☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » צוטריט צו קרעמל

צוטריט צו קרעמל

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17172

בשמחה » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 11:36 pm

· #569375
צוטריט צו קרעמל
קרעמל שרייבט אז זיי זענען נאכנישט אפן פארן פובליק...

וויאזוי באקומט מען צוטריט?

בשמחה » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 11:58 pm

· #569383
Re: צוטריט צו קרעמל
שטייט דארט אז מ'דארף ווערן איינגעלאדענט, ווי סיינט מען זיך אויף צובאקומען א חתונה בריוול?

הכנה דרבה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:05 am

· #569388
Re: צוטריט צו קרעמל
מ'קען זיך איינשרייבן זיי וועלן איווענטועיל אננעמן

בשמחה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:07 am

· #569390
Re: צוטריט צו קרעמל
הכנה דרבה #
מ'קען זיך איינשרייבן זיי וועלן איווענטועיל אננעמן
שוין פראבירט א שיינע פאר וואכן צוריק און מ'ווארט נאך...

בשמחה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:08 am

· #569391
Re: צוטריט צו קרעמל
הכנה דרבה #
מ'קען זיך איינשרייבן זיי וועלן איווענטועיל אננעמן
די האסט שוין צוטריט?

הכנה דרבה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:11 am

· #569393
Re: צוטריט צו קרעמל
זיי גייען אננעמן ביז אפאר חדשים

יא כ'בין אינערווענדיג

(ס'איז בכלל נישט ווי ק"ש וואס איז אן אבידה שאין תמורתו אבער ס'איז פארט א גרופע פון אסאך שטארקע פון דא וואס פירן עס צוזאמען)

שפילער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:39 am

· #569398
Re: צוטריט צו קרעמל
הכנה דרבה #
זיי גייען אננעמן ביז אפאר חדשים

יא כ'בין אינערווענדיג

(ס'איז בכלל נישט ווי ק"ש וואס איז אן אבידה שאין תמורתו אבער ס'איז פארט א גרופע פון אסאך שטארקע פון דא וואס פירן עס צוזאמען)
וואס איז דיין ניק? איך האב לעצטענס געטראכט איך האף אז דו קימסט מיט...

לעפטאפ » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 11:16 am

· #569425
Re: צוטריט צו קרעמל
הכנה דרבה #
מ'קען זיך איינשרייבן זיי וועלן איווענטועיל אננעמן
אפשר לאט איר וויסן די פרטים ווי מ'קען זיך איינשרייבן

הכנה דרבה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 11:46 am

· #569429
Re: צוטריט צו קרעמל

[NAMELESS] » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 2:37 pm

· #569450
Re: צוטריט צו קרעמל
הכנה דרבה #
זיי גייען אננעמן ביז אפאר חדשים

יא כ'בין אינערווענדיג

(ס'איז בכלל נישט ווי ק"ש וואס איז אן אבידה שאין תמורתו אבער ס'איז פארט א גרופע פון אסאך שטארקע פון דא וואס פירן עס צוזאמען)
וואס פשט פון די ''אפאר חדשים'' ?? איך בין נאך יונג צו געדענקן ווען זיי האבן פארפירט דא אז מען לאזט נישט געסט ליינען...

@דער גאלדענע אדלער

צוקוועטשטע איילבירטן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 2:49 pm

· #569453
Re: צוטריט צו קרעמל
מיר זענען נאך נישט גרייט צו עפענען פארן ציבור אויפן מאמענט און מיר באשטעטיגן דערווייל צושטייטליך די רעגיסטראציעס.

קאווע שטיבל ניקים מיט תוכנ׳דיגע תגובות וועלן שנעלער באשטעטיגט ווערן, ביטע שיקט אונז אן אישי דא אין קאווע שטיבל מיט אייער ניק וואס איר האט גענוצט זיך איינצושרייבן אין קרעמל און מיר וועלן תיכף באשטעטיגן אויב איר האט אן היסטאריע פון תוכנ׳דיגע תגובות דא אויף קאווע שטיבל.

אלע אנדערע רעגיסטראציעס וועלן באשטעטיגט ווערן ציביסלעך לויט די סדר פון זיך איינשרייבן.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 3:39 pm

· #569459
Re: צוטריט צו קרעמל
וואס איז קרעמל'ס פאליסי לגבי צענזוראציע?

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 5:26 pm

· #569467
Re: צוטריט צו קרעמל
סוף טוב הכל טוב #
וואס איז קרעמל'ס פאליסי לגבי צענזוראציע?
וואס ווייניגער.

yesiknow » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 7:19 pm

· #569480
Re: צוטריט צו קרעמל
קורקלענד #
סוף טוב הכל טוב #
וואס איז קרעמל'ס פאליסי לגבי צענזוראציע?
וואס ווייניגער.
דברים נגד הבורא והתורה יקבלו שם?

Nanach » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 10:02 pm

· #569497
Re: צוטריט צו קרעמל
yesiknow #
קורקלענד #
סוף טוב הכל טוב #
וואס איז קרעמל'ס פאליסי לגבי צענזוראציע?
וואס ווייניגער.
דברים נגד הבורא והתורה יקבלו שם?
עס גייט זיין א סיסטעם פון טריגערס אויף זאכן וואס קען זיין קאנטערוווירסיאל.
און אויב מען האט נישט געלייגט א טריגער, קען עס די מנהל צולייגן.
דאס איז איינער פון די סיבות עס איז נאכנישט אפען פאר די פובליק, מען האלט נאך אינמיטן ארבעטן אויף די פיוטשרס.

החוקר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 10:30 pm

· #569500
Re: צוטריט צו קרעמל
הכנה דרבה #
...אבער ס'איז פארט א גרופע פון אסאך שטארקע פון דא וואס פירן עס צוזאמען)
מען מעג וויסן וועלכע ניקים פון דא זענען דארטן די פירערס? אישי איז אויך גוט.

איך פרעג נישט סתם אלס נייגער, נאר צו באקומען אביסל אן השגה פון וואס איך קען ערווארטן.

איך וואלט סתם אזוי זיך מסתמא נישט איינגעשריבן ווען נישט אז אונזער שטיבל שליסט זיך אדער אפשר מיט די יארן אז עס וואלט געווארן אן אוועקגעשטעלטן פלאץ. אבער יעצט דארף מען טרעפן א נייעם מקום תורה.

גליקלעך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 10:36 pm

· #569501
Re: צוטריט צו קרעמל
Nanach #
yesiknow #
קורקלענד #
סוף טוב הכל טוב #
וואס איז קרעמל'ס פאליסי לגבי צענזוראציע?
וואס ווייניגער.
דברים נגד הבורא והתורה יקבלו שם?
עס גייט זיין א סיסטעם פון טריגערס אויף זאכן וואס קען זיין קאנטערוווירסיאל.
און אויב מען האט נישט געלייגט א טריגער, קען עס די מנהל צולייגן.
דאס איז איינער פון די סיבות עס איז נאכנישט אפען פאר די פובליק, מען האלט נאך אינמיטן ארבעטן אויף די פיוטשרס.

איז עס נישט קיין ריפלעיסמענט פון קאווע שטיבל, עס איז מער נענטער צו פאליש ווי קאווע שטיבל אויב מעג מען שרייבן כפירה, אפי’ אויב עס האט א ”טריגער”.

וואס גאלדענע אדלער און זיין שטאב האט דא אנגעמאכט! עס איז אומגלויבליך, מען גייט זיך געזעגענען פון קאווע שטיבל פאר אייביג.

און דערצו נאך אן א ריפלעיסמענט.

yesiknow » זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:19 am

· #569508
Re: צוטריט צו קרעמל
קרעמעל איז "נישט" קיין ריפלעיסמענט .
איינער וואס איז יונג אין נישט ערפארען קען פארשלעפט ווערען אין שרעקליכע צומושעניש דארטען אין זיך נאך איינרעדען אז ער האט געכאפט די זאך .
עס איז קלאר אז די שטיבעל קען אין וועט אם ירצה השם בלייבען אפען מען דארף נאר צוגעבען א האנט פאר די חשובע מנהל והכל על מקומו יבוא בשלום.
רבי נחמן אומר שהניצחון שונא את האמת בואי ונחזיק יחד לחזק את המקום הזה לא נצטרך לשתות מים ממקומות זרים אשר לאו כל מוחא סביל .

יש אנשים שמטרתם לבלבל את אנשים בגלל שהם מבולבלים בעצמם .