☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » המשכה אין קאסוב

המשכה אין קאסוב

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17132
בלאט: 1 2

פוילישע פעפער » זונטאג יולי 7, 2024 4:12 pm

· #567468
Re: המשכה אין קאסוב
מכתב תנחומין פון ראש ישיבת פני מנחם ר' דניאל אלתר שליט"א
📎 IMG-20240704-WA0065.jpg

מר. קלונימוס » זונטאג יולי 7, 2024 4:34 pm

· #567470
Re: המשכה אין קאסוב
נאוואמינסקער #
IMG-20240707-WA0069.jpg
ווער דא איז מהר'יש?

בן ישי » זונטאג יולי 7, 2024 4:41 pm

· #567472
Re: המשכה אין קאסוב
די עלטסטע זוהן ר' יעקב שמשון.

לויט ווי איך האב פארשטאנען האט ער נישט אנגענומען די רביסטעווע, ס'האט זיך געטוישט?

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 4:49 pm

· #567474
Re: המשכה אין קאסוב
בן ישי #
די עלטסטע זוהן ר' יעקב שמשון.

לויט ווי איך האב פארשטאנען האט ער נישט אנגענומען די רביסטעווע, ס'האט זיך געטוישט?
זעהט אויס רביוויסטיווע יא אבער די הנהגה אין ב"פ נישט והמב"י

נישנאש » זונטאג יולי 7, 2024 4:51 pm

· #567475
Re: המשכה אין קאסוב
בן ישי #
די עלטסטע זוהן ר' יעקב שמשון.

לויט ווי איך האב פארשטאנען האט ער נישט אנגענומען די רביסטעווע, ס'האט זיך געטוישט?
ער האט איבערגעגעבן די צענטראלע הנהגה פארן ברודער, אבער נישט געווארן אויס רבי וועגן דעם
בכלל אין וויזניץ-קאסוב זענען אלע זון געווארן רבי'ס

מהיכי תיתי » זונטאג יולי 7, 2024 4:57 pm

· #567476
Re: המשכה אין קאסוב
במקום שאין איש, ובפרט אז די שמועס דערוועגן אויף לי-עוועניו-פאטא פארום איז געווארן פארשפארט, אפרוש שיחתי.

דער עלטסטער זוהן, וואס איז היינט אדורך א שינוי השם ל'האדמו"ר מוהרי"ש', איז אן איידעלער ביזנעסמאן וואס וואוינט אין אוק ענד וויין. ער איז אן איידעם ביים ראצפערטער רב פון בארא פארק מלפנים וויליאמסבורג.

נתגלגלו העתים און ער האט זיך געצויגן קיין לעיקוואד, ונתגלגלו הגלגלים אין לעיקוואד אז ער האט קובע געווען משכנו תרתי משמע ביים אפטא רב אין לעיקוואד.

ער איז נישט אינטערעסירט צו זיין א רבי, און ס'קומט נישט פון עניוות. עד כאן. הגם ער איז גאר א געשמאקע און בעטעמ'טע מענטש (ראה: די שמועסן ביי ניחום אבלים)

דא עקא, געוויסע בוחשים בקדירה אין קאסוב ווילן אנדערש. ובראשם שטייט חיים סאבעל וואס איז גאר נאנט צו מוהרי"ש. (פאר די וואס דארפן א בילד פון איהם, ער האלט די מייק פאר מוהרי"ש בשעת'ן הספד)

ממילא שטופן זיי צו ער זאל יא פירן א שטיקל הנהגה "אהן" מקבל זיין די פולע המשכה אין קאסוב.

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 5:01 pm

· #567477
Re: המשכה אין קאסוב
מהיכי תיתי #
במקום שאין איש, ובפרט אז די שמועס דערוועגן אויף לי-עוועניו-פאטא פארום מה זה ? איז געווארן פארשפארט, אפרוש שיחתי.

דער עלטסטער זוהן, וואס איז היינט אדורך א שינוי השם ל'האדמו"ר מוהרי"ש', איז אן איידעלער ביזנעסמאן וואס וואוינט אין אוק ענד וויין. ער איז אן איידעם ביים ראצפערטער רב פון בארא פארק מלפנים וויליאמסבורג.

נתגלגלו העתים און ער האט זיך געצויגן קיין לעיקוואד, ונתגלגלו הגלגלים אין לעיקוואד אז ער האט קובע געווען משכנו תרתי משמע ביים אפטא רב אין לעיקוואד.

ער איז נישט אינטערעסירט צו זיין א רבי, און ס'קומט נישט פון עניוות. עד כאן. הגם ער איז גאר א געשמאקע און בעטעמ'טע מענטש (ראה: די שמועסן ביי ניחום אבלים)

דא עקא, געוויסע בוחשים בקדירה אין קאסוב ווילן אנדערש. ובראשם שטייט חיים סאבעל וואס איז גאר נאנט צו מוהרי"ש. (פאר די וואס דארפן א בילד פון איהם, ער האלט די מייק פאר מוהרי"ש בשעת'ן הספד)

ממילא שטופן זיי צו ער זאל יא פירן א שטיקל הנהגה "אהן" מקבל זיין די פולע המשכה אין קאסוב.
זייער פיין אין וואויל, נישטא קיין חידושים, אבער וואס פעלט אויס די קאלפיק און די סאמעט שוין מוצאי שבעה? מילא אויב איז ער געהעריג מ"מ קען מען זאגען מי יעמוד בסוד קדושים - איי די טאטע איז נישט געגאנגען אזוי רוב ימיו? ע"ז נאמר גדול כח הבן..., אבער אויב איז ער נאר נאך א רבי'לע בתורת שיינע איד, וואס פעלט אויס צו טוען זאכען וואס איז שווער נאכדעם צו אויפגעבען ?

מר. קלונימוס » זונטאג יולי 7, 2024 5:02 pm

· #567478
Re: המשכה אין קאסוב
ווער איז מהר'יש און ווער איז דיר צוויייטער אין דעם בילד וואס מ'האט דא געלייגט פריער?

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 5:09 pm

· #567479
Re: המשכה אין קאסוב
@מהיכי

די וועג וויאזוי די לייגסט עס אראפ דא איז ווי כאילו ער האט זיך אויסגעוועלט די fun parts פון זיין א רבי ווען ער איז אין די גיסטע, און די שווערע ארבייט פון הנהגת הכלל מיט אלעס וואס קומט דערמיט האט ער 'מכבד געווען' די אינערע ברודער.

שווער צו גלייבען, איך קען איהם גוט [עכ"פ פון אמאל], און ער איז זייער א פיינער און איידעלער אינגערמאן.

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 5:11 pm

· #567480
Re: המשכה אין קאסוב
מר. קלונימוס #
ווער איז מהר'יש און ווער איז דיר צוויייטער אין דעם בילד וואס מ'האט דא געלייגט פריער?
עס איז געווען 2 בילדער איינס פון די ר"ח טיש און איינס פון די לוויה, די צווייטער ביי די לוויה איז די צווייטע זון - די רבי, די אנדערע איז דאך די זעלבע פון די טיש - אדמו"ר מהרי"ש so whats your question ?

מהיכי תיתי » זונטאג יולי 7, 2024 5:19 pm

· #567481
Re: המשכה אין קאסוב
מר. קלונימוס #
ווער איז מהר'יש און ווער איז דיר צוויייטער אין דעם בילד וואס מ'האט דא געלייגט פריער?
מיט די לאנגע פיאות איז מוהרי"ש.

מהיכי תיתי » זונטאג יולי 7, 2024 5:21 pm

· #567482
Re: המשכה אין קאסוב
היימלינד #
@מהיכי

די וועג וויאזוי די לייגסט עס אראפ דא איז ווי כאילו ער האט זיך אויסגעוועלט די fun parts פון זיין א רבי ווען ער איז אין די גיסטע, און די שווערע ארבייט פון הנהגת הכלל מיט אלעס וואס קומט דערמיט האט ער 'מכבד געווען' די אינערע ברודער.

שווער צו גלייבען, איך קען איהם גוט [עכ"פ פון אמאל], און ער איז זייער א פיינער און איידעלער אינגערמאן.
ער האט שוין געהאט א מערסעידיס ווען דו האסט איהם געקענט?

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 5:22 pm

· #567483
Re: המשכה אין קאסוב
מהיכי תיתי #
ער האט שוין געהאט א מערסעידיס ווען דו האסט איהם געקענט?

מה ענין שמיטה להר סיני
וואס האט דאס מיט וואס איך האב געשריבן?

מהיכי תיתי » זונטאג יולי 7, 2024 5:29 pm

· #567484
Re: המשכה אין קאסוב
שרייבסט אז דו קענסט איהם פון אמאל. פון ווען רעדסטו?

אזויווי כ'האב מרמז געווען אויבן נתגלגלו הגלגלים כמה פעמים.

הכנה דרבה » זונטאג יולי 7, 2024 6:47 pm

· #567494
Re: המשכה אין קאסוב
נישנאש #
בכלל אין וויזניץ-קאסוב זענען אלע זון געווארן רבי'ס
אבי פארדרייט א דאשיק, זיין פעטער ר' חיים האגער איז נישט געווארן גארנישט נאך זיין טאטע איז אוועק, נאר הערשט מיט אפאר יאר שפעטער ווען די אלטע שוהל איז געווארן צו קליין און געוויסע מענטשן האבן עס געוואלט האלטן אפן האט מען איהם געשטעלט דארט אלץ רב פאר זיי.

נישנאש » זונטאג יולי 7, 2024 7:20 pm

· #567497
Re: המשכה אין קאסוב
מיט וואס פונקטליך פארדרייט א דאשיק???
ביזט מחולק מיט מיר מיט די טרוקענע פאקט אז אין אלע דורות זענען אין וויזניץ אלע זון געווארן רבי'ס?
יא אוודאי זענען געווען קינדער וואס האבן נישט געוואלט נעמען קיין רביסטעווע און רבי חיים איינע פון זיי ברוב ענוותנותו, אבער דאס טוישט נישט די מציאות

נאוואמינסקער » זונטאג יולי 7, 2024 7:31 pm

· #567499
Re: המשכה אין קאסוב
קאסוב איז אנדערש. דער רבי איז געווען אייגנארטיג אין אסאך זאכן. והא ראי' עס זענען געווען הספדים ביי די לוי' שלא כדרך וויזניץ.

נישנאש » זונטאג יולי 7, 2024 7:40 pm

· #567500
Re: המשכה אין קאסוב
מסכים, ואשר על כן?
למעשה איז עס א וויזניצער דינאסטיע ווי אלע קינדער ווערן רבי, דעריבער באדערט עס קיינער נישט אינערהאלב די חסידות.

Chasidishmashpia » זונטאג יולי 7, 2024 7:43 pm

· #567501
Re: המשכה אין קאסוב
Chasidishmashpia #
עמרם #
ביים סדיגורא לויה האט מען אויך געזעהן בילדער ווי אלע ברודער האלטן זיך די הענט....
איך האב מורא אז די עלטערער וועט נאך חרטה האבן
איך האב נישט געוויסט אז מיין נבואה וועט אזוי שנעל מקויים ווערן....

נישנאש » זונטאג יולי 7, 2024 7:50 pm

· #567502
Re: המשכה אין קאסוב
Chasidishmashpia #
איך האב נישט געוויסט אז מיין נבואה וועט אזוי שנעל מקויים ווערן....

פונקטליך מיט וואס און וויאזוי?

ער האט איבערגעגעבן פארן ברודער די הנהגה. פינטל.
קיין שום מחלוקת.
היינט דוקא געפירט אנדערע צייטן טיש.
א שאד סתם מישן א קאשע און פראבירן אנדרייען מחלוקת'ן ווען ס'איז גארנישט דא.

הכנה דרבה » זונטאג יולי 7, 2024 9:15 pm

· #567513
Re: המשכה אין קאסוב
נישנאש #
מיט וואס פונקטליך פארדרייט א דאשיק???
ביזט מחולק מיט מיר מיט די טרוקענע פאקט אז אין אלע דורות זענען אין וויזניץ אלע זון געווארן רבי'ס?
יא אוודאי זענען געווען קינדער וואס האבן נישט געוואלט נעמען קיין רביסטעווע און רבי חיים איינע פון זיי ברוב ענוותנותו, אבער דאס טוישט נישט די מציאות
גארנישט קיין רוב ענוותנותו, ס'פשוט נישט געוועהן כדי חלוקה, די טאטע'ס שוהל איז סך הכל געוועהן א פיצי דיינינג רום מיט נאך א קלענערע קאך, איך מיין אז ס'וואלט נישט געוועהן קיין גוזמא צו זאגן אז ס'געוועהן די קלענסטע שוהל אין בארא פארק (וואס דו זעהסט היינט איז שוין נאכ'ן פארברייטערן).

נישנאש » זונטאג יולי 7, 2024 9:30 pm

· #567514
Re: המשכה אין קאסוב
הכנה דרבה #

וועגן דעם איז ער געווען יעדן טיש ביים ברודער?
וועגן דעם קען ער זיך נישט רופן א רבי?
וועגן דעם וואלט ער נישט געקענט גיין צו א גרעסערע לאקאל?
ער וואלט שוין לאנג געווען א רבי ווען ער וויל ווען

בעל דרשן » זונטאג יולי 7, 2024 11:18 pm

· #567521

א שאד די ברודער איז נישט ממלא מקום, ער וואלט געווען די בעסטע טשויס, ער איז איש מורם מעם.

בעל דרשן » זונטאג יולי 7, 2024 11:20 pm

· #567522
Re: המשכה אין קאסוב
Chasidishmashpia #
Chasidishmashpia #
עמרם #
ביים סדיגורא לויה האט מען אויך געזעהן בילדער ווי אלע ברודער האלטן זיך די הענט....
איך האב מורא אז די עלטערער וועט נאך חרטה האבן
איך האב נישט געוויסט אז מיין נבואה וועט אזוי שנעל מקויים ווערן....
אזוי שטארק האפסטו עס גייט זיין מחלוקות, נעבעך.
אלע ברודער זענען בשלום, און עס איז צום האפען אויף ווייטער בעזרת השם

נישנאש » זונטאג יולי 7, 2024 11:37 pm

· #567525
Re: המשכה אין קאסוב
בעל דרשן #
נישנאש #
הכנה דרבה #
נישנאש #
מיט וואס פונקטליך פארדרייט א דאשיק???
ביזט מחולק מיט מיר מיט די טרוקענע פאקט אז אין אלע דורות זענען אין וויזניץ אלע זון געווארן רבי'ס?
יא אוודאי זענען געווען קינדער וואס האבן נישט געוואלט נעמען קיין רביסטעווע און רבי חיים איינע פון זיי ברוב ענוותנותו, אבער דאס טוישט נישט די מציאות
גארנישט קיין רוב ענוותנותו, ס'פשוט נישט געוועהן כדי חלוקה, די טאטע'ס שוהל איז סך הכל געוועהן א פיצי דיינינג רום מיט נאך א קלענערע קאך, איך מיין אז ס'וואלט נישט געוועהן קיין גוזמא צו זאגן אז ס'געוועהן די קלענסטע שוהל אין בארא פארק (וואס דו זעהסט היינט איז שוין נאכ'ן פארברייטערן).
וועגן דעם איז ער געווען יעדן טיש ביים ברודער?
וועגן דעם קען ער זיך נישט רופן א רבי?
וועגן דעם וואלט ער נישט געקענט גיין צו א גרעסערע לאקאל?
ער וואלט שוין לאנג געווען א רבי ווען ער וויל ווען
א שאד די ברודער איז נישט ממלא מקום, ער וואלט געווען די בעסטע טשויס, ער איז איש מורם מעם.
חסידים ווילן א המשכה פון זייער רבי'ן, והוא פשוט.

תניא בניחותא » מאנטאג יולי 8, 2024 1:54 am

· #567530
Re: המשכה אין קאסוב
די קשיא אויף קאסוב איז, אז אלע קאסובע חסידים זענען דאך שוין געקומען פון אנדערע פלעצער, זיי זענען געווארן קאסובע חסידים ווייל זיי האבן איינגעזען די חשיבות פונעם קאסוב’ן רבי’ן מצד יחוס עצמו, אויב גייט עס צו די קינדער איז מה הועילו חכמים בתקנתם ? קענען זיי שוין צוריק גיין פון ווי זיי קומען לכתחלה...

צפת » מאנטאג יולי 8, 2024 2:20 am

· #567531
Re: המשכה אין קאסוב
איינער האט בילדער פון דער היינטיגער טיש?

kolal1 » מאנטאג יולי 8, 2024 2:38 am

· #567532
Re: המשכה אין קאסוב
צפת #
איינער האט בילדער פון דער היינטיגער טיש?
אייוועלט

Chasidishmashpia » מאנטאג יולי 8, 2024 3:13 am

· #567533
Re: המשכה אין קאסוב
בעל דרשן #

אזוי שטארק האפסטו עס גייט זיין מחלוקות, נעבעך.
אלע ברודער זענען בשלום, און עס איז צום האפען אויף ווייטער בעזרת השם

איך האף אויף מחלוקת? איך ווינדער מיך פשוט, א וואך צוריק זאגט ער בשער בת רבים אז ער איז נישט ראוי להנהגה וכו' און דא זיצט ער מיט א קאלפיק און סאמעט כאחד האדמורי"ם. אויך א פלא למה לא הגיע צום טיש פון ברודער. הדבר הזה אומר דרשוני.

נישנאש » מאנטאג יולי 8, 2024 3:35 am

· #567536
Re: המשכה אין קאסוב
מאכסט גאנצעטע חשבונות מיט קשיות און בויעסט שוין מחלוקת'ן... היינט אליין בשעת זיין אייגענע טיש בעט ער די עולם מ'זאל גיין צום ברודערס טיש און אז ס'וועט זיין א כבוד פארן טאטן!!!
ס'הערשט א טאטאלע שלום. דו האסט ארויס ראונג די גאנצע השתלשלות, ער האט קיינמאל געזאגט ער איז נישט ראוי להנהגה וכו', ער האט נאר געזאגט אז איבערנעמען די טאטעס פאזיציע און פירן די גאנצע עולם קען ער זיך נישט מצמצם זיין דעריבער גיבט ער איבער די הנהגה אין ב"פ פארן ברודער. די סיבה ער איז נישט געגאנגן צום ברודער'ס טיש איז פונקט קאפויער, ער האט אים געוואלט געבן די ספעיס ער זאל קענען פירן כדבעי'. הער אויף דרייען א קאשע.

נישנאש » מאנטאג יולי 8, 2024 3:36 am

· #567537
Re: המשכה אין קאסוב

מיש צו 9:25

Chasidishmashpia » מאנטאג יולי 8, 2024 4:41 am

· #567538
Re: המשכה אין קאסוב
נישנאש #
די סיבה ער איז נישט געגאנגן צום ברודער'ס טיש איז פונקט קאפויער, ער האט אים געוואלט געבן די ספעיס ער זאל קענען פירן כדבעי'. הער אויף דרייען א קאשע.

איך דריי נישט א קאשע איך פרעג נאר א קשיא....

נישנאש » מאנטאג יולי 8, 2024 5:06 am

· #567539
Re: המשכה אין קאסוב

נאך א שמויגער » מאנטאג יולי 8, 2024 9:41 am

· #567547
Re: המשכה אין קאסוב
תניא בניחותא #
די קשיא אויף קאסוב איז, אז אלע קאסובע חסידים זענען דאך שוין געקומען פון אנדערע פלעצער, זיי זענען געווארן קאסובע חסידים ווייל זיי האבן איינגעזען די חשיבות פונעם קאסוב’ן רבי’ן מצד יחוס עצמו, אויב גייט עס צו די קינדער איז מה הועילו חכמים בתקנתם ? קענען זיי שוין צוריק גיין פון ווי זיי קומען לכתחלה...
איך מיין אז וועגען דעם האט דער בכור אוועקגעגעבען פאר׳ן צווייט׳ן. עס זאל בלייבען אביסל פון דער רבי׳ס עבודה וואס ער קען נישט באשטיין דאס צו מצמצם זיין.

[NAMELESS] » מאנטאג יולי 8, 2024 9:44 am

· #567548
Re: המשכה אין קאסוב
שוין אינגאנצן צומישט, פארוואס גייט נישט דער נייער רבי מיט א קאלפיק?

שפילער » מאנטאג יולי 8, 2024 10:25 am

· #567557
Re: המשכה אין קאסוב
תניא בניחותא #
די קשיא אויף קאסוב איז, אז אלע קאסובע חסידים זענען דאך שוין געקומען פון אנדערע פלעצער, זיי זענען געווארן קאסובע חסידים ווייל זיי האבן איינגעזען די חשיבות פונעם קאסוב’ן רבי’ן מצד יחוס עצמו, אויב גייט עס צו די קינדער איז מה הועילו חכמים בתקנתם ? קענען זיי שוין צוריק גיין פון ווי זיי קומען לכתחלה...
די נייע דור זענען שוין קינדער פון די מענטשן וואס זענען צוגעקקימען און ביי זיי איז עס א געהעריגע חסידות פונקט ווי אלע אנדערע

עמרם » מאנטאג יולי 8, 2024 11:16 am

· #567569
Re: המשכה אין קאסוב
זעהט אויס אז וויבאלד די נייע רבי (אינגערע) האט געפירט, אבער נישט אנגעטוהן די קאלפיק, האט י עלטערע אויך געמוזט פירן, מיטן קאלפיק, כדאי מ'זאל נישט פארגעסן די מנהג פון די קאלפיק ...

מר. קלונימוס » מאנטאג יולי 8, 2024 12:29 pm

· #567578
Re: המשכה אין קאסוב
נישנאש #
דאס איז די אינגערע ברודער?

מר. קלונימוס » מאנטאג יולי 8, 2024 12:29 pm

· #567579
Re: המשכה אין קאסוב
איך בין נאך אלס צומישט

היימלינד » מאנטאג יולי 8, 2024 1:02 pm

· #567581
Re: המשכה אין קאסוב
מר. קלונימוס #

דאס איז די אינגערע ברודער?
יא

פתחו לי » מאנטאג יולי 8, 2024 1:43 pm

· #567584
Re: המשכה אין קאסוב
אפשר דאך, קענען מיר פראבירן א מחלוקה'לע?

דער עלטערע ברודער וויל זייער שטארק ממשיך זיין דער רעביסטעווע פון זיין זיידען.
א קליין שטיבל, א רבי, און ממשיך זיין וואס ער דארף.

איז וואס וועט זיין מיט אלע חסידים? האלט דער רבי - דער מהרי"ש, אז פאר די חסידים וועט דער נייע קאסובער רבי'ן זיין די בעסטע אויסוואל.

דער זאליטשיקער רבי'ן, דער ברודער, רבי חיים, האלט אויך אזוי, און די חסידים האלטן אויך אזוי.

מיר וועלן נישט האבן קיין ברירה, אויב ווילן מיר ממשיך זיין מנהג המחלוקת, וועט עס דארפן זיין דא אין שטיבל, און דערווייל לאזן דער רבי מיט די אנדערע רבי'ס, צוזאמען מיט די חסידים, דינען דעם אייבערשטער אויף דעם דרך וואס זייערע רבי זי"ע האט מחנך געווען.

שפילער » מאנטאג יולי 8, 2024 2:54 pm

· #567598
Re: המשכה אין קאסוב
📎 IMG_20240708_145348_189.jpg

נחום הסופר » מאנטאג יולי 8, 2024 3:07 pm

· #567599
Re: המשכה אין קאסוב
אייוועלט'ס מורא'דיגע כח איז אין פארשפארן אשכולות. דאס האבן זיי זייער ליב צו טון צו קענען צייגן קאנטראל און מאכט. ס'זעט אויס ווי אין א חדר, וואס ווען ס'איז דא א סאבסיטוט און די קינדער גייען אביסל ארויס פון די גלייזן, דארף דער מנהל שנעל אריינקומען אין מאכן ארדענונג.

מר. קלונימוס » מאנטאג יולי 8, 2024 3:49 pm

· #567603
Re: המשכה אין קאסוב
היימלינד #
מר. קלונימוס #

דאס איז די אינגערע ברודער?
יא
צו מיר האט דער עלטערער ברודער מער אדמו''רישע אויסזען

שפילער » מאנטאג יולי 8, 2024 4:12 pm

· #567606
Re: המשכה אין קאסוב
ממילא?... אין סאדיגורא האט די עלטערע ברידער אויך מער א אדמו''רישע אויסזען

הכנה דרבה » מאנטאג יולי 8, 2024 5:57 pm

· #567617
Re: המשכה אין קאסוב
פתחו לי #
דער עלטערע ברודער וויל זייער שטארק ממשיך זיין דער רעביסטעווע פון זיין זיידען.
א קליין שטיבל, א רבי, און ממשיך זיין וואס ער דארף.

דער זאליטשיקער רבי'ן, דער ברודער, רבי חיים, האלט אויך אזוי, און די חסידים האלטן אויך אזוי.
איך ווייס נישט צו דו מיינסט עס ערנסט אדער בדרך צחות, אבער דו ביזט spot on ווי ס'הייסט. 👍

עמרם » מאנטאג יולי 8, 2024 6:34 pm

· #567621
Re: המשכה אין קאסוב
די אנדערע ברודער'ס און שוואגערס זענען געגאנגען צו וועם ?
און די פעטער הרב ר' חיים ?

אורות » מאנטאג יולי 8, 2024 7:51 pm

· #567630
Re: המשכה אין קאסוב
אפשר דארפן מען ווארטן ביז מען איז מחליט ווער עס איז ממלא מקום
נישט ווען עס איז נאך מתו מוטל לפניו און מען איז אינגאנצן צומישט

Chasidishmashpia » מאנטאג יולי 8, 2024 10:32 pm

· #567638
Re: המשכה אין קאסוב
שפילער #
IMG_20240708_145348_189.jpg
דהיינו?

נאוואמינסקער » מאנטאג יולי 8, 2024 11:47 pm

· #567639
Re: המשכה אין קאסוב
די שוואגערס זעהט מין בי בידה
בלאט: 1 2