שמעקעדיגהדד, אביסעלע רואיגער.
כאטש איך בין אויף דיין זייט, און צייל זיך צווישן די טאטעס וועלכע קענען נישט עפפארדן די שכר לימוד פאר אלע מיינע קינדער, מיין איך אז דו טרייבסט איבער.
וואו שטייט אז מוסדות מוזן אויסהאלטן די וואס קענען נישט?
אמאל ווען עס איז געווען א קהלה מוסד, איין מוסד אין שטאט, דאן קען מען זיי אפשר מחייב זיין, ס'גייט שוין מיט מיט די שטאטישע צדקה קאסע וועלכע האט אינזין די ארימעלייט בכל עת מצוא, קמחא דפסחא, וכדומה.
אבער אויב זענען פאראן 25 מוסדות? פארוואס בין איך מחוייב? איך עפן אויף ווייל איך וויל קענען רואיג באצאלן מיינע מלמדים און בילס, און נישט דארפן שנארן פאר דיר.!!
אסאך מוסדות זענען "גוטע", זיי בעטן א חודש 500 דאלער, און פון דארט קענסטו האנדלען... און זיי בלייבן נאך די "גוטע".... משא"כ אין אונזערע מוסדות פארלאנגט מען לכתחילה פיל ביליגער.
נאר וואס דען - די אדמיניסטראטן פון די מוסדות זאגן אז די לעצטע יארן האט מען טאקע אנגעהויבן מער מאנען און פארלאנגען, זינט די עקאנאמיע איז געגאנגען זיך צולייגן פאר א וויילע, און ס'איז פשוט נישט דא פון וואו צו שנארן! די קוואלן האבן זיך אויסגעטריקנט!
דער מציאות איז אז די אסטראנאמישע רענט פרייזן צאלט מען, הויכע גראסערי פרייזן צאלט מען אויך, מען מאכט חתונה קינדער אויף די טייערסטע אופנים, פונקט ביי שכר לימוד (וואס לויט חז"ל באקומט מען עס צוריק) דארט קארגט מען און מען האנדלט, און ערשט שלעפט מען ארום חדשים לאנג ביז מען באצאלט שוין.
איך מיין אז ווען מען קוקט אן ביידע זייטן קען מען בעסער באלאנצירן דעם בילד, און נישט האבן אזעלכע שטארקע טענות אויפן מוסד, וואס גיט זיך אפ מיט אונזערע טייערסטע אוצרות טאג טעגליך, אנגעהויבן פון דעם טאג וואס זיי קומען לכלל דעת ביז דעם גליקליכן טאג וואס זיי גייען ארויס אויף די אייגענע וועג! פארוואס מיר אפרישיעטן דאס נישט, איז זייער שווער צו פארשטיין (טראץ די אלע זייטיגע טענות וואס מיר האבן אויף זיי).
דו עפנסט ווייל דו ווילסט זיין א גרויסע רבי, א גרויסע וויכטיג מאכער. און עס שטייט נישט אין ערגעץ אבער למעשה האבן די פריערדיגע גדולי ישראל אנגעהויבן פון די זמן הבית שני, ווען ר' יהושע בן גמלא האט איינגעפירט זיין באוואוסטע תקנה. און פון דאן ליגט א אחריות אויף די מנהיגי העדה אז אלע אידישע קינדער זאלן באקומען א חינוך צו תורה.
איך זאג נאכאמאל, איך האב נישט קיין טשויס, איך קען נישט שיקן מיינע קינדער אין פאבליק סקול ווי עס קאסט נישט, און איך קען אויך נישט שיקן צו די קריסטליכע מיסיאנערן וועלכע וועלן זיי גערן אננעמען בחינם. דעריבער האב איך נישט קיין ברירה. און יעדער וואס האט א מוסד וויל זיין אין דעם פאזיציע וואס א רבי/רב/מנהל מוסד, טראגט ביי אונזער ציבור. סאו דו ווילסט דאס האבן, פיין, אבער דאס קומט מיט א פרייז. און דער פרייז איז אז דער ארימאן וואס קען נישט באצאלן, זאלסטו עס דעקן.
לאמיר באמת אריינטראכטן פאר א מינוט, אויב דו קענסט נישט דעקן דעם בודשעט פון א מוסד, מיט וואס ביסטו גרויס, פארוואס זיצטו אויבן אן, און אין טוטער אין די בעק, פארוואס רופט מען דיך צו אלע שטאטישע אסיפות זאגן דעות? דו ביסט עפעס דער גרויסער צדיק? דער גרויסער עובד ה'? דער גרויסער חכימא דיהודאי? א גרויסער ניין אויף אלע פון די. נאר וואס דען, עס קאסט אסאך געלט אויפצוהאלטן א מוסד, מען דארף דעקן דעם דעפיציט, און דו טוסט דאס, דו ארבעטסט שווער פאר דעם, קומט דיר דעם קרעדיט און דער כבוד. אויב אבער דו קענסט דאס נישט טאהן, און דו פייניגסט דעם ארימען טאטן, און דו ביסט אים שופך דם, דאן זעץ אים אויבן אן, ער האט - בדרך כלל - מער יראת שמים פון דיר, און אפילו ווען נישט, די ביסל געלט וואס ער גיט יא, קומט אים אן פיל שווערער ווי פאר דיר.
דער פשוט'ער טאטע קען נישט גיין נאך געלט, און ווען ער איז זיך מתבזה און גייט יא, וואס מאכט ער דארט, אבער דו גרויסער רבי אדער גרויסער עסקן, ווען דו גייסט, נעמט מען דיך אויף שיין און מען גיט דיר שיין. פאר דיר איז טויזענט מאל גרינגער צו דעקן מיין צוויי מאות א חודש ווי פאר מיר.
איך זאג נאכמאל, איך רעד נאר פון איינעם וואס קען באמת נישט. אבער איך האב מיטגעהאלטן צוויי דריי פעלער פון טאטעס האבן באמת נישט געקענט, און די מוסד האט דאס געוואוסט, אבער זייער תירוץ איז געווען: איך דארף באצאלן מיינע מלמדים. פון דיינע מעשיות קען איך נישט באצאלן מיינע מלמדים.
האלא ר' שמעקעדיג, אין מיינע אויערן הערן זיך די ווערטער גאר אכזריות'דיג. א אידישער תלמוד תורה, וועלכע דארף מחנך זיין קינדער צו תורה, דאס מיינט תורה ווירדן, רחמנים, ביישנים, גומלי חסדים, וואס די מנהלים און עומדים בראש זענען הארטנעקיגע רשעים, קען שוין פון דארט קיין גרויסע צדיקים נישט ארויסקומען. וואס קען מען נאך ערווארטן פון אזא מוסד וואס האט נישט קיין אידיש הארץ. ניין זיי האבן נישט קיין אידיש הארץ. א טאטע וועלכער איז נאך "קיינמאל" נישט געפארן אויף וואקאציע, אדער אויף א יום טוב צו זיין רבין, אדער ראש השנה אויף אומאן, כ"א אדר קיין ליזענסק און איז איינמאל געווען ל"ג בעומר אין מירון ווען ער האט באקומען א טיקעט פון זיין טאטן, און דער טאטע וואוינט אין א קליינע דירה, דרייווט א אלטע קאר, טראגט אפגענוצטע מלבושים און ספעדט נישט קיין איבריגן דאללער. און די מוסד וויל זיך מיט דעם אלעם נישט רעכענען, איז די מוסד נישט קיין אידישע מוסד. סארי, עס איז א גוי'אישע מוסד, וואס ווערט געפירט דורך אידישע קינדער.
עס איז נישט דא קיין תירוץ אז עס זענען דא 25 מוסדות אין שטאט. ווען דו מאכסט א דינער ווילסטו אויך אז די גבירים זאלן דאס זאגן, אדער דעמאלס ווילסטו אז זיי זאלן דיר געבן געלט ווייל די דינסט דאך די אינטערעסן פון דעם שטאט. און יא, דו דארפסט יא שנארן, און נישט פאר מיר, פאר דיר. ווייל דו ווילסט זיין א שיינער איד. לאמיך נאר זעהן זאל קומען א צווייטער רבי'לע, דיין קאזין אדער ברודער אדער שוואגער, און דיר זאגן אז ער איז גרייט איבערצונעמען דעם מוסד און עס אויסהאלטן, לאמיך זעהן אז דו גיסט עס אים איבער. א פייג, דו ווילסט דאך זיין גרויס און שטארק.
זאגט מיר דער מנהל, דו מוזט פארשטיין, דער איז איז שולדיג צען אלפים, אויף אזא אופן קען איך נישט אנגיין, איך וועלן מוזן צומאכן דעם מוסד. האב איך אים געזאגט: מאך צו! קענסט נישט, ביסט נישט מחוייב. דו מאכסט צו און איך זאג דיר צו אלע קינדער וועלן האבן וואו צו גיין, יעדער איינער וועט אנקומען ערגעץ ווי אין א אנדערן מוסד, אבער צו פייניגן א טאטן און מבזה זיין אין מיט זיינע קינדערלעך, כאילו דער מוסד שטייט אויף זיינע פאר דאללער, איז רשעות בתפארתה.
ס'איז נישט דא אזויפיל פון ווי צו שנארן אזוי ווי אמאל? די קוואלן זענען טרוקן? הייב אן שניידן סערוויסעס. פאר יעדעם, אויך פאר דעם גביר. ס'וועט שוין זיין. אדער גיב דעם גביר נאך אביסל כבוד. אויב ער גיט נאך אלץ נישט, דאן הער אויף אים צו געבן די כבוד וואס ער באקומט שוין. ווייל אויב נישט פאר זיין געלט, פארוואס באקומט ער בכלל כבוד. הייב אן געבן כבוד פאר די ארימעלייט וועלכע ארבעטן ערליך און פלאגן זיך על המחי' ועל הכלכלה און זענען קובע עתים לתורה. רוף זיי צו קהל'ס אסיפות. פלוצלינג וועלן שוין די גבירים קענען.