☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17120
בלאט: 1 2 3

האניג » פרייטאג יוני 28, 2024 1:03 pm

· #566699
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
שעפטאל #
זי האט אלס מיידל געוועהן אין א סייעטריק ווארד
די טאטע איז געוועהן ביי די ארבעט.
זי האט גערופן הצלה.

לידיעת הציבור זי האט געוועהן א מורה אין א פּרי סקול אין לעיקוואד.
א שרעק
איז דאס באשטעטיגט? איך האב עס נישט געזען אין ערגעץ

שעפטאל » פרייטאג יוני 28, 2024 1:10 pm

· #566701
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
באשטעיטיגט ביי מיך דורך מיין צדיקות וואס איר נאנטע חבר'טע איז די בעלת הבית פון א פרי סקול אין לעיקוואד.

בת קול » פרייטאג יוני 28, 2024 1:31 pm

· #566704
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
פעטער בייטשיקל #
שרעקליך צי הערן אזאנס. שרעקליך איז צי אן ארעם ווארט.

מרעד דא אויך פון א צוטיילטע מעריG וואס מהאטזיך געקריגט אויף די קינדער?
ניין די טאטע איז געווען אויף א ביזנעס טריפ אפאר טעג.

בת קול » פרייטאג יוני 28, 2024 1:32 pm

· #566707
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
[ציטאט אראפגענומען]
Post Partum Psychosis
נישט post Partum depression


אסאך מענטשן מישן אויף PPP און ppd

באר מים » פרייטאג יוני 28, 2024 5:20 pm

· #566725
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
יענקעל ג #
בקע לגלגולת #
לאז געמאכט #
פון וואו האט הצלה געוואוסט צו קומען?
זי האט אליינס גערופן ?
איינער האט די רעקארדירונג פון הצלה?
איך האב עס וויאזוי לייגט מען ארויף א audio file ?
קענסט לייגן א לינק google drive

אךטוב » מאנטאג יולי 1, 2024 1:05 am

· #566890
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
די שאלה איז אויב זי איז געווען אונטער די אויפזוכט פון א סייקייטריסט.

קלמישל2 » מאנטאג יולי 1, 2024 3:49 pm

· #566929
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
עס זענען ליידער דא אסאך קינדער אין היימען ווי איינער פון די עלטערן איז אינגאנצן א פסייקאו. ב"ה בדרך כלל טוהען דאס נישט די משוגעים.

האניג » מאנטאג יולי 1, 2024 3:50 pm

· #566930
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
זי האט געזאגט פאר די פאליציי אז זי האט געדארפט מארדן אירע קינדער וועגן רעגעליעזע צוועקן

yn.NY » מאנטאג יולי 1, 2024 4:15 pm

· #566938
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
האניג #
זי האט געזאגט פאר די פאליציי אז זי האט געדארפט מארדן אירע קינדער וועגן רעגעליעזע צוועקן
קען איינער געבן א הסבר?? רעליגיעזע צוועקן??

וואס, אריינצולייגן אין די מצות?...

כפארשטיי אז זי האט געליטן אויף עפעס גייסטיש, אבער וואס איז בכלל די מיינונג דערפון... (דערמאנט מיר פון די פטור צו נעמען די קאוויד וואקסין פאר רעליגיעזע צוועקן...)

ארכיטקט » מאנטאג יולי 1, 2024 4:17 pm

· #566939
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
בת קול #
פעטער בייטשיקל #
שרעקליך צי הערן אזאנס. שרעקליך איז צי אן ארעם ווארט.

מרעד דא אויך פון א צוטיילטע מעריG וואס מהאטזיך געקריגט אויף די קינדער?
ניין די טאטע איז געווען אויף א ביזנעס טריפ אפאר טעג.
ער האט זיי נעבעך איבערגעלאזט אליינס מיט א צעדרייטע מאמע?

צקון לחש » מאנטאג יולי 1, 2024 4:56 pm

· #566946
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
yn.NY #
קען איינער געבן א הסבר?? רעליגיעזע צוועקן??

איך פארשטיי נישט פאקערט, מיר תורה טרייע אידן וואס זענען אויפגעוואקסן אויף די מעשיות פון עלטערן וואס האבן גע'שחט'ן זייערע קינדער אבי זיי זאלן זיך נישט שמד'ען, וויאזוי קען זיין אז מיר הערן נישט מער אזעלכע מעשיות, היינט ווען ניטלו המאורות, און די סטרא אחרא איז אויף א פארנעם אשר לא היה כמותו, און יעדע טאג פאלן נשמות אין תהום אריין...!

[NAMELESS] » מאנטאג יולי 1, 2024 5:00 pm

· #566947
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
ווייל מען האט נאר געשחט'ן קינדער ווען די גויים האבען ארום גערינגעלט די אידישע הייזער און געהאלטען ממש נאנט זיי צו כאפען און מאכען פון זיי גוטע קריסטען
משא"כ היינט

צקון לחש » מאנטאג יולי 1, 2024 5:03 pm

· #566948
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
[ציטאט אראפגענומען]

אידן ביי חתונות נעמען ארויס סמארטפאונס און דו האלסט זיך גלייכגילטיג? אוי מה היה לנו

עסקן בדברים » מאנטאג יולי 1, 2024 6:01 pm

· #566952
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
yn.NY #
האניג #
זי האט געזאגט פאר די פאליציי אז זי האט געדארפט מארדן אירע קינדער וועגן רעגעליעזע צוועקן
קען איינער געבן א הסבר?? רעליגיעזע צוועקן??

וואס, אריינצולייגן אין די מצות?...

כפארשטיי אז זי האט געליטן אויף עפעס גייסטיש, אבער וואס איז בכלל די מיינונג דערפון... (דערמאנט מיר פון די פטור צו נעמען די קאוויד וואקסין פאר רעליגיעזע צוועקן...)
ס׳ קען זיין אסאך הסברים, אין קץ לדברי רוח. למשל אז גדול המחטיאו יותר מן ההרגו ואדם אין צדיק בארץ אשר לא יחטא, אבער מ׳ רעדט פון psychosis, סא ס׳ דארף בכלל נישט מאכן קיין sense

קהל'ס נער » מאנטאג יולי 1, 2024 11:32 pm

· #566972
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
צקון לחש #
yn.NY #
קען איינער געבן א הסבר?? רעליגיעזע צוועקן??

איך פארשטיי נישט פאקערט, מיר תורה טרייע אידן וואס זענען אויפגעוואקסן אויף די מעשיות פון עלטערן וואס האבן גע'שחט'ן זייערע קינדער אבי זיי זאלן זיך נישט שמד'ען, וויאזוי קען זיין אז מיר הערן נישט מער אזעלכע מעשיות, היינט ווען ניטלו המאורות, און די סטרא אחרא איז אויף א פארנעם אשר לא היה כמותו, און יעדע טאג פאלן נשמות אין תהום אריין...!
איך בין נישט אויפגעוואקסען אויף אזאנע מעשיות, איז דא א מקור צי אזאלכע מעשיות אדער האט עפעס א כיתה ג׳ רבי עס מחדש געוועהן?!

פסכתר » דינסטאג יולי 2, 2024 3:03 pm

· #566992
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
קהל'ס נער #
איך בין נישט אויפגעוואקסן אויף אזאנע מעשיות, איז דא א מקור צי אזאלכע מעשיות אדער האט עפעס א כיתה ג' רבי עס מחדש געוועהן?!

תוס' עבודה זרה י"ח עמוד א'
📎 Screenshot_20240702-150233_Sefaria.jpg

פאריעריגע שניי » דינסטאג יולי 2, 2024 4:10 pm

· #566994
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
אךטוב #
די שאלה איז אויב זי איז געווען אונטער די אויפזוכט פון א סייקייטריסט.
יא!! זי איז געווען אונטער גאר גרויסע טעראפיסטן אין סקייעטריסט.. זיי האבן געהאלטן אז זי טיט סאך בעסער, אזוי האט אויסגעזען פאר אלע ארומיגע.
געהערט אז די פראפעסיאנאלע געמיינדע איז ספעציעל די וואס זענען באהאווענט אין איר קעיס זענען שטארק שאַקט מיט וואס ס'איז געשען אוי פלוצלינג

פאריעריגע שניי » דינסטאג יולי 2, 2024 4:42 pm

· #566998
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
שאולדיספריםפאקער #
מר. קלונימוס #
שאולדיספריםפאקער #
איינער האט די ציפער פון וויפיעל סועסיידס אדער מעשיות אוואו דאס עס איז געווען אין אולטרע היימישע קאמיוניטי די לעצטע עטליכע וואכן?

די נומבער וואס דו גאס ווייסט איז האר אויפשטעלנד, איך רעד שוין נישט פון די וואס מען פארשווייגט מיט אניריזם אדער הארץ אטאק.

זייער אסאך. עטליכע טויזענט אין וויליאמסבורג אליינס. א חביבים מעמבער האט מיר געזאגט אז דאס איז נאר אין אלט וויליאמסבורג, מיט ניי וויליאמסבורג צוזאמען זענען די נומבערס נאך מער האר אויפשטעלנד
שטארקע סארקאזאם, יא און דאס איז די סיבה פארוואס ביי אונז איז עס נאך שטארק סטיגמעטייזט, דער יונגערמאן קומט אריין אין קאווע צימער און מאכט א גוטע וויץ און יאלא גארנישט פאסירט פאריאר זומער יונגערמאן געטאנצן אין ווילי, דריי בחורים היימיש היימיש גענומען דאס לעבן זייערע אין די לעצטע צוויי חדשים, קינד דערשטאכן טאטע און מאמע אין בארא פארק, יונגערמאן מיט א שטוב פון 6 זיך געפארטיגט צוויי וואכן צירוק, א מאמע מסדר געווען אירע צוויי נעכטען, און סארקאזם איז עכט קעיוט, קודאוס פאר דיין ברעווערי.
נאר אנצומערקן אז עס איז קלאר געווען נאך פעלער די לעצטע שטיק צייט, וואס איז 100 פראצענט קאנפערמיד נאר דא האט מען מיר געמעקט דערוועגן וויל איך נישט שרייבן נאכאמאל. די לעצטע wave פון סוסיידס איז איום ונורא, קיינמאל בעפאר האט די היימישע קאמיונעטי געהאט אזא פראבלעם אויף אזא שטאפל

קהל'ס נער » דינסטאג יולי 2, 2024 6:59 pm

· #567002
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
פסכתר #
תס' עבודה זרה י"ח עמוד אלף

די קינדער האבן עס אליינס געטוהן ווייל מען האט זיי פארדרייט א קאפ בבחינת שומרים קארדס, אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, ע"פ הלכה האבן זיי עס נישט געמעגט טוהן, אלץ מאבד עצמו לדעת.

שמן למאור » מיטוואך יולי 3, 2024 1:45 am

· #567023
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
קהל'ס נער #
פסכתר #
תס' עבודה זרה י"ח עמוד אלף

די קינדער האבן עס אליינס געטוהן ווייל מען האט זיי פארדרייט א קאפ בבחינת שומרים קארדס, אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, ע"פ הלכה האבן זיי עס נישט געמעגט טוהן, אלץ מאבד עצמו לדעת.
אקעי, הער שוין אויף צו פארדרייען די תורה און עס מאכן ליבעראל. אז דו ווילסט אפלאזן די תורה, גא אהעד, אם אלל פאר איט, אבער פארוואס סתם פארדרייען וואס שטייט? די תורה איז אן עקסטרעמע פונדאמענטאלע דאקטארין, מען קען עס נישט ספינען.

תוס' זאגט קלאר אז ווען מען האט מורא אז מען וועט צוקומען צו אן עבירה דאן איז 'מצוה' לחבל עצמו. און תוס' ברענגט א ראיה אז ס'איז א מצוה פון דעם וואס די גמרא פארציילט אין מס' גיטין וועגן די קינדערלעך וואס זענען נעבעך אריינגעטאנצן אינעם ים און זיך גענומען דאס לעבן ווייל זיי האבן פארשטאנען אז מען פירט זיי לדבר עבירה.

קענסט שרייען אז תוס' איז עקסטרעם, קענסט שרייען אז ס'איז ממש אייסיס רעטאריק און וועסט אפשר זיין גערעכט אויך, אבער עס טוישט נישט די מציאות אז תוס' האלט און שרייבט אזוי.

אלפא » מיטוואך יולי 3, 2024 9:18 am

· #567041
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
איבוד לדעת - אדער assisted dying איז דאך שוין היינט גאר א ליבעראלע קאנצעפט!

אזא הפה שאסר הוא הפה שהתיר, די תורה וועלכע געבט אן אביעקטיווע הערכה צום לעבן איז מתיר זיך צו נעמען דאס לעבן ווען מ'קען צוקומען עובר צו זיין אויפן תורה (הגם עס איז נישט מענדעטארי.. אפי' איבער די דריי עבירות בלייבט מען אן אונס אויב מ'האט זיך נישט געלאזט הרג'נען.)
און די לינקע וועלכע געבן מתחילה נישט קיין וועליו פאר 'לעבן' זיי זענען מתיר זיך צו נעמען דאס לעבן ווען דו ביסט מחליט אז עס איז דיר נישט ווערד מער...

סקעפטיקער » מיטוואך יולי 3, 2024 3:40 pm

· #567099
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
עי' שו"ת בשמים ראש סימן ש"א

האניג » מיטוואך יולי 3, 2024 4:53 pm

· #567110
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
נישט פארגעסן רבותי, מען רעדט דארט פון פארטיגן זיך זעלבסט, נישט א צווייטן ח"ו.

איך ווייס אז עס זענען דא מעשיות ווען מען האט געהרג'ט אייגענע קינדער אבי זיי זאלן זיך נישט שמד'ן. (געליינט אלס א קינד אין א מנחם מענדל בוך, אוי האב איך פארגאסן טרערן), אבער לכאורה איז עס וויסטע עם הארצות און רציחה

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 3, 2024 5:05 pm

· #567111
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
בענין הלכה - אין קינות (נוסח אשכנז) ווערט דערמאנט דער ענין פון הרגנ'ן קינדער נישט אריין צו פאלן אין שמד.

דער בית יוסף אין בדק הבית יו"ד סימן קנ"ז ברענגט א מחלוקת ראשונים צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט, ועיי"ש.

סקעפטיקער » מיטוואך יולי 3, 2024 5:13 pm

· #567112
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
האניג #
נישט פארגעסן רבותי, מען רעדט דארט פון פארטיגן זיך זעלבסט, נישט א צווייטן ח"ו.

איך ווייס אז עס זענען דא מעשיות ווען מען האט געהרג'ט אייגענע קינדער אבי זיי זאלן זיך נישט שמד'ן. (געליינט אלס א קינד אין א מנחם מענדל בוך, אוי האב איך פארגאסן טרערן), אבער לכאורה איז עס וויסטע עם הארצות און רציחה
עס איז דא שמועס דערוועגן אין בית יוסף סי' קנ"ז אין בדק הבית

צוויי » מיטוואך יולי 3, 2024 7:56 pm

· #567133
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
[ציטאט אראפגענומען]
א מענטש מיט א סמארטפאון איז געקומען צום טיר צו דערליווערן א פעקל, זי האט מורא געהאט אז ער זאל זיי נישט מאכן פאר גוטע סמארטיסטען.....

moody » מיטוואך יולי 3, 2024 10:38 pm

· #567153
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
ליטוואק פון בודאפעסט #
בענין הלכה - אין קינות (נוסח אשכנז) ווערט דערמאנט דער ענין פון הרגנ'ן קינדער נישט אריין צו פאלן אין שמד.

דער בית יוסף אין בדק הבית יו"ד סימן קנ"ז ברענגט א מחלוקת ראשונים צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט, ועיי"ש.
ר׳ חיים סולובייציק האחרון ווייזט אויף אז ס׳קעניש זיין אז די ראשוני אשכנז האבן באמת געהאלטן אז עס איז מותר צו הרג׳ען להציל משמד, נאר זאגן פאר אידישע מאמע וואס האט מקריב געווען איר קינד אז זי איז א רוצח איז פשוט נישט מעגליך.

אר ניצט דעס פאר קלאסישע דוגמא פון וויאזוי הלכה טוהט זיך דעוועלאפן.

פעטער בייטשיקל » מיטוואך יולי 3, 2024 11:37 pm

· #567156
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
ליטוואק פון בודאפעסט #
בענין הלכה - אין קינות (נוסח אשכנז) ווערט דערמאנט דער ענין פון הרגנ'ן קינדער נישט אריין צו פאלן אין שמד.

דער בית יוסף אין בדק הבית יו"ד סימן קנ"ז ברענגט א מחלוקת ראשונים צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט, ועיי"ש.

כברענג אראפ דאס לשון הבית יוסף:
ומעשה ברב אחד ששחט תינוקות הרבה בשעת השמד, שירא שיעבירום על דת, והיה עמו רב אחר וכעס עליו וקראו רוצח, והוא לא חשש לדבריו. ואמר הרב המונע, אם כדברי, יהרג אותו רב במיתה משונה. וכן היה, שתפסוהו גוים והיו פושטים עורו ונותנים חול בין העור והבשר. ואחר כך נתבטלה הגזרה, ואם לא שחט אותם אפשר שהיו ניצולים ולא היו הורגים אותם.

פעטער בייטשיקל » מיטוואך יולי 3, 2024 11:39 pm

· #567157
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
אפילו לויט דער שיטה וואס ער ברענגט פארדעם, אז עס נאר למסור עצמו. נישט די קינדער.

נחום הסופר » דאנערשטאג יולי 4, 2024 4:26 am

· #567165
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית

פוילישע פעפער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 6:40 am

· #567168
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
נחום הסופר #
ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
דאס פארלאנגט א באזונדערע אשכול

נאך א שמויגער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 9:53 am

· #567177
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
נחום הסופר #
ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט איינער אזא ביטערע זאך אבער פארוואס דארף מען פירען א מרכז פאר חולי נפש אין אטלאנטיק סיטי ווען מ׳דארף מטפל זיין פריער מיט׳ן אייגענע עולם?

[NAMELESS] » דאנערשטאג יולי 4, 2024 12:59 pm

· #567205
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
צוויי #
[ציטאט אראפגענומען]
א מענטש מיט א סמארטפאון איז געקומען צום טיר צו דערליווערן א פעקל, זי האט מורא געהאט אז ער זאל זיי נישט מאכן פאר גוטע סמארטיסטען.....
נו נו

שיינע איד » דאנערשטאג יולי 4, 2024 1:54 pm

· #567216
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
נאך א שמויגער #
נחום הסופר #
ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט איינער אזא ביטערע זאך אבער פארוואס דארף מען פירען א מרכז פאר חולי נפש אין אטלאנטיק סיטי ווען מ׳דארף מטפל זיין פריער מיט׳ן אייגענע עולם?
וואס הייסט פארוואס? פאר פרנסה ער איז נישט געווען אין די נאן פראפיט וועלט

א אידיש קינד » דאנערשטאג יולי 4, 2024 2:04 pm

· #567219
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
moody #
ליטוואק פון בודאפעסט #
בענין הלכה - אין קינות (נוסח אשכנז) ווערט דערמאנט דער ענין פון הרגנ'ן קינדער נישט אריין צו פאלן אין שמד.

דער בית יוסף אין בדק הבית יו"ד סימן קנ"ז ברענגט א מחלוקת ראשונים צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט, ועיי"ש.
ר׳ חיים סולובייציק האחרון ווייזט אויף אז ס׳קעניש זיין אז די ראשוני אשכנז האבן באמת געהאלטן אז עס איז מותר צו הרג׳ען להציל משמד, נאר זאגן פאר אידישע מאמע וואס האט מקריב געווען איר קינד אז זי איז א רוצח איז פשוט נישט מעגליך.

אר ניצט דעס פאר קלאסישע דוגמא פון וויאזוי הלכה טוהט זיך דעוועלאפן.
ווער איז רבי חיים סולובייציק האחרון?

צקון לחש » דאנערשטאג יולי 4, 2024 2:18 pm

· #567222
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
א אידיש קינד #
ווער איז רבי חיים סולובייציק האחרון?

זוהן פון רבי יאשע בער האחרון

נאך א שמויגער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:23 pm

· #567240
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
שיינע איד #
נאך א שמויגער #
נחום הסופר #
ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט איינער אזא ביטערע זאך אבער פארוואס דארף מען פירען א מרכז פאר חולי נפש אין אטלאנטיק סיטי ווען מ׳דארף מטפל זיין פריער מיט׳ן אייגענע עולם?
וואס הייסט פארוואס? פאר פרנסה ער איז נישט געווען אין די נאן פראפיט וועלט
און ס׳פעלט אין לעיקוואוד צוויי קליינע מיידלעך שלא טעמו טעם חטא און א אינגערמאן. האט ער כאטש איבערגעלאזט א שיינע ירושה פון זיין פראפיט?

היימלינד » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:25 pm

· #567241
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
נאך א שמויגער #


און ס׳פעלט אין לעיקוואוד צוויי קליינע מיידלעך שלא טעמו טעם חטא און א אינגערמאן. האט ער כאטש איבערגעלאזט א שיינע ירושה פון זיין פראפיט?
explain

נאך א שמויגער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:32 pm

· #567245
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
היימלינד #
נאך א שמויגער #


און ס׳פעלט אין לעיקוואוד צוויי קליינע מיידלעך שלא טעמו טעם חטא און א אינגערמאן. האט ער כאטש איבערגעלאזט א שיינע ירושה פון זיין פראפיט?
explain
אין א קורצע צייט אפשניט האט א נערוון קראנקע מאמע אין לעיקוואוד אוועקגעלייגט איהרע קינדערלאך, און א לעיקוואודער אינגערמאן וואס ארבעט מיט נערוון קראנקע אין אטלאנטיק סיטי איז געשטאכען געווארען צום טויט דורך איינער פון די נערוון קראנקע קלייענטן. איך האב געפרעגט פארוואס ער האט געדארפט זוכען נערוון קראנקע אין אטלאנטיק סיטי ווען ס׳דא גענוג און נאך אין לעיקוואוד. יענער זאגט אז ער האט געוואלט אהיימברענגען דאלארען. איך פרעג אויב ער האט טאקע איבערגעלאזט.

שיינע איד » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:33 pm

· #567247
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
נאך א שמויגער #
און ס'פעלט אין לעיקוואוד צוויי קליינע מיידלעך שלא טעמו טעם חטא און א אינגערמאן. האט ער כאטש איבערגעלאזט א שיינע ירושה פון זיין פראפיט?

אויב עס איז דא קראנקע אין ב"פ אדער ווילי טאר איך נישט האבן א מעדיקעל סענטער אין די בראנקס???

היימלינד » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:35 pm

· #567248
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
נאך א שמויגער #
היימלינד #
נאך א שמויגער #


און ס׳פעלט אין לעיקוואוד צוויי קליינע מיידלעך שלא טעמו טעם חטא און א אינגערמאן. האט ער כאטש איבערגעלאזט א שיינע ירושה פון זיין פראפיט?
explain
אין א קורצע צייט אפשניט האט א נערוון קראנקע מאמע אין לעיקוואוד אוועקגעלייגט איהרע קינדערלאך, און א לעיקוואודער אינגערמאן וואס ארבעט מיט נערוון קראנקע אין אטלאנטיק סיטי איז געשטאכען געווארען צום טויט דורך איינער פון די נערוון קראנקע קלייענטן. איך האב געפרעגט פארוואס ער האט געדארפט זוכען נערוון קראנקע אין אטלאנטיק סיטי ווען ס׳דא גענוג און נאך אין לעיקוואוד. יענער זאגט אז ער האט געוואלט אהיימברענגען דאלארען. איך פרעג אויב ער האט טאקע איבערגעלאזט.
דארט האט ער געהאט ארבעט אדער פאטענטיעל קליענטען, סימפל

איי פארוואס אין לעיקוואד נישט ? די קשיא איז אויף די ארטיגע תושבים נישט אויף איהם

געלט ריפלעיסד נישט קיין טאטע...

[NAMELESS] » דאנערשטאג יולי 4, 2024 4:29 pm

· #567268
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
צקון לחש #
א אידיש קינד #
ווער איז רבי חיים סולובייציק האחרון?

זוהן פון רבי יאשע בער האחרון
אבד"ק באסטאן

א אידיש קינד » פרייטאג יולי 5, 2024 12:12 am

· #567343
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
[ציטאט אראפגענומען]
יישר כוחכם

שטריימל באקס » פרייטאג יולי 5, 2024 12:44 am

· #567347
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
נאך א שמויגער #
נחום הסופר #
ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט איינער אזא ביטערע זאך אבער פארוואס דארף מען פירען א מרכז פאר חולי נפש אין אטלאנטיק סיטי ווען מ׳דארף מטפל זיין פריער מיט׳ן אייגענע עולם?
אז דו האלטס ס׳איז אזוי וויכטיג פארוואס עפענסט נישט אזא ביזנעס? פארוואס האט ער עס געדארפט טון מער ווי דיר?

נאך א שמויגער » פרייטאג יולי 5, 2024 6:21 am

· #567356
Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י
שטריימל באקס #
נאך א שמויגער #
נחום הסופר #
ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט איינער אזא ביטערע זאך אבער פארוואס דארף מען פירען א מרכז פאר חולי נפש אין אטלאנטיק סיטי ווען מ׳דארף מטפל זיין פריער מיט׳ן אייגענע עולם?
אז דו האלטס ס׳איז אזוי וויכטיג פארוואס עפענסט נישט אזא ביזנעס? פארוואס האט ער עס געדארפט טון מער ווי דיר?
ער איז געווען אין דער ביזנעס. איך וואוין בערך 6000 מייל אוועק.
בלאט: 1 2 3