א נייע סטייל: איך האב ליב דעם אויבערשטן
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1755
א נייע סטייל: איך האב ליב דעם אויבערשטן
עס איז לעצטנס א וועלט ווי פילע ליידיגגייער און פארפוילטע יונגען הייבן זיך די קעפ. דער תירוץ וואס מען הערט פון יעדן איז בערך די זעלבע "דער אויבערשטער איז א גוטער", "דער אויבערשטער האט מיר ליב", א זאך וואס איז גראדע אמת, אבער גיבט אויך א בארעטיגונג פאר אלע מנובלות און עבירות וואס מען וויל נאר עובר זיין.
לאמיר הערן דעת הציבור איבער די נושא.
ס'איז נישט לעצטענסט
ס'איז זייט ברסלב...
כ'האב גארנישט געזאגט
דו מאכט מיר נאר טראכטן
ערשטענסט, ס'איז בכלל נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז ה' האט דיך ליב. בכלל נישט. איטס אפ טא יא.
אויב ה' האט מיר טאקע ליב פארוואס ער געלאזט די רשות פון אסר'ן יעדע דבר טוב וואס איז מותר על פי תורה
מ'זעהט אויך יעדן פורים ווען די ליידיגייער וואס ווילן ווייזן אז זיי זענען עכט שיכור הייבן זיי אלע אן צו פארפירן ווי שטארק זיי האבן ליב דעם אייבישטער.
ענטפער צו קאווע טרינקער
קאווע טרינקערדו מאכט מיר נאר טראכטן
ערשטענסט, ס'איז בכלל נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז ה' האט דיך ליב. בכלל נישט. איטס אפ טא יא.
אויב ה' האט מיר טאקע ליב פארוואס ער געלאזט די רשות פון אסר'ן יעדע דבר טוב וואס איז מותר על פי תורה
ווייל ס'איז דא א בחירה. הקב"ה האט געגעבן פאר יעדן די ברירה צו זיין קלוג און נארמאל. אויך צו זיין סטופיד און פארקוועטשט. אויך צו זיין א היפאקריט. און מיר האבן א ברירה צו פייפן אויף די אלע בהמות און איגנארירן זייער גאנצע סטופידיטי.
קאווע טרינקערדו מאכט מיר נאר טראכטן
ערשטענסט, ס'איז בכלל נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז ה' האט דיך ליב. בכלל נישט. איטס אפ טא יא.
אויב ה' האט מיר טאקע ליב פארוואס ער געלאזט די רשות פון אסר'ן יעדע דבר טוב וואס איז מותר על פי תורה
נא, וואס איז דאס! הבוחר בעמו ישראל באהבה, אוהב עמו ישראל, די ברכות זענען שוין אויך פראבלעמאטיש? איי דיין קושיא? אויף דעם זאגט דער פסוק קלאר:
מאתו לא תצא הרעות והטוב
דאס וואס מענטשן טוען לייג נישט ארויף אויף גאט. אויב איז דאס מותר ע"פ תורה, איז דאך קלאר אז גאט האט דיר ליב. און אז יענער פארגינט דיר דאס נישט, טא וואס ווילסטו פון גאט?
-----
בערלבעלעגלה האקט
יואש
מ'פארשטייט מיך נישט
ה' האט בוחר געווען בעמו ישראל איבער אנדערע אומות, ווי ס'איז מפורש "תחת כי אהב את אבותיך".
מאתו לא תצא הרעות מיינט אז אלץ וואס ה' מאכט קען מען ניצן לטוב און לרע, מיט קמח קען מען עסן חמץ אין פסח, און די אינטערנעט קען מען לערנען און העלפן אידן
נו, איך מוז גלייבן אז ה' האט מיט פערזענדליך ליב?
קאווע טרינקערדו מאכט מיר נאר טראכטן
ערשטענסט, ס'איז בכלל נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז ה' האט דיך ליב. בכלל נישט. איטס אפ טא יא.
אויב ה' האט מיר טאקע ליב פארוואס ער געלאזט די רשות פון אסר'ן יעדע דבר טוב וואס איז מותר על פי תורה
לכאורה איז יא דא א חיוב.
ווייל,הער א פשעטל..
ואהבת את ה' אלוקך בוסטו מסכים אז ס'א מצווה א יא? שטייט דאך כמים פנים לפנים כן לב האדם,נו איין מאל דו האסט ליב ה' איז כמים פנים לפנים האט דיר ה' אויך ליב.
קאפטשוי?
כן לב האדם. ה' איז נישט אדם
ליין
דעם כלי יקר ותמצא נחת
קאווע טרינקערכן לב האדם. ה' איז נישט אדם
כרחם אב על בנים,איך פארשטיי נישט ה' האט עפעס געפילן אז מען זאל עים צוגלייכן צו א בשר ודם? אלא מאי זעהט מען אז ס'קלאר דא אזא זאך אז מען זאל צוגלייכן כביכול צו אונזערע מושגים .
ממילה האק נישט קיין טשייניק!!
די אלע מידות איז נישט שייך ביים אייבירשטן, נאר וואס דען, זיינע פעולות וויזוי ער איז מנהיג די וועלט, קוקט אויס ווי א בשר ודם וואס זאל ווען האבן די מידות,
דער אייבישטער איז אינו גוף ולא ישגיהו משיגי הגוף ואין לא שום דמיון כלל
דאס מיינט ער האט נישט קיין שום שטריכן וואס א גוף קען האבן, ס'נישטא קיין עמאשנס ביי הקב"ה,
נו וואס איז יא הקב"ה?
איז דער תירוץ,
אין לו שום דמיון כלל!
ער איז נישט קאמפערעבל צו גארנישט וואס א מח קען משיג זיין,
אהבתי אתכם אמר ה׳ איז א פסוק וואס דער אייבערשטער זאגט פאר אלע אידן.
יעדע פסוק האט זיך זיין מקום וזמן
בנים אתם לה', וועלכע טאטע האט דען נישט ליב זיינע קידער!!
אתם מיינט "יעדער יוד"
וויפיל מאל זאגן מיר א ברכה בשם ומלכות "הבוחר בעמו ישראל באהבה", "אוהב עמו ישראל",
דו גלייבסט אז ס'קען זיין א ברכה לבטלה?
קאווע טרינקעריואש
מ'פארשטייט מיך נישט
ה' האט בוחר געווען בעמו ישראל איבער אנדערע אומות, ווי ס'איז מפורש "תחת כי אהב את אבותיך".
מאתו לא תצא הרעות מיינט אז אלץ וואס ה' מאכט קען מען ניצן לטוב און לרע, מיט קמח קען מען עסן חמץ אין פסח, און די אינטערנעט קען מען לערנען און העלפן אידן
נו, איך מוז גלייבן אז ה' האט מיט פערזענדליך ליב?
That's definitely not the real pshat to maetoi lo seitzei etc. !!
מורינו הרבעס איז לעצטנס א וועלט ווי פילע ליידיגגייער און פארפוילטע יונגען הייבן זיך די קעפ. דער תירוץ וואס מען הערט פון יעדן איז בערך די זעלבע "דער אויבערשטער איז א גוטער", "דער אויבערשטער האט מיר ליב", א זאך וואס איז גראדע אמת, אבער גיבט אויך א בארעטיגונג פאר אלע מנובלות און עבירות וואס מען וויל נאר עובר זיין.
לאמיר הערן דעת הציבור איבער די נושא.
געווענליך ניצן די סארט חברה די אויסדריק "טאטע" אנשטאט "אויבערשטער". "טאטע זיסע", "מ'רעדט צום טאטן", "איך האב דיר ליב טאטע"
שוין לאנג וואס עס גראפעלט מיר דער ענין צו מען מוז גלייבען אז די אויבערשטער האט ליב יעדעס יחיד.
לכאורה קומט עס פין די קריסטען וואס זאגען יאשקע האט דיך ליב להבדיל וכו'.
אין פסוק שטייט דאכט זיך נישט קיינמאל אז די אויבערשטען האט ליב יעדעס יחיד, אלע פסוקים שטייען נאר אז די אויבערשטער האט ליב דער כלל.
לדעתי וואלט איך געזאגט, אז א מענטש וואס זאגט אז די אויבערשטער האט אים ליב איז א בעל גאה, וואס רעדט זיך איין אז זיינע מעשים זענען אזוי געוואלדיג אז די אויבערשטער האט אים ליב.
צומאל ווען א מענטש זאגט מיר די אויבערשטער האט מיך ליב, פרעג איך מהיכי תיתי, אפשר האט ער דיך פייינט בתכלית השנאה?
איך פרעזענליך זע נישט קיין שום חסרון מיט די חברה וואס זענען אין לאוו מיטן באשעפער. איי מען זינדיגט מיטן אויסרייד אז מען האט ליב דעם באשעפער? ע״פ רוב וואלטן ווען די חברה געווען אסאך ווייטער פארפארען און וואלטן אינגאנצן פון באשעפער נישט געוויסט צו זאגן, אויב דאס מאכט זיי, זינדיגן ווייניגער, היטן שבת, עסן כשר׳ס, גיין מיט ציצית, וכו׳ וכו׳ אדרבה ואדרבה.
נאר אלטס א זייטיגע נאטיץ קוועטשט מיר אסאך מאל, איך פראביר צו פארשטיין, לכאורה וואלטן די חברה געדארפט צו זיין פון די פרייליכסטע און מערסט אויפגעלייגסטע וואס איז פאראן אין כלל ישראל, עפעס א קלייניגקייט??? אזא נאנטע ריליעשענשיפ מיטן באשעפער??? למעשה ווייזט דער מציאות אז די חברה זענען ע״פ רוב דעפרעסט און דערביטערט, וצ״ע.
איך גלייב אז עס גייט ציזאמען ער האט פיינט יעדע גוי און ער האט ליב יעדער איד.
איחוד פעלד.
צומאל ווען א מענטש זאגט מיר די אויבערשטער האט מיך ליב, פרעג איך מהיכי תיתי, אפשר האט ער דיך פייינט בתכלית השנאה?
א יעדע נשמה איז א חלק אלוקי ממעל, א יעדער איד איז א שטיק פונעם הייליגן באשעפער. האסטו פיינט איינע פון דיינע פינגערס?
אזעלכע כפירה וואס איך ליין דא, איז נבהל ונשתומם צו ווערן:
עס איז נישט פאראן קיין זאך וואס איז נישטא ביים באשעפער, אפילו ווען מיר פארשטייען נישט אלעס, אבער "אלעס" און ממש "אלעס" איז דא ביים באשעפער, און אפילו מאושנס, געפילן, איז אויך דא ביים באשפער. און יא, דער באשעפער האט "ליב", אפילו דו קוקסט אן ליבע אלס זאך וואס וואס איז א נידעריגערע סארט זאך און באלאנגט נישט כביכול צום באשפער.
במקום גדולתו, שם אתה מוצא ענוותונותו.
מורינו הרבאזעלכע כפירה וואס איך ליין דא, איז נבהל ונשתומם צו ווערן:
עס איז נישט פאראן קיין זאך וואס איז נישטא ביים באשעפער, אפילו ווען מיר פארשטייען נישט אלעס, אבער "אלעס" און ממש "אלעס" איז דא ביים באשעפער, און אפילו מאושנס, געפילן, איז אויך דא ביים באשפער. און יא, דער באשעפער האט "ליב", אפילו דו קוקסט אן ליבע אלס זאך וואס וואס איז א נידעריגערע סארט זאך און באלאנגט נישט כביכול צום באשפער.
במקום גדולתו, שם אתה מוצא ענוותונותו.
האלט דיר דאס מויל, דער כופר קען נאך זיין די אליין.
אז די פארשטייסט נישט רעד נישט.
אפן גערעדט:
איז פאראן א זאך וואס דער אויבערשטער "קען נישט" טון?
איחוד פעלדשוין לאנג וואס עס גראפעלט מיר דער ענין צו מען מוז גלייבען אז די אויבערשטער האט ליב יעדעס יחיד.
לכאורה קומט עס פין די קריסטען וואס זאגען יאשקע האט דיך ליב להבדיל וכו'.
אין פסוק שטייט דאכט זיך נישט קיינמאל אז די אויבערשטען האט ליב יעדעס יחיד, אלע פסוקים שטייען נאר אז די אויבערשטער האט ליב דער כלל.
לדעתי וואלט איך געזאגט, אז א מענטש וואס זאגט אז די אויבערשטער האט אים ליב איז א בעל גאה, וואס רעדט זיך איין אז זיינע מעשים זענען אזוי געוואלדיג אז די אויבערשטער האט אים ליב.
צומאל ווען א מענטש זאגט מיר די אויבערשטער האט מיך ליב, פרעג איך מהיכי תיתי, אפשר האט ער דיך פייינט בתכלית השנאה?
ווען עס כאפט דיר אן א גרעפל אויף אן ענין, טוסטו דאס דורך? אדער דו ציעסט גלייך מסקנות?
קידושין דף לו/א
רבי מאיר אומר בין כך ובין כך אתם קרוים בנים שנאמר בנים סכלים המה ואומר בנים לא אמון בם ואומר זרע מרעים בנים משחיתים ואומר והיה במקום אשר יאמר להם לא עמי אתם יאמר להם בני אל חי.
א טאטע האט ליב יעדן איינציגן פון זיינע קינדער.
יא
פארגריזן די אויבגבריטשעטער פאנדומעקל
דאס קען ער לכאורה נישט טאן
עס שטימט נישט מיטן כביכול אזא מין רעיון ווי עמאושנס, דאס איז א דבר גשם א גופניות'דיגע זאך,
ס'פשוט נישט שייך זיך צו פארלאזן אז הקב"ה וועט איהם מוותר זיין אויף זיינע מעשים רעים אויפן סמך אז דער אייבישטער וועט פשוט איבערגענומען ווערן מיט רחמנות און ער וועט נישט קענען וויי טאן א אייגן קינד,
הקב"ה איז זיכער א בעל הרחמים, זיכער דער מקור הרחמים, אבער דאס קומט נישט פון קיין פילינגס וואס מיר פארשטייען אלס רחמנות, זיין רחמנות איז א ענד-רעזאלט הנהגה, וואס עס ברענגט איהם דערצו פארשטייען מיר נישט, און ס'זיכער נישט קיין עמאושענעל פילינג,
דאס מיינט נישט אז הקב"ה איז א קאלטער, ווייל קאלטקייט איז אויף א גשמיות'דיגע רעיון,
וואס איז ער יא?
דער תירוץ איז, ס'נישטא קיין "ער" און ס'נישטא קיין "איז"
דאס איז וואס דער אני מאמין זאגט:
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו אינו. גוף, ולא ישגוהו משיגי הגוף, ואין לו שום דמיון כלל
אז ס'איז "אין לו דמיון" דאן שטימען נישט די אלע אויבנדערמאנטע משלים
" א טאטע האט ליב זיינע קינדער "
" קען מען דען פיינט האבן די אייגינע אברים "
ועוד
גראדע דאס בין איך נישט מחולק אז הקב"ה האט ליב זיין אידיש פאלק, קלאר בלי שום חולק,
אבער די טעות און חורבן וואס מאנכע מאכן איז אז מ'רעדט זיך איין אז דאס געט א פעס צו עובר זיין מצוות השם,
לא מינהו ולא מקצתו,
האומר הקב"ה וותרן יותרו חייו
הקב"ה מאריך אף וגבה דיליה
און דאס קיין שום סתירה מיט זיין אהבה צו כלל ישראל
בבלי, פסחים דף קיג.
שלשה הקדוש ברוך הוא אוהבן: מי שאינו כועס, ומי שאינו משתכר, ומי שאינו מעמיד על מדותיו.
שלשה הקדוש ברוך הוא שונאן: המדבר אחד בפה ואחד בלב, והיודע עדות בחבירו ואינו מעיד לו, והרואה דבר ערוה בחבירו ומעיד בו יחידי.
בבלי, נדה טז:
אמר רבי שמעון בן יוחאי ארבעה דברים הקב"ה שונאן ואני איני אוהבן הנכנס לביתו פתאום ואצ"ל לבית חבירו והאוחז באמה ומשתין מים
ומשתין מים ערום לפני מטתו והמשמש מטתו בפני כל חי.
האמער דא שוין דריי וועם הקב"ה האט ליעב און זיבען וועם הקב"ה האט פיינט, כביכול.
ס'איז נאר דא 7 סארט מענטשען
בד"וו האבן א ניק אין קאווע שטיבל הייסט "אחד בפה ואחד בלב"?
קאווע טרינקער
בד"וו האבן א ניק אין קאווע שטיבל הייסט "אחד בפה ואחד בלב"?
ווענדט זיך וואס דו שרייבסט.
דאן פארוואס רופט מען זיך נישט מיטן עכטע נאמען?
קאווע טרינקערדאן פארוואס רופט מען זיך נישט מיטן עכטע נאמען?
ווייל געווענליך שעמט ער זיך צו רעדן אין פובליק.
הייסט דאס אז אפילו דעם אמת האט מען מורא צו זאגן ברבים.
יא, מיר זענען טיף אין ...
קאווע טרינקערהייסט דאס אז אפילו דעם אמת האט מען מורא צו זאגן ברבים.
יא, מיר זענען טיף אין ...
נישט ער האט מורא נאר ער שעמט זיך, אזוי ווי דאווענען פארן עמוד, אויב צוליב מורא זאגט ער ליגנט איז ער נאך לכאורה אין כלל פון המדבר אחד בפה ואחד בלב.
הלוואי ביסטו גערעכט
אבער, צוריק צום ענין.
קאווע טרינקערדאן פארוואס רופט מען זיך נישט מיטן עכטע נאמען?
וועגן דעם
"To Judge a person not by the color of their skin, but by the content of their heart"
villagerבבלי, פסחים דף קיג.
שלשה הקדוש ברוך הוא אוהבן: מי שאינו כועס, ומי שאינו משתכר, ומי שאינו מעמיד על מדותיו.
שלשה הקדוש ברוך הוא שונאן: המדבר אחד בפה ואחד בלב, והיודע עדות בחבירו ואינו מעיד לו, והרואה דבר ערוה בחבירו ומעיד בו יחידי.
בבלי, נדה טז:
אמר רבי שמעון בן יוחאי ארבעה דברים הקב"ה שונאן ואני איני אוהבן הנכנס לביתו פתאום ואצ"ל לבית חבירו והאוחז באמה ומשתין מים
ומשתין מים ערום לפני מטתו והמשמש מטתו בפני כל חי.
האמער דא שוין דריי וועם הקב"ה האט ליעב און זיבען וועם הקב"ה האט פיינט, כביכול.
רמב"ם הלכות תשובה פרק ז', הלכה ו':
גדולה תשובה שמקרבת את האדם לשכינה וכו',
אמש היה זה שנאוי לפני המקום משוקץ ומרוחק ותועבה, והיום הוא אהוב ונחמד קרוב וידיד.
שטערןקאווע טרינקערדאן פארוואס רופט מען זיך נישט מיטן עכטע נאמען?
וועגן דעם
"To Judge a person not by the color of their skin, but by the content of their heart"
ביסטו ספרדיש?
קאווע טרינקערשטערןקאווע טרינקערדאן פארוואס רופט מען זיך נישט מיטן עכטע נאמען?
וועגן דעם
"To Judge a person not by the color of their skin, but by the content of their heart"
ביסטו ספרדיש?
ליין צווישען די שורות
צוריק צום ענין.... איך האב געהערט פון (הרב) יוסי מזרחי א נקודה. אידישקייט - ספיריטואליטי - איז ווי איינער פירט א ביזנעס. מוזט זיין פאזיטיוו דערוועגן און האבן א פאזיטיווע געפיל אז ס׳גייט זיין גוט צו ס׳איז יעצט גוט, אבער פון די צווייטע זייט, אויב וועסטו זיצן א גאנצן טאג אין דיין אפיס און גארנישט טון נאר וועסט זיך כסדר ארומקוקען ״קוק ווי גוט מיין ביזנעס טריעט מיך - אלעס גייט מיין וועג - מיין ביזנעס האט מיך ליב״ וועסטו שנעל זיין אוט אף ביזנעס. (נישט ממש א כלל אבער רובו ככולו).
דאס הייסט לענינינו, מיר דארפן זיין פאזיטיוו, אן קיין גילט, און וויסן אז דער אויבערשטער האט אונז ליב און וויל אונזער גוטס. אבער, גענוי ווי ביי א הצלחה׳דיגע ביזנעס, מאך זיכער אז דו בלייבסט נישט סתם זיצן אין אפיס און דו חלומסט נאר ווי גוט ס׳גייט דיר אנעם טון קאנסטרוקטיוו, ווייל דו וועסט זיך טרעפן עטליכע יאר שפעטער ״אוט אף ביזנעס...״ מיט די גאנצע ליבשאפט...
סך הכל
לאמיר אויסקלארן דעם נושא,
דער אייבערשטער האט מיר ליב? אוודאי יא!
ווייל אויב נישט, דאן וואס זוך איך אויף דער וועלט?
וויאזוי האט נאר דער בעל דרשן עס צוגעגליכן, צו איינער וואס האלט אין האנט א גלעזל קאווע, און ער שפירט אין די קאווע עפעס א זויערע טעם,
אויב באשליסט ער אז ער וויל שוין נישט האבן די קאפי, וואס טוט ער, ער גיבט עס א גיס אויס אין דעם אפלויף,
דאס זעלבע שפילט זיך אפ ביי אונז מענטשעלעך, אויב אונז טו מיר גארנישט אויף, אדער אויב דער אייבערשטער האט מיר חלילה פיינט, וויאזוי קען זיין אז איך לעב נאך?
און ווי לאנג איך אטעם נאך, איז טאקע דאס די גרעסטע ראיה אז איך פעל אויס אויף דער וועלט, און דער אייבערשטער האט מיך ליב.
אבער, פון די צווייטע זייט מטבע דארף מען אויך געדענקען אז נאר זאגן אז דער אייבערשטער האט מיך ליב, דאס זאגן די קריסטן וואס כדי מען זאל נישט דארפען עפעס טון למעשה חזר'ן זיי זיך איין אז די אייבערשטער האט דיך זייער שטארק ליב..
און ווען דו וועסט פרעגן וואס דארף איך טון דערצו, וועט דער ענטפער זיין פשוט און פראסט, גארנישט!!
ווען באמת איז אזוי ווי איך האב אמאל געזאגט פאר א בחור'ל וואס איז געווען פארנומען אז דער אייבערשטער האט מיך סייווי ליב..
האב איך אים געזאגט, פונקט פארקערט, אויב מיט דיינע אלע חסרונות האט דיך דער אייבערשטער ליב, דאס איז דיר מחייב און נישט פארקערט.
צום לעצט וויל איך צולייגן וואס איך האב געהערט פון אן לוסטיג יודל, מען זאגט יעדן אינדערפרי אנפאנג דאווענען צורי וגואלי, גואל"י איז ר"ת ג'אד א'יי לאוו י'א!
איך טראכט בדרך אפשר 2 געדאנקען אויף דעם ענין.
ערשטנס:ס'איז ידוע דער רמב"ם אז ווען א מענטש וויל טוישן א מדה מוז ער קודם גיין אינגאנצן אויפן פארקערטן עקסטרעם, כדי צו קענען אנקומען צום שביל הזהב, די גאלדענע מיטל וועג. פונקט ווי ווען מ'וויל אויסגראדן א צוקנייטשטן פאפיר, דארף מען עס קודם איינקנייטשן אויפן פארקערטן זייט, און הערשט דערנאך קען מען עס אויסגראדן.
לענינינו, מיר קומען פון א שרעקליך נעגאטיוון דור, וואס מען קען כמעט זאגן אז ס'איז נאך נישט געווען ביי כלל ישראל, וואס רוב פון אונז זענען אויפגעוואקסן אין אזא נעגאטיווע MODE, פון פעטש און תשובה (?) מיראה, איסורים חרמות עונשים וקללות, און אצינד אז מען וויל צוריקגיין אויפן נארמאלן מיטל-וועג און באלאנסירן יראה מיט אהבה, מוז מען קודם "אויפקנייטשן" דעם סיסטעם אויפן פארקערטן זייט פאר א שטיק צייט, (בפרט אז אסאך פון אונז זענען אזוי אנגעווייטאגט אז זיי קענען ניטאמאל פעיסן אביסל מדת היראה, ליידער) און ערשט דאן וועלן מיר זיך קענען בארואיגן און זיך פירן אויפן ריכטיגן וועג. דעריבער זעהט מען אזא אויפשטייג אינעם ענין פון "אהבת השם".
צווייטענס:עס איז א דור פון אהבה. קאסוב'ער רבי האט געזאגט ביי לייבי קלעצקי'ס ע"ה לויה אז עס איז אראפגעקומען אין דעם דור א "ריבוי אהבה", און אלס רעזולטאט ברענגט דאס ליידער נישט גוטע זאכן, רח"ל. בכלל פארט די וועלט היינט מער פאזיטיוו,
אזוי ווי אונזער חבר נחום שרייבט דא, און די ריבוי אהבה איז געווארן א פאקט פון לעבן.
ס'איז דא א הייליג ווארט פונעם בעש"ט, ווילסט זיך אויף איינעם בייזערן? בייזער זיך אויף דיר אליין (היתכן דו זינדיגסט). ווילסט איינעם ליב האבן און לויבן? טו עס פארן באשעפער און דאנק אים על כל החסד.
ממילא אז עס איז פאראן א ריבוי אהבה אויף דער וועלט, איז נישט מער ווי רעכט צו נעמען די אהבה, און עס נוצן פארן אייבערשטן אליין, און טאקע כסדר ארויסברענגען ווי שטארק מיר האבן אים ליב, און אזוי ארום מעלה זיין די מדת אהבה אויפן ריכטיגן אופן. (און דאס איז א זאך וואס איז נישט געווען אין די פארגאנגענהייט, ווייל די ריבוי אהבה איז עקסלוסיוו פאר אונזער דור).
אודאי מיין איך נישט צו געבן גערעכט צו טון עוולות אונטער דעם אויסרייד אז מיר זענען פאניע-בראט מיטן באשעפער, יעדע מדה און דרך קען מען אביוזן; אבער איך מיין אז דער געדאנק האט אין זיך אן אמת, און אויב נישט, ה' הטוב יכפר.