☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מתיר א(י)סורים - תעניתים

מתיר א(י)סורים - תעניתים

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17156
בלאט: 1 2

בונה של טוב » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 8:14 am

· #569229
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
דו רעדסט כאילו אז יעדער איינער האט די זעלבע כח ווי דיר און ווי יעדן׳ס געזונט צושטאנד וואלט געווען אייניג

ס׳דא מענטשן וואס זענען אומ׳אחריות׳דיג און טוען אינטערמיטענט פאסטן אָן צו מאכן זיכער פריער מיט א דאקטער צו זייער קערפער קען עס פארנעמען - אדער יצא שכרו בהפסדו

ווער רעדט נאך ווען מ׳טרינקט נישט קיין וואסער!
רוב פון די וואס עסן נישט צוליב אינטערמיטענט פאסטן- מאכן אבער זיכער צו טרינקען וואסער אדער אפילו מינערל וואסער - צו ריפּלענישן דעם קערפער

ווען מ׳טרינקט גארנישט - בפרט אין די היץ פון זומער - קען עס גורם זיין חלילה ערנסטע געזונט פראבלעמען (דאס איז נישט מיין חידוש, פרעג יעדע ערנסטע דאקטער און ער וועט מודה זיין די ריסק, עספּעשעלי ווען מ׳רעדט פון א מאמע פון קינדער, אדער איינער וואס האט challenges פון מענטל העלט, און אוודאי ווען איינער האט סיי וועלכע שוואכע געזונט צושטאנד - פאר אלע פון זיי איז גאר א מצוה - נישט צו פאסטן!

צוקוועטשטע איילבירטן » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 12:40 pm

· #569290
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
רעדענדיג פון אינטערמיטנד פעסטינג האב איך געליינט א שטודיע וועלכעס איז דורך געפירט געווארן דורך די באקאנטע אמעריקן הארט אסאסיעשן וואס גיבט גאר שטארקע נעגאטיווע אוטקאם.

https://newsroom.heart.org/news/8-hour-time-restricted-eating-linked-to-a-91-higher-risk-of-cardiovascular-death
בלאט: 1 2