☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס קומט פאר אין ישראל?

וואס קומט פאר אין ישראל?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17133

אנטוישטער יונגערמאן » זונטאג יוני 30, 2024 10:30 pm

· #566884
וואס קומט פאר אין ישראל?
מילא ווען די דאקומענטערי איזראעליזם isrealismfilm.com איז ארויסגעקומען, און געוועזענע ציונים דערציילן דארט וויאזוי זיי האבן זיך געטוישט, אקעי, מ'האט שוין געהערט אזעלכע זאכן.

מילא די איזראעלישע ארגאניזאציע BreakingtheSilence.org.il, וואו הונדערטער געוועזענע חיילים רעדן קעגן די באהאנדלונג פון פאלעסטינער
(א דוגמא דא, פון צוויי חדשים צוריק):




מילא ווען אפאר חברה מאכן א פאדקעסט מיט שטילע פראטעסטן אין ישראל קען מען נאך פארשטיין




אדער אפילו ווען היימישע אין ישראל קומען זיך צוזאם מיט התנגדות צו וואס קומט פאר:




אבער דעיס איז שוין נעקסט לעוועל! וואס איז פשט? ס׳געווארן יעצט מעינסטרים צו זיין אנטי-ציונים?
(געטראפן אויף אינסטעגראם אין מיין פיד)
https://www.instagram.com/p/C824fpLgymv/?utm_source=ig_web_copy_link
📎 493E04D0-AD73-4932-A886-C940BDCE08AC.jpeg

בר גיורא » מאנטאג יולי 1, 2024 7:03 am

· #566891
Re: וואס קומט פאר אין ישראל?
וואס דעשרעקט דיך דא?
אז אפאר חרדים וויינען אז זיי גייען מער נישט באקומען זייער כולל געלט?

פוילישע פעפער » מאנטאג יולי 1, 2024 8:56 am

· #566895
Re: וואס קומט פאר אין ישראל?
זארג זיך נישט,
די עקסטרעמיסטן זענען אלעמאל געוועהן און גייען אלעמאל זיין קעגן די מדינה.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 1, 2024 9:05 am

· #566897
Re: וואס קומט פאר אין מדינת ישראל?
כ'האב נייעס פאר ענק, עס האלט שוין נישט ביי אפאר חרדים אדער עקסטרעמיסטן. מען רעדט דא פון כמעט אלע ערליכע שיכטן און קרייזן. סיי חסידישע (נכלל בעלזא, וויזניץ, וכדו') און סיי ליטווישע. עס איז א מעידזשאר מאוומענט נאך די לעצטיגע פסק פון בג"ץ, א מאוומענט וואס וועט בפשטות ברענגען אסאך קאפ-וויי פאר די מדינה.

בר גיורא » מאנטאג יולי 1, 2024 9:12 am

· #566899
Re: וואס קומט פאר אין מדינת ישראל?
שמעקעדיג #
כ'האב נייעס פאר ענק, עס האלט שוין נישט ביי אפאר חרדים אדער עקסטרעמיסטן. מען רעדט דא פון כמעט אלע ערליכע שיכטן און קרייזן. סיי חסידישע (נכלל בעלזא, וויזניץ, וכדו') און סיי ליטווישע. עס איז א מעידזשאר מאוומענט נאך די לעצטיגע פסק פון בג"ץ, א מאוומענט וואס וועט בפשטות ברענגען אסאך קאפ-וויי פאר די מדינה.
נכון.
אבער די פראבלעם איז נישט גיוס.. (ווען דאס איז באמת די פראבלעם, וואלטען די חרדים שוין לאאאנג דורכגעפירט א חוק הגיוס און בגץ וואלט זיך נישט געדארפט אריינמישען).
די עכטע פראבלעם איז אז זיי גייען פארלירען א חלק פון די מתנת חינם די מדינה געט זיי פאר די לעצטע 40 יאר .
(זיי ביטע מעיין אין די פסק פון בגץ)

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 1, 2024 11:34 am

· #566905
Re: וואס קומט פאר אין מדינת ישראל?
שמעקעדיג #
כ'האב נייעס פאר ענק, עס האלט שוין נישט ביי אפאר חרדים אדער עקסטרעמיסטן. מען רעדט דא פון כמעט אלע ערליכע שיכטן און קרייזן. סיי חסידישע (נכלל בעלזא, וויזניץ, וכדו') און סיי ליטווישע. עס איז א מעידזשאר מאוומענט נאך די לעצטיגע פסק פון בג"ץ, א מאוומענט וואס וועט בפשטות ברענגען אסאך קאפ-וויי פאר די מדינה.
wishful thinking
זיי נישט ברוגז...


דיסקלעימיר: איך האלט נישט בכלליות פון די מאדנע צוגאנג פון חרדים אין א''י, און איך האלט נישט אז דאס וואס די גרויסע קאמפעניס פארקויפן אז די עולם האלט איז עס טאקע אזוי, כ'האלט נאר נישט אז אזא מאוומענט וועט ברענגען עני קאפוויי פאר שמג''ץ, און אויך איז נישט קיין מעיזשער מאוומענט אויב בכלל. סה''כ א ווילדע איזרעילי חרדי'שע קוועטש.

שאלתיאל » מאנטאג יולי 1, 2024 1:27 pm

· #566919
Re: וואס קומט פאר אין ישראל?
נעקסט לעוועל? ס'איז דאס ערשטע מאל דו זעסט א הפגנה פון חרדים קעגן גיוס אדער ווערסט געוואור אז חרדים זענען אנטי ציונים?

בונה של טוב » פרייטאג יולי 5, 2024 8:26 pm

· #567409
Re: וואס קומט פאר אין ישראל?
איז עס טאקע common אז זיי מאכן אזעלכע ריזיגע פּראטעסטן ווי אלע קרייזן פאראייניגן זיך און זאגן: מיר ווילן ענדערש שטארבן ווי אידן ווי איידער צו לעבן אלס ציונים?

בר גיורא » מוצ"ש יולי 6, 2024 2:55 pm

· #567410
Re: וואס קומט פאר אין ישראל?
אלע קרייזען מיינסטו עדה חרדית "מיט" בריסק??