☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » לא נתנשי מינך קאווע שטיבל!

לא נתנשי מינך קאווע שטיבל!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17188

כספי » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:37 pm

· #569565
לא נתנשי מינך קאווע שטיבל!
ביז היינט האב איך נאך געטראכט און געהאפט, אולי יש תקוה, צום סוף וועט זיך אלעס אויסארבעטן, און אונזער שטיבל וועט בלייבן שטיין לעבעדיג אקטיוו, פאר נאך לאנגע געזונטע יארן. אבער היינט זעהט מיר אויס אז ליידער נגזרה גזירה, און אונז גייען זיך מוזן שיידן פון אונזער קאווע שטיבל – פשוטו כמשמעו, פארשטייט זיך אז 'אין שום יאוש בעולם כלל' און 'אפילו חרב חדה מונחת על צוארו אל יתייאש'. אבער דאך זעט מיר אויס, ווי ס'איז דערנאך, אדערפאר וויל איך אויך בתוך שאר ישראל הכואבים, שרייבן אביסל את אשר עם לבבי, איבער קאווע שטיבל, און איר השפעה אויף מיר. איינמאל ס'איז שוין טאקע דערנאך וועט מען שוין נישט קענען שרייבן דא.

אריינגעטראטן האב איך אין שטיבל, אלס שטיקל אויבער חכם, זייענדיג זיכער אז אויב אויף רוב היימישע פילטערס איז עס פארמאכט, איז זיכער דא עפעס וואס לוינט זיך צו זוכן. אזוי אויך האבנדיג א שטיקל הערצה צו @לעיקוואד, און וויסנדיג אז @לעיקוואד האט אסאך אוצרות דא אראפגעלאזט, האב איך מיך אנגעפאנגען צו דרייען אין שטיבל.

ווען איך געזעגן מיך פונעם שטיבל, אלס אינגאנצן א אנדערער מענטש, קען איך זאגן אז מיין לעבן (ביזדערווייל) איז איינגעטיילט אין דריי, די יארן פאר כ'האב אנגעטראפן מיין מורה דרך, די יארן פאר קאווע שטיבל, און די יארן פון קאווע שטיבל אין ווייטער. כ'בין טאקע נאך נישט איבערצייגט אז די יארן איז די בעסערע, ווען 'ויוסיף דעת יוסיף מכאוב' איז מקוים געווארן במילואו (כאטשיג על פי רוב, וועט דעת אויך לינדערן די מכאובים, אבער נישט אייביג. און דאס איז טאקע אינטרעסאנט, פארוואס ביי מיין מורה דרך, וואס איז אויך געווען יוסיף דעת, איז נישט מקוים געווארן די יוסיף מכאוב, ואדרבה. ואפשר יש לומר, אז דעמאלט איז נישט געווען 'יוסיף' דעת, נאר התחלת הדעת, אריינלייגן דעת בכלל, און יעמאלט איז דא א ס"ד, ס'זאל נישט זיין יוסיף מכאוב, והבן), אבער בלייבן א בהמה איז זיכער נישט קיין עצה, און זיכער נישט היינטיגע טעג, און זיכער נישט פאר נשמות וואס וועלן אייביג זוכן און נישטערן, אויך דארט - אדער בעסער געזאגט - דוקא דארט, ווי מ'טאר נישט. מים גנובים ימתקו.

די אוצרות פון חכמה וואס כ'האב דא אלס געשעפט, די קלוגע טיפזיניגע געדאנקען, די שפיציגע הומאריסטישע תגובות, די אנגעפילטע דורכגעטראכטע אשכולות – וואס זענען דן זיין בדברים העומדים ברומו של עולם, וואס יא - בני אדם מזלזלים בהם. האט מיר געלערנט אזויפיל, אזויפיל, כ'קען זיך נישט מצמצם זיין אין ווערטער עס אראפצוברענגען, צו זאל עס זיין אין די וויכטיגע חשיבות פון חכמה, אין די לעכטיגקייט פון אייגענע – און צומאל, אייגנארטיגע - מחשבה, די טיפקייט פון די תורה, די איידעלע הבנה אין מנהגי ישראל, די הייליגע רעספעקט פאר אידישע קינדער. און מאידך גיסא די עקלדיגקייט פון די פארדארבענע מנהיגים, און פון זייערע נאכשלעפער, די נארישקייט פון איבערגעטריבענע חומרות פארן כלל, די אויבערפלעכליכקייט פון די אנגענומענע מהלך פון נישט טראכטן – די בת היענה וועג, די גרויליגקייט פון פארשטיפן אונזערע עולות און טעותים אונטערן טעפיך. וכן הלאה וכן הלאה, יכלה הזמן והם לא יוכלו. די אלע זאכן איז ביי מיר א קנין לנצח.

און ליידער איז געקומען די צייט אז מ'דארף זיך געזעגענען פון דעם שטיבל. אבער אזוי ווי אנדערע האבן שוין געטרייסט 'כך הוא דרכו של עולם, דור הולך דור בא', אבער דער עיקר מ'זאל זיך האלטן צום המשך הפסוק 'והארץ (האמת, שממנה צומחת) לעולם עומדת'. די אמת זאל נישט פארוואסערט ווערן. און ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, אז ס'האט זיך געפנט א 'קרעמל', וואס כ'האב נאך נישט באזוכט צופיל מאל, אבער די פאר מאל וואס כ'בין דארט געווען, זעהט אויס ווי 'יש תקוה לאחריתך' און ס'איז דא פאטענציאל ס'זאל זיין א פאסיגע מקום, ווי ס'וועט נמשך ווערן די אור האמת.


פאר איך געזעגן מיך וויל איך דא ארויסברענגען אפאר ניקס, וואס האבן געהאט א באזונדערע השפעה אויף מיר, און די אמת איז אז גאר אסאך – און אפשר גאר יעדער איינער – פון די ניקס האט געהאט א השפעה אויף מיר, אבער כ'וועל דערמאנען אפאר, ותנא ושייר.

די גרעסטע השפעה אויף מיר איז געווען @רביה"ק זי"ע/@ברוך שפינוזה, כ'האלט מיך נישט גרויס מיט דעם, און כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן אדער וויינען, ווי כ'האב שוין געשריבן, אבער דאס איז די מציאות, אז רביה"ק האט ממש געפנט מיינע אויגן אויף א אופן וואס כ'האב נישט געגלייבט אז ס'וועט אמאל געשען. כ'געדענק אנפאנג ווען רביה"ק'ס ווערטער האבן אנגעפאנגען אדורכצודרינגען מיין גוף ונשמה, האב איך ממש זיך געווארפן ביינאכט אין געלעגער מיט פחדים צו וואו וועט מיר די מהלך פירן, אבער למעשה האבן זיינע שפיציגע אויבער חכמי'שע (און אמאל אונטער חכמי'שע תמימות'דיגע) תגובות מיך צושאקלט מיינע וועלטן (ס'מיינט א ודאי נישט אז כ'בין מסכים מיט יעדע תגובה זיינע, ופשוט הוא). דאס איז אויסער וואס זיין אייגענע לעבנס שטייגער, איז ממש א שפיגל אקעגן אונזערע קביעות'דיגע רייד און שימפערייען וועגן די סיסטעם ודומיו, און דאך האבן זייער ווייניג געהאט די שטארקייט צו טון 'למעשה', און פירן זייער לעבנס שטייגער כמעט גענצליך לפי זייער מח און שכל, און נישט לפי זייער הארץ און געוואוינהייט (כאטשיג א שטריימל טראגט ער יא. ויש לציין, אז כ'קען עם נישט פערזענליך, אלעס איז נאר פון זיינע תגובות דא, כך שאין שום חשש גילוי ח"ו כלל וכלל), און דאס אליין איז געווען גאר א שטארקע לימוד פאר מיר.

א תלמיד הממשיך את רבו האט רביה"ק איבערגעלאזט און דאס איז @שמן למאור, האט מיר אויך גאר אסאך מאל געפנט די אויגן, בדרך רביה"ק זי"ע.

גאר א שטארקע השפעה האט געהאט אויף מיר, די חכמים פונעם שטיבל, ס'איז נישט קיין סוד אז אין שטיבל האבן זיך און דרייען זיך יודן, וואס זענען קלוג אויף א אפ-נארמאלן אופן, אלוועלטליך. ווי @לעיקוואד, @יידל, @יענקל, און נאך. והעולה על כולנה איז הגאון העולמי '@מי אני', וואס מ'קען ממש שטוינען פון זיינע ידיעות און חכמה. כאטשיג זייער השפעה (כ'רעד פון די חלק החכמה, פון זייערע תגובות האב איך פארשטייט זיך שטארק הנאה געהאט, און מושפע געווארן. ולא עוד אלא, אמאל איז דא א בדרך אגב'דיגע תגובה פון '@לעיקוואד' און עפעס א פארשטיפן אשכול, וואס מ'קען אויף דעם בויען א גאנצע מהלך החיים) איז נישט געווען באופן ישר, ווען נישט אייביג האב איך כלל פארשטאנען פון וואס זיי רעדן, אבער באופן מקיף וממילא איז יא דא גאר א שטארקע השפעה. מ'זאגט נאך פון חסידים די ענין פון פארן צו א רבי'ן, אסאך מאל זיצט זיך א איד אינדערהיים, און ער איז זיכער אז דער אייבירשטער האט גארנישט גענוג גן עדן פאר זיין עבודת ה', וועגן דעם פארט מען צו א רבי'ן צו זיך דרייען אביסל ביי ערליכע אידן, און זעהן אז ס'איז דא מער פאר דיר (און מ'רעדט נישט פון דער רבי, נאר פון די געהויבענע חסידים). נישט אז פאר קאווע שטיבל האב איך געהאלטן אז כ'בין חכם הדור, אבער כ'האב גערעכנט אז כ'בין מער צו די קלוגע זייט צווישן בני ישראל, אבער אז מ'זעהט אזעלכע ענקי הרוח, אזעלכע ריזן, זעהט מען אז והיינו כחגבים.

נאך א ניק וואס האט געהאט א אינטרעסאנטע השפעה אויף מיר, טאקע נישט קיין עפעקטיווע השפעה, איז @ליטוואק פון בודאפעסט. וואס מיט זיינע תגובות האט ער מיר מורא'דיג שטארק געגעבן צו פארשטיין, וואס א ליטוואק טראכט, כ'האב עס קיינמאל נישט ארויסגעהאט, און דאס איז נאך שמועסן מיט ליטוואקעס איבער די וועלט פאר שעות, אבער @ליטוואק פון בודאפעסט'ס תגובות מיט אפאר ווערטער, האב איך מער פארשטאנען ווי אסאך שמועסרייען מיט ליטווישע אידן. ס'איז טאקע נישט קיין עפעקטיווע השפעה, וויבאלד איך פלאן נישט – און כ'האב נישט איינגעזען די גליק – פון ווערן ליטוויש, אבער ס'האט מיר קלאר געמאכט אין זייער אסאך ענינים. אויך חסידי'שע ענינים האב איך בעסער פארשטאנען פון זיינע תגובות, ווי די פסוק זאגט שוין 'ויתרון האור מן החושך', כ'זאג נישט אז די מתנגד'ישע מהלך איז חושך (כ'זאג אויך נישט אז נישט, והכסיל בחושך הולך), אבער צו פארשטיין וואס חסידות וויל, אז מ'קען גוט די מתנגד'ישע מהלך, פארשטייט מען עס בעסער, ופשוט הוא.

כהנה וכהנה הוסיפו עוד אן א שיעור ניקס צו האבן השפעה אויף מיין לעבן, צו איז עס דער אלעמען באליבטער @שמעקעדיג מיט זיין סבלנות און ליבשאפט, @הוגה, @כוכב, פאר זייערע זיסע תגובות, @ונבנתה העיר, פאר זיינע לעכטיגע הסברים, @אלפא פאר זיין צודרייטע קלארקייט אין פארצווייגטע נושאים (און זיין שטיצע אין אישי), @קהל'ס נער און [גאר אסאך ניקס מיט זייערע הומאריסטישע תגובות, @שעפטאל מיט זיין הארציגע אפנקייט, ועוד ועוד אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם.


א באזונדערע דאנק דארף מען שענקען פאר די הנהלה לדורותיהם, וואס בזכותם איז די לעכטיגע ווינקל געשטאנען די אלע יארן, און געווען א מגדל אור - א לייכט טורעם, פאר אן א שיעור אידן. א עקסטערע ייש"כ דארף איך אפגעבן פארן @אנאנים וואס האט געפירט די פלאץ ביד רמה די יארן וואס איך בין דא געווען, זאל דער אייבירשטער זיי באשערן מיט כל טוב וטוב, אלעס וואס זיי דארפן זאל דער באשעפער ממלא זיין לטובה ולברכה, נחת און געזונט פאר די קינדער, עושר ואושר, כבוד ואריכות ימים, און אלעס גוטס.

איין בקשה האב איך נאר פון די הנהלה, ביטע, ביטע, ביטע, וואס מער ס'קען בלייבן אפן צו ליינען פון קאווע שטיבל, זאל מען לאזן האפן, נישט נאר אפאר הונדערט אשכולות וכו', נאר וואס מער. אזוי אויך איבער מאחורי אויסארבעטן א מהלך, מ'זאל נאך קענען באזוכן דארט, און די הונדערטער שעות וואס אידן האבן אריינגעלייגט דארט זאל נישט גיין לטמיון, אפשר זאלן נאר די וואס האבן יעצט צוטריט זאלן קענען אריינגיין, און אפשר זאל מען גאר אויסארבעטן א מהלך מיט 'קרעמל', אז ווער ס'האט דארט א געוויסע צאל תגובות וכדו' זאל באקומען צוטריט צו אונזער רייכע אוצר פון מאחורי, וכדומה. אבער ביטע פארשפארט עס נישט אינגאנצן. זאל ענק דער באשעפער מצליח זיין בכל מעשי ידיכם.

כל טוב טייערע חברים, און צום ווידערזען אין 'קרעמל' בעז"ה.

הכנה דרבה » זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:25 pm

· #569574
Re: לא נתנשי מינך קאווע שטיבל!
כספי #
די גרעסטע השפעה אויף מיר איז געווען @רביה"ק זי"ע/@ברוך שפינוזה
ווער איז דער רביה"ק זי"ע פון וועם דו רעדסט אזוי באגייסטערט? ווען איך קליק אויף דעם טעג קומט ארויף אן ערראר מעסעדזש "המשתמש המבוקש לא נמצא."

כספי » מאנטאג אוגוסט 19, 2024 2:40 am

· #569576
Re: לא נתנשי מינך קאווע שטיבל!