☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » צום געזעגענען: הצלחה רבה!

צום געזעגענען: הצלחה רבה!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17175

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:59 pm

· #569434
Re: הצלחה רבה!
א גרויסן יישר כח פאר אלע דיין שווערע ארבייט!

אפשר זאלסטו נעמען די שטיינדעלעך וואס האסט אלס אריינגעכאפט און בוי דיר אויף שוהל הערליך שיין, כלשון פונעם פריערדיגן עירמאונט'ע רב.

[NAMELESS] » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 1:07 pm

· #569435
Re: הצלחה רבה!
א דאנק פאר דער מנהל
כל טוב סלה

פון אונזערע » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 1:32 pm

· #569440
Re: הצלחה רבה!
מנהל פון אלע מיינע מנהלים האט קיינער נישט גערעדט אזא ווייכע שפראך...
שכח פאר די אלע שווערע ארבעט וואס די האסט אריינגעלייט די זכותים בלייבן אפילו די שטיבל באקומט א גרויסע שלאס...

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 1:56 pm

· #569444
Re: הצלחה רבה!
א גרויסן דאנק מנהל פאר אלע שווערע ארבעט.

איך וויל זאגן פאר די רעקארד, אין מיין עקספיריענס האט זיך די מנהל אויפגעפירט זייער ישרות'דיג מיט וואס ער האט געמעקט/געלאזט, און מיט וויאזוי ער איז זיך באגאנגען מיט וואס איך האב מיטגעהאלטן. אינקלודינג די לעצטע יאר.

הצלחה רבה מיט אלעס וואס דו טוסט.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 2:18 pm

· #569447
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
צייט צו געבן דעם פארדינטן הכרת הטוב פאר @אנאנים.

באמת א ריזיגער דאנק פאר די אומערמידליכע כח, צייט, און מחשבה וואס דו האסט אריינגעלייגט די לעצטערע יארן לטובת הכלל, ס'האט זיך שטארק אנגעזען איבעראל אויפ'ן סייט.

הצלחה רבה, ובכל אשר תפנה תצליח!

ובחדא מחתא דארף מען באדאנקען אלע שרייבער און מיטגלידער פון דעם סייט אין די לעצטע פאר יאר, וואס נאר אין זייער זכות איז ק"ש געווען וואס זי איז געווען.

היו לשלום, מיר וועלן זיך אויף שטענדיג בענקען!

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 2:26 pm

· #569448
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
אלעס איז פארשטענדליך, און מ'קען גוט פארשטיין פארוואס און וויאזוי ס'האט זיך דערקייקעלט צו דעם מצב. און אזויווי אנדערע זענען מיר אויך זייער דאנקבאר פאר די וואס האבן זיך אהערגעשטעלט און אוועק געגעבן בלב ובנפש. ס'איז בלי ספק אז קאווע שטיבל האט אויפגעטון און געטוישט צובעסערס בפרט ובכלל.

אבער אין די זעלבע צייט טאָר מען אוודאי אויך נישט פארשווייגן די אומאויפריכטיגקייט פון די מנהל אין די לעצטע יאר צייט פארן נישט זיין אפען און אויפריכטיג מיט די פלענער און ספיקות. ווייל פונקט אזויווי יעדער 'דארף' פארשטיין אז די מנהל האט אזויפיל אריינגעלייגט און אוועקגעגעבן פון זיך שלא כל מיני לקבל פרס. זענען אויך געווען פילע מעמבער'ס וואס האבן אליינס דא משקיע געווען א געוואלד. און פונקט אזויווי עס פארלאנגט זיך פאר די מנהל אזא גרויסע התחייבןת פון הכרת הטוב, האבן יענע ניקס אויך פונקט אזוי די מינימאלע רעכטן פון באקומען הכרת הטוב.

די לעצטע דוגמה איז אפשפארן מאחורי פון איין מינוט אויף די אנדערע אז שריפטשטעלער קענען ניטאמאל קאפירן זייערע אייגענע ווערק. מער ליבערשט וואלט מען אמווייניגסטנס געדארפט געבן א חודש צייט צו קענען פאקן פעק און גיין.

ואתכם הסליחה.

yesiknow » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 3:26 pm

· #569458
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
ווי אזוי קען מען פטור ווערען פין איגוי, איך מיין נישט קיינעם נאר מיך עס מאכט חרוב שטעט לענדער קהילות מדינות שלום בית געזונט ענד די ליסט גויס אן ענ אן אזא נארישע געפיל וואס אי ניטאמאל א מציאות זאל מאכען אזעלכע חורבנות .

צוויי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 4:06 pm

· #569462
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
א דאנק טייערע מנהל פאר אלעס, און יא אפי' איך האב געהאט שאלות די לעצטע תקופה איבער געוויסע הנהגות, האב איך אבער פארשטאנען אז איינער דארף מאכן החלטות און פירן דאס פלאץ, און ניין איך פארשטיי נישט אלעס. יש מנהיג-מנהל לבירה...

איי, איך בין דאך נישט אזא אלטער ניק, וויל איך פארציילן אז איך פלעג דא זיין זייער אפט, נאר געשריבן ווייניג, און מיין ניק איז געגאנגען א גאנג, און מיט די נייע גזירת רבנן אז מ'דארף צוגעבן צום פלאץ, האב איך מיך נאכאמאל איינגעשריבן און געווארן אסאך מער אקטיוו (און די אנדערע פלעצער געווארן אין דעי צייט ווייניגער אקטיוו), ווייל איך האב טאקע פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג און ריכטיג און ס'האט א תועלת.

בעת ווען קאווע שטיבל שטייט פארן יציאת הנשמה, די מינוטן פון גסיסה זאל די שכיב מרע (ווער איז עס?) אונז איבערלאזן א צאווה בכתב או בעל פה, כאטש א צעטיל קטן, אלה הדברים אשר יעשה אותם האדם וחי בהם.

צאתכם לשלום ובואכם לשלום
צאתכם פון 'קאווע שטיבל' - בואכם צום נייעם גילגול 'קרעמל' - ואולי זכינו בואכם לתחיית המתים פון קאווע שטיבל..

ואפי' חרב חדה מונחת על צאוורו של קאווע שטיבל אל תתייאש מן הרחמים.

צוויי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 4:43 pm

· #569465
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
צום געזעגענגען לייג איך ארויף די יעצטיגע סטאטיסטיקס פונעם שטיבל
563820 הודעות בסך הכל • 15953 אשכולות בסך הכל • 1357 באניצער בסך הכל

תרמב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 8:55 pm

· #569490
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
כאטש ווער איך דערמאנט אין די צוואה...

ס'איז א שטארקע כבוד...

שטריימל באקס » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 9:24 pm

· #569493
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
שכח מנהל פארן זיך אזויפיל אוועקגעבן פאר די סייט!

בונה של טוב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 10:12 pm

· #569498
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
צוויי #
צום געזעגענגען לייג איך ארויף די יעצטיגע סטאטיסטיקס פונעם שטיבל
563820 הודעות בסך הכל • 15953 אשכולות בסך הכל • 1357 באניצער בסך הכל
דו קלערסט אז 1357 איז די טאטאל פון אלע 12 יאר? איך גלייב ס׳איז מן הסתם די סך הכל וואס זענען נאך יעצט רעגיסטרירט (נישט אריינגערעכנט אלע אלטע ניקים וואס פלעגן דא שרייבן אין די ערשטע יארן)

וואס האלטסטו?

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך אוגוסט 14, 2024 11:36 am

· #569549
אונזער אלעמען באקאנטער און באליבטע ניק ׳שעפטאל׳ מיט וועם כ׳האב געהאט די זכי׳ זיך צו באקענען אין ריעל לייף ביי א טיי צערעמאני, האט מיר געשריבן דאס פאלגענדע:

* * *

טייערע בתוך עמי פליז לייג ארויף די קומעדיגע שורות אין ק"ש אין דעם מנהל'ס געזעגענונג'ס אשכול אינעם נאמען פון שעפטאל. מיין ניק איז שוין אויסגעשפארט פאר א שטיק צייט אבער כ'וויל זיך באדאנקן.
שכח
--

אל מעלת כבוד המנהל שליט"א
דא שרייבט שעפטי א הארציגע דאנק פאר אלעס וואס דו האסט געטוהן.
טראץ די אומאנגענעמליכקייטן צעווישן אונז איז דאס אוואדע נישט פערזענדליך. און כ'האב באמת הכרת הטוב.

די מנהל איז אויך א מענטש מיט א שטוב און קינדער, איינער מיט געפילן. אריין לייגן אזוי פיהל כוחות אין א סייט איז ווייט פון גרינג.

וואס איך האב אלץ קונה געווען אין דעם מקום וועלך מיטנעמען פאר אייביג.

ווען כ'האב אנגעהויבן שרייבן אין ק"ש בינעך געווען אין זייער א שווערע פאזע אין מיין לעבן. מיט די אומגעהויערע טראומא וואס כ'בין אריבער אין מיין לעבן איז ק"ש געווען די איינציגסטע פלאץ ווי כ'האב גערעדט אפן און געוועזן "זיך".

ב"ה מיט די הילף פון די עלטערע חברים וואס כ'האב דא געטראפן בינעך געשטעלט געווארן אויפן פוס מער און מער, ביז כ'האב ב"ה לעצטענס אריין אין די קומעדיגע פאזע אין מיין לעבן.

כ'גיי זיך בענקן נאך דיר! דיין שרייבן איז עפעס אויסטערליש! דיין הומער! איי! ס'געווען גוטע צייטן!

איינוועגס וויל איך דערציילן אן אפיזאד מעניינא דיומא לעצטע יאר אין די צייטן וואס כ'בין געווען "ציווישן וועלטן" האבעך געווערטלט אויף תשעה באב אז איך פאסט נישט.
כ'האב שפעטער נאכגעהערט אז געוויסע האבן געהאלטן אז די מנהל דארף אריין קומען זאגן, און סטראשענען. אבער די מנהל האט גענטפערט ס'דארף קומען נאטירלעך פון די שרייבער'ס.

כ'בין דיך דאנקבאר פארן שוינען אויף מיין כבוד, ס'איז דאן געווען זייער א האקעלע צייט פאר מיך.

כ'זעה נישט ווי מיין לעבן וואלט זיך אנגעהויבן רירן אהן ק"ש.
האסט מקיים געווען אן עולם מלא! אלע מיינע קומעדיגע דורות זענען אויף דיין זכות קאנטע פארן האלטן דעם פלאץ!

די אייבישטער זאל אנפיהלן דיין משאלות לבך לטובה. זאלסט זיין געבענטשט בכל מילי דמיטב.
עושר ואושר, כבוד ונחת!

שעפטי

[NAMELESS] » מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:37 pm

· #569550
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
ווילן מיר אויסדרוקן א הארציגן ייש"כ פאר די חשובע הנהלה.

פלעג מיר זייער הנאה האבן צו ליינען. קען זיין איך וואלט געדארפט מער שרייבן צו זיין אקטיוו, אבער אן אקטיווע ליינער בין איך געווען.

האפנטליך איז נאך דא א וועג צוריק צו באנייען דעם סייט.

בכל אופן וואונטשן מיר ברכה והצלחה וכט"ס

ביבער » מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:20 pm

· #569554
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
איך ליין און מיינע בענדער זונגען זיך אונטער, כי עם קשה עורף הוא, וסלחת...

בונה של טוב » מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:59 pm

· #569555
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
אונזער אלעמען באקאנטער און באליבטע ניק ׳שעפטאל׳ מיט וועם כ׳האב געהאט די זכי׳ זיך צו באקענען אין ריעל לייף ביי א טיי צערעמאני, האט מיר געשריבן דאס פאלגענדע:

* * *

טייערע בתוך עמי פליז לייג ארויף די קומעדיגע שורות אין ק"ש אין דעם מנהל'ס געזעגענונג'ס אשכול אינעם נאמען פון שעפטאל. מיין ניק איז שוין אויסגעשפארט פאר א שטיק צייט אבער כ'וויל זיך באדאנקן.
שכח
--

אל מעלת כבוד המנהל שליט"א
דא שרייבט שעפטי א הארציגע דאנק פאר אלעס וואס דו האסט געטוהן.
טראץ די אומאנגענעמליכקייטן צעווישן אונז איז דאס אוואדע נישט פערזענדליך. און כ'האב באמת הכרת הטוב.

די מנהל איז אויך א מענטש מיט א שטוב און קינדער, איינער מיט געפילן. אריין לייגן אזוי פיהל כוחות אין א סייט איז ווייט פון גרינג.

וואס איך האב אלץ קונה געווען אין דעם מקום וועלך מיטנעמען פאר אייביג.

ווען כ'האב אנגעהויבן שרייבן אין ק"ש בינעך געווען אין זייער א שווערע פאזע אין מיין לעבן. מיט די אומגעהויערע טראומא וואס כ'בין אריבער אין מיין לעבן איז ק"ש געווען די איינציגסטע פלאץ ווי כ'האב גערעדט אפן און געוועזן "זיך".

ב"ה מיט די הילף פון די עלטערע חברים וואס כ'האב דא געטראפן בינעך געשטעלט געווארן אויפן פוס מער און מער, ביז כ'האב ב"ה לעצטענס אריין אין די קומעדיגע פאזע אין מיין לעבן.

כ'גיי זיך בענקן נאך דיר! דיין שרייבן איז עפעס אויסטערליש! דיין הומער! איי! ס'געווען גוטע צייטן!

איינוועגס וויל איך דערציילן אן אפיזאד מעניינא דיומא לעצטע יאר אין די צייטן וואס כ'בין געווען "ציווישן וועלטן" האבעך געווערטלט אויף תשעה באב אז איך פאסט נישט.
כ'האב שפעטער נאכגעהערט אז געוויסע האבן געהאלטן אז די מנהל דארף אריין קומען זאגן, און סטראשענען. אבער די מנהל האט גענטפערט ס'דארף קומען נאטירלעך פון די שרייבער'ס.

כ'בין דיך דאנקבאר פארן שוינען אויף מיין כבוד, ס'איז דאן געווען זייער א האקעלע צייט פאר מיך.

כ'זעה נישט ווי מיין לעבן וואלט זיך אנגעהויבן רירן אהן ק"ש.
האסט מקיים געווען אן עולם מלא! אלע מיינע קומעדיגע דורות זענען אויף דיין זכות קאנטע פארן האלטן דעם פלאץ!

די אייבישטער זאל אנפיהלן דיין משאלות לבך לטובה. זאלסט זיין געבענטשט בכל מילי דמיטב.
עושר ואושר, כבוד ונחת!

שעפטי
הערליכע רירנדע ווערטער
די 12 יאר פון אומערמידליכע ארבעט פון אלע בעלי אחראי האט א געוואלד אויפגעטון פאר׳ן כלל און די זכות זאל טאקע ביישטיין פאר׳ן מנהל און אלע וואס האבן זיך אוועקגעגעבן פאר דעם וואונדערליכן פארום

דיכטער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 1:56 pm

· #569561
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
קוים וואס איך בין געקומען, קוים אפגעשריבן אפאר ווערטער, קוים זיך באקענט מיט א וועלט פון ענדלאזע רייכטום. שוין מוז איך פארלאזן, שוין מוז איך זיך געזעגענען, שוין מוז איך גיין.
חבל על דאבדין ולא משתכחין...
איך וויל דא נעמען דעם לעצטן געלעגענהייט, אפצוגעבן מיין טיפסטע דאנק פאר אלע וועלכע בלויז אין זייערע זכות האב איך אזוי פול איינגעקויפט און איינגעהאנדלט.
יישר כחכם!

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 18, 2024 12:48 am

· #569570
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
ישר כח מנהל טייערע.
איך האב געוואלט לייקן דיין הודעה אבער איך קען נישט, איך קען נישט לייקן אויפן שפארונג פון מיין שטיבעלע.
איך בין טאקע נישט קיין גרויסע שרייבער אבער איך האב אסאך קונה געווען דא, און עס אַרט מיך דאס צומאכן, איך האף אז איינער וועט מסכים זיין צו עס איבערנעמען מיט פרישע כוחות.

נחום הסופר » זונטאג אוגוסט 18, 2024 8:15 pm

· #569573
Re: צום געזעגענען: הצלחה רבה!
דיכטער #
קוים וואס איך בין געקומען, קוים אפגעשריבן אפאר ווערטער, קוים זיך באקענט מיט א וועלט פון ענדלאזע רייכטום. שוין מוז איך פארלאזן, שוין מוז איך זיך געזעגענען, שוין מוז איך גיין.
חבל על דאבדין ולא משתכחין...
איך וויל דא נעמען דעם לעצטן געלעגענהייט, אפצוגעבן מיין טיפסטע דאנק פאר אלע וועלכע בלויז אין זייערע זכות האב איך אזוי פול איינגעקויפט און איינגעהאנדלט.
יישר כחכם!
איך שפיר די זעלבע... מצטרף לדבריך...