע זאכן
באמת, אפילו א מוסדות וואס געהערט צו א קהילה האט נישט קיין "חיוב" (אויב ס'איז דא נאך מוסדות אין שטאט)
אויב ס'מאכט זיך אפט, אז מענטשען קענען נישט באצאלען שכ"ל צוליב האבן אסאך קינדער, דאן.....?????
אז איינער האט נישט קיין געלט איז דאך דא פארדעם "תקנת רבי יהושע בן גמלא".
פארוואס טאקע ווערט היינט נישט פארסירט די תקנה?
אין "עמי" די וואך איז געוווען א לאנגע מאמר
איבער homeschooling
וויפיל איז דער עווערעדזש שכר לימוד קאסטן אין ברוקלין?
דאכט זיך אז 200 א קינד + טראנפארטאציע, + קרן הבנין, + רעגעסטראציע, וכו' וכו'.
דער קרן הבנין איז נישט בארעכטיגט. פארוואס גיין אלע עלטערן ווי שאף צו די שחיטה?
רעגעסטראציע איז א זאל וואס איך וועל לכאורה קיינמאל נישט פארשטיין, דאכט זיך מיר אז עס איז גניבה בתפארתה,
ענטפער צו שמואל הלוי
שמואל הלויאז איינער האט נישט קיין געלט איז דאך דא פארדעם "תקנת רבי יהושע בן גמלא".
פארוואס טאקע ווערט היינט נישט פארסירט די תקנה?
אין געוויסע קהילות און שטעט מאכט מען טאקע אפיעלס פאר תקנת ר' יהושע בן גמלא. ווי ס'איז געווען אדווערטייזט אין אלע
בלעטער פון די אידישע צייטונגען.יעדער זאגט אז שכר לימוד אליין קען מען נאך באצאלן אבער די זייטיגע ווי קרן הבנין - רעגיסטראציע וכדומה דאס מאכט די אפעטיט פארגיין - איבערהויפט אז עס איז דא מוסדות וואס מאכן א רעגיסטראציע יעדע 2 חדשים
און טראנספארטאציע.
אויך אמאל נישט געווען.
בקיצור, דער עולם זאל נישט געבן קיין פעני ביי די דינערס.
אזוי טוה איך, איך געב נישט קיין פעני דינער געלט היות מ'רייסט די הויט פון שכר לימוד אן קיין שום רחמנות (ס'קאסט מיר פער חודש נאנט צו א אלף'ל), פאריגע וואך קומען ארויף די פאנדרעיזערס פארן מוסד, און סטראשענען אז מ'גייט מיר העכערן די שכר לימוד היות איך געב נישט קיין דינער געלט.
א מין חוצפא דאס...
איך וואלט זיי אראפגעלאזט א פראסק במלאו מובן המלה
שמואל הלוירחמנות (ס'קאסט מיר פער חודש נאנט צו א אלף'ל),
וופיל קינדער האסטע אינעם מוסד?
4 אין צאל קעיה"ר.
עס קאסט מיר 920 א חודש (230 פער קינד)
קאווע טרינקעראין "עמי" די וואך איז געוווען א לאנגע מאמר
איבער homeschooling
Home schooling could bring some problems for there parents
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1748">viewtopic.php?f=25&t=1748</a><!-- l -->
שמואל הלוי - איך געב $20 ביים דינער אזוי ווען מען מאכט א ריפארט ווער עס האט גארנישט געגעבען קימט מיין נאמען נישט ארויף
שכר לימוד איז גארנישט אנדערשט ווי עני אנדרע עקספנס פאר קונדער ,שיך עסן,קליידונג.
חוץ אז איינער שיקט און חדר בלויז פאר רוחניות דארט הער איך די שאלה. און טאקע נאר בי אינגלעך.
וו
זענען פארהאן היימישע מוסדות וואס שיקן אהיים קינדער פארן נישט צאלן שכ"ל?
מיידלעך זיכער.
טאקע? למשל? איך רעד אויב איינער האט טאקע נישט, נישט איינער וואס האט געלט צו פארן ל"ג בעומר קיין מירון און אדר קיין ליזענסק, נאר שכ"ל האט ער נישט.
מעגליך מ'נעמט צוריק, מ'שיקט אבער אהיים צו ווייזן אז מ'איז ערענסט.
נולד מאוחרשכר לימוד איז גארנישט אנדערשט ווי עני אנדרע עקספנס פאר קונדער ,שיך עסן,קליידונג.
חוץ אז איינער שיקט און חדר בלויז פאר רוחניות דארט הער איך די שאלה. און טאקע נאר בי אינגלעך.
וו
איך כאפ מיך יעצט אז פאבליק סקול איז בחנם ,זעט אויס אז עדיקעשען דארף זיין בחנם.
עס איז דא פשוטע עצה, עס רופט זיך בורט קאנטראל.
איחוד !!!!!!!
❗ ❗ ❗ ❗ ❗ ❗ ❗ ❗ ❗ ❗
💡 💡 💡 💡 💡 💡 💡
שמילא
230 א קינד איז זייער ביליג
יעדע בעסערע מוסד בעט 400 אפגערעדט אינגל אדער מיידל
פלאז די אלע אנדערע הוצאות
דאס איז ביי חסידים ביי די ליטווישע צאלט מען 8000 איאר די וויניגסטע אן קעמפ
און דארט העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו
עס קומט זיך קרעדיט פאר די חסידות'ער וואס ווילן האבן מוסדות הקדושים
און זיי שנארן און שלעפן ארויס גרויסע געלטער פון גבירים און עשירים
ווייל אז נישט וואלט מיר באצאלט כפל כפליים אזוי ווי ביי די ליטווישע ווי די מוסדות איז פריוואטעזירט און איז אלץ נכסי יחיד
איחוד פעלדעס איז דא פשוטע עצה, עס רופט זיך בורט קאנטראל.
אינו מועיל לילדים שכבר ילדו
אויס מענטששמילא
230 א קינד איז זייער ביליג
יעדע בעסערע מוסד בעט 400 אפגערעדט אינגל אדער מיידל
פלאז די אלע אנדערע הוצאות
דאס איז ביי חסידים ביי די ליטווישע צאלט מען 8000 איאר די וויניגסטע אן קעמפ
און דארט העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו
עס קומט זיך קרעדיט פאר די חסידות'ער וואס ווילן האבן מוסדות הקדושים
און זיי שנארן און שלעפן ארויס גרויסע געלטער פון גבירים און עשירים
ווייל אז נישט וואלט מיר באצאלט כפל כפליים אזוי ווי ביי די ליטווישע ווי די מוסדות איז פריוואטעזירט און איז אלץ נכסי יחיד
די ליטווישע האבן נישט אזויפיל קינדער ווי די חסידישע ממילא קענען זיי עס אפשר בעסער עפארדן, אזוי אויך צאלן זיי נישט אזויפיל דירה געלט ווייל פאר א קלענערע משפחה איז גענוג א קלענערע דירה, זוי אויך צאלן זיי נישט פאר אתרוגים און פאר מצות אזעלכע טייערע פרייזן, אזוי ארום אז מ'קען זיך עס ערלויבן, משא"כ ביי די חסידישע עולם ווי א דורכשניטליכער ארבעטס אינגערמאן פארדינט ארום 6 צו 7 מאות א וואך, און רענט איז אין אלף השישי אריין, און עפ"י רוב האט מען עטליכע קינדער אין די מוסדות, איז ממש אוממעגליך צו צאלן 400 א קינד.
שמואל
העיקר שכחת
ביידע, טאטע און מאמע ארבעטען פלייסיג, מיט א דעגרי, זיי פארדינען שיין
איך רעדט נישט פון קיין מאדערנע משפחה פון פייו טאונס אדער פארשעי מאנסי וכו' וכו'
איך רעדט פון א טיפיקל ליטווישע פעמעלי אין לעיקוואד אדער מאנסי
דער טאטע לערנט און די מאמע ארבעט
מען צאלט רענט פאר די זעלבע דירה ווי דער חסיד די זעלבע פרייז
אין מאנסי ביים היימישען ליטווישען עולם און די זעלבע זאך אין לעיקוואד
ארבעט איינער אדער טאטע אדער מאמע
דער ענייות איז גרויס אין שטוב אבער שכר לימוד איז 8000
איך ווייס נישט ווי ענק וואינען אבער פרעגט אייך נאך ביי א מאנסיאנער אדער לעיקוואדער
אין די פרומערער ליטווישע מוסדות איז נישט 8000 נאר 4000-6000 בערך מיט הנחות פאר בני תורה און כלי קודש.
אויס מענטשדער ענייות איז גרויס אין שטוב אבער שכר לימוד איז 8000
8000 א יאר פאר יעדעס קינד באזונדער? דאס הייסט אז א ליטווישע טאטע האט פינף קינדער אין די מוסדות צאלט ער פערציג אלפים א יאר שכר לימוד?
יא יא גוט געזאגט און מען ווארפט זיך מיט דיר ווי א כלב
אמת עס איז דא הנחות אבער מען טוט דיר אויס די הויזן פאר דעם
די טארסט נישט פארן אין קאנטרי זומער טארסט נישט האבן מער ווי איין קאר {בדוחק איין קאר}
מען שטייט אין פראנד פון א גאנצע באורד מענטשען פרעסער ווי מען פארהערט דיר און דיין ווייב דיין גאנצען סדר החיים
און דער נאך באקומסטו א הנחה
פארדעם אליינס האט זיך שוין געלוינט דער גאנצער דרך החסידות
אריין אינעם אשכול "גוטע זאכן פון אונזער סיסטעם"....
שמעקעדיגאריין אינעם אשכול "גוטע זאכן פון אונזער סיסטעם"....
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/24447">viewtopic.php?p=24447#p24447</a><!-- l -->
ענטפער צו זר זהב
זר זהבדער קרן הבנין איז נישט בארעכטיגט. פארוואס גיין אלע עלטערן ווי שאף צו די שחיטה?
אויב דער אדמיניסטרעיטער איז א מענטש און ער פארשטייט אז מען האט נישט, קען ער עס מוחל זיין. איין יאר האב איך געהאט שוועריגקייטן צו באצאלן דעם קרן הבנין, אין א גאר חשוב'ן און גרויסן מוסד. און דער "יושב ראש" האט עס מיר מוחל געווען. ייש"כ דער זכות זאל איהם ביי שטיין.
ווען שכר לימוד וואלט געקאסט ביי אונז 8000 א יאר א קינד וואלט מען אפשר געטראפן שנעלער התירים פאר געבורץ קאנטראל און מ'וואלט ווייניגער געקוועטשט די באנק.
ענטפער צו געפילטע פיש
געפילטע פישווען שכר לימוד וואלט געקאסט ביי אונז 8000 א יאר א קינד וואלט מען אפשר געטראפן שנעלער התירים פאר געבורץ קאנטראל און מ'וואלט ווייניגער געקוועטשט די באנק.
שארף. גאר שארף. נישט לויט אונזער השקפה.
berlbalagulehגעפילטע פישווען שכר לימוד וואלט געקאסט ביי אונז 8000 א יאר א קינד וואלט מען אפשר געטראפן שנעלער התירים פאר געבורץ קאנטראל און מ'וואלט ווייניגער געקוועטשט די באנק.
שארף. גאר שארף. נישט לויט אונזער השקפה.
אונזער? מיינסט צו דיינס? וואס איז דאס השקפה? אין השקפה אלא לרעה.
מר געפילטע ביי די ליטווישע איז דא מער בורט קונטרול איי דאד איט
רבותי, איך מאך אויף מוסדות! מארגן צופרי הייבט זיך עס אן. ווער עס וויל קען קומען אריינלייגן די קינדער. פון ווי וועל איך באצאלן פאר מלמדים? וואס הייסט? מ'באצאלט דאך שכר לימוד.
דאס איז א אויסגעדראשענע חלום. א מוסד קען מען נישט אויסהאלטן פון שכר לימוד. איך האב נישט קיין צייט פאר אריכות'ן, אבער בקיצור וועל איך שרייבן אזוי:
איין פון די איינציגסטע זאכן מיט וואס אונזער סיסטעם איז געווען געבענטשט, איז געווען דאס ענין פון שכר לימוד. און איך וויל דאס מסביר זיין בקצרה, אבער מיט א שטיקל קלארקייט.
אויפהאלטן א מוסד קאסט זייער אסאך געלט, ווען מען זאל דאס דארפן באצאלן אין שכר לימוד דארף עס טאקע אויסקומען זיבן אכט אלפים א יאר פער קינד. אבער רוב היימישע עלטערן קענען זיך דאס נישט ערלויבן.
דארף מען אבער פארשטיין אז שיקן אין פאבליק סקול אדער ביי די קריסטן איז דאך נישט שייך, און ממילא איז געווען אוועק געשטעלט ביי ערליכע אידן מימות עולם אז די רייכע, די וואס קענען זיך יא ערלויבן, די באצאלן אויך דעם טייל פאר די ארימעלייט, פאר די וואס קענען נישט (יא, מ'רעדט פון די וואס קענען נישט באצאלן, אויך נישט פאר טיקעטס קיין מירון אדער אכט וואכן אין קאנטרי) און דאס איז געווען זייער זכות אז די בני עניים האבן געלערנט תורה.
ביי חסידים בכלליות (אונזער סיסטעם) איז געווען אוועק געשטעלט פאר די לעצטע זעכציג יאר בערך, אז מען האט זיך גערעכנט מיט טאטעס וואס האבן נישט געקענט. און אזוי אויך האט מען נישט געבעטן בכלליות גרויסע נומערן פאר שכר לימוד, נאר ווער עס האט געקענט האט געגעבן זיין נדבה ביים דינער פארן מוסד. ווייל יעדער האט פארשטאנען אז מען קען דאך נישט אויסהאלטן א מוסד נאר פון שכר לימוד, און דעריבער האט מען זיך אנגעשטרענגט און ארויסגעהאלפן.
איך האב אליינס גערעדט לעצטענס מיט א אנפירער פון איינס פון די גרויסע ישיבות אין א"י, און ער זאגט מיר אז אין יעדע ישיבה (ער זאגט ער האט עס אדורכגעטוהן) זענען דא צווישן פינף און זיבן פראצענט עלטערן וועלכע קענען פשוט נישט באצאלן, און דאס מוז דער מוסד דעקן, פארפאלן, מען קען דאך נישט שיקן די קינדער אין פרייע אדער גוי'אישע סקולס. און באמת איז ביז לעצטענס געווען אין אלע היימישע מוסדות די סארט אטמאספערע.
אבער אין די לעצטע פאר יאר האט זיך די מצב דראסטיש געטוישט, און מען האט גענומען רייסן געלט ביי די ארימעלייט אויך. איך ווייס פערזענליך פון מוסדות וועלכע האבן געצווינגען עלטערן צו גיין נאך געלט, אדער האט מען סתם געפייניגט די עלטערן מיט געפערליכע רשעות, נישט צוגעשטעלט טראנפארטעישן (סיי ביי אינגלעך און סיי ביי מיידלעך), און איך וויל דא אויסשרייען אז דאס איז שפיכות דמים במלוא מובן המילה. וואס ווילסטו, דער טאטע זאל גיין וואוינען אין די גאס, אדער אין א האומללעס שעלטער, ער זאל נישט האבן קיין לעקטער אדער ער זאל גיין אנגעטוהן אין לאטעס? נאר דעמאלס וועסטו זיין צופרידן? אדער אפשר אז ער וועט כאפן א הארץ אטאקע פון עגמת נפש און די קינדער וועלן בלייבן יתומים?
אויב קענסטו נישט אויסהאלטן דיין מוסד, דאן זיי מוחל און מאך עס צו, פארגיס נישט קיין אידיש בלוט ווייל דו דארפסט האבן א מוסד. אז דער מוסד וועט זיך פארמאכן וועלן אלע קינדער טרעפן פלאץ אין אנדערע מוסדות, אבער אז דו וועסט פייניגן דעם טאטן און מאמען, און זיי גורם זיין שלאפלאזע נעכט און נאסע קישענעס, וועט קיינער זיי נישט העלפן, אבער דעם חרון אף פון דעם אויבערשטן וועסטו נישט פארמיידן. קיין שום חדר אדער סקול קען נישט זאגן "איך בין א פריוואטער מוסד, איך נעם נאר אריין ווער עס באצאלט גוט". שנארן ווילסטו ביי יעדן? אויסער דעם, דער תורה איז נישט קיין ביזנעס, מאכסט א מוסד, מוזטו נעמען אין חשבון אז עס וועט זיין א פראצענט עלטערן וואס קענען נישט באצאלן. און אויב ביסטו נישט גרייט דאס צו דעקן צוזאמען מיט דעם איבריגן דעפיציט, דאן מאך נישט קיין מוסד. פאר דעם טאקע האב איך נאך נישט געמאכט א מוסד, כאטש איך פארשטיי נאך צו חינוך אזוי גוט ווי דער מנהל פון מיין זוהן.
הדד, אביסעלע רואיגער.
כאטש איך בין אויף דיין זייט, און צייל זיך צווישן די טאטעס וועלכע קענען נישט עפפארדן די שכר לימוד פאר אלע מיינע קינדער, מיין איך אז דו טרייבסט איבער.
וואו שטייט אז מוסדות מוזן אויסהאלטן די וואס קענען נישט?
אמאל ווען עס איז געווען א קהלה מוסד, איין מוסד אין שטאט, דאן קען מען זיי אפשר מחייב זיין, ס'גייט שוין מיט מיט די שטאטישע צדקה קאסע וועלכע האט אינזין די ארימעלייט בכל עת מצוא, קמחא דפסחא, וכדומה.
אבער אויב זענען פאראן 25 מוסדות? פארוואס בין איך מחוייב? איך עפן אויף ווייל איך וויל קענען רואיג באצאלן מיינע מלמדים און בילס, און נישט דארפן שנארן פאר דיר.!!
אסאך מוסדות זענען "גוטע", זיי בעטן א חודש 500 דאלער, און פון דארט קענסטו האנדלען... און זיי בלייבן נאך די "גוטע".... משא"כ אין אונזערע מוסדות פארלאנגט מען לכתחילה פיל ביליגער.
נאר וואס דען - די אדמיניסטראטן פון די מוסדות זאגן אז די לעצטע יארן האט מען טאקע אנגעהויבן מער מאנען און פארלאנגען, זינט די עקאנאמיע איז געגאנגען זיך צולייגן פאר א וויילע, און ס'איז פשוט נישט דא פון וואו צו שנארן! די קוואלן האבן זיך אויסגעטריקנט!
דער מציאות איז אז די אסטראנאמישע רענט פרייזן צאלט מען, הויכע גראסערי פרייזן צאלט מען אויך, מען מאכט חתונה קינדער אויף די טייערסטע אופנים, פונקט ביי שכר לימוד (וואס לויט חז"ל באקומט מען עס צוריק) דארט קארגט מען און מען האנדלט, און ערשט שלעפט מען ארום חדשים לאנג ביז מען באצאלט שוין.
איך מיין אז ווען מען קוקט אן ביידע זייטן קען מען בעסער באלאנצירן דעם בילד, און נישט האבן אזעלכע שטארקע טענות אויפן מוסד, וואס גיט זיך אפ מיט אונזערע טייערסטע אוצרות טאג טעגליך, אנגעהויבן פון דעם טאג וואס זיי קומען לכלל דעת ביז דעם גליקליכן טאג וואס זיי גייען ארויס אויף די אייגענע וועג! פארוואס מיר אפרישיעטן דאס נישט, איז זייער שווער צו פארשטיין (טראץ די אלע זייטיגע טענות וואס מיר האבן אויף זיי).
געפילטע פישווען שכר לימוד וואלט געקאסט ביי אונז 8000 א יאר א קינד וואלט מען אפשר געטראפן שנעלער התירים פאר געבורץ קאנטראל און מ'וואלט ווייניגער געקוועטשט די באנק.
ליידער איז דאס א גאר אלטע געזאגעכטס און די דרויסענדיגע וועלט,
tuition is the birth-control
ס'נישט קיין דשאוק,
מיר האט פערזענליך א פלעטבושער ספרדישער איד געזאגט, מיטן פולן ערנסקייט,
ער וואלט געקענט באשטיין צו האבן נאך קינדער אבער ער קען דאס נישט טאן צוליב טואישן,
כ'געמיינט איך חליש,
און ווי געשמועסט ביי זיי קאסט $10,000 א יאר פער קינד און נאכן האנדלען $8,000,
די פרייזן פון די היימישע שכ"ל פון 200-300 א חודש דאלער איז ממש א געלעכטער קעגן רוב אנדערע מוסדות'ן,
ס'מיר א וואונדער וואס ס'ווערן נישט מער חסידים
אינטרעסאנט, זענען נישט פאראן ביי די ספר'דישע אדער ליטווישע אידן נגידים וועלכע זאלן זיך לאזן קאסטן און שטיצן מוסדות התורה? מען טרעפט אזעלכע נגידים בעיקר בלויז ביי היימישע חסיד'ישע אידן.
ס'מיר א וואונדער וואס ס'ווערן נישט מער חסידים
זעהט זיך אויס, אז יצא שכרו בהפסדו.
נישט אלעס איז געלט (האט מען מיר - פראבירט צו - מחנך זיין)
ס'לוינט זיך דורכצושוויצן די פאר יאר פאר שכ"ל, און שעפן נחת פון די קינדער וואס קענען גיין ווייטער אויף די אייגענע פוס. אן דארפן בלייבן לעולם דוד אנגעבינדן אין די פאר גאסן אין ברוקלין..
אין ק"י איז די לכתחילה פרייז 225 א קינד ביז כיתה
ווידער אין וומס איז די לכתחילה פרייז 175
דאס הייסט א ק"י תושב מיז צאלן 50 מער פער קינד. איך ווייס נישט אנדערע פרייזן אבער דאס איז רידיקילעס.
אייגענארטיגאין ק"י איז די לכתחילה פרייז 225 א קינד ביז כיתה
ווידער אין וומס איז די לכתחילה פרייז 175
דאס הייסט א ק"י תושב מיז צאלן 50 מער פער קינד. איך ווייס נישט אנדערע פרייזן אבער דאס איז רידיקילעס.
ווענדט זיך וועלכע מוסד אין קרית יואל.
אין UTA (וואס געהערט צו מהר"א) איז די פרייזן ביליגער (מסתמא צוליב די פילע פראגרעמס און ביזנעסער וואס די מוסדות פארמאגן), און אויך רעכנט מען נישט קיין טראנפארטאציע, ווייל ס'ווערט באצאלט פון די שטאט.
גאלד, פארוואס האסטו כמעט געחליש'ט? ביזט געוואר געווארן אז ס'דא מענטשען וואס מאכן פינינציעלע חשבונות פארן דיסיידן צו האבן נאך א קינד?
געפילטע; במחילת כבודך הרמה, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז מען מתיר בוירט קאנטראל בלויז פאר רפואה, אבער נישט פאר פינאנציעלע חשבונות.
ווער איז "מען" רוב חסידישע דיינים? אויב אזוי ביזטו גערעכט.
אבער כ'האב נישט גערעדט פון איסור והיתר, אל איי סעד איז אז עס זענען פארהאן אזעלכע מענטשען וואס מאכן פינאנציעלע חשבונות פארן מאכען אזעלכע דיסיזשענס.
אבער אז דו רעדסט שוין, וואס איז די חילוק ציווישן פיזיקאלע געזונט וואס פאר דעם געט מען יא היתירים, און פסיכלאגישע געזונט וואס, לשיטתך, געט מען נישט, מ'האלט דאך אין איין רעדן דא פון טאטעס וואס האבן הארץ אטאקעס פון דאגות פרנסה, איז א הארץ אטאקע נישט גענוג אויף מתיר זיין בוירט קאנטראל?
נ.ב. כבודי הרמה אינו זמין כעת, אמסור לו את בקשת מחילתו כשיתפנה.