בי וועל, מיין שטיבל
קוים אפאר יאר, געשטאנען קלאר, א ווינקל אין נאטור,
א מקום הייליג, נישט קיין חלק, אין דעם סיסטעם שמייליג.
וואר און אויפריכטיג, נושאים וויכטיג, געלונגען און טיכטיג,
ווייטאג און כעס, הומאר און שפאס, מחשבה ודעת,
עוולות פארשריגן, בלוט געשפיגן, צוזאמען געשטיגן.
שעות געשפאנט, היינט ביי האנט, שפינאזע און קאנט,
טויזנטער שעות, ביקורת המקראות, הבנות נפלאות,
ידיעות און וויסנשאפט, געשריבן מיט זאפט, געשלונגען פארגאפט.
ברכה והצלחה, מיין ק"ש משפחה, השתא דאתית להכי,
ל"ע א פארמאכטן, אבער ס'זאל אייך נישט דאכטן, אז מ'קען אויפהערן טראכטן.
שרייב. טראכט. יאג נאך. בוי. לערן.